נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.

קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!

ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
ווער זאגט אז קרית יואל איז נישט געבינדען צו א ווילעזש?
דיין מיינונג אדער האסט א מקור?
להחזיר עטרה ליושנה
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 7:01 pm
x 18

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך להחזיר עטרה ליושנה »

האט די רבי ז"ל געבויעט שכונת ויואל משה? האט די רבי ז"ל געבויעט די נייע דיוועלאפמענט ביי מאוינטען רידזש? האט די רבי ז"ל געבויעט עידען עדזש? וואס איז דא אנדערש? ווייל סאיז א אנדערע ווילעדזש?

אויב שכונת ויואל משה האט א אייגענע גראסערי און א אייגענע פארמאסי גייט עס ווערן א אייגענע שטאט? אויב זיי טיילן זיך אפ און ווערן א אייגענע ווילעדזש, ווערט עס אויס קרית יואל?

איז ספרינג וועלי אין מאנסי? אדער א אייגענע ווילעדזש? אויב זאל ספרינג וועלי ווילעדזש ווערן דיסאלווד, גייט עס ענדערש הייסן מאנסי?

עס איז זייער פשוט און קלאר פאר יעדן איינעם
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

להחזיר עטרה ליושנה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:06 am
אשר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 16, 2026 9:25 am איך בין ניי דא, אבער נאכן דורכקוקן שנעל די טעמע דא וואונדער מיר פארוואס אין אלע צוויי הונדערט בלעטער דא זעה איך נישט בארירן די טעמע פארוואס טאקע דער רבי שליט"א האלט אז בלומינג גראוו איז זיין שטאט?
עס קען זיין אז אין הלכה איז דא אזא זאך אז גלילות פון א שטאט ווערט גערעכנט ווי די שטאט אליינס, אבער דא איז דאך באמת בלומינג גראוו א שטאט פאר זיך, סיי לעגאל און אפיציעל, סיי מצד די נאמען שבו, סיי מצד די גרויסקייט וואו עס שלינגט ממש איין קרית יואל, סיי מצד ווייל די מענטשן וואס האבן עס מייסד געווען האבן עס נישט מייסד געווען על מנת צו זיין א חלק פון קרית יואל, סיי מצד ווייל עס האט פירער וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט קרית יואל, סיי די וויליזש פירער סיי די רבני העיר, סיי מצד די תושבים וואס זענען נישט אויסען צו זיין אונטער די קרית יואל הנהגה, איז דא אזא זאך אז יעדע רב אדער הנהלת העיר קען אלינס באשליסן צו ארויפצווינגען אויף א מענצאפליטעט אז זיי זיי מוזן הייסן גלילות און זיי מוזן זיך אונטערווארפן בעל כרחם? ביטע מסביר זיין
נאך די אלע גאונותדיגע שקלא וטריא פון אשר, האלט נאך עימיצער דא אז אשר איז טאקע ניי דא און פרעגט פשוט פאר וואונדער? אדער איז ער גוט אויסגעקאכט אין די ענינים און איז איז לכתחילה געקומען עפענען מיט א נייע ניק צו אנדרייען א קאשע?
לאמיר קודם הערן וואס די האלטסט...
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

להחזיר עטרה ליושנה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:17 am האט די רבי ז"ל געבויעט שכונת ויואל משה? האט די רבי ז"ל געבויעט די נייע דיוועלאפמענט ביי מאוינטען רידזש? האט די רבי ז"ל געבויעט עידען עדזש? וואס איז דא אנדערש? ווייל סאיז א אנדערע ווילעדזש?
אפשר יא, די ווייסט במקורות אז א אנדערע ווילעזש מאכט נישט אויס אין דעם נידון?

עס איז זייער פשוט און קלאר פאר יעדן איינעם
נאכאמאל, דאס וואס איז זייער פשוט און קלאר פאר דיר און פאר יעדן איינעם וואס טייפט אויף אידטיש מאכט בכלל נישט אויס אין דעם דעת תורה שבו, אדרבה הויב אן ברענגן ראיות קעגן דעם בנין וואס הרב גאלדבערג האט שוין אנגעהויבן בויען, דארט איז דער נקודה.
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 242
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 219

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גאלדבערג »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות?
א שיינע לשון קודש אויסדרוק
פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
פון קבלת התורה ביז ה'אלפים תשע''ו ווען אידן האבן אנגעהויבן קויפן הייזער אין ב''ג
האט זיך שוין געמאכט אזעלכע שאלות
ומשם תדרשנו

בכלל צו האבן א בליק אויף א תקנת העיר עי' מבי''ט פ''ד
א שטיקל תמצית
► Show Spoiler

