די זומער קומט שוין אט אט צו איר ענדע כידוע ליודעים. אבער ממש יעצט ווען עס האלט שוין ביים גיין, האט עס מיר איבערגעלאזט מיט א דראמאטישע פאסירונג ביי מיר אין באנגעלאו.
פארוויילט האב איך אין א קליינע באנגעלאו, אדער ווי די מליצה-זאגערס וואלטן עס גערופן, א 'דזשאנגעלאו', און כ'קעניש מער ווי צושטימען מיט זיי... די דאך קוקט אויס ווי געמאכט פון פאפיר, און גיבט די איינדרוק ווי עני מינוט קענעס געבן א ברעך אונטער, ווער רעדט נאך ווען ס'גייט די שטארקע זוממער רעגנ'ס וואס איז געווען די יאר מיט א שפע, די גערודער וואס ס'האט זיך אריינגעהערט ביי מיר אין באנגעלאו דעמאלט איז געווען ריכטיג אויער פארטייבענד! ס'האצעך געהערט העכערע קראכעס ווי ווען אונז קייען ס'מצה פסח ביינאכט.
דארטן אין מיין שלאף צימער, האבעך געוואוינט זייט ביי זייט מיט די נאטור, נעמליך צענדליגע קאקעראטשן און פליענדיגע אינזעקטן וואס האבן קונה שביתה געווען מיט א ברייטקייט ביי מיר אין באנגעלאו. ביי יעדע עק פונעם וואנט, מער נאנט צום דאך, איז געזיצן מיט שטאלץ א שפין געוועבאכץ, פוי...
די פאקט אז די ספיידערס פארלענדן א גרויס טייל פון די אנדערע קריכעדיגע, האט מיר געלאזט מיט די אלטע קאץ אדער ראַט דעבאטע.
ערב שבת האב איך אין באשיצונג פון א דיקע הענטשוך, אפגערייניגט אלע שפין-געוואבאכץ. ס'עכט וואונדערליך ווי די שפינען האבן געשפינט זייער געוועבאכץ יעדעס וואך מיט א פרישקייט, ס'האט אויסגעקוקט ווי זיי ווילן זיין א העלפער לדבר מצוה, אז איך זאל קענען מקיים זיין דאס וואס שטייט אין שו''ע מ'זאל טאן מיט זייערע נעסטן יעדע ער''ש...
****************
אין איינע פון די לעצטע נעכט אינעם אויבנדערמאנטן געוואוין האט עס פאסירט, טיף אינמיטן מיין שלאף. לויט מיין יעצטיגע שאצונג האט די זייגער דעמאלט געוויזן פיר. שנארכערייען הערן זיך ארויס פון אונטער מיין דיקע דאכענע, בעת וואס א מאסקיטא זויפט מיט א רואיגקייט פון מיין בלוט, אזוי אינמיטן די רואיגקייט, הער איך פלוצלינג א מיסטעריעזע גערודער.
ביי דעם פונקט האט מיין מוח נאך פארשטאנען אז דאס רעדט זיך פון א איינפאכע חלום... סה''כ אביסל גרודער פון א טרעקטאר וואס איך פאר דערויף מיט גרויס פאראד ביי מיר אין חלום... אבער וואס א מינוט ס'איז פארביי געגאנגען, איז די גרודער געווארן העכער און נענטער, כ'האב אנגעהויבן אביסל מורא האבן. אממ... אביסל מער ווי אביסל... כ'עפן אזוי צוביסלעך מיינע אויגן, די קלעבאכץ דערפון הייבט זיך צוביסלעך אן צו אויפלאזן, מיין קאפ גיבט זיך א ספאנטאנישע הייב אויף, און כ'בליק ארום אויב כ'זעה עפעס אומגעווענליך.
די ערשטע מינוט האט מיר מיין אונטער-באוויסטזיין געפיטערט אז דאס איז נישט מער ווי א בייזע חלום פון די ביכער, און זיסע שלאף איז נישט אויסגעשלאסען צו נאכפאלגן שוין יעצט. אבער עפעס א געפיל האט מיר יא גענאגט צוליב'ן גרודער, און א פארשלאפענע זעקל ביינער האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן אויפהייבן אין די הייך. ווי א דזשיראפע האבעך ארויסגעשטעקט מיין קאפ פון אונטערן פאלושענע דעקע, געקוקט רעכטס און לינקס און... גארנישט געזען. אצינד איז שוין געקומען די רייע פאר מיינע אפגעריבענע פאפוטשען צו טועם זיין פון מיינע געשמאקע פאונגעס, און א מידער האבעך געשטעלט מיינע פיס אריין דערין. ב''ה אז כ'האב אויסגעמיטן א צוזאמענשטויס מיט די נעגל-וואסער, און זיכערערהייט שפאן איך די קורצע וועג צום קיך.
אריינקומענדיג אינעם קליינעם קיך-לעכל, האצעך מיר אנפלעקט דאס וואס כ'האב געמיינט ס'א חלום. א שרעק האט מיר באנומען און א טרייסל האט אקטיוויזירט אלע מיינע רמ''ח גלידער. אט שטייט דא אין מיין באנגעלאו ש'מער און נישט ווייניגער, א גראבע גנב. יא, א גנב, אבער א גאר שרעקעדיגע, מיט זיין פארדעקטע געזיכט נישטערט ער צווישן די קאבינעס. (פשוט צו זיין אויפריכטיג, איך האב דעמאלט געוואלט לאכן א גוטס. קענסט מיר זאגן וואס ס'דא צו טרעפן אין א קליין באנגעלאו וואס אירע איינוואוינער באגניגן זיך מיט א שטעכער-זיפ פאר נאכאמאל?, איי מין, דער דארף צו זיין א שטאקיגע שוטה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען זינט די ערשיינונג פון טאקער קארלסאן.)
אבער גאנץ שנעל האב איך איינגעזעהן אז יעצט איז נישט די צייט צו שמייכלען, ממש נישט. די רויבער האט אויסגעזען אבסעסירט מיט זיין מיסיע, ער האט גענישטערט ווי ער קען נאר, אפילו אונטערן אויוון האט ער געבליקט, ווי גלייך ער זאל ווען חלומ'ן פון א אוצר וואס גייט אים דארטן גרייכן. בשעת ער האט זיך געבויגן צו בליקן אונטער אויוון, האבעך באמערקט אז זיין אינטערשטע טאש פארמאגט די פארעם פון א רעוואלווער. אוי וויי... דער איז געקומען באוואפענט, ס'איז ערנסטע מעשיות מיט אים, בכלל נישט א שפיל.
כ'האב געמאכט אן החלטה צו האַנדלען מיט אים 'נוסח תשפ''ו' — וואס קומט שוין באלד צו אן ענדע.איידעלערהייט, דערנענטער איך זיך צו זיין ברייטע קערפער. מיט מיין הייזעריגע שטומע ביינעזאם מיט די פחד וואס האט מיך באנומען, האבעך מצליח געווען ארויס צו קעקעצן דאס פאלגנדע: "ווא-ס ב-רענגט אייך אהע-ר מיין פריינ-נ-ט?" — ער דרייט זיך ארום, און מיט די פולסטע רואיגקייט, בעתן האלטן זיין האנט נאנט צו זיין אונטערשטן טאש, זאגט ער: "העי... וואס שטערסטו מיר פון מיין אקציע?, קום אהער, כ'וועל דיר אלעס פארשטיין גיבן!". קודם מאך מיר א קאווע, האט די רויבער געפאדערט. דערנאך וועלן מיר זיך רואיג זעצן און עס אדורכשמועסן.
א מין גנב דאס... ער איז גרייט פאר א לייוו פאדקעסט דא ביי מיר אין באנגעלאו אנבאלאנגט זיין פאך. נו, שוין, זאל זיין. א בעסערע אפציע איז פשוט נישט פארהאן. ס'קאווע געמאכט, און מ'זעצמיר זיך צום טיש, ער נעמט זיך טרינקען רואיג, און ער זאגט, "קוק אהער... איך בין דא פאר א סיבה, כ'ביניש סתם א גנב וואס ברעכט זיך אריין ווי אימער, מיינע אקטן פארמאגן זאכליכע אורזאכן" — כ'הער— האב איך רעאגירט מיט א ציטערדיג קול, אבער זאגט מיר, פארוואס אין די וועלט זאלט איר קומען דא, א קליין אלט גאטקע, וואס גיבט די איינדרוק ווי פונען מיטלאלטער, איר האלט טאקע אז דא וועט איר געפינען דאס גליק?, האב איך אים אויסגעדריקט מיין (אמת'ע) וואונדער.
די רויבער האט געגעבן א הילכיג שמייכעל. זיין הויכע 'כא כא כא' האט מיר צוריקגעפירט צו די ספרי מחניים, און זיין ברייטע געבוי און זיין שטייף-לייכטע שמייכעל כאראקטער האט גאר גוט געשטימט מיט די ארטיגע רויבער. קוק אהער—ברומט ס'רויבער ארויס, מיין חשבון איז בעצם געווען אז דו גייסט זיך מער נישט געפינען דא יעצט. איך האט שטודירט די נושא, און איך ווייס אז א גרויס טייל אידן פארלאזן די בערג אין דיזע טעג. אבער לאמיך דיר פארציילן די אורזאך פון מיין ערשיינונג דא.
כ'שטיי אין א זייט און איך וואונדער זיך—זאגט די גנב מיט שטוינאונג, פארוואס?... פארוואס אין די וועלט ענק אידן, פאר א אפשניט פון בערך צוויי חדשים, פארלאזן ענקערע היימען, און ציען זיך אריין אין מיטלאלטער כאטקעס. וואס איז די סיבה דערונטער?!, אבער קוק אהער, זעצט די רויבער פאר בשעת'ן נעמען דאס לעצטע שלינג פון זיין קאווע, איך בין ווייט פון א שוטה, איך האב זיך געזעצט טראכטן וואס די סיבה קען זיין. און, איך בין געקומען די מסקנה אז... ס'מוז זיין אז עפעס אוצרות האבן ענק דא באהאלטן.
אלזא, פירט ער אויס, דערפאר בינעך דא היינט נאכט, צו געפינען די אויבנדערמאנטע אוצרות.
און ער פירט אויס:
און איך בין אבסעסירט דערמיט, ווייל ס'מוז זיין אז זיי געפינען זיך דא...
******************
פשוט צו זיין אויפריכטיג: די געשיכטע האט קיינמאל פאקטיש פאסירט. אבער ענליכ'ס פאסירט כמעט טעגליך מיט מיר און דיר.
די דיקע רויבער אין אונז, ערשיינט צומאל מיט זיכערקייט אז ס'פארהאן אוצרות אויף פלעצער וואס 'צווישן מיר און דיר', דער רעדט דאך שטותים וואס די וועלט האט נאכנישט געהערט. ער איז אנטשלאסן אונז צו איבערצייגן מיט א שמייכעל, אז מ'קען געפינען אוצרות. און אמת'דיג גערעדט, אונז ווייסן אלע אז ער פארקויפט הוילע לופט פארזעקלט און בלויז לופט עוד הפעם. צומאל קומט ער אין טינקילע זמנים ווען אונז זענען עטוואס פארשלאפן. אבער די נקודה איז איינס! זיי אויפריכטיג! האלט די אויגן אפן, און ווער נישט פארפארן פון זיינע גלענצעדיגע הבטחות, וואס דו אליינס ווייסט די אמת דערוועגן.
חברה, ס'אלול, ונאמר לאמיר לעבן אויפריכטיג.