כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

באהאלטן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 6:49 pm
מעלבער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:24 pm עדות נאמנה מאת הרה״ג רבי שמעון כ״ץ שליט״א דומ״ץ קהל ויואל משה ד׳סאטמאר מאנסי

אין אמת'ן, נאכ'ן הערן אזעלכע ווארימע ווערטער פון ר' משה יוסף איז שוין איבריג ממש יעדעס ווארט. איך וועל ממש נאר זאגן א דבר ברכה.
ר' משה יוסף וואס?
ר' משה יוסף סאלינסקי, א חשוב'ע טייערעע יוד א ת''ח ביי וועם דער בר מצוה בחור האט געוואוינט א יאר צייט
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
דער שיק אינגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2026 1:28 am
x 49

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער שיק אינגל »

על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 2:48 am ר' אברהם גרינהוט ביים באגריסן דעם בר מצוה בחור. וועכט געזען העסקן ר' יואליש לעווי

ווערט אויך געזעהן העסקן ר' יצחק טייכמאן..
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2367
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8366

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

מעלבער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 3:24 pm עדות נאמנה מאת הרה״ג רבי שמעון כ״ץ שליט״א דומ״ץ קהל ויואל משה ד׳סאטמאר מאנסי

אין אמת'ן, נאכ'ן הערן אזעלכע ווארימע ווערטער פון ר' משה יוסף איז שוין איבריג ממש יעדעס ווארט. איך וועל ממש נאר זאגן א דבר ברכה.
וואס נעמט מיך דאס מערסטע איבער איז אז מען רעדט דא פון דער רב און דיין וואס האבן דאס מערסטע מורא געהאט פון ארייננעמען די יוצאים, זיי האבן נישט געמיינט חלילה קיין שלעכטס, זיי האבן פשוט מורא געהאט מחמת חוסר ידיעה.

יעצט קוקט איבער זייער עדותשאפט דא נאכאמאל! דאס איז וואס די חוששים זענען מעיד! קיין עין הרע!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 592

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נויז מאשין »

די מערסטע וואס האט מיר געכאפט פון די נייע פאדקעסט איז, אז צו געווינען געריכטן דארף מען נישט קענען קיין ענגליש
veltsman
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
x 51

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך veltsman »

מעלבער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:12 pm אין אנדערע נייעס: צום ערשטן מאל איז הרב יואל יהושע העשיל בלום ארויסגעקומען מיט אן אינטערוויו אין ענגליש מקצת מן המקצת פון זאכן וואס מ׳קען נישט זאגן אין דער אידישער שפראך.

עס איז אויסדריקליך נישט כדאי צו הערן פאר רוב אידן רחמנים בני רחמנים, אבער איינער וואס איז מסופק און נעמט דעות איז מכובד עס צו הערן... די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף, א בר נש זאל קענען טון אזאלכע זאכן וואס מ׳האט געטון אין לב טהור, וואס קיין איין חיה ובהמה טוט נישט אזוי צו זייערע קינדער! (אין ענגליש זאגט מען you can't make this up... למעלה מהשגות אנושי).

די קאווער אפ פון פאלשע וויינערייען וועט שוין נישט ארבעטן נאכ׳ן הערן וואס דער ״וויינען״ באהאלטן אונטער זיך...

עס איז געהעריג טראמא דאס צו הערן... און עס שטעלט זיך אפ דער מח פון טראכטן וואס דאס האט געמיינט פאר די וואס זענען עס דורך... שפראכלאז, ווערטערלאז!
link?
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

צו די אלע וואס בעטן מיר אין אישי איך זאל זיי שיקן דעם ווידיאו, איינער האט מיר דאס געוויזן, איך ווייס נישט וויאזוי דאס צו שיקן, זוכטס עס אויף אויף יוטיוב, ביטע מער נישט בעטן.

אגב, עס זענען דא דא מאסן ״פארשלאפענע צעלן״... מיט 0 תגובות, אבער שטייען גרייט צו שיקן אישיס...

איינער וואס רופט זיך ״מבקש את האמת״
memberlist.php?mode=viewprofile&u=3100
טערעראזירט אין אישי יעדע תגובה וואס איז קעגן לב טהור, און איז גרייט זיך צו טענה׳ן ווייל ער האט צייט פון היינט ביז מארגן, אבער איך נישט...
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 474

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב דוד »

צוטרייסלט איז נישט דאס ווארט נאכן הערן די "גאנצע" פאדקעסט פון הרב בלום און ענגליש.