דעי ווערטער אינעם חת''ס איז זייער יסודות'דיגע

"אין הרוב יכולין לגזול את המיעוט
ולא קבלו עליהם הקהל אלא למיגדר מילתא ותקנת הקהילה בשוה, אבל להטיל מס על יחידים שלא כדת – לא כל כמיניהו
".
דער חתם סופר זאגט דא קלאר די הלכה'דיגן יסוד
דער כח פון א רוב צו מאכן תקנות עקזיסטירט נאר ווען די תקנה איז "בשוה"
גלייך און יושר'דיג פאר אלעמען.
אבער אויב דער רוב נוצט זיין פאליטישן אדער דעמאגראפישן כח צו מאכן תקנות אדער רעגולאציעס וואס וועלן דריקן אדער קאנטראלירן די מינדערהייט אין א צווייטן ארט (ווי ארויפצווינגען טעקס רעגולאציעס אדער פאליטישע בעלות אויף א צווייטען), הייסט דאס הלכה'דיג "גזל"
א קהל מאכט קען נישט נוצן איר גרויסקייט אלס א כלי צו אונטערדריקן די זעלבסטשטענדיגקייט פון א צווייטן
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:14 am דעי ווערטער אינעם חת''ס איז זייער יסודות'דיגע

הרב גאלדבערג העיקר חסר מדבריך, וואס דער חתם סופר לייגט צו נאך אלעם:
כל זה בני הישובי' השייכים לקהלה והמה שותפי' עמהם בכל דבר אך התושבים הגרים עמכם מגלילות רחוקים ואין להם יד ושם בקהלה ולא שום שותפות לא ידעתי שום מקום להטיל עליהם שום דבר גדול או קטן מעולי הקהלה וכו'
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:16 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.

קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!

ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
ווער זאגט אז קרית יואל איז נישט געבינדען צו א ווילעזש?
דיין מיינונג אדער האסט א מקור?
בעיסיק היסטאריע... דער רבי זי"ע האט געגרינדעט קרית יואל. אגרי?

בשעתו איז נישט געווען קיין ווילעדזש, און אויך האבן געוויסע מענטשן געוואוינט גאר ווייט פונעם צענטער. אגרי?

סא וואס איז בכלל דער נושא?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:19 am

אלעס אגריט צו דיר אויף דעם עבר ביים בויען דעם שטאט.
יעצט למעשה היינט תשפ"ו ווען עס איז יא א אזא מציאות פון א ווילעזש, קען דאך זיין א סברא אז היינט צוטאגס זאל עס יא זיין תלוי אין דעם. אגרי?
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:07 pm דברי מלכיאל
Screenshot_20260817_230430_Gmail.jpg
ער רעדט פון א דיני ממונות שאלה כלפי דח שוחטים ודו"ק
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:31 pm איך בין סתם נייגעריג צו הערן פון די שרייבער דא: לשיטתכם איז דא עני וועג פאר א גליל צו ווערן אן אייגענע שטאט?
גוטע שאלה, זייער רואיג געפרעגט!
נישט מוכרח אז יא (גראדע האלט איך אזוי), און מדארף דאס טאקע דורכטון אויב מקען להלכה און ווי אזוי
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:49 pm נאך איין מראה מקום די חת''ס אין די תשובות או''ח קצ''ג

איך וועל לייגן אין אידיש א תמצית -געהאקטע אידיש- עס איז גוט צו אריינקוקן דערין און זעהן אינעווייניג וויזוי ער שמועסט עס אויס

זיי טענה'ן אזוי ווי עס איז דער שטייגער וועגן די שטייערן און אפגאבן און אלע קהילה-הוצאות. די קהילה פאדערט פון זיי געלט,
אבער זיי טענה'ן אז זיי קומען דאך כמעט נישט אין שטאט, נאר בלויז דריי טעג א יאר – ראש השנה און יום כיפור – צו דאווענען אין דער הייליגער שול. און דעם גאנצן יאר האבן זיי קיין שום הנאה נישט פון די זאכן וואס די קהילה שטעלט צו און פירט אויס

וייל אויב זיי האבן אן אייגענע פראגע אדער א ספק (אין הלכה), זענען זיי דאך זייער ווייט פון דער קהילה, און עס איז פאר זיי אוממעגלעך צו פארן און פסק'ענען יעדער קלייניקייט.
זיי האבן אייגענע שוחטים און בודקים פאר זיך, און זיי האבן נישט קיין הנאה פון די שוחטים וואס זענען באשטימט דורך דער קהילה.
דאס זעלבע איז מיט אנדערע זאכן ווי א מקוה וכדומה (זיי נוצן עס נישט).
אויב אזוי, פון וואו נעמט זיך דאס רעכט ארויפצוצינגען אויף זיי דעם עול פון די אלע הוצאות פונקט ווי א פולער איינוואוינער פון דער קהילה
אבער די מענטשן פון דער שטאט קהילה פאדערן פארקערט. זיי זאגן אז מען קען נישט צוגלייכן די ארבעט און די שטייער-אפשאצונג פון יעדן איינעם לויט זיין ערך, און מען דארף לייגן אויף די דאָרפישע בעלי-בתים נאך מער ווי אויף די שטאטישע לויט זייער געלט און עשירות. ווייל די שטאטישע צאלן כסדר פאר דער קהילה-קאסע פון יעדע פונט פלייש, פון עופות שחיטה, פון טרינקען וויין און קויפן מצות, און דאס גאנצע געלט גייט אריין אין קאַסע צו שטיצן די קהילה-הוצאות.
און די דאָרפישע מענטשן צאלן דאך נישט די אלע קליינע שטייערן (ווייל זיי קויפן נישט אין שטאט), כאטש זיי זענען אויך באלאדנט מיט אנדערע שווערע רעגירונגס-שטייערן און אפגאבן. נאך א טענה און א וואונדער איז דא: עס זענען געקומען מענטשן פון אנדערע גלילות און האבן זיך באזעצט דארט דורך די קהילה-לייט, און צוליב דעם זענען אנדערע ארטיקע יידן פארטריבן געווארן פון זייערע וואוינונגען און שטעטלאך.

דער חתם סופר פסק'נט
אז די דארפישע יידן קענען זיך נישט אינגאנצן פטר'ן פון די הוצאות הקהילה. אפילו אויב זיי קומען נאר דריי טעג א יאר (ראש השנה און יום כיפור), זענען זיי נאך אלץ מחויב צו צאלן פאר די הויפט-זאכן וואס האלטן אויף דאס יידישקייט פונעם גאנצן גליל
רב און שוחט: די דארפישע יידן מוזן האבן א רב צו וועמען צו פרעגן שאלות און א שוחט, אפילו אויב זיי האבן אן אייגענעם שוחט אינעם דארף, ווייל דער ארטיקער שוחט מוז שטיין אונטער די השגחה פונעם גרויסן רב פונעם גליל.
ביהמ"ד און מקוה: אזוי ווי זיי קומען פאר די ימים נוראים דאווענען אין שטאט, זענען זיי שותפים אין דעם בנין בית המדרש און אין די מקוה.

וויאזוי רעכנט מען אויס די שטייערן? (דער אמת'ער יושר)
דער חתם סופר פארשטייט די טענה פון די דארפישע יידן אז די שטאטישע מענטשן צאלן ווייניקער דירעקטע שטייערן ווייל זיי צאלן כסדר קליינע אפגאבן (אויף פלייש, וויין, מצות וכדומה) וואס גייט אריין אין די קהילה-קאסע. דעריבער פסק'נט ער א יושר'דיגן חשבון:

מען דארף אויסרעכנען די גאנצע הוצאות הקהילה (למשל: 1000 רייניש).
מען נעמט אראפ דאס געלט וואס די שטאט פארדינט פון די קליינע שטייערן (למשל: 300 רייניש).
דעם איבערגעבליבענעם חוב (די 700 רייניש) דארפן אלע אינאיינעם צאלן – סיי די שטאטישע און סיי די דארפישע – יעדער איינער לויט זיין עשירות און פארמעגן.

די אויסנאם – וויין: אויף וויין זאגט ער אז די דארפישע יידן האבן בכלל נישט קיין שותפות, ווייל זיי קויפן זייער וויין ביליג אין די דערפער און האבן קיין שום שייכות נישט צו די שטאטישע וויין-האנדל. דעריבער טאר מען זיי נישט בעטן קיין געלט דערפאר.
לגבי די טענה אז די קהילה האט אריינגענומען נייע מענטשן פון אנדערע גלילות און צוליב דעם זענען ארטיקע יידן פארטריבן געווארן ("נתגרשו יהודים ממשכנותם"), שרייבט דער חתם סופר זייער שארף:

אזוי ווי די נייע מענטשן זענען געקומען פון דאס ניי און זענען נישט קיין אלטע שותפים אין די קהילה, האבן זיי נישט קיין רעכט הנאה צו האבן פון די אלטע מוסדות (ביהכנ"ס, מקוה) אן די הסכמה פון די דארפישע יידן.
די קהילה-לייט האבן נישט קיין שום רעכט צו געבן פאר די נייע מענטשן פריווילעגיעס וואס טשעפענען אדער נעמען צו די פרנסה און וואוינונגען פון די אלטע דארפישע יידן.
דער חתם סופר צייגט אונז דא א געוואלדיגן יסוד אין חושן משפט און הנהגת הכלל:
די קהילה איז נישט א ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה. א קהילה איז א שותפות קדושה.
מצד אחד מוז יעדער איינער שטיצן די רוחניות'דיגע יסודות (רב, שחיטה, מקוה), אבער מצד שני טאר די הנהגה פון די שטאט נישט אויסנוצן די כח פונעם רוב צו באעוולען די מינדערהייט אדער די דארפישע יידן וואס זענען שוואכער אין קול. אלעס מוז געטאן ווערן מיט אן אמת'ן יושר און א מדוקדק'דיגן חשבון.

.
עפעס העלפט דיר דא אינעם מערכה?
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:36 am ווען מען עפנט א חתם סופר, א דברי מלכיאל, און מען קוקט די הלכה.
קען מען אביסל געבן צו פארשטיין די הבנה פון די רבני העיר פארוואס זיי באטראכטן עס אלץ א גענצליך באזונדערע שטאט
פארוואס בלומינגראוו קען און מעג זיין זעלבסטשטענדיג, און פארוואס דער אלטער צענטער קען נישט כופה זיין קיין בעלות.

אינעם חתם סופר שטייט קלאר אז ס'איז א שותפות פון יושר, נישט קיין כפיי' פון רוב
דער חתם סופר רעדט פון א מציאות פון "דארפישע אידן" וואס וואוינען ארום א שטאט
צו קענען מדמה זיין דעם חתם סופר צו אונזער פאל, און ארויסהאבן במה דברים אמורים דארף מען קודם פארשטיין דעם ריזיגן חילוק אין מציאות
בלומינגראוו הייסט היינט א "דארף"?
בלומינגראוו איז א שטאט פון הונדערטער משפחות, זיי קומען דען אריין קיין קרית יואל דריי טעג א יאר אויף ימים נוראים ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע שול?
פארקערט, בלומינגראוו איז פול מיט אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מקוואות, אייגענע דיינים אייגענע חלוקה פאר יו''ט פאר עניי העיר
א "עיר ואם בישראל" פאר זיך אליין!

אבער אפילו אויב איינער וועט זיך עקשנ'ען אז בלומינגראוו האט א דין פון א "דארף",
קוק וואס דער הייליגער חתם סופר פסק'נט:
"די קהילה איז נישט קיין ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה."

דער חתם סופר שרייט חי וקים, א שטאט קען נישט נוצן איר כח פון "מיר זענען דער רוב"
צו טשעפען די מינדערהייט פינעם דארף
דער חתם סופר מאכט א פונקטליכן חשבון, מ'רעכנט אראפ די קליינע שטייערן, מ'מעסט עס לויט יושר
דאס מיינט, אז די הנהגה אינעם גרויסן שטאט קען נישט פשוט באשליסן "עטס אלע באלאנגטס צו אונז און מיר וועלן אייך מאכן די פרייזן און די תקנות ווי אזוי מיר ווילן
ווייל אונז זעמיר די 'מאמע שטאט'
הלכה פאדערט יושר און פולע אנערקענונג מיט די איינוואוינער פון די נייע געגנט

מען טאר נישט טשעפן פרנסות:
די חתם סופר'ס שארפע ווערטער אז מ'טאר נישט ברענגען נייע מענטשן אדער פריווילעגיעס
וואס טשעפענען די פרנסה אדער וואוינונגען פון די לאקאלע
דאס איז א געוואלדיגער יסוד!
ווען בלומינגראוו בויט זיך אויף אלס אן אייגענער מוניציפאלער קערפערשאפט, מיט אייגענע געזעצן וואס שיצט די איינוואוינער און זייערע נכסים
קען נישט די שכנות'דיגע שטאט פרובירן ארויפצוצווינגען זאכן (ווי פאליטישע איינגעלעגנהייטן אדער טעקס רעגולאציעס)
וואס שטערט די וואוינונגען אדער די רעכטן פון די בלומינגראווער תושבים.

די דברי מלכיאל איז זייער קלאר צוברעכן א מוסד אדער בויען א נייעם כלי?
דער דברי מלכיאל ברענגט ארויס דעם יסוד פון "קלקול הרבים"
אז אויב א ציבור האט אינאיינעם אויפגענומען א שוחט אדער א רב, קען איין חלק נישט פלוצלינג זיך אפטיילן, ווייל דערמיט לאזן זיי איבער די אנדערע אין א מיינוס
דער שוחט וועט הונגערן, און די איבערגעבליבענע וועלן נישט קענען אליין דעקן די קאסטן.

יעצט לאמיר דאס צולייגן אויף אונזער שמועס,

איז דא א "קלקול הרבים" פאר קרית יואל?
קרית יואל איז א שטאט פון בלי עין הרע צענדליגע טויזנטער איינוואוינער
אויב די נייע שטאט בלומינגראוו שטעלט זיך אויף אירע אייגענע פיס מיט אן אייגענער קהילה,
רבנים און דיינים פאלט דען קרית יואל איין?
גייט דען עפעס א שוחט, אדער א מוסד אין קרית יואל צובראכן ווערן דערפון?
אבסאלוט נישט! די שטאט איז אדיר וחזק.
דער דברי מלכיאל'ס גאנצער איסור פון זיך אפטיילן איז געבויט אויף היזק פונעם ציבור דא איז נישטא קיין שום היזק; עס איז פשוט הרחבת גבולי הקדושה!
עס ווערט נאר א קאנקורענץ פון וואס טויזענטער אידן זענען נהנה

קיינער האט זיך נישט משעבד געווען: ווען אידן קויפן א דירה און מופן ארויס פון קרית יואל קיין בלומינגראוו,
איז עס דאך מיטן חשבון אז זיי בויען א נייע שטאט. זיי זענען א נייע ענטיטי
עס איז נישט א חלק פון די תושבי קרית יואל וואס מאכן פלוצלינג א מרידה אינמיטן שטאט
עס איז א גרופע מענטשן וואס זענען כדת וכדין ארויסגעגאנגען פונעם "גליל המשותף" כדי צו גרינדן א נייעם ישוב.

מען זעט מען איין קלארע זאך, די הלכה באשיצט דעם 'יושר' און היט אויס פון 'היזק'.
בלומינגראוו איז נישט קיין דארף וואס איז אנגעוויזן אויף די חסדים פון קרית יואל צו האבן ווי צו הערן שופר,
און דעריבער קען קרית יואל זיי נישט טעקסירן אדער קאנטראלירן אלס תלויים בהם
צווייטנס, בלומינגראוו'ס אויפבויען זיך ווי א זעלבסטשטענדיגע קהילה ברענגט נישט קיין שום פינאנציעלע חורבן פאר די מאמע-שטאט קרית יואל, וואס פארלאנגט אז מ'זאל עס אסר'ן.

אדרבה, דער חתם סופר ווארנט קלאר אז די שטארקע שטאט טאר נישט ניצן איר מאכט צו באעוולען און צונעמען די רעכטן פון די דארפישע
צו כופה זיין פאר די בלומינגראווער אז זיי זענען אייביג משועבד צו א פריערדיגן צענטער – אן פאקטישע סברות פון היזק –
דאס איז קעגן דעם הבנה פון יושר פונעם חתם סופר''
דאס אלעס אן אריינגיין אין קיין וויכיחים בארירט נישט קיין כי הוא זה די נושא פון די הערשאפט פונעם מרא דאתרא און מנהג המקום וואס נאר אויף דעם איז דא דער שמועס קאנצעטרירט און פרוביר ביטע נישט צו אינוואלוון קיין זייטיגע פרטים ווי שטייערן פרנסה וכו וכו
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

ב"ה ענדליך איז דער אשכול ארויף אויף די ריכטיגע רעלסן, יעדער קען לייגן אלע עמאושענס און פערסאנעל אפיניענס אין א זייט, און אלע נערעטיווס וואס ער האט געליינט אין וואכנשריפט/היימשטאט קען מען פארפאקן, אלע אראטארישע שמועסן אויפן האטליין קענען גיין אויף וואקאציע. און לאמיר זעהן וואס אונזערע גדולי ופוסקים מאורי הדורות וואס יעדע שאלה האבן זיי גוט אדורכגעטון און געפסקנ'ט האבן צו זאגן אין אונזער טעמע: איז בלומינגראוו א שטאט פאר זיך לכל ענין, אדער איז עס א חלק פון קרית יואל.
קונגראטאלאציעס!
אונז האבן דא אויך היינט ביים שיעור הרב עטוואס און הרב פופציגער וואס נייגן צו א אויער און ווילן מיטהאלטן, אפווענדן, מפריך זיין און ברענגען זייער דת של תורה. פיין.
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

עטוואס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:30 am
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:36 am ווען מען עפנט א חתם סופר, א דברי מלכיאל, און מען קוקט די הלכה.
קען מען אביסל געבן צו פארשטיין די הבנה פון די רבני העיר פארוואס זיי באטראכטן עס אלץ א גענצליך באזונדערע שטאט
פארוואס בלומינגראוו קען און מעג זיין זעלבסטשטענדיג, און פארוואס דער אלטער צענטער קען נישט כופה זיין קיין בעלות.

אינעם חתם סופר שטייט קלאר אז ס'איז א שותפות פון יושר, נישט קיין כפיי' פון רוב
דער חתם סופר רעדט פון א מציאות פון "דארפישע אידן" וואס וואוינען ארום א שטאט
צו קענען מדמה זיין דעם חתם סופר צו אונזער פאל, און ארויסהאבן במה דברים אמורים דארף מען קודם פארשטיין דעם ריזיגן חילוק אין מציאות
בלומינגראוו הייסט היינט א "דארף"?
בלומינגראוו איז א שטאט פון הונדערטער משפחות, זיי קומען דען אריין קיין קרית יואל דריי טעג א יאר אויף ימים נוראים ווייל זיי האבן נישט קיין אייגענע שול?
פארקערט, בלומינגראוו איז פול מיט אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מקוואות, אייגענע דיינים אייגענע חלוקה פאר יו''ט פאר עניי העיר
א "עיר ואם בישראל" פאר זיך אליין!

אבער אפילו אויב איינער וועט זיך עקשנ'ען אז בלומינגראוו האט א דין פון א "דארף",
קוק וואס דער הייליגער חתם סופר פסק'נט:
"די קהילה איז נישט קיין ביזנעס ואיש כל הישר בעיניו יעשה."

דער חתם סופר שרייט חי וקים, א שטאט קען נישט נוצן איר כח פון "מיר זענען דער רוב"
צו טשעפען די מינדערהייט פינעם דארף
דער חתם סופר מאכט א פונקטליכן חשבון, מ'רעכנט אראפ די קליינע שטייערן, מ'מעסט עס לויט יושר
דאס מיינט, אז די הנהגה אינעם גרויסן שטאט קען נישט פשוט באשליסן "עטס אלע באלאנגטס צו אונז און מיר וועלן אייך מאכן די פרייזן און די תקנות ווי אזוי מיר ווילן
ווייל אונז זעמיר די 'מאמע שטאט'
הלכה פאדערט יושר און פולע אנערקענונג מיט די איינוואוינער פון די נייע געגנט

מען טאר נישט טשעפן פרנסות:
די חתם סופר'ס שארפע ווערטער אז מ'טאר נישט ברענגען נייע מענטשן אדער פריווילעגיעס
וואס טשעפענען די פרנסה אדער וואוינונגען פון די לאקאלע
דאס איז א געוואלדיגער יסוד!
ווען בלומינגראוו בויט זיך אויף אלס אן אייגענער מוניציפאלער קערפערשאפט, מיט אייגענע געזעצן וואס שיצט די איינוואוינער און זייערע נכסים
קען נישט די שכנות'דיגע שטאט פרובירן ארויפצוצווינגען זאכן (ווי פאליטישע איינגעלעגנהייטן אדער טעקס רעגולאציעס)
וואס שטערט די וואוינונגען אדער די רעכטן פון די בלומינגראווער תושבים.

די דברי מלכיאל איז זייער קלאר צוברעכן א מוסד אדער בויען א נייעם כלי?
דער דברי מלכיאל ברענגט ארויס דעם יסוד פון "קלקול הרבים"
אז אויב א ציבור האט אינאיינעם אויפגענומען א שוחט אדער א רב, קען איין חלק נישט פלוצלינג זיך אפטיילן, ווייל דערמיט לאזן זיי איבער די אנדערע אין א מיינוס
דער שוחט וועט הונגערן, און די איבערגעבליבענע וועלן נישט קענען אליין דעקן די קאסטן.

יעצט לאמיר דאס צולייגן אויף אונזער שמועס,

איז דא א "קלקול הרבים" פאר קרית יואל?
קרית יואל איז א שטאט פון בלי עין הרע צענדליגע טויזנטער איינוואוינער
אויב די נייע שטאט בלומינגראוו שטעלט זיך אויף אירע אייגענע פיס מיט אן אייגענער קהילה,
רבנים און דיינים פאלט דען קרית יואל איין?
גייט דען עפעס א שוחט, אדער א מוסד אין קרית יואל צובראכן ווערן דערפון?
אבסאלוט נישט! די שטאט איז אדיר וחזק.
דער דברי מלכיאל'ס גאנצער איסור פון זיך אפטיילן איז געבויט אויף היזק פונעם ציבור דא איז נישטא קיין שום היזק; עס איז פשוט הרחבת גבולי הקדושה!
עס ווערט נאר א קאנקורענץ פון וואס טויזענטער אידן זענען נהנה

קיינער האט זיך נישט משעבד געווען: ווען אידן קויפן א דירה און מופן ארויס פון קרית יואל קיין בלומינגראוו,
איז עס דאך מיטן חשבון אז זיי בויען א נייע שטאט. זיי זענען א נייע ענטיטי
עס איז נישט א חלק פון די תושבי קרית יואל וואס מאכן פלוצלינג א מרידה אינמיטן שטאט
עס איז א גרופע מענטשן וואס זענען כדת וכדין ארויסגעגאנגען פונעם "גליל המשותף" כדי צו גרינדן א נייעם ישוב.

מען זעט מען איין קלארע זאך, די הלכה באשיצט דעם 'יושר' און היט אויס פון 'היזק'.
בלומינגראוו איז נישט קיין דארף וואס איז אנגעוויזן אויף די חסדים פון קרית יואל צו האבן ווי צו הערן שופר,
און דעריבער קען קרית יואל זיי נישט טעקסירן אדער קאנטראלירן אלס תלויים בהם
צווייטנס, בלומינגראוו'ס אויפבויען זיך ווי א זעלבסטשטענדיגע קהילה ברענגט נישט קיין שום פינאנציעלע חורבן פאר די מאמע-שטאט קרית יואל, וואס פארלאנגט אז מ'זאל עס אסר'ן.

אדרבה, דער חתם סופר ווארנט קלאר אז די שטארקע שטאט טאר נישט ניצן איר מאכט צו באעוולען און צונעמען די רעכטן פון די דארפישע
צו כופה זיין פאר די בלומינגראווער אז זיי זענען אייביג משועבד צו א פריערדיגן צענטער – אן פאקטישע סברות פון היזק –
דאס איז קעגן דעם הבנה פון יושר פונעם חתם סופר''
דאס אלעס אן אריינגיין אין קיין וויכיחים בארירט נישט קיין כי הוא זה די נושא פון די הערשאפט פונעם מרא דאתרא און מנהג המקום וואס נאר אויף דעם איז דא דער שמועס קאנצעטרירט און פרוביר ביטע נישט צו אינוואלוון קיין זייטיגע פרטים ווי שטייערן פרנסה וכו וכו
ביטע קלאר דיר עטוואס אויס, אויב איינע פון די פוסקים וועט יא אריינשטעלן טעקסעס און פרנסות אלץ א תנאי פאר א אייגענע שטאט, וועט מען עס נישט קענען דערמאנען אדער נוצן?
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:48 am מענטשן פרעגן ווי די מקור אין שו''ע אויף די נושא
די ערשטע איז דער סימן אין שו''ע חו''מ
► Show Spoiler
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3933
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13437

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:21 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:19 am
אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:16 am

ווער זאגט אז קרית יואל איז נישט געבינדען צו א ווילעזש?
דיין מיינונג אדער האסט א מקור?
בעיסיק היסטאריע... דער רבי זי"ע האט געגרינדעט קרית יואל. אגרי?

בשעתו איז נישט געווען קיין ווילעדזש, און אויך האבן געוויסע מענטשן געוואוינט גאר ווייט פונעם צענטער. אגרי?

סא וואס איז בכלל דער נושא?
אלעס אגריט צו דיר אויף דעם עבר ביים בויען דעם שטאט.
יעצט למעשה היינט תשפ"ו ווען עס איז יא א אזא מציאות פון א ווילעזש, קען דאך זיין א סברא אז היינט צוטאגס זאל עס יא זיין תלוי אין דעם. אגרי?
וויאזוי ווערט אזא טויש?... דער רבי האט געגרינדעט דעם שטאט, נישט געבינדן צו א ווילעדזש. פינטל און אהאלב.

פארוואס, ווען, און וויאזוי, ווערט אזא מציאות געטוישט?

דו ביסט דער מוציא מחברו, נו הייב אן ברענגען סברות...

אויב אויף איז די ווילעדזש געווען א טעכנישע זאך זיך צו ספראווען מיט אישוס, און אגב, אפילו בשעתו ביים גרינדן די ווילעדזש האט מען נישט אריינגענומען אלע הייזער וואס האבן דאן געהייסן קרית יואל - דאכט זיך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

עטוואס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:33 am
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 9:48 am מענטשן פרעגן ווי די מקור אין שו''ע אויף די נושא
די ערשטע איז דער סימן אין שו''ע חו''מ
► Show Spoiler
פארוואס איז דאס דער מקור? ווי רעדט מען דא פון איין שטאט/ שטעטל נעבן א אנדערע שטאט/ שטעטל?
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.

קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!

ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
אויך געקלערט צו נעמען דעם המהלך אבער נאר נאך וואס מווערט פערטיג מיט גלילות פשוט ווייל יענץ איז א שטערקערע בא בטענה משא"כ דאס וועט זיין אביסל מער לופטיג צו טעענען סגייט מער גיין יא ניין יא ניין יא ניין...
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 12:42 am איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן? כ'האב עס שוין געשריבן, און כ'וועל עס שרייבן נאכאמאל:

ווען די נושא איז פאליטיק, טעקסעס, וכדו' זיי ווילן מאכן שבת פאר זיך בגשמיות זענט איר מעגליך גערעכט, אבער ווען די עומדים בראש הייבן אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות קעגן די גייסט פונעם שטאט, דאס איז די נושא דא, און דאס זענען די הזיקות וואס זיי קענען אנזייען פאר די גרויסע שטאט!
בוודאי, על זה גופא אנו דנין צו מען הויבט אויף א פאן פון רוחניות'דיגע הפקירות אדער נישט. בשעת די רבני העיר שליט"א שרייען, אונז האבן א עינא פקיחא אויף יעדע ריר און די הנהלת העיר איז דן מיט אונז אויף יעדן מציאות, מיר זענען אויך תלמידי רבינו זי"ע און ווייסן וואס איז וויכטיג פאר אונזער שטאט, און ביטע נעמט קעיר פון אייער שמוץ און לאזט אונז במנוחה, קומען שלעכטע מענטשן און דרייען א קאפ פאר רבינו שליט"א צו אנהויבן א מערכה מיט א שכנות'דיגע שטאט, צו קענען ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז די זינלאזע מהלך פון מאכן רבינו שליט"א אויסזעהן פאר די וועלט פאר א געמיינער בעל מדות וואס וויל יעדן צוקוועטשן, צו עס האט עפס מיט אים צו נישט, און מאכן דעם אנשטעל כאילו דער רבי זעלבסט דער רבן של ישראל לאזט נישט נאך אין זיינע עלטערע גאלדענע יארן פון דעם טעראר אין וואס מען האט אים אריינגעקוועטשט אלע יארן. דאס איז אונזער ווייטאג טאקע.
אהה פשוט דא פאר רבינו שליט"א'ס כבוד...
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:35 am
אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:21 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:19 am

בעיסיק היסטאריע... דער רבי זי"ע האט געגרינדעט קרית יואל. אגרי?

בשעתו איז נישט געווען קיין ווילעדזש, און אויך האבן געוויסע מענטשן געוואוינט גאר ווייט פונעם צענטער. אגרי?

סא וואס איז בכלל דער נושא?
אלעס אגריט צו דיר אויף דעם עבר ביים בויען דעם שטאט.
יעצט למעשה היינט תשפ"ו ווען עס איז יא א אזא מציאות פון א ווילעזש, קען דאך זיין א סברא אז היינט צוטאגס זאל עס יא זיין תלוי אין דעם. אגרי?
וויאזוי ווערט אזא טויש?... דער רבי האט געגרינדעט דעם שטאט, נישט געבינדן צו א ווילעדזש. פינטל און אהאלב.

פארוואס, ווען, און וויאזוי, ווערט אזא מציאות געטוישט?

דו ביסט דער מוציא מחברו, נו הייב אן ברענגען סברות...

אויב אויף איז די ווילעדזש געווען א טעכנישע זאך זיך צו ספראווען מיט אישוס, און אגב, אפילו בשעתו ביים גרינדן די ווילעדזש האט מען נישט אריינגענומען אלע הייזער וואס האבן דאן געהייסן קרית יואל - דאכט זיך.
די ביזט געווארן אביסל צו פריה אויפגערעגט... איך האב דיר געפרעגט צו מען קען זאגן אזא סברא.
יעצט נאכאמאל צו מיין פראגע, איז מעגליך צו זאגן אזא סברא אז אויב היינט איז עס א וויליזש זאל עס זיין תלוי אין דעם? יא אדער ניין
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:16 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.

קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!

ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
ווער זאגט אז קרית יואל איז נישט געבינדען צו א ווילעזש?
דיין מיינונג אדער האסט א מקור?
רוב פון דיינע תגובות זענען קליגער פון דעם...

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:47 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות?
א שיינע לשון קודש אויסדרוק
פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
פון קבלת התורה ביז ה'אלפים תשע''ו ווען אידן האבן אנגעהויבן קויפן הייזער אין ב''ג
האט זיך שוין געמאכט אזעלכע שאלות
ומשם תדרשנו

בכלל צו האבן א בליק אויף א תקנת העיר עי' מבי''ט פ''ד
א שטיקל תמצית
► Show Spoiler
קעי עפעס צום נושא, אבער הערט זיך אביסן פארדרייט און אומקלאר, נייע פלאץ.. אלטע פלאץ.. תקנות חרמות.. ביטע ברענג ארגינעל צו ווערן קלארער!
אשר
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:45 pm
Location: מאנרוי
x 98

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אשר »

עטוואס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:39 am
אשר האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:16 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 10:11 am מאיז דן איבער גלילות, יא ניין, אבער מ'איגנארירט דעם עיקר.

קרית יואל איז נישט געבינדן צו א ווילעדזש!

ובכן, האלטן מיר נאך א שטאפל פריער. פארוואס איז בלומינגראוו בכלל גלילות? א שיינע לשון קודש אויסדרוק פאר וואס מפלעגט אמאל רופן "אינדרויסן פון שטעטל", אבער להלכה? להלכה איז קרית יואל נישט קיין ווילעדש נאר א ישוב. בלומינגראוו איז בפשטות געהעריג טייל דערפון, פשוט קאמאן סענס.
ווער זאגט אז קרית יואל איז נישט געבינדען צו א ווילעזש?
דיין מיינונג אדער האסט א מקור?
רוב פון דיינע תגובות זענען קליגער פון דעם...
יזכר לך עתה אתמול אשר דיברת...
נעכטן נאכט ערשט האסטו מיר צוגעזאגט אז די גייסט דיר האלטן צום נקודה. שוין פארפארן.
עטוואס
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 9:18 pm
x 76

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטוואס »

גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2026 11:14 am דעי ווערטער אינעם חת''ס איז זייער יסודות'דיגע

"אין הרוב יכולין לגזול את המיעוט
ולא קבלו עליהם הקהל אלא למיגדר מילתא ותקנת הקהילה בשוה, אבל להטיל מס על יחידים שלא כדת – לא כל כמיניהו
".
דער חתם סופר זאגט דא קלאר די הלכה'דיגן יסוד
דער כח פון א רוב צו מאכן תקנות עקזיסטירט נאר ווען די תקנה איז "בשוה"
גלייך און יושר'דיג פאר אלעמען.
אבער אויב דער רוב נוצט זיין פאליטישן אדער דעמאגראפישן כח צו מאכן תקנות אדער רעגולאציעס וואס וועלן דריקן אדער קאנטראלירן די מינדערהייט אין א צווייטן ארט (ווי ארויפצווינגען טעקס רעגולאציעס אדער פאליטישע בעלות אויף א צווייטען), הייסט דאס הלכה'דיג "גזל"
א קהל מאכט קען נישט נוצן איר גרויסקייט אלס א כלי צו אונטערדריקן די זעלבסטשטענדיגקייט פון א צווייטן
איינער דא צאלט געלט פאר קרית יואל?????
שרייב פאוסט