דאס איז וואס איינע פון די טעראריסטן האט צו זאגן:
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער קיינער האט מיר נישט ליב. אין מיין היימלאנד כינע בין איך געווען גאר באליבט, דארט באקום האב איך באקומען אנערקענונג, אבער זינט כ'האב איבערגעטרויטן דעם אמעריקאנעם באדן האב איך איינגעזען אז קיינער גלייכט מיר נישט, יעדער לויפט אוועק פון מיר און קיינער וויל נישט שטיין נאנט צו מיר.
געווען איז עס ווען איך בין נאך געווען ניי, און כ'האב זיך געוואלט באקענען מיט מיינע נייע שכנים, די אמעריקאנע, האב איך זיך באזעצט אויף איינעמ'ס איקסל און געווארט איך זאל באמערקט ווערן. דער מאן אויף וועם כ'בין געזיצן האט געהאט אזא ברייטן פלאטשיגן היט, עפעס וואס כ'האב קיינמאל נישט געזען אין כינע, כ'האב עס געוואלט זען פונדערנאנט בין איך ארויף געפלויגן אויף דעם היט, אבער דעמאלטס האט עס פאסירט; כ'האב געהערט ווי איינער, מיט א ענליכע היט גראדע, גיבט א שריי. "עפעס א חי' איז אויף דיין היט!". כ'האב נישט געוויסט וואס קומט ווייטער, אבער פאר וואס ווען וואו האט די היט זיך געהויבן אויף ארויף, א שוידער האט מיך אנגעכאפט, כ'האב זיך אנגעהאלטן שטארק, אבער נאך עטליכע מאל פליען ארויף און אראפ האב איך אראפגעטראסקעט אויף דער ערד, און אוועקגעפלויגן א פארשעמטער.
אויב האב איך געמיינט אז ס'איז א איינמאליגע געשעעניש האב איך זיך טועה געווען. נאך וואס כ'האב געבוירן מיין ערשטע צענדלינג, בין איך ארויסגעגאנגען זיכן עסן צו שפייזן מיין פאמיליע, כ'בין געזיצן אויף א בוים צו אבזערווירן די ארום ווען מיטאמאל האב איך באמערקט א אינזעקט וואס וועט קענען זיין א גוטע נאכטמאל, כ'האב אנגעהויבן אראפפליען פונעם בוים מיט מיינע געדרייטע פליגלען צו כאפן מיין נאכטמאל ווען פלוצלינג האב איך זיך דערזען פליען קעגן די אויגן פון א מענטש וואס האט אויך גראדע געהאט אזא סארט היט נאר אביסל העכער. מיינע קישקעס האבן זיך אנגעהויבן דרייען, כ'האב זיך דערמאנט וואס ס'האט פאסירט ווען כ'האב זיך באזעצט אויף איינעמ'ס היט, אבער בעפאר'ן קענען טראכטן האב איך אנגעהויבן כאפן מכות און אראפגעפאלן אויף דער ערד, כ'האב נאך עספיעט צו זען די מענטש אנטלויפן בעפאר כ'האב פארלוירן מיין באוואוסטזיין.
כ'ווייס נישט ווילאנג כ'בין אזוי געלעגן דארט אבער ווען כ'האב זיך אויפגעכאפט בין איך גלייך צוריקגעפלויגן צו מיין היים. נאכטמאל איז טאקע נישט געווען יענעם טאג, און כ'האב זיך אויסגערעדט צו מיין בני בית, אבער זי וואס ווערט נישט אזוי שנעל פארלוירן פון געשעענישן האט מיר געמוטיגט אז ס'איז נאר צוליב וואס אונז זענען ניי. וועסט זען, זאגט זי מיר, אז מ'וועט אונז נאך ליבן פונקט ווי אין כינע.
זינט דאן איז שוין אריבער אפאר יאר, און די צוגאנג צו אונז האט זיך גארנישט פארבעסערט נאר ערגער געווארן. מיין פאמיליע האט זיך שוין פיל פארברייטערט און אסאך זענען שוין געגאנגען וואוינען אין אנדערע שטעט. למעשה ווערט די צוגאנג צו אונז נאר פארערגערט, מענטשן אנטלויפן פון אונז, מ'הארגעט אויס פון אונז אין די מאסן.
אבער אונז זענען נישט קיין רחמנות'ער און מיט די צייט האבן אונז זיך אויסגעלערנט צוריקצושלאגן, פיל פון אונז ווערן טאקע גע'הרג'עט, אבער אונז גיבן נישט אויף, אונז וועלן טעראראזירן דאס מענטשהייט ביז מ'וועט אונז מער נישט טשעפען און אנהייבן רעספעקטירן.
אבער איך, יצחק לעווי זאגט; נישטא פון וואס צו רעדן, כ'ווייס נישט ווער ס'האט ענק אהערגעברענגט, אבער גייטס ענק מיט ענקערע רויטע גופים און דרייעדיגע פליגלען צוריק קיין כינע! שפילט נישט יעצט די רחמנות קארטל אז ענק האבן זיך נאר געוואלט זיך באקענען, בלא בלא בלא. א שיינע מעשה געמאכט, כ'קויף דאס נישט, עטס זענטס דא פאר איין ציל; טעראראזירן דאס מענטשהייט, און יעצט בעט עטס פאר איינגעהאלטנקייט? ניין, ביי אונז אמעריקאנע ווייסט מען אז מ'פארהאנדלט נישט מיט קיין טעראריסטן! קומט נישט אין באטראכט!!
מיין סטעיטמענט צו די כינעזע טעראריסטן
- יצחק לעווי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
- Location: אין מיין הויזן
- x 168