די יוצאים האבן לכאורה א כח צו בענטשען גארנישט ווינציגער ווי א איד פון געטא מיט נומערן אויפן הענט.

איך האב נישט קיין געלט צו געבן אדער א בני בית וואס איז מסכים אריינצונעמן און אדאפטירן.

איך בין מקנא די גן עדן פון די אלע וואס טוהן.

איך בין נישט מקנא די גיהינום פון דיע הנהלה אידן וואס האבן נאכנישט תשובה געטאהן.
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

אין טועמיה, ר׳ יצחק טייכמאן מאכט בר מצוה!
פיילס
Image Lev Tohor.jpeg
Image Lev Tohor.jpeg (297.08 KiB) געזען געווארן 2150 מאל
אוועיטער
אלי סאפראנאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:09 am
Location: ברוקלין
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אלי סאפראנאוויטש »

ברכו שמו
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 1:52 pm
Location: Boro Park
x 45

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברכו שמו »

געהערט די גאנצע צוויי שעה
איך וויין ווי א קינד
נעבעך
ואליכם העסקנים נפשי אשא - נא להתפלל על כלל ישראל שנזכה לשנה טובה
אתם הצדיקים הכי גדולים של דורינו
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1403

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

נעכטן נאכט איז אין וויליאמסבורג פארגעקומען א היסטארישע שמחת הבר מצוה פאר א לעכטיג בחור'ל, וועמען מען האט ב"ה ארויסגעראטעוועט פון "לב טהור": הבחור החשוב בנש"ק אלימלך וויינגארטן ני"ו, מחשובי תלמידי תלמוד תורה תולדות רפאל קאשוי אין וויליאמסבורג.

די שמחה איז געפראוועט געווארן מיט דער באטייליגונג פון די געהויבענע זיידעס, כ"ק אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי שליט"א און הגה"צ מטערצאל - קרית קאשוי שליט"א.

ביי דער בר מצוה האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור קרובי המשפחה, עסקנים און גרויסע פילאנטראפן, וועלכע לאזן זיך קאסטן אן קיין גבול "להציל ידידות שארינו משחת" וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט דער גרויסער שמחה און דאנקן דעם אויבערשטען אויף דער גאולה מעבדות לחירות.

דער אויבנאן איז באשיינט געווארן מיט די געטרייע זיידעס און עלטער-פעטערס ווי: כ"ק אדמו"ר מקהל עדת קאשוי שליט"א; כ"ק אדמו"ר מאוהל רפאל קאשוי שליט"א און הגה"צ אב"ד פאיע וראש בד"צ דקיט"ל סאטמאר שליט"א וועלכע זענען פעטערס פון ביידע זייטן; הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א; הגה"צ אב"ד באגאד שליט"א; הגה"צ ר' עזרא משה כאירה שליט"א דומ"ץ קיט"ל; הגה"צ אב"ד קראלי שליט"א, און נאך אדמורי"ם ורבנים וועלכע געבן זיך כסדר אוועק בלב ובנפש פאר די לעכטיגע אומשולדיגע קינדערלעך.

גאר שטארקע און הארץ רייסענדע דיבורים זענען געהערט געווארן פונעם געהויבענעם זיידן, כ"ק אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי שליט"א, וועלכער האט מיט גרויס התרגשות און מיט א קול געשטיקט פון טרערן באדאנקט דעם רבונו של עולם ברבים, פאר די געוואלדיגע אומגעראכטענע חסדים וואס ער האט געטוהן די לעצטע פאר יאר. ער האט דערציילט ווי שווער עס איז אריבער די אלע יארן, וויסנדיג אז מען האט ליידער אייגענע טייערע לעכטיגע קינדער און אייניקלעך פארכאפט ביי די קליפות ל"ע און וויפיל מאל מען האט שוין געמיינט אז מען זעהט שוין א סוף דערצו, האט זיך עס מיט גארנישט אויסגעלאזט. ער האט אנגעהאנגען די אומגעראכטענע באפרייאונג אלס א רעזולטאט פון די פטירה פון להבחל"ח זיין חשוב'ע רביצין ע"ה, וואס בימי חייה האט זי קיין מנוחה קיינמאל געהאט פון דעם, און זי האט זיכער אויבן אין הימל אויפגערודערט אלע היילגע זיידעס ביז ארויף זיי זאלן זיך מיען פאר זייערע טייערע אייניקלעך וואס זענען נעבעך אזויפיל יארן שוין פארכאפט ביי די קליפות ר"ל. דער רבי האט זיך פון טיפן הארצן באדאנקט און אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים, איבערהויפט די צוויי הויפט עסקנים הרב ר' אברהם גרינהוט הי"ו און הרב ר' יואל גרינבוים הי"ו.

