די פסק פונעם רבין איז געווען אין א שטאט וואס האט געהאט איין קהילה און דער מחותן האט געהערט צו די קהילה און נישט גענומען די רב פאר סידור קידושין משא"כ אין שטאט מונקאטש האט בעלזא געהאט א אפגעטיילטע קהילה אין שטאט מיט אלע צרכי הקהילה האט דער רבי געהאלטן אז די וואס געהערן צו די אפגעטיילטע קהילה זענען נישט משועבד צו די רב
קהילה ורבנות והמסתעף
-
גד'ל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 120
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
- Location: ניו יארק
- x 159
Re: קהילה ורבנות והמסתעף
-
אמת’דיג
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2026 4:15 pm
- Location: Monroe
- x 30
Re: קהילה ורבנות והמסתעף
די תשובה פון רבין איבער סידור קידושין שלא ברשות איז אין אגרת מהרי"ט ערשטע באנד חלק שני אנפאנג.גד'ל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2026 2:18 pmדי פסק פונעם רבין איז געווען אין א שטאט וואס האט געהאט איין קהילה און דער מחותן האט געהערט צו די קהילה און נישט גענומען די רב פאר סידור קידושין משא"כ אין שטאט מונקאטש האט בעלזא געהאט א אפגעטיילטע קהילה אין שטאט מיט אלע צרכי הקהילה האט דער רבי געהאלטן אז די וואס געהערן צו די אפגעטיילטע קהילה זענען נישט משועבד צו די רב
(נישט פאר שוואכע הערצער ווייל די שארפקייט דארט איז "שרעקעדיג")
אינעם רבין'ס תשובה ברענגט ער קלאר נאך די ווערטער "אך שיעלה על לב שום אדם לסדר קידושין בלתי רשות והורמנא מן הרב המקובל מפי טובי העיר"
הרב גד"ל בעפאר איר מאכט א פשעטיל מאכט זיכער אז ס'קען מיטארבעטען מיט די פשוטע לשון...
אגב צווישן די תשובות וואס איך האב געהאט אראפגעברענגט רעדן אויך איבער די חלק און זענען מברר להלכה אז ס'נישטא אזא זאך ווי זיך אפטיילן אלס אפגעטיילטע קהילה פונעם מרא דאתרא וקהילתו אויף קיין שום אויפן, חוץ לגבי רעפארמער, מתנגדים, רב קל וכד"ו,
והשנית ווער האט באשלאסן אז די רבי האט געהאלטן מיט בעלז לגבי עיר מונקאטש ??? (אפשר הרב גד"ל אליין!) ברענג א קלארע מקור,
אגב אז מ'רעדט פון בעלז אין מונקאטש איז באקאנט אז די גאנצע מחלוקה איז געווען פון די ארומיגע און די בעלז'ע רב האט געשיקט פרעגן רשות פון מנחת אלעזר צו וואוינען דארט, און נאך שליחות'ער פון ביידע צדיקים איינער צום צווייטן און די שליחות'ער זענען אנגעקומען אין ערגעץ נישט אדער פאלטש איבערגעגעבן און אויסגעקוקט ענליך ווי די שליחות'ער ביים בחירות פרשה אין א"י...
ביים עצי חיים זענען געקומען צוויי בעלז'ע חסידים וואס האבן געוואוינט אין סיגוט זיך געזעגענען פארן זיך אריבערציען קיין מונקאטש זיין נאנט צו זייער רבי, האט ער זיי געווארנט אז אויב וועלן זיי דארט טוען קעגן מרא דאתרא המנחת אלעזר וועט זיך עס נישט גוט ענדיגן, למעשה איין חסיד האט געפאלגט און איינער נישט, דער וואס האט געפאלגט איז ר מרדכי ווילינגער ע"ה פון ב"פ און דער צווייטער זענען זיינע קינדער ארויס לתרבות הרע,
אני הק' האב א זיידע וואס איז געווען דארט א פייערדיגע בעלזע חסיד ער האט געזאגט אז די מנחת אלעזר איז גערעכט געווען לגבי די שטאט אבער דאך האבן די מונקאטש'ע געדארפט האבן מער דרך ארץ פארן צדיק וזקן הדור, און אזוי האבן געהאלטן גאר אסאך צדיקים וחסידים,