די מיליטער האט צוריקגעשיקט די טיימליין פאר די סוקסעסער פון די עמ קיו 9 ריפער דראון צו 2030. דאס קומט אין א צייט וואס די מיליטער האט פארלוירן 54 אזאלכע דראונס אין די לעצטע צייט אין די מלחמות אין איראן און אין תימן, און די סטאק פיילס האלט יעצט ביי 135 אראפ פון 189.
די עירפארס האט ארויסגעלייגט א ריקוועסט פאר אינפארמאציע (RIF) אין וואס זיי לייגן ארויס אז זיי זוכן צו קויפן אנטי עירקרעפט גאנס, באשיצן מיליטערישע לופט באזעס ארום די וועלט פון דראונס און קרוז מיסילס. דאס קומט אין א צייט וואס די עירפארס זוכט צו נעמען מער חלקים פון זייער אייגענע דעפענס אוועק פון די ארמיי, דורכן זך איינהאנדלען פארשידענע סיסטעמס וואס ווערט טראדיציאנעל נאר אפערירט ביי די ארמיי.