בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
און ארום 50 טאג גייט פארקומען אין מדינת ישראל די ׳בחירות׳
די וואלן גייען זיין היפש שטורמיש און איז אויך גאנץ היסטאריש.
ווייל דאס קומט נאך גאנצע פיר יאר פון די לעצטע בחירות, און עס איז די ערשטע מאל אין א גאר לאנגע תקופה וואס די רעגירונג האלט זיך ביז די סוף פון די קאדענציע, און מ׳לאזט די ארגינעלע זמן פאר די פרישע וואלן.
די וואלן אין מד״י ארבעטן אנדערש ווי אין אמעריקע.
אנשטאט עס זאל לויפן צוויי צו מער מענטשן פאר ראש ממשלה, פאר וועמען די פאלק זאל שטימען,
לויפן פארטייען וואס פאר זיי שטימט מען.
און יעדע פארטיי האט א רשימה ווער עס וועט באקומען א בענקל אויב די פארטיי קומט אריין.
אויב א פארטיי קומט אהן צו 61 בענקלעך וועט דער ערשטע בענקל זיין ראש ממשלה.
(עס זענען דא 120 בענקלעך)
אויב קיינער האט נישט אזויפיל (נאך קיינמאל געווען איין פארטיי זאל האבן אזויפיל) דארפן זיך עטליכע פארטייען צאם שטעלן און אויפשטעלן א קאאליציע.
און די קומעדיגע וואלן לויפן עטליכע נייע פארטייען.
פאלגענד זענען די פארטייען וואס זענען ערווארטערט דורך צו גיין די אחוז החסימה.
(כדאי א פארטיי זאל בכלל אריין קומען אין די כנסת דארף עס באקומט כאטשיג 4 בענקלעך - דאס מיינט אז עס דארף באקומען כאטשיג 3.25 פון אלע אפגעגעבענע שטימען - דאס רופט מען אחוז החסימה)
הליכוד - די פארטיי פון ביבי נתניהו די יעצטיגע ראש ממשלה,
ישר - א נייע פארטיי פון גדי איזנקוט (געווען שוין אין די כנסת אינטער בני גנץ, און געוועזענע הויפט פון די מיליטער)
הדומוקרטים - א פארטיי צאם געשטעלט פון די צוויי אלטע לינקע פארטייען עבודה און מרץ. עס איז בראשות יאיר גולן.
ישראל ביתנו - די פארטיי פון אביגדור ליבערמאן.
ביחד - די נייע פארטיי פון נפתלי בנט - צוזאמען מיט יאיר לפיד (פון די יש עתיד פארטיי)
ציונות הדתית וזהות - צוויי פארטייען צאם געשטעלט, ציונות הדתית פון בצלצאל סמוטריץ און זהות פון משה פייגלין.
עוצמה יהדות - די פארטיי פון איתמר בן גביר.
ש״ס - די חרדישע ספרדישע פארטיי אין שפיץ פון אריה דרעי.
יהדות התורה - צאם געשטעלט פון די דריי חרדישע אשכניזישע פארטייען. דגל התורה, אגדות ישראל, חומת תורת ישראל.
רעם - די אראבישע פארטיי פון מנסור עבאס
רשימה המשותפת - צאם געשטעלט די אנדערע דריי אראבישע פארטייען חד״ש תע״ל און בל״ד
אזוי אויך לויפן נאך גאר אסאך קלענערע פארטייען וואס רוב וועלן נישט דורך גיין, אבער עטליכע האבן א מעגליכקייט,
צוויי פון זיי.
כחול לבן - די פארטיי פון בני גנץ
עמך ישראל - א נייע פארטיי פון עופר וינטר.

Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
אגודה איז חסידים און דגל ליטאים. ווער איז חומת תורת?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
דהיינו פרוש מיט בעלז.
אבער עס איז גראדע נאר אשטיק דריידל כדי צו נעמען די געלט פון די בחירות דירעקט פאר זיך
אהן נעמען רשות פון גער
פאר די כנסת זעלבסט עס איז נישט נוגע, און פרוש מיט בעלז ועלן זיך ווייטער רופן "אגודת ישראל"
נאר אין אמתן אריין זיי פירן דאך סי ויי שויין יארן לאנג ווי צווי עקסטערע פארטייען. זיי האבן צווי צייטונגען, אין די עיריות האבן זיי ממש געקעמפט איינער מיטן צווייטן
נאר די ביידע ווילן מ'זאל זיי רופן "אגודת ישראל"
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
ס׳איז יא נוגע.זלמעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 9:44 amדהיינו פרוש מיט בעלז.
