דער פראבלעם איז אז ס'נישט קיין נושא פון האלטן. קיינער פרעגט נישט, נישט וואס דו האלטסט און נישט וואס איך האלט.בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:50 amשיין אראפגעלייגט די 3 צדדים, איך האב אבער א קשיא בעפאר דעם אלעם וואס קיינער האט נאכנישט פארענטפערט: 30-45% פון קרית יואל "והגלילות" האלטן אז עס איז כהיום נישטא קיין מרא דאתרא, וואס מיינט אין פראקטיק אז בלומינג גראוו איז קרית יואל? צו דעם קומט צו אז א געוויסע פראצענט פון חסידי מהר"א וואס האלטן שוין יא אז קרית יואל האט א מרא דאתרא אבער האלטן נישט אז די שטעט ארום זענען להלכה א חלק פון קרית יואל, איינמאל דאס איז פארענטפערט קען מען גיין צו די נעקסטע שאלותעטוואס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 11:24 amדי חורבן דא איז אז איך טעענע מיך מיט דריי אנדערע ניקס און יעדער פארטיידיגט זיך מיט יענעמס לאך, דערפאר לאמיר עס אויסקלארן!גאלדבערג האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 17, 2026 12:04 am ס'רירט נישט צו די עיקרי הדת דעי נושא,
און מ'איז נישט מזלזל אין א מרא דאתרא, אויף זיין פלאץ
כבוד התורה מיינט אז א רב איז א מלך אין זיין שטאט
ארויפצוצווינגען הנהגה אויף א נייע שטאט וואס איז עקסטער כדת וכדין, איז א בזיון התורה,
צו ניצן דעי שארפע לשונות אויף די סברא אז "כלל ישראל גייט אונטער", איז נישט הלכה'דיג און נישט ריכטיג
די טרוקענע מציאות איז :
בלומינגראוו איז א רשות בפני עצמה, און פונקט ווי יעדע נייע גרויסע שטאט בישראל, האט עס די רעכט ארויסצושטעלן אייגענע קהלישע סטרוקטורן אהן דארפן אוועקגעבן די שליסלעך פארן שכן
א דוגמא פינעם מציאות, ביים יעצטיגער קאמפיין ווי אידן געבן טויזענטערס צו אויפהאלטן די קרית יואל'ע עירוב https://www.dryveup.com/vh/103. איז נישט מופיע די ארטיגע עסקנים און רבנים פינעם שטאט בלומינגראוו
אשר: האט געטעענט אז די אלע נייע דירות איז נישט אין פלאן צו ווערן א טייל פון די קרית יואל ווילעדזש טא דארף עס ווערן א עקסטערע שטאט, אויף דעם שטעלט זיך די שאלה וואס האט א ווילעדזש מיט א הלכהדיגע כח פון א מרא דאתרא!
דאן איז גאלדבערג געקומען מיט שטארקע חידושים אז אויב מפלאנט צו בויען טויזנטער נייע דירות בגלילות פון א צענטראלע שטאט און מוויל סזאל ווערן א עקסטערע שטאט דאן פארלירט עס די שם גליל און ווערט פארוואנדלט אין א באזונדערע שטאט, באהויפטנדיג אז פונקט אזוי איז געווען אינדערהיים! אויף דעם איז ווידער די שאלה צו ער האט א מקור און הלכה און אין היסטאריע אז אזוי פאסירט! און אויב יא וואס זענען די קלארע און גענויע תנאים און גדרים וואס אין דעם ווענדט זיך די אפהענגיקייט אין די צענטראלע שטאט? פייער דעפט.? פובליק סעפטי? א.א.וו.
דערנאך איז געקומען קראכמאל און ער האט שוין מבאר געווען מיט א אויסטערלישע בהירות די גענויע מציאות פון אמאליגע גלילות (מקור?), און אויף דעם ארויף דערקלערט זיין קלארע און אומצווייטדייטיגע פסק הלכה אז כהיום אין אמעריקא איז אינטערגעגאנגען די גאנצע הלכהדיגע כח פון א מרא דאתרא צוליב וואס מיר טראגן שוין נישט קיין הוטן ווי אין הודונאנאש, און מרא דאתרא איז בלויז געבליבן א פאליטישע באשטאנד פון דרך ארץ וכדו', אפ"ל!!! און דאס האט זיך באצויגן אפילו צו צענטער קרית יואל, און זאג נישט אז האסט עס נישט געזאגט ווייל קוק איבער דעם פריערדיגן מעסעדש וועסטו געפונען דארט די ווערטער קלאר און הויעך.
יעדער ווערט געבעטן צו פארטיידיגן זיינע אייגענע ווערטער און בראכטן מקורות צו זיינע הנחות אזוי ווי אשר האט אנגעהויבן דעם שמועס אז די גאנצע נושא איז קלאר א הלכהדיגע נושא און איך לייג צו אז סאיז א האקעלע און שארפע נושא!!!
מיר דארף טון וויאזוי אונזערע רביס זאגן אונז, און אויסשמועסן דעת תורה אויף אזא פארנעם איז גרויליג.
איז עס א הלכה'דיגע שאלה? אדער פראקטיש?