א שיינעם פשט געזען…

יהושע עבד השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 247

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

א בחור איז אמאל אריין צו ר’ חיים פרעגן אז מ’טראגט אים אן א שידוך, וואס די כלה’ס מאמע הייסט שמחה און ער הייסט אויך שמחה, וויל ער וויסן צו א איידעם מיט א שוויגער מיט די זעלבע נאמען איז די זעלבע פרעבלעם ווי א שניר מיט א שוויגער?
האט אים ר’ חיים גענטפערט אז עס ווערט נישט פאררעכענט ווי די זעלבע נאמען, ווייל ווען די גמרא זאגט "חייב אדם לשמח בניו ובני ביתו ברגל" שטייט נאכדעם, אנשים ביין, נשים בבגדי צבעונין, זעהסטו דאך אז עס איז נישט די זעלבע שמחה.....
יהושע עבד השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 247

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל (יארצייט יום הקדוש) האט אמאל יום הקודש פארנאכטס געזאגט פרשת המן אנשטאט תפילה זכה, און האט מסביר געווען אז ווען אידן וואלטן ווען געהאט פרנסה בשפע, וואלטן זיי ווען נישט געטוהן קיין עבירות!!

רמז לדבר.
די גמטריא פון די ווארט "מערב" איז מער מיט 57 פון די ווארט "מזרח" וואס דאס איז "זן".

דאס בעטן מיר "כרחק מזרח ממערב" ווען עס וועט זיין די חילוק פון מזרח ביז מערב וואס דאס איז "זן" דעמאלטס "הרחיק ממנו את פשעינו" וועלן אידן נישט טוהן קיין עבירות....
יהושע עבד השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 247

Re: א שיינעם פשט געזען…

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

שמיני עצרת האט נישט קיין ספעציעלע מצוה, ווייל דער אויבערשטער וויל גארנישט "פון דיר" נאר "דיר אליינס"...

גאנץ סוכות איז ארויסצוברענגען די אהבה פון די אידן צום אויבערשטער, וואס אין דעם איז דא אסאך מדריגות, וועגן דעם נעמט מען די ד' מינים וואס יעדע איז אנדערש, ווייל יעדע איד איז אנדערש, איינער איז ווי די אתרוג טעם וריח, איינער ווי די לולב טעם ולא ריח, איינער ווי די הדס ריח בלי טעם, אדער ווי די ערבה לא טעם ולא ריח, אבער שמיני עצרת איז ארויסצוברענגען די אהבה וואס די אויבערשטער האט צו אונז אידן, וואס אין דעם איז נישט דא קיין מדריגות, נאר ביי יעדע איד איז עס די זעלבע, וועגן דעם נעמט מען ארויס די בענק פון בית המדרש און מ’טאנצט אין א רינג, נישט דא קיין מזרח אידן!! נישט קיין מערב אידן!! נאר אלע זענען גלייך, מ’טאנצט אין א רינג, ווי די שיינע איד איז געשטאנען א מינוט צוריק גייסטו שטיין א מינוט ארום!!
די זעלבע זעהט מען אז סתם א שבת אדער יום טוב איז דא הלכות ווער עס איז חשוב'ער צו קודם עולה זיין לתורה א תלמיד חכם א עושר וכו', אבער שמחת תורה איז נישט דא קיין סדר, נאר מ’ליינט איבער און איבער ביז יעדע איד איז עולה, ווייל היינט איז יעדער די זעלבע חשוב!!
שרייב פאוסט