גאלדבערג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 2:06 pm
הכל ריוח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 11:51 am
גאלדבערג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2026 5:06 am
די חידוש איז
אויב איינער ברענגט צו שטארקע ציונות אדער צו שטארקע קנאות ווער איז מכריע
די חידוש איז וויאזוי עס ארבעט ווען איינער האלט יא פון גלילות איינער האלט נישט פון גלילות
איינער זאגט ס'איינס מיט ק''י די צווייטער זאגט פארקערט
וויאזוי קומט מען זיך דורך ווער האט די לעצטע ווארט
א חידוש?
אזוי דארפן לעבן נארמאלע געזונטע מענטשן!
עס וועט מיר זיין א פארגעניגן צו קענען שמועסן מיט דיר אויך אויף א געשמאקע פארנעם.
יא יא ריכטיג
אדרבה הייב אהן שמועסן
ווער איז מכריע ווען ס'קומט צו שאלות הנ''ל?
איר האט די גאנצע נושא זייער אומריכטיג
עס קוקט אויס פון אייער פראגע אז איר פארשטייט נישט בכלל וואס אידטיש איז
אידטיש איז א פלאץ וואו באזעסענע אידן קענען פארברענגען ווי גוטע פריינט
אידטיש איז
נישט קיין פלאץ צו שטופן אגענדעס
אמת. צווישן חברי הנהלה מאכט זיך צומאל געוויסע מיינונגס פארשידענהייטן אבער היות קיינער איז דא צו בויען זיין פארטיי אדער אונטערברענגען יענעם קומט מען זייער שנעל אויף אן עמק השוה
אז איך רעד שוין וועל איך צולייגן אפאר ווערטער
ווען געזונטע מענטשן פארברענגען א שטיק צייט אינאיינעם וועט געווענליך קומען צום אויבערפלאך פארשידענע מיינונגס פארשידענהייטן ווי באקאנט די מימרא כשם שאין פרצופיהם שווים כך אין דעותיהם שוות
ביי א גוטע פריינט פארברענג טענה'ט מען זיך, צומאל מיט קולי קולות
ביי א גוטע פריינט פארברענג זוכט מען נישט צו שטעכן יענעם וועגן זיין שיטה
ביי א גוטע פריינט פארברענג װעט מען נישט זאגן עפעס וואס קען איינעם באדערן
איינער וואס קען דאס נישט פארשטיין, אדער איינער וואס ביי אים איז נארמאל צו שטעכן אדער "פליקן" קען זיין גאר א טייערער איד און געשמאקער מענטש אבער זיין פלאץ איז נישט דא
נישט ווייל מיר האבן עפעס קעגן אים ח"ו נאר פשוט קיינער וואלט נישט געוואלט פארברענגען מיט איינעם איבער א זאך וואס יענער האט נישט ליב