https://www.dropbox.com/scl/fo/x78t2nn3 ... 81oyi&dl=0

https://drive.google.com/drive/folders/ ... drive_link
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

הגה''צ אבד''ק פאיע וחבר בד''ץ קיט''ל (מהרי''י) שליט''א ביים ערשיינען צום געהויבענעם שמחה
פיילס
פאיע רב.png
פאיע רב.png (723.39 KiB) געזען געווארן 1855 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דער בר מצוה בחור אין א טאנץ מיטן זיידן הגה''צ אבד''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א
פיילס
קאשוי זיידע אין א טאנץ.jpeg
קאשוי זיידע אין א טאנץ.jpeg (64.57 KiB) געזען געווארן 1865 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דער אויבנאן אין א טאנץ. ציווישן אנדערע ווערט געזען הגה'''צ אבד''ק וויטקא שליט''א, כ''ק מרן אדמו''ר מקאשוי שליט''א , הגה''צ אבדק''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א און נאך
פיילס
אויבנאן.jpeg
אויבנאן.jpeg (78.99 KiB) געזען געווארן 1863 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דער בר מצוה בחור ביים פארטיילן מתנות פאר זיינע חברים
פיילס
מתנות.jpeg
מתנות.jpeg (140.13 KiB) געזען געווארן 1863 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

די אדמורי''ם ורבנים אין א טאנץ מיטן בר מצוה בחור
פיילס
רבנים טאנצן מיטן בחור.jpeg
רבנים טאנצן מיטן בחור.jpeg (74.86 KiB) געזען געווארן 1860 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

דער בחור מיטן זיידן הגה''צ אבד''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א
פיילס
מיטן קאשויי זיידן.png
מיטן קאשויי זיידן.png (70.14 KiB) געזען געווארן 1860 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

הגה''צ אבד''ק תולדות רפאל קאשוי שליט''א ביים טאנצן מיטן בחור
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »


הנגיד הנכבד הרב אברהם חיים סעמיול הי''ו אין א טאנץ מיטן בר מצה בחור און די געטרייע עסקנים
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1617
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 16170

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אלע ברודערלעך אין א ריקוד, חסדי השם כי לא תמנו
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
קריספי
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:00 am
Location: USA

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קריספי »

veltsman האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 3:10 pm
מעלבער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 31, 2026 12:12 pm אין אנדערע נייעס: צום ערשטן מאל איז הרב יואל יהושע העשיל בלום ארויסגעקומען מיט אן אינטערוויו אין ענגליש מקצת מן המקצת פון זאכן וואס מ׳קען נישט זאגן אין דער אידישער שפראך.

עס איז אויסדריקליך נישט כדאי צו הערן פאר רוב אידן רחמנים בני רחמנים, אבער איינער וואס איז מסופק און נעמט דעות איז מכובד עס צו הערן... די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף, א בר נש זאל קענען טון אזאלכע זאכן וואס מ׳האט געטון אין לב טהור, וואס קיין איין חיה ובהמה טוט נישט אזוי צו זייערע קינדער! (אין ענגליש זאגט מען you can't make this up... למעלה מהשגות אנושי).

די קאווער אפ פון פאלשע וויינערייען וועט שוין נישט ארבעטן נאכ׳ן הערן וואס דער ״וויינען״ באהאלטן אונטער זיך...

