בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 324

בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פארק שול »

גלה כבוד מישראל • כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זכר צדיק לברכה נסתלק געווארן לגנזי מרומים

גלה כבוד מישראל - הורם הנזר והוסרה העטרה: מיט טיפן שאק און שוידער איז ביי גאנץ כלל ישראל און בפרט ביי חסידי ומעריצי בית ספינקא מיט גרויס צער און טרויער אנגעקומען די ביטערע בשורה ארויס פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן איבער די טראגישע און פריצייטיגע הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, נזר שושלת אבותיו, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זכר צדיק לברכה, וואס איז יעצט באנאכט נסתלק געווארן לגנזי מרומים און צוריקגעגעבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 58 יאר לדאבון לב חסידי ספינקא וכל בית ישראל.

די רבי זצ"ל איז געווען אחד המיוחד פון די חשובי אדמורי"ם אין שטאט וויליאמסבורג, אן עובד ה' מנעוריו, גדול בתורה ועמוד צלותא דיהודאי, און איז געווען א ריכטיגע דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, זייענדיג א מעתיק שמועה וועלכע איבערגעגעבן פארן יונגן דור דאס וואס ער האט געזעהן אין מקבל געווען ביי זיין גרויסן זיידן מרנא הרה"ק מספינקא זיע"א און ביי די צדיקי דורות הקודמים.

די רבי איז געבוירן געווארן אום י"ז תמוז שנת תשכ"ח אלס דער צווייטער קינד ביי זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב בעריש הורוויץ זצוק"ל אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא, און אן איידעם ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.

די התמדת התורה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען אין לשער, נאך פון אלס בחור אין די ספינקער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג איז ער געזעצן און געלערנט יומם ולילה, און שפעטער נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען מיט זיין לימוד בהתמדה רבה אויף גאר א שטארקן פארנעם.

א שב"ק מיט'ן רבי'ן זצ"ל איז געווען א תענוג רוחני וואס וועט נישט ארויסגיין פון זכרון פון די חסידים ותלמידים וואס האבן דאס מיטגעלעבט, עס איז געווען א זכי' מיטצוהאלטן די גרויסע עבודה פון רבי'ן ווי ער האט אריינגעקאכט אינעם שב"ק מיט אזא מין רגש און התלהבות בכל לבבו ונפשו.

דער ספינקער רבי זצ"ל איז געווען א איד א בעל צורה, זיין לעכטיגער שמייכל האט אלץ אראפּגעשיינט פון זיין איידעלן געזיכט, און עס האט זיך קיינמאל נישט אנגעזעהן אויף אים אז ער האט ליידער נישט געהאט קיין גרינג תקופה, ער האט ריכטיג מקיים געווען דעם "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי" און האט אין די הייליגע תורה געטראפן א טרייסט אין אלע זיינע מצבים.

זיין אמונה איז געווען אויף א העכערע מדריגה, ווען אימער ער האט גערעדט פון אמונת ה' האט מען געשפּירט ווי ער לעבט דערמיט, זייענדיג א ריכטיגער נאה דורש ונאה מקיים. אין צוגאב צו זיין עבודת הקודש האט דער רבי זצ"ל אויך זיך אפּגעגעבן אויפצוטוהן פאר אידישקייט אין סיי וועלכן תחום, ער פלעגט אסאך מקרב זיין שוואכערע אידן צום ערליכן וועג, ס'איז געווען צום באוואונדערן וויאזוי ברוב חכמתו ובינתו האט ער פארשטאנען צו יעדן איינעם זיין שפּראך.

דער ספינקער רבי זצ"ל איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, און דורכאויס די לעצטע יאר צייט ארובער גאר שווערע תקופות ל"ע ווי די רבי האט נעבעך געליטן יסורים ומכאובים ה"י, די לעצטע וואך איז די רבי אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען אונטערגעקומען פרישע קאמפליקאציעס, אריינגערעכנט א שווערע לונגען אנצינדונג ה"י.

אין שפיטאל האט זיך דער רבי אויפגעכאפט און אנגעהויבן ווינקען צו די ארומיגע. חותנו הגדול דער קרעטשניפער רבי, וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן בטרחה יתירה, האט אנגעהויבן פרעגן שאלות אויף וואס דער רבי האט אויף אלעם געענטפערט. הערענדיג אז די רבי ווינטשט ברכות לרב זענען פילע חסידים און משפחה מיטגלידער געקומען צולויפן זיך צו געזעגענען מיט'ן רבי'ן, און צענדליגע אידן האבן זיך דאן פארזאמעלט אין די קארידאן פון די מאונט סיני שפיטאל, און דער רבי האט פאר יעדן געווינקען און געשאקלט מיט'ן קאפ. מען דארף דא טאקע דערמאנען די געטרייע משמשים בקודש וואס יומם ולילה לא ישבותו זיך אוועקצוגעבן פאר'ן רבי'ן במסי"נ ממש.

יעצט באנאכט אין ניו יארק איז ליידער די גזירה שוין געווען פארשריבן און די שווערע בשורה איז ליידער אנגעקומען אז די רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, במעמד פון די קינדער און אייניקלעך וואס האבן געזאגט פסוקי יחוד, איבערלאזנדיג זיין צובראכענעם רביצין תליט"א מיט חשובע קינדער זרע ברך ה' פאר'יתומ'ט. פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.

אבל גדול ליהודים, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 324

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פארק שול »

1
פיילס
alj2lmO_wide_m.jpg
alj2lmO_wide_m.jpg (56.23 KiB) געזען געווארן 2418 מאל
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 324

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פארק שול »

2
פיילס
aOhf2jH_wide_m.jpg
aOhf2jH_wide_m.jpg (85.76 KiB) געזען געווארן 2416 מאל
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אוועיטער
פארק שול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 324

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פארק שול »

3
פיילס
a63Xlcg_wide_m.jpg
a63Xlcg_wide_m.jpg (23.29 KiB) געזען געווארן 2414 מאל
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3929
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13429

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פופציגער »

בד"ה

מיט מיין זיידן האב איך עטליכע מאל געדאוונט ביי אים ראש השנה. א באשיידענער רב אין א שטילן ווינקל אין וויליאמסבורג, וואו עס האט זיך געקאכט מיט פלאמפייערדיגע תפלות און עבודת השם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 90

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך לינדען תושב »

בד"ה
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 90

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך לינדען תושב »

ווי וועט ער קומען לקבורה?
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3155
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2674

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

מסע הלוי'
פיילס
IMG_20260813_025031_494.jpg
IMG_20260813_025031_494.jpg (136.38 KiB) געזען געווארן 2104 מאל
9ae8541ad5ec4f86b637e3e22505d601.jpg
9ae8541ad5ec4f86b637e3e22505d601.jpg (69.05 KiB) געזען געווארן 2104 מאל
פערזשוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 9:38 am
x 85

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פערזשוך »

1 (1).jpeg
1 (1).jpeg (181.32 KiB) געזען געווארן 2037 מאל
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 485

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:11 am ווי וועט ער קומען לקבורה?
ניו זשערסי
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
אוועיטער
פיס טריט
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:27 pm
x 23

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך פיס טריט »

צבי וחמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:07 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:11 am ווי וועט ער קומען לקבורה?
ניו זשערסי
וועלכע חלקה?
צבי וחמיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 485

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

פיס טריט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:45 pm
צבי וחמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:07 pm
לינדען תושב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:11 am ווי וועט ער קומען לקבורה?
ניו זשערסי
וועלכע חלקה?
פון א בליק לייוו.
די לויה וועט פארקומען היינט אום 12:00 אזייגער נאכמיטאג ביים בית המדרש ספינקא אין וויליאמסבורג, און די קבורה וועט פארקומען אויפ'ן ספינקא בית החיים אין ניו דזשערסי. יהי זכרו ברוך.
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
לינדען תושב
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 4:07 pm
Location: Linden
x 90

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך לינדען תושב »

צבי וחמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 1:54 pm
פיס טריט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:45 pm
צבי וחמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 12:07 pm

ניו זשערסי
וועלכע חלקה?
פון א בליק לייוו.
די לויה וועט פארקומען היינט אום 12:00 אזייגער נאכמיטאג ביים בית המדרש ספינקא אין וויליאמסבורג, און די קבורה וועט פארקומען אויפ'ן ספינקא בית החיים אין ניו דזשערסי. יהי זכרו ברוך.
א אייגענע חלקה אין די בית החיים. נישט צוזאמען מיט אביו וזקינו זצ"ל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

אויף א באזוך ביי האדמו"ר ממאכניווקא בעלזא שליט"א אין יאר תשע"א
ווערט געזעהן דער דעמאטלסדיגע הויז בחור ר' אברהם הערש שווארץ נ"י וואס איז שפעטער געווען הויז בחור ביי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
פיילס
spinka - machnivka 2011.png
spinka - machnivka 2011.png (1.28 MiB) געזען געווארן 1040 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

אויף א באזוך ביי האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אין יאר תשע"א
פיילס
spinka - tsernobil 2011.png
spinka - tsernobil 2011.png (1.25 MiB) געזען געווארן 1030 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

פאר'דביקה'ט ביים דאווענען אין די מערה אין מירון אין יאהר תשע"א
פיילס
miron 2011.png
miron 2011.png (2.03 MiB) געזען געווארן 1027 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

ביים זינגן ניגוני דביקות ביים ציון פון זקינתו הרבנית ממעליץ ז"ל אויפו זית החיים אין צפת, וואס איהר ציון איז אפגעפינען און איבערגעמאכט געווארן דורך אביו הרה"ק בעל דובר מישרים מספינקא זי"ע
פיילס
tzefas 2011.png
tzefas 2011.png (1.87 MiB) געזען געווארן 1023 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

אויפן ציון פון די של"ה הק' אין טבריא, ווערט געזעהן פון רעכטס צו לינקס בנו הגדול ומ"מ כ"ק מרן הרה"צ רבי דוד משה שליט"א, דער דעמאטלסדיגע הויז בחור ר' אברהם הערש שווארץ נ"י, מקורבו הנאמן הר"ר יוסף ברוך שעכטער שליט"א, נאמן ביתו אין ארה"ק תלמידו הנאמן הר"ר בנימין ליכענשטיין הי"ו, די רבי זצ"ל
פיילס
teveryeh 2011.png
teveryeh 2011.png (1.45 MiB) געזען געווארן 1016 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

איך האב געטראפן א בראשור לטובת די קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד, וואס אנהאלט אסאך בילדער פון די צדיקי בית ספינקא לדורותיהם, בייגעלייגט
פיילס
ספינקא בראשור.pdf
(5.85 MiB) דאונלאודעד 270 מאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 204

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך גאלדבערג »

בילדער פון לעצטענס איז דא?
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3155
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2674

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ניחום אבילים
פיילס
f59706b9a5f9408fa51155ec284bfb15.jpg
f59706b9a5f9408fa51155ec284bfb15.jpg (82.48 KiB) געזען געווארן 707 מאל
קוקן פאזיטיוו
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3155
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
x 2674

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך קוקן פאזיטיוו »

ספינקא מאנסי
פיילס
IMG_20260817_010408_685.jpg
IMG_20260817_010408_685.jpg (74.68 KiB) געזען געווארן 396 מאל
עק וועלט
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2026 2:24 am
x 1

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל

פאוסט דורך עק וועלט »

שרייב פאוסט