אבער עס איז גראדע נאר אשטיק דריידל כדי צו נעמען די געלט פון די בחירות דירעקט פאר זיך
אהן נעמען רשות פון גער
פאר די כנסת זעלבסט עס איז נישט נוגע, און פרוש מיט בעלז ועלן זיך ווייטער רופן "אגודת ישראל"
נאר אין אמתן אריין זיי פירן דאך סי ויי שויין יארן לאנג ווי צווי עקסטערע פארטייען. זיי האבן צווי צייטונגען, אין די עיריות האבן זיי ממש געקעמפט איינער מיטן צווייטן
נאר די ביידע ווילן מ'זאל זיי רופן "אגודת ישראל"
ביבי קען יעצט צאם שטעלן א קאאליציע בלויז מיט איינס אדער צוויי פון די פארטייען און מוז נישט גיין מיט אלע דריי.
אזוי אויך קען יעדע פארטיי באזונדער פארלאנגען א שר.
און ביבי וועט ביי יעדע פאל ווען מ׳רעדט זיך דורך מיט די ראשי המפלגות דארפן דורך רעדן מיט אלע דריי.
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
ס'האט געקענט זיין ביז היינט פונקט די זעלבע.איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 9:48 amס׳איז יא נוגע.זלמעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 9:44 amדהיינו פרוש מיט בעלז.
אבער עס איז גראדע נאר אשטיק דריידל כדי צו נעמען די געלט פון די בחירות דירעקט פאר זיך
אהן נעמען רשות פון גער
פאר די כנסת זעלבסט עס איז נישט נוגע, און פרוש מיט בעלז ועלן זיך ווייטער רופן "אגודת ישראל"
נאר אין אמתן אריין זיי פירן דאך סי ויי שויין יארן לאנג ווי צווי עקסטערע פארטייען. זיי האבן צווי צייטונגען, אין די עיריות האבן זיי ממש געקעמפט איינער מיטן צווייטן
נאר די ביידע ווילן מ'זאל זיי רופן "אגודת ישראל"
ביבי קען יעצט צאם שטעלן א קאאליציע בלויז מיט איינס אדער צוויי פון די פארטייען און מוז נישט גיין מיט אלע דריי.
אזוי אויך קען יעדע פארטיי באזונדער פארלאנגען א שר.
און ביבי וועט ביי יעדע פאל ווען מ׳רעדט זיך דורך מיט די ראשי המפלגות דארפן דורך רעדן מיט אלע דריי.
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
כהאב געמיינט סתם צו זאגן אז די טיילונג יעצט איז נוגע נאר צום בחירות זעלבסט.
נאך די בחירות וועט פרוש און שטארק (בעלז) זיך רופן וייטער "חברי אגודת ישראל".
נאך די בחירות וועט פרוש און שטארק (בעלז) זיך רופן וייטער "חברי אגודת ישראל".
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
מאיר פרוש איז די יו"ר פון די פארטיי שלומי אמונים וואס פאטרעהט די ירושלמי אידן (וואס גייען צו בחירות) פון קהילות וואס באלאנגט נישט צו גור בעלז אדער וויזניץ.
ער האט א ווייטאגליכע היסטורי מיט גור ווען ער האט לטענת גור זיך נישט נוהג געוועהן בכבוד צו גור רבי און וועגן דעהם האט גור ארויס מיט א מערכה צו העלפן ניר ברקת צו ווערן מעיאר און ירושלים ווען מאיר פרוש איז געלאפן אקעגן איהם (ברקת איז א פרייע און פרומע אידן האבן דעמאלטס געהאפט אויף א היימישע מעיאר, די אטמאספערע אויפן גאס און ירושלים איז געוועהן מוראדיג הייס אקעגן גור סאיז געגאנגען מכות, למעשה האט ברקת געווינען, פרוש האט דאן געעפענט די צייטונג המבשר).
בעלזא שפירט ווי זיי זענען א "underdog" אונטער גור.
אשר על כן האבן זיי צוזאמען געגרינדערט די שפלינטער אפטיילונג חומת תורה, נישט צו זיין אינגאנצן צוגעבינדען.

-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 429
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 371
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 429
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 371
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
ס'האט אויסגעזעהן כאילו די דריידל יעצט פון טרעפן א נייע נאמען איז צוליב געלט פארדינסטן
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 269
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 387
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
דא איז א מהר"א טעמע?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
בקי ביחוס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
- Location: אין באבל....
- x 203
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
ס'הייסט?אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 09, 2026 1:33 pmדא איז א מהר"א טעמע?
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 269
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 387
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
עס קוקט מיר אויס ווי ער פארדרייט די טעמע צו א קינדערישע נושא, אנשטאט זיך האלטן צום פוינט.
אזוי ווי ער טוט אין די מהר"א טעמע
טייערער אידן, הייליגע אידן, האטס אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
-
גאלדבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 429
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
- Location: Brooklyn
- x 371
Re: בחירות אין מד"י - ט"ז חשון תשפ"ז
געלט איז נישט א קינדישע נושא, פרוש און בעלז זענען פארדעם אוועק פון די אגודה און דאס גאנצע גיין צו בחירות איז צוליב דעם