עס איז געהעריג טראמא דאס צו הערן... און עס שטעלט זיך אפ דער מח פון טראכטן וואס דאס האט געמיינט פאר די וואס זענען עס דורך... שפראכלאז, ווערטערלאז!
link?
https://ahblicklive.com/en/video_share. ... gmrOoV3RZb
אוועיטער
אלי סאפראנאוויטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 10:09 am
Location: ברוקלין
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אלי סאפראנאוויטש »

א צעטיל וואס 10 יודן אין לב טהור האבן געדארפט אינטערשרייבן, עס נעמט אריין אין זיך נישט אהיימגיין פאר א יאר צייט און נישט רעדן צו די ווייב און קינדער א יאר צייט, און נאך פארשידענע פיינונגען. כלל ישראל וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן דעם שוידערליכן האלאקאוסט
285239.jpeg
285239.jpeg (236.81 KiB) געזען געווארן 910 מאל
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 818

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

איך האב א פראגע צו מיינע טייערע ברודער, די 2-3 יחידים וועלעכע וואוינען אין אמעריקע און זענען נאך ליידער פארכאפט אין לב טהור און גייען נאך מיט די בגדי ישע, און בשכר זאת זעען זיי שוין נישט זייערע קינדער א יאר צייט, וויבאלד מען דארף האבן מסירת נפש ממש צו גיין מיט די בגדי ישע.

דער חכם גייט מיט די בגדי ישע? ניין, פארוואס נישט? אה, וויבאלד מען 'קען נישט' גיין אין תפיסה דערמיט? וואס הייסט 'מען קען נישט'? מען דארף דאך האבן מסירת נפש דערפאר! וואו איז זיין מסירת נפש פאר די בגדי ישע? זאל ער מאכן א הונגער סטרייק אדער סתם אזוי א מלחמה מיט די וועכטער צו קענען גיין מיט די בגדי ישע!
האלאו! מען דארף האבן מסירת נפש דערפאר!
אה... נאר ענק דארפן האבן מסירת נפש? נאר ענק דארפן אויפגעבן ענקערע קינדער וועגן דעם?
טראכטס אריין ביטע!
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 327

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גראדער מעכל »

איך האב געהערט די לעצטע אינטערוויא (אין ענגליש), ס'איז שרעקליך, כ'דארף טערעפי... :oops: :oops: :o :o

אינטרעסאנט צו וויסן וואס ליגט אונטער דעי אינטערוויו, וואס איז יעצט געשען אז ס'האט אויסגעפעלט עס צו מאכן?!

עצה טובה קמ"ל ס'איז נישט פאר אינגע מענטשן צו הערן, איך בין זייער א שטארקע מענטש, איך ווייס אסאך, און איך בין נישט קיין ראצער, און ס'איז מיר נישט גרינג זיך צו מטפל זיין מיט די עפטער שאק....

בהזהרה!!
זייטס נישט קיין אויבער חכם, ס'קען האבן א שלעכטע ווירקונג, געבטס אייך אכטונג, ס'איז נישט קיין טובה ברוחניות און אוודאי נישט בגשמיות,

איך רעד שוין נישט פון דעם וואס שטייט אין ספה"ק אז זיך אנהערן מיט גראבע עבירות וואס איינער האט געטון ווי השחתה און רציחה, קען ברענגן א קלות צו אזאנע זאכן, מען דארף עס הערן מיט א עקל, און זיך שטארק אפטרייסלען, ס'זאל נישט פוגם זיין, און ח"ו ברענגן א גלייכגילטיגקייט צו אזאנע השחתה און צו אזאנע רציחה אנטקעגן קאפלס, און אידישע קינדער, אפילו די קליינע (ליידער קליינע עבירות וואס זיי האבן געטון ווי רציחה צו די קינדער און קאפלס...) זענען ריזיגע רציחה, זייער הארבע זאכן, ווען מען הערט די האר אויפשטעלענע זאכן מאכט עס ליידער אויסקוקן קליין און מינדערוויכטיג, אבער ס'איז שרעקליכע נפשיות'דיגע רציחה, ע"פ תורה איז אסור צו גורם זיין א גט, אדער לכה"פ אפילו סעפערעישן סתם פאר איינעם'ס נקמה, אדער סתם להשתרר. מען שפילט זיך מיט די ארגסטע, מען האט עס נישט געזעהן ביי תורה עהרליכע אידן.

אבער גדולי ישראל דארפן וויסן וואס דארט איז פארגעקומען!


כ'האב געהאט אסאך געהערט איבער 'לב טמא', אבער אזאנס נאכנישט, כ'זעה אז מען ווייסט נאר א טיפה מן הים!!

וויאזוי האט אזא עוכר ישראל זיך געקענט אזוי אריינגליטשן צווישן היימישע אידן און אנשאפן א האלאקאויסט??????? ס'איז ממש פחדים
האבן זיינע ממשיכי דרך ממשיך געווען מיט דעי הנהגה נאך זיין פגירה?????? דעי חברה דארט זענען דאך לעבעדיגע נהרגים!!! בגוף ובנפש!
כ'האף ער האט נישט באשאפן א דור פון מזיקים, וואס דרייען זיך ארום בפועל און האבן א צוואנג צו מזיק זיין!!!!

פון דא לערנט מען זיך אראפ א גרויסע כלל וואס תורתינו הקדושה לערנט אונז,

קודם וויל איך מקדים זיין א היסטארישע ידיעה, אין די צייטן פון בית שני איז געווען א גרופע אידן וואס זענען געווען פרומער פון חז"ל (חז"ל חכמי המשנה האט מען גערופן 'פרושים'), זיי האבן זיך גערופן 'איסיים', זיי האבן זיך מתבודד געווען אין די מדבריות, און געוואוינט צוזאמען זייער חבורה, אפגעזונדערט פון די וועלט, מען זעהן אין יוסופון און אין נאך מקורות אין גמרא, אז חז"ל האבן זיי אפגעסטעמפלט אלס 'צידוקים' און 'אפיקורסים', וואס איז פשט???

דער תירוץ איז

די תורה הקדושה האט אונז אנגעווארנט, (דברים י"ז, י"א) "עַל פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךָ ועַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךָ תַּעֲשֶׂה, לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל."

מען טאר נישט זיין קלוגער פון די תורה, אפילו נישט פרומער

אויב פראוועט מען פרומער פון די תורה, מען לייגט צו, איז מען פונקט אזא אפיקורס און שגץ ווי איינער וואס פרעסט חזיר און עובר אויף די ארגסטע איסור כריתות!

כ'האב אמאל געהערט נאך מער, אז זיין פרומער וועט דיר צוברענגען צו עובר זיין די ארגסטע, אזא בחינה ווי די שלאנג האט צוגעלייגט א מצוה, השי"ת האט געזאגט פאר אדם הראשון, אז ער טאר נישט עסן פונעם עץ הדעת, דער נחש האט געזאגט צו חוה השי"ת לאזט נישט צורירין, דערנאך האט ער איר געגעבן א שטופ, זי האט בטעות צו גערירט, און איר געזאגט זעהסט ביסט נישט געשטארבן, השי"ת וויל נישט זאלסט זיין אזוי קלוג ווי אים, מען עסט פון די פרוכט ווערט מען זייער קלוג, און באמת מעגסטו אויך עסן און ס'וועט דיר נישט שאטן... און דערנאך איז געשעהן וואס איז געשעהן... קודם איז מען פרומער מען לייגט צו, דערנאך נעמט מען שוין אראפ פון די תרי"ג מצוות... ס'איז ווי א הבטחה, אויב זעהסטו איינעם צולייגן מצות, זאלסטו וויסן אז אדער איז ער אויך א עובר אויף דאס ארגסטע, אדער וועט ער צוקומען צו עובר זיין אויף דאס ארגסטע, דער איז א געהעריגע פושע ישראל א משומד לדבר אחד!

כ'גלייב אז ער איז געווען א רשע מעיקרא, די פרומקייט איז נאר געווען א שפיל, צו כאפן זיינע קרבנות אין נעץ אריין, אזאנע השחתה האט ער זיך נאר געקענט לערנען אין די ארגסטע פרייע קיבוצים אין ארץ ישראל, שמו שמים ווי אזוי האט א איד וואס גיבט זיך אן אלס א בעל מדריגה קענען טון אזעלכע שחצנות, א שטיק טמא מטומאה, און נאך זיין א חוטא ומחטיא, אויף אזא נידעריגע אופן, ער האט זעכער גאהאט שייכות מיט כוחות הטומאה, וואס האבן אים געהאלפן, און געשטיפט צו דעם, דאס איז די איינציגסטע לימוד זכות... אזוי ווי מען זעהט ביי כת ש"ץ ועוד רבים

כ'גלייב אז די קינדער זאלן נישט פירן קיין הנהגה, ס'איז נישט א טובה פאר זיין נשמה בכלל, זאלן זיך טוישן די נאמען, און זיין עהרליכע פיינע אידן... ולא יזכר ולא יפקד שמו בישראל... עדי יזכה לתיקון האמת, בב"א. כי לא ידח ממנו נדח
שרייב פאוסט