לייגט אריין וויפיל איר קענט!
https://abcharity.org/campaign.php?id=8150&t=40895
איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
- יצחק לעווי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
- Location: אין מיין הויזן
- x 170
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10102
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
היות ער מאכט נישט קיין געלט אויף מיר, וויל איך אים נישט משוגע מאכן.
אבער פאר אייך וויל איך אונטערשרייבן אויף דעם ארטיקל.
און איז סתם אזוי א באקאנטע כלל אין לעבן "א ניין היינט מיינט א יא מארגן"
צו זאל עס זיין עמאציאנעל:
אויב האב איך נישט קיין נערוון צו דיר יעצט און כ'הייב נישט אויף דעם טעלעפאון אדער איך טו דיר נישט דעם טובה אפילו אויב די סיבה איז סתם ווייל איך האב נישט קיין נערוון צו די זאך אדער בכלל צו דיר האב איך יעצט נישט קיין נערוון, דאס וועט גורם זיין אז מארגן וועל איך יא געשמאק פארברענגען מיט דיר, און דיר גערן טון דעם טובה. - אויב וועל איך מיך אנשטרענגען פאר דיר, וועל איך דיר נישט וועלן מער קענען און אריבערגיין די אנדערע זייט גאס ווען איך זעה דיר, איך דארף זיך נישט שפירן שולדיג מיט גילטי פילינגס אז איך בין אן אכזר מיטן יענעם נישט טון די טובה בלויז ווייל כ'וויל יעצט ליינען אידטיש, ווייל מיט דעם וואס איך טו נישט כנגד רצוני יעצט וועסטו מארגן געניסן פון מיר אסאך מער בס"ד.
און טעכניש:
אויב וועל איך מיך איבעררייסן פאר דיר און אויפגעבן אנדערע וויכטיגע פליכטן פאר דיר, גיי איך אויסברענען, און דיר מער נישט ווילן, און מער נישט האבן די געלעגנהייט דיר צו סערווירן.
צומאל קוקט עס אויס ווי מען איז אן אכזר, אבער אין מיין פריוואטן לעבן האב איך עס שוין אסאך מיטגעהאלטן, און איך בין מעיד דערויף.
עס איז דא געוויסע פאליסיס וואס אונז האבן אין אונזער ביזנעס וואס אונז פלעגן טשידן פאר גוטסקייט, אונז פלעגן זיך איבעררייסן, און די תוצאות זענען נישט געווען קיין גוטע, איך בין געווארן איבערגעריסן, און קאסטומערס זענען נישט סערווירט געווארן ווי זיי וואלטן ווען געדארפט צו סערווירט ווערן.
עס איז פארהאן געוויסע טעג וואס אונזער ביזנעס איז נישט אפן צוליב געוויסע סיבות, אמאל פלעג איך יא סערווירן קאסטומערס אין די תקופה, ווייל כ'בין א גוטער... די רעזולטאט איז געווען אז איך בין געווארן איבערגעריסן און אויסגעברענט און געהאלפן מענטשן מיט א זויער פנים אומבאטעמט.
די לעצטערע מאלן האב איך באשלאסן אז אונז זענען 'באמת' נישט אפן, אויב האב איך פונקט א רואיגע מינוט וועל איך דעמאלס סערווירן מיינע קליענטן אן זיך פארפליכטן דערויף פון פריער. אבער מיט עקשנות!
די רעזולטאט? אסאך מער מענטשן זענען געווארן סערווירט און איך האב נישט אויסגעברענט...

- פיילס
-
- FOCUS Article #44.pdf
- (86.07 KiB) דאונלאודעד 7 מאל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3211
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 10102
Re: איך וויל אייך פשוט זאגן אז…
ווען מען זאגט פאר איינעם 'לכאורה נישט' מיינט עס ביי יענעם 'שוין קאנפירמד אז יא'
ווען דו ווילסט זיך נישט פארפליכטן צו איינעם, אבער ווילסטו דאך געבן א שאנס אז אפשר וועט מיר עס יא געלונגען צום סוף ענטפער "לעת עתה איז די ענטפער ניין!" אויב איז עס נאך נוגע שפעטער קענסטו פרובירן דיין לאק דעמאלס, און אויב וועט מיר עס דעמאלס געלונגען וועט עס זיין א גרויסע פלאס.