ווען א שטאט איז באגראבן געווארן אונטער זיסקייט

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 170

ווען א שטאט איז באגראבן געווארן אונטער זיסקייט

פאוסט דורך יצחק לעווי »

Boston syrup flood.jpg
Boston syrup flood.jpg (310.54 KiB) געזען געווארן 117 מאל
אין א שיינעם ווינטער טאג אינמיטן יאנואר פון 1919 האט אין דער שטאט באסטאן, מאסעטשוסעטס, פלוצלינג פאסירט א שרעקליכע פארפלייצונג. אבער נישט פון וואסער, נאר פון א אומגעווענליכע פליסיגקייט. א ריזן טאנק פון מיליאנען גאלאן צוקער-סירופ האט געפלאצט און אנגעהויבן ארויסרינען, די דיקע פליסיגקייט האט מיט אומגעהויערע שנעלקייט אנגעהויבן באדעקן די גאסן פון שטאט זיך נישט אפשטעלנדיג פאר גארנישט, די כוואליעס געדיכטע סירופ האבן זיך נישט געשראקן פון קיינעם; זיי האבן צעשמעטערט געביידעס און אריינגעשלעפט אין זיך וואס אימער ס'איז געשטאנען אין וועג.

יענע יארן האט אין באסטאן זיך געפונען א פאבריק, "פיוריטי דיסטלינג", וועלכע האט זיך באשעפטיגט מיט'ן פראדוצירן עטאנעל (דער עסענץ פון אלקאהאלישע געקראנקען), איינער פון די באשטאנדטיילן וואס זיי האבן געניצט איז געווען א סארט צוקערדיגער סירופ וואס די פירמע האט געניצט פאר אינדוסטריעלער אלקאהאל. די סירופ איז געהאלטן געווארן אין א ריזיגן ברייטן שטאלענעם טאנק פון 50 פיס הויך וואס האט אנטהאלטן אין זיך ארום 2.3 מיליאן גאלאן צוקער-סירופ.

דער טאנק איז אבער נישט געווען צו שטארק געבויט, יענע צייט זענען די היינטיגע שטייפע רעגולאציעס נאך נישט געווען אזוי איינגעפירט. די פירמע האט נישט געהאלטן ביים אינוועסטירן אין א בעסערן טאנק, טראץ באקלאגענישן פון איינוואוינער ארום דעם פאבריק אז מ'הערט שווערע קרעכצן פונ'ם טאנק, און אפילו די באריכטן פון ארבעטער אז זיי האבן געזען סירופ ארויסרינען פונ'ם טאנק, האבן די בעלי בתים נישט געפילט פאר וויכטיג עפעס צו טון דערוועגן.

יאנואר 15 1919, ארום 12:30 נאכמיטאג, האט אפגעהילכט א מאכטפולער אויפרייס אין דער שטאט באסטאן, דער טאנק מיט איבער צוויי מיליאן גאלאן צוקער-סירופ האט אונטערגעבראכן און אויפגעריסן מיט א מאסיוון זעץ וואס האט אויפגעטרייסלט דעם גאנצן ארום. דיקע סירופ - וואס איז 40% געדיכטער ווי וואסער - האט אנגעהויבן ארויסגיסן מיט א שטארקן קראפט. א 25 פיס הויכע כוואליע פון א דיקע קלעבעדיגע מאסע איז געלאפן מיט א שנעלן אימפעט באדראענדיג איבערצודעקן די גאנצע שטאט. צו דעם האבן זיך נאכגעשלעפט גרויסע שטיקער שטאל פונ'ם אויפגעריסענעם טאנק.

דער מאכטפולע שטראם פון קלעבעדיגע סירופ האט איינגענומען די באסטאנער גאסן, ס'האט זיך פארשפרייט מיט א שנעלקייט פון 35 מפ"ש (!), גרויסע אויטאס זענען געפלויגן אויף ארויף מיט קראפט, אפילו הייזער זענען אויסגעריסן געווארן פון ארט, מענטשן זענען געשטויסן געווארן אין דער לופט פונ'ם שטראם און זיך דערטרונקען לעבעדיגערהייט אין די דיקע קלעבעדיגע פליסיגקייט, די כוואליעס האבן אריינגעדרינגען אין הייזער און צעדריקט וואס איז נאר געשטאנען אין וועג. עס האט אויך שווער געשעדיגט די שטאטישע אינפרעסטרוקטור און דעם באן סיסטעם. א פאניק און היסטעריע איז ענטשטאנען אין שטאט, מענטשן זענען געלאפן פאר'ן לעבן.

אנדערש ווי וואסער כוואליעס וואס לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן, זענען די דאזיגע כוואליעס געווען פיל געדיכטער און דערצו קלעביג, און וואו עס האט נאר צוגערירט איז געבליבן קלעבן א דיקן שיכט, דאס האט עס געמאכט פיל מער טויטליך; דער וואס איז פארכאפט געווארן דערין האט נישט געהאט קיין וועג ארויס, פרובירן זיך צו ראנגלען האט נאר טיפער איינגעזונקען דעם אומגליקליכן.

פילע רעטונגס אגענטורן פון איבער דער וועלט, דערונטער דער רויטער קרייץ, האבן געשיקט הילף קיין באסטאן ארויסצוהעלפן די ארטיגע אויטאריטעטן, רעטונגס לייט זענען ארומגעלאפן אויף די גאסן און אריינגעטאנצט אינ'ם סירופ ארויסצושלעפן פארכאפטע. דער פאניק און צעמישעניש צווישן די מאסן איז געווען אזוי גרויס אז מ'האט געמוזט זיין פארנומען צוריקהאלטן הונדערטער דערשראקענע צושויער פון שטערן די רעטונגס לייט, וואס דאס האט נאר שווערער געמאכט די ארבעט.

די צאל פארוואונדעטע האט געהאלטן אינאיין שטייגן, מ'האט געדארפט אויפשטעלן א צייטווייליגער שפיטאל צו קענען באהאנדלען די פילע פאציענטן. רוב פארכאפטע האט מען שווער געקענט דערקענען נאכ'ן ארויסראטעווען צוליב די אנגעקלעבטע סירופ. פיר טעג האט מען געזוכט פאר פארלוירענע ביז מ'האט אפיציעל אויפגעגעבן. אזוי שפעט ווי צוויי-דריי מאנאטן נאך דער קאטאסטראפע האט מען נאך געפונען עטליכע אומגעקומענע אין די וואסערן ארום באסטאן.

די רייניגונגס פראצעדור האט גענומען עטליכע וואכן. מ'האט באשפריצט די גאסן מיט שארפע כעמיקאלן, אבער אפילו אזוי איז דער האפן פון באסטאן געבליבן ברוין ביז די זומער מאנאטן. ביז א שיין שטיק צייט דערנאך האט די שטאט געקלעבט פון סירופ וואו מ'איז נאר געגאנגען; פון די קעלערן ביז אונטער-ערדישע באן סטאנציעס. א צייטונג האט זיך דאן אויסגעדריקט: "אלעס וואס א באסטאנער רירט אן ווערט קלעבעדיג". ביז עטליכע יאר שפעטער האבן איינוואוינער זיך נאך באקלאגט אז מ'קען נאכאלץ שפירן דעם גערוך אין די זומער וואכן.

די קאטאסטראפע האט געקאסט 21 פאטאליטעטן און פארוואונדעט איבער 150 אנדערע, צווישן די קרבנות זענען געווען עטליכע רעטונגס לייט.

א שווערע אויספארשונג האט נאכגעפאלגט און שווערע קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן קעגן דעם פאבריק. די בעלי בתים האבן פארשטייט זיך פרובירט אפווארפן די קלאגעס מיט די טענה אז זאכן קענען געשען, און דאס וואס ס'האט פאסירט איז געקומען דורך אן אומפאראויסגעזענעם עקסידענט. אבער די עקספערטן און אויספארשער וואס זענען אראפגעשיקט געווארן צום פאבריק האבן באשטעטיגט אז דער טאנק איז געווען שוואך געבויעט, און אז דאס האט אויפגעריסן צוליב די אומפאראנווארטליכקייט פון די בעלי בתים.

נאך א לענגערע געריכטליכן פראצעדור איז די פאבריק געפינען געווארן שולדיג און זענען געצוואונגען געווארן צו באצאלן 628,000 דאלער קנס, און נאך זיבן טויזנט דאלער פאר די משפחות פון איטליכן קרבן. די דאזיגע פאסירונג האט געברענגט אן אויפוואכונג איבער דער לויזקייט פון זיכערהייט געזעצן, און האט צוגעברענגט איינצופירן נייע שטרענגע געזעצן און רעגולאציעס פאר פאבריקן אין די פאראייניגטע שטאטן.

היינט געפינט זיך אויפ'ן פלאץ פונ'ם פאבריק א שטאטישער פארק, און א טאוול ליגט אויפ'ן ארט אלס געדענקמאל צו דעם טראגי-קאמישן געשעעניש.
Molasses Flood Historical Marker.jpg
Molasses Flood Historical Marker.jpg (266.5 KiB) געזען געווארן 117 מאל
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1115

Re: ווען א שטאט איז באגראבן געווארן אונטער זיסקייט

פאוסט דורך חנן »

WOW!!! הערליך!

און פאר די וואס האבן נישט עקסעס צו אייוועלט (ווי מיר) וואס דערפאר לאודט זיך נישט די בילדער וואס זענען דארט געהאוסט, ברענג איך לינקס צו די בילדער דערפון אויף וויקיפעדיע:

דער ריזיגער טאנק איידערן אויפרייס

דער סצענע נאכן אויפרייס. די ברוכווארג פונעם טאנק זעט זיך נאך אן.

שווערע חרבנות צו די באן שינעס פאראורזאכט דורכן סירופ פארפלייצונג
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 170

Re: ווען א שטאט איז באגראבן געווארן אונטער זיסקייט

פאוסט דורך יצחק לעווי »

חנן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:55 pm WOW!!! הערליך!

און פאר די וואס האבן נישט עקסעס צו אייוועלט (ווי מיר) וואס דערפאר לאודט זיך נישט די בילדער וואס זענען דארט געהאוסט, ברענג איך לינקס צו די בילדער דערפון אויף וויקיפעדיע:

דער ריזיגער טאנק איידערן אויפרייס

דער סצענע נאכן אויפרייס. די ברוכווארג פונעם טאנק זעט זיך נאך אן.

שווערע חרבנות צו די באן שינעס פאראורזאכט דורכן סירופ פארפלייצונג
פארראכטן, עקסטער ארויפגעלייגט די בילדער.

שכוח פאר'ן צוברענגען די עקסטערע בילדער.
שרייב פאוסט