הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

אונזער היסטאריע
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 486
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 395

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך שמות »

גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 4:26 pm איך זע עס טוט זיך אויף טישן און בענק איבער די הערליכע חיבור
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p6856922
זייער שיין אבער דערווייל ביז ווי איך האב געבלעטערט זעהט עס אויס קאפּי פּעיסט פון שנו רבותי פון ר' איציקל וואודריטשער.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1895

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך צווייטער »

שמות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 8:35 am

מיר קוקט אויס א שילוב פון שנו מדותי און עדן מקדם פון רבי מ''ד קאהן ז''ל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
איידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 29, 2026 2:35 pm
Location: New York
x 4

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך איידל »

צווייטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 10:13 am
שמות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 8:35 am
גאלדבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 4:26 pm איך זע עס טוט זיך אויף טישן און בענק איבער די הערליכע חיבור
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p6856922
זייער שיין אבער דערווייל ביז ווי איך האב געבלעטערט זעהט עס אויס קאפּי פּעיסט פון שנו רבותי פון ר' איציקל וואודריטשער.
מיר קוקט אויס א שילוב פון שנו מדותי און עדן מקדם פון רבי מ''ד קאהן ז''ל.
ערגעץ אנליין וואו מען קען זעהן די ספר עדן מקדם?
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1895

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך צווייטער »

צווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2026 5:39 pm
און אז מ'וויל נאך אביסל זען די ברייטקייט פונעם אדם הגדול בענקים, קען מען אנכאפן נאך עטליכע דוגמאות, וואו בעיני אנשים קטנים קענען די הנהגות אויסקוקן ווי צוויי קעגנזייטיגע וועגן ביי דעם צדיק ואדם גדול.

עס ווייסט יעדער ווי שטארק דער רבי זי״ע האט פארלאנגט ערליכע אידישע מלבושים. ער האט געפאדערט פון זיינע חסידים אנצוטון שטריימלעך און בעקיטשעס און זיך לאזן וואקסן די בארד - אפילו פון די וואס זייערע עלטערן אין אונגארן זענען נישט געגאנגן דערמיט - האלטענדיג דעם לבוש אלס א חומה בצורה המבדלת בין ישראל לעמים. אבער מיט זיינע קלארע אויגן האט ער עס קלאר נישט פארלאנגט פון יעדעם, אפילו פון זיינע נאענטסטע מענטשן, ס'איז צוגעגאנגן בהשכל ובדעת, במדה במשקל ובמשורה.

ס'איז באקאנט פאר יעדן זיינע דרשות נאך אינדערהיים אין סאטמאר ווי ער פלעגט אינעם זעלבן טאג קענען האלטן צוויי דרשות. אינעם שטאטישן שול האט ער גערעדט בחומר האיסור פון גילוי שער בנשים און שארף פארלאנגט פונעם ציבור אנצוטון שייטלען. און געציילטע מינוטן שפעטער ביים דרשה אין זיין חסידי'שן ביהמ''ד האט ער געפאדערט פונעם ציבור אויסצוטון די שייטלען און אנטון די כיסוי הראש כדעת הדברי חיים.

עד היום הזה איז 'סאטמאר' געבליבן א מקום פון מערסטע סארטן קליידונג, נישט דא קיין סאטמארע דרעס קאוד. אינעם זעלבן ציבור קען מען טרעפן פארשידענע סארטן היטן, רעקלעך און לבושים, קענסט גיין וועלכער סארט הוט אדער רעקל דו גייסט. דער יסוד איז געווען פעסט, אבער בתוך דעם יסוד איז געווען א ברייטקייט.

ווען דער רבי האט פארלאנגט צו אויפנייען פאר זיין ציבור זיינע צניעות'דיגע זאקן פאר די נשים, האט ער דירעקט פארלאנגט פונעם בעה''ב אז ער זאל מאