וואס?
"אלקותו" בקהל חסידים?!
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
קוקט אויס אז איר ווייסט נישט אבער ביי אינז איז ברוך השם אלעס אפען די בתי מדרשים איז ברייט אפען מיט אלע ספרים קונטריסיםאוועטאר האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 28, 2026 11:14 amהחל הטרור און לייקענען צו די גדולי ישראל איבער אלעם וואס קומט פאר... קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס אלעס איז ביי אייך אזוי באהאלטן און בסוד סודות? פארוואס טאר מען נישט דערציילן וואס האט זיך אלץ אפגעטון אין אילת, פארוואס זענען אלע חוברות און קוי נייעס ושיעורים אזוי שטרענג פנימי?
און וואס איז מיט די ווייטאג פון די צעריסענע משפחות?
אינז האבן נישט וואס צי באהאלטן
לגבי אילת ווייס איך נישט וואס די רעדסט בשעתו איז געווען א באריכט פון אלע מעמדים אויף קול ויזניץ די שאלה איז אויב די רעדסט זיך איין אז עפעס איז געווען
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
טייערע פערזשוך מיט אנדערע ניקס דא וואס באלאנגען צו דעם כת, לאמיר קלאר מאכן אפאר נקודות. עטס האטס אוועק געשטעלט געוויסע הנחות וואס איז פשוט נישט ריכטיג. די "גאס" האט נישט קיין שום פראבלעם מיט ענקער מנהיג, פארקערט, ער פירט זיך אויף מוראדיג שיין צו געסט, מחותנים, און נאך פיל. אפגערעדט ווען ער גייט ר"ל צו א בית אבל איז ער ממש להפליא. איך קען נישט דעם מקום (איך רעד דער אריגענלער מקום) פון אינעווייניג, אבער אלס א דרויסענדיגער נעמט ער פון קיינעם גארנישט צו, ממילא איז נישטא קיין שום צד אז איינער זאל האבן טענות אדער האבן אן אגענעדע. איך אליינס פלעג גיין צו זיינע באטעס אין בני ברק אויף די פיפטע שטאק (איך מיין עס האט געהייסען בית ברוך) און שפעטער צו די טישן אין אמעריקא און עס איז געווען הערליך שיין! סיי די רבי און סיי די חסידים. יעצט קומט דער אבער. אלס א רעליגיעזער איד האב איך פרינציפען וואס איך קען אויף דעם נישט מוותר זיין בשום אין אופן. די דיבורים וואס ווערן דארט גערעדט סיי פון די מנהיג און נאכמער פון די "אפעציעלע" משפיעים אין די כת, טארן נישט ביי אידן גערעדט ווערן! די פראבלעם וואס די "גאס" האט איז מיט דעם נקודה ותו לא. יא, איז דא אפשר אומפארגינערס? אולי, אבער דאס איז נישט די פראבלעם וואס די "גאס" האט. די גאס דא וואס האט מיט ענק א פראבלעם איז בכלל נישט די זעלבע גאס וואס האט א פראבלעם מיט די עסטעבלישמענט און די סיסטעם. פונקט פארקערט, פון יענע גאס קען מען אסאך מאל הערן שיינע זאכן ווייל למעשה פירט ער שיין, און די רוחניותדיגע פראבלעמען פארשטייען זיי נישט אזוי ווייט, און זיי קוקען עס אן פונקט ווי אנדערע מקומות נאר אביסל מער עקסטרעם, ממילא איז נישט געפערליך. די גאס וואס פארפירט דא איז דייקא די בני תורה וואס פארשטייען יא וואס טוט זיך דא. דוק ותשכח.
כאמור, איך קען עס נישט גוט פון אינעווייניג, אבער צו זאגן אז די מערכה קעגן ענק ווערט געפירט פון דארט איז א דבר מוזר מאוד. די צוויי חצירות איז כננס לפני ענק בלי גוזמא. גראדע ווייס איך פון איינעם וואס מאיז ארויפגעקומען צו אים ער זאל חתמנען א קול קורא קעגן ענק (ער האט נישט געחתמט) און יענער איז געווען א שליח פון איינעם קיין שייכות נישט מיט די גאנצע מקום.
בכלל איז שווער, וויאזוי קען זיין אז רובא דרובא פון תלמידים פון דעם רבי ז"ל האבן פארגעסן זיין דרך? אזא דורכפאל איז ער געווען??
איך האב געהערט א גוט ווארט. די משנה זאגט על דאטפת אטפך וסוף מטייפיך יטופון. האט איינער געפרעגט, נא ווען ענדיגט זיך עס? די תירוץ איז דער לעצטער שפרינגט אליינס אריין...
צום שליס, קיינער האט גארנישט קעגן ענק פערזענליך, עטס קענטס זיך אפטשעפען פון דעם כת (הגם פאר געוויסע איז גאר שווער צוליב כמה סיבות) און כלל ישראל וועט ענק גערן אויפנעמען. פרעגטס נאר די צענדליגע וואס זענען שוין אוועק פון דארט. סאיז דא נאך א ברירה, אלעס קען בלייבען דארט און די גאנצע כת זאל תשובה טון והכל על מקומו יבוא בשלום.

-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 109
Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!
ועוד יותר, 'זייער' מנהיג איז ווארשיינליך די מערסט ארויפגעקוקטער מנהיג אינעם חרדישע וועלט, ער איז שוין אדורך אומבאשרייבליכע יסורים בגוף ובנפש דורכאויס זיין לעבן, און לע"ע גייט ער ווייטער אריבער שווערע צייטן, און ער איז אלעמאל ווייטער אנגעגאנגען מיטן לעבן בינו לעצמו, בינו למקום, ובינו לחבירו אויפן העכסטן שטאפל! דער עולם גייט צודרייט פאר אזא פערזאן!
יעצט פארוואס זאל סיי ווער פון זיינע חברה זיך שפירן געטראפן ווען א צווייטער מיטן זעלבן נאמען קומט ארויס מיט זאכן וואס די וועלט אקצעפטירט נישט בכלל? מיט וואס דארף דאס זיי בארירן?