בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
הער איך אז דעם שבת האבן די אדמורי"ם שליט"א געפראוועט אויף די בערג, אויף מער א פארמאכטע פארנעם.
דער עלסטער זוהן כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' דוד משה מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א, האט געפראוועט אין קרית יואל, אין אריינגעצויגן שלש סעודות ביז צוויי שעה נאכן זמן.
די אנדער צוויי כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יואל שליט"א, און כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' שמואל צבי שליט"א האבן אינאיינעם געפראוועט אין וואדרידש, בבית מדרשו של אביהם האדמו"ר זצלל"ה הכ"מ, וואס איז תחת נשיאותו פונעם אדמו"ר הצעיר ר' שמואל צבי שליט"א, וואו זיי האבן זיך געקריגט ווער עס קען מער מכבד זיין די אנדערע.
כמותם ירבו בישראל
אויב האט עמעציר בילדער ביטע ארויפשטעלן, יישר כח פון פאראויס

אגב דער אדמו"ר הצעיר הרה"צ רבי שמואל צבי שליט"א, איז לכאורה דער סאמע ערשטע "אור אייניקל" פון הרה"ק בעל תורת מדרכי מוויזניץ זי"ע וואס איז אן אפיציעלע רבן של ישראל
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
איך כאפ נישט, וויאזוי זענען אלע דריי ברידער געווארן רבי? איז דא גענוג פאר דריי רביס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
לאמיר פרובירן צו ענטפערן ביידע שאלות אויף איינמאהל:
צוערשט לאמיר פארשטיין, וואס איז דאס א ספינקא רבי?
עס איז נישטא קיין ספינקא רבי וואס האט א קהילה מיט אן הנהלה מיט מעמבער'ס, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך. געווענטליך פארמאגט א ספינקא רבי אויך נישט קיין מוסדות התורה, נאר בלויז א חצר, א רבי'שע הויף. נאכמער אפילו קיין געפאקטע תפילות און טישן יעדע יום טוב און יומא דפגרא פארמאגן זיי אויך נישט. אויב אזוי וואס איז דאס א ספינקא רבי?
א ספינקא רבי איז א רבי צו וועם אידן ווענדן זיך מיט סיי וועלכע פראבלעם ברוחניות ובגשמיות, און די רבי איז זיי מדריך , טריט ביי טריט, אזוי ווי א טאטע באגלייט זיינע קינדער. נאכאמאל סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אזוי ווי א רבי פאר דער קריג.
הרה"ק רבי הערשעלע זי"ע, האט די ערשטע צעהן יאהר אין אמעריקא (אין די יוד יארן) געוואוינט אין די איסט סייד און געהאט א קליינע הייקעלע וואו ער האט געוואוינט אויבן, און געהאט א שבת שוהל אונטן, א גאנצע וואכן האט ער געדאווענט אין די צענטראלע ביהמ"ד קהל חרדים דארט אין די איסט סייד.
אין די אנהויב כ' יארן האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג אויף קיעפ סט. וואו ער האט געהאט גענוי די זעלבע זאך וואו אין די איסד סייד, א הויז אויבן און א קליינע שבת שוהל אונטן, (די קליינע ביהמ"ד'ל שטייט נאך ביז היינט, איהר קענט עס גיין זעהן, אויף 192 קיעפ סטריט די קליינע פאליש אויף די לינקע זייט) אגאנצע וואך פלעגט ער דאווענען אין סאטמאר ביהמ"ד 550 בעדפארד.
הערשט אין די סוף כ' יארן אדער אנהויב ל' יארן האט זיך זיין ביהמ"ד געעפנט אינמיטן די וואך, אבער עס איז געבליבן א קליין ביהמ"ד, וואו עס גייט בדוחק גדול אריין דרייסיג אידן.
הערשט אין די מיטעלע מ"ם יארן (צעהן יאהר פאר זיין פטירה) האט מען ארויסגעבויעט די "גרויסע ביהמ"ד" וואס שטייט נאך גענוי אזוי, אויף 192 קיעפ סט. און וויפיל אידן מיינט איהר האבן דארט געדאווענט א שבת, הונדערט אידן איז די מאקסימום, וואס איינער וועט מגזים זיין.
איי הרה"ק ר' הערשעלע זי"ע איז געווען פון די גרעסטע קוויטל נעמער'ס בימיו, טויזנעטער אידן בלי גוזמא האבן זיך נישט גערירט אן זיין ווארט, דאס איז טאקע א ספינקא רבי, א קליינע חצר אבער הערט אויס און באגלייט טויזענטער אידן.
לעניננו: דער יעצטיגע רבי פון בית שמואל צבי ספינקא זצ"ל, האט טאקע נישט געהאט קיין גרויסע ציבור אין זיין ביהמ"ד, אבער ער האט געהאט הונדערטער (אדער גאר טויזענטער) אידן וואס האבן שיך נישט גערירט אן זיין ווארט, ער האט כמעט אלע שעות פון זיין טאג אוועקגעגבן צו אויסהערן און באגלייטן אידישע קינדער. איך האב נאכגעהערט פון זיינע גבאים און שטוב מענטשן, אז נישט נאר לאקאלע אידן פלעגט ער באגלייטן, נאר אידן פון די גאנצע וועלט פלעגן זיך נישט רירן אן זיין ווארט, פון ארה"ק, פון ענגלאנד, און אפילו פון אויסטראליא. איבעראל האט ער געהאט אידן וואס האבן אין איהם געזעהן זייער מורה דרך אויף יעדן טריט אין לעבן (אפשר שפעטער וועל איך ברענגן משלים, וואס איך האב געהערט פון זיינע חסידים)
יעצט ווען ער איז ליידער פריצייטיג נסתלק געווארן, זענען אלע דריי זוהן געווארן אדמורי"ם, אזוי ווי ער שרייבט אין די צוואה, וואס איז געווארן אויסגעליינט דורך דער גבאי הקהילה הרה"ח רבי מאיר צבי פראנצויז הי"ו, אז ער האט דריי חשובע קינדער תלמידי חכמים און יראי השם און אלע פון זיי דענען ראוי צו "מדריך זיין אידישע קינדער", אזוי ווי די ספינקא רבי'ס אין אלע דורות, נישד קיין חילוק וויפיל אידן עס דאווענען אין זייער ביהמ"ד.
נאכמער דער אינגסטער זוהן האדמו"ר רבי שמואל צבי שליט"א, האט לכאורה די מערסע אנהענגער, זייענדיג די נענסטע צום טאטן די לעצטע צוויי יאהר, זענען אלע הזכרות געגאנגען דורך איהם, און ווען מען האט נישט געקענם צוקומען צום טאטן (וואס איז ליידער געווען מוטל על ערש דוי) האט מען גערעדט צו איהם (דעריבער גלייב איך אז ער האט די מערסטע מענטשן, אבער איך בין נישט זיכער אין דעם עס איז בלויז א סברא)
יעצט איז דוין לכאורה פארשטענליך פארוואס איך האב געשריבן "רבן של ישראל" און אויך ווי אזוי אלע 3 זוהן זענען געווארן רבי כאטשיג וואס עס איז נישטא קיין כדאי חלוקה פון די מתפללים אין ביהמ"ד.

@עק וועלט
יישר כח פאר די קלארקייט, הגם דאס אז מענטשן וואס האבן זיך דורכגערעדט מיט'ן טאט'ן איז נישט ממש עפעס וואס מ'קען ירש'ענען. איבערגעבן א רבנות בירושה איז לכאורה נאר שייך עכט ווען מגעבט איבער א קאמפאני.
אבער ס'מאכט סענס אז דער טאטע האט זיי מכבד געווען און ממליץ געווען פאר זיינע נאכפאלגער אז מ'קען גיין צו זיי.
אגב, ספינקא איז נישט בשיטה אלעמאל געווען א מוסדות'לאזע קהלה. ספינקא האט אייגנטליך געהאט א מוסד, און די ספינקא חדר איז טייל פון די קורות ימי סאטמאר... רבי הערשעלע ז"ל האט געהאט אויסצושטיין פון סאטמאר דערוועגן.
יישר כח פאר די קלארקייט, הגם דאס אז מענטשן וואס האבן זיך דורכגערעדט מיט'ן טאט'ן איז נישט ממש עפעס וואס מ'קען ירש'ענען. איבערגעבן א רבנות בירושה איז לכאורה נאר שייך עכט ווען מגעבט איבער א קאמפאני.
אבער ס'מאכט סענס אז דער טאטע האט זיי מכבד געווען און ממליץ געווען פאר זיינע נאכפאלגער אז מ'קען גיין צו זיי.
אגב, ספינקא איז נישט בשיטה אלעמאל געווען א מוסדות'לאזע קהלה. ספינקא האט אייגנטליך געהאט א מוסד, און די ספינקא חדר איז טייל פון די קורות ימי סאטמאר... רבי הערשעלע ז"ל האט געהאט אויסצושטיין פון סאטמאר דערוועגן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
איבער די ספינקא תלמוד תורה אין וויליאמסבורג קען מען גאר אסאך רעדן, אבער הכל מודים אז ספינקא האט קיינמאל נישט געהאט קיין אוועקגעשטעלטע מסודות החינוך פאר אינגלעך מיידלעך און בחורים, אויפאיינמאהל אוודאי נישט.
טאקע וויבאלד דאס איז נישט געווען דער עיקר, נישט אז איינער האט געהאט עפעס קעגן דעם, אבער מען האט אלעמאהל געזעהן אז דאס איז א טפל צו זייער עבודת הקודש, דייער עיקר ארבעט איז אלעמהל געווען צו מדריך זיין אידישע קינדער.
טאקע וויבאלד דאס איז נישט געווען דער עיקר, נישט אז איינער האט געהאט עפעס קעגן דעם, אבער מען האט אלעמאהל געזעהן אז דאס איז א טפל צו זייער עבודת הקודש, דייער עיקר ארבעט איז אלעמהל געווען צו מדריך זיין אידישע קינדער.
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
אגב איהר שרייבט: ספינקא איז נישט בשיטה אלעמאל געווען א מוסדות'לאזע קהלה...
ספינקא איז אבער יא אלעמעהל געווען קהילה'לאז, נישטא אזא זאך ווי א מעמבער אין א ספינקא קהילה, עס איז בלויז א חצר.
די מוסדות התורה וואס איז יא געווען געוויסע צייטן איז געווען א טפל, און האט נישט געהאט קיין סאך צוטוהן מיט די רבי'ס עבודה פון פראווענען אידישע קינדער
וקראלי יוכיח
ספינקא איז אבער יא אלעמעהל געווען קהילה'לאז, נישטא אזא זאך ווי א מעמבער אין א ספינקא קהילה, עס איז בלויז א חצר.
די מוסדות התורה וואס איז יא געווען געוויסע צייטן איז געווען א טפל, און האט נישט געהאט קיין סאך צוטוהן מיט די רבי'ס עבודה פון פראווענען אידישע קינדער
וקראלי יוכיח
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
שלש סעודות מוצש"ק שבעה
פון רעכטס צו לינקס:
חתנו הרה"ג רבי יוחנן האגער אב"ד וויזניץ-ב"פ לינדען שליט"א
בנו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יואל מבית שמואל צבי ספינקא ארה"ק שליט"א
בנו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי דוד משה מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א
חתנו הרה"ג רבי בערל ראזענבוים אב"ד מאשלאו וויליאמסבורג שליט"א
בנו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי שמואל צבי מספינקא וואדרידזש שליט"א

- פיילס
-
- 2026-08-24 (5).jpg (55.85 KiB) געזען געווארן 283 מאל
-
מיט א ברען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 88
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
- x 104
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
דערנאך איז הרה"ג רבי יעקב יואל שעהר שליט"א ראש ישיבת מסילת ישריםעק וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 24, 2026 11:04 pm שלש סעודות מוצש"ק שבעה