היכי דמי חילול השם?

אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

הימל און ערד און די מלחמה!

נישט די אוקריינע- רוסלאנד מלחמה, די מלחמה וואס גייט פאר אין א"י ה"י, צווישן אלע אנדערע נייעס שיילט זיך ארויס איין קליינע נייעסל וואס ברענגט ארויף בייז בלוט ביי אסאך אידן, א קליין הייפעלע אידן האבן זיך ארויסגעשטעלט אויפן גאס און הויך אויסגערופן זייער מיינונג בנוגע די מלחמה אביסל צו הויך, אין איך הער אידן קאכן "היתכן? די גאנצע וועלט – אריינגערעכענט מוסולעמענר מדינות - פארשטייען די שרעקליכע שחיטה וואס דא איז פארגעקומען צו וואס דארפן זיי יעצט ארויסטאנצן מיט זייערע מייננונגען??? סאיז א חילול השם!"

איך בין מיר געזיצן אין ביהמד פארטראכט, און מיינע מחשבות האבן זיך אפגעשטעלט אויפן לעצטען זאץ "סאיז א חילול השם", איך הייב אן אריינטראכטן איז דאס טאקע א חילול השם? קען זיין, מען דארף אבער פארשטיין וואס איז דאס א חילול השם. וועל איך דא מיטטיילן מיינע מחשבות איך וויל אבער זייער בעטן איך בין אהערגעקומען דא ווייל איך נישט קיין כח צו פירן דעבאטעס אין רינגען נאכגעפעלגט מיט מעקערייען, איך קום נישט דא בארעכטיגן אדער אפפרעגן איך קום דא אויסקלארן מיין בליק.

אין פרשת אמור זאגט אונז די תורה א מצוות עשה ולא תחללו את שם קדשי ונקדשתי בתוך בני ישראל, זענען די מפרשים מפרש ולא תחללו את שם קדשי מיינט אז מען זאל נישט פארשוועכן דעם אייבערטענס נאמען דורך'ן עובר זיין אויף זיינע רייד במזיד ונקדשתי בתוך בני ישראל מיינט אז מען זאל הייליגן דעם באשעפערס נאמען "צווישן אידן" דורך'ן ווייזן פאר יעדעם אז מען איז זיך מוסר נפש אויסצופירן דעם אייבערשטען'ס ווילן,

טראכט איך מיר אזוי, די מצווה פון קידוש השם זאגט די תורה גייט אן צווישן אידן! אויך לעיני הגוים קען מען אין מען דארף מקדש זיין שם שמים אבער וואס די תורה זאגט ונקדשתי איז "בתוך בני ישראל" ווען אידן פירן זיך אויף ערליך און מען טוט דעם רצון השם ווערט דעם אויבערשטעןס נאמען געהייליגט צווישן אונז אידן!! אין דאס איז דער תפקיד פון א איד א יעדע רגע וואס ער לעבט אויף דעם עולם!
וואס מיינט א חילול השם? דאס מיינט עובר זיין אויף די רייד פונעם הייליגן באשעפער במזיד! פארוועם ווערט דעם אויבערטענס נאמען מחולל? צווישן די אידן!!
אוודאי איז פארהאן א מציאות צו מקדש זיין אדער מחלל זיין דעם אויבערשטענס נאמען צווישן די גוים וואס איז אוודאי אויך זייער הארב אבער בפשטות די מצווה וואס די תורה זאגט איז צווישן די אידן כנלע"ד.

נו, וואס מיינט א חילול השם? ווער שנייד די ליניע וועלכע טהאטן טוען פארשוועכן דעם אויבערטענס נאמען? שטייט קלאר ארויס אין רש"י און אלע אנדערע מפרשים אז דאס מיינט עובר זיין אויף זיינע רייד במזיד, דאס הייסט אז נישט יעדע זאך וואס די גוי קוקט אן איטערעסאנט אדער אפגעפרעגט און ער פארשטייט עס נישט איז א חילול השם, פארשוועכן דעם אויבערשטענס נאמען האט איין פשט, "לעבור על דברי במזיד".

צו וואס וויל איך צוקומען? אז די גרויסע פעסטיוואל וואו צוויי הונדערט און פופציג אידן זענען גיהארגעט געווארן ר"ל אט דאס איז א חילול השם! אז סקענען זיך צוזאם קומען טויזענטער יוגענטליכע און מחלל זיין דעם הייליגן שבת שאות הוא ביני וביניכם דאס איז דער קשר בין הקבה לעמו ישראל דאס איז א חילול השם! אז עס קומען זיך צוזאם טויזענטער אידן און זענען עובר אויף די איינע פון די עבירות חמורות אין די תורה וואס דער הייליגער באשעפער זאגט "כי יראה בך ערוות דבר ושב מאחריך! חזל האבן אונז געלערענט אז כל בי עשרה שכינתה שריה, זאגט אונז די תורה אז מען פירט זיך נישט אויף ערליך, ושב מאחריך!!! די שכינה איז זיך מסתלק!! דאס איז די גרעסטע חילול השם וואס איז נאר שייך! אז עס פירט זיך א גאנצע מדינה שלא עפ תורה און פרובירן וואס מער אויסצורייסן די הייליגע תורה דאס איז א חילול השם!! (איך גיי נישט דא אריין צו מדינה עפ תורה איז מותר צו נישט).

איך בין נישט קיין דעת תורה צו זאגן פארוואס או ןפארווען דאס איז געשען, איך בין נישט געווען אין הימל און איך פלאן נישט צו זיין אין די נאנטע צוקונפט, אבער איך האב געטראכט אז דאס קען זיין א גוטע כור המבחן אויב איך וויל וויסן ווי איך האלט באמונה ודעות, וואס באדערט מיר מער? אז אפאר אידן האבן געטון א נישט פאפולערע זאך אדער אז מיליאנען אידן זענען עובר אויף די רייד פונעם הייליגען באשעפער? איך גיי נישט אריין צו די אידן זענען גערעכט אדער נישט, איך זעלבסט אפיליאיר זיך נישט מיט זיי, אבער אלץ א תורה טרייע איד, צו שפיר איך די זעלבע האס צו די אפיקורסים אדער סאיז פשוט אז איך האב נישט ליב אז די וועג וויאזוי שטייען מיט די פלאכע הוטן אויף די גאסן און שרייען לאזונגען וואס זענען נישט "נארמאל", ווידעראום די רשעים... לפחות פירן זיי זיך אויף נארמאל...


***********************************************



ליבי ליבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם, הונדערטער אידן זענען נעבעך געהארגעט געווארן אויפן מזבח פון כפירה וואס האט שוין פארברענט טויזענטער קרבנות, אזויפל אידן האבן נעבעך פארלוירן זייער נשמה נאך פארן האבן א שאנס זיך צוריק צוקערן לחיק אמונתם, תהא מיתתם כפרתם ובגן עדן תהא מנוחתם, עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע.
אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

ביטע ביטע, איך בין נישט אינטערעסירט אין פירן דעבאטעס איבער די נושא פון נ.ק. נישט דאס וויל איך ארויסברענגען, ביטע זיך האלטן צו די נושא וואס איך האב געשריבן
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

עת למחות ועת לבכות - דעס פארשטייט יעדער מיט אביסל מענטשליך הארץ

ווען א קינד וויל אראפלויפן אויפן גאדדער כאפט ער א פראסק פון זיין טאטע
ווען די קאר האט עם אראפגעקלאפט און סגיסט בלוט שרייט ניש יעצט זיין טאטע 'כאב דיר געווארנט!'
אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

אנטשילדיגט, איך האב נישט געהאט קיין שום כוונה פון מחאה, ליין עס ביטע איבער שטאטערהייט וועסטו פארשטיין פון וואס איך רעדט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5317
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9859

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ס'פשוט אזוי און ריכטיג אזוי.

נאך קלארער: חילול השם איז טייטש, אז אידן זענען עובר אויפ'ן ציווי ה' ווען אנדערע זעען.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3327
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4808

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך וואוילער »

דברים קילורין לעינים!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 787

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך מאטאווירט »

ליידער ריכטיגע רייד.

אבער פעלט אויס צו מקטרג זיין אין אזא צייט? כ’מיין אז נישט.

אלנפאלס, זאל עס זיין א כפרה פאר די קרבנות, וילמדו טועים בינה.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

@מאטאווירט א דאנק פאר'ן פאסטן, ביטע ווייז מיר אן אוואו איך בין מקטרג צו איך זאל קענען איבערשרייבן.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 787

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך מאטאווירט »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:54 pm @מאטאווירט א דאנק פאר'ן פאסטן, ביטע ווייז מיר אן אוואו איך בין מקטרג צו איך זאל קענען איבערשרייבן.
מעגלעך געווען אן אומפאסיגער אויסדרוק.

עניוועי, גוד דזשאב! ווער נישט געקלאפט פון מיר...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 786
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: היכי דמי חילול השם?

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח פאר דיינע אויפריכטיגע דיבורים, כהאף אז די וועסט אריין קומען דא כסדר אפי’ ביי נושאים ווי די האסט נישט מורא...
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:47 pm הימל און ערד און די מלחמה!

איך בין אהערגעקומען דא ווייל איך נישט קיין כח צו פירן דעבאטעס אין רינגען נאכגעפעלגט מיט מעקערייען, איך קום נישט דא בארעכטיגן אדער אפפרעגן איך קום דא אויסקלארן מיין בליק.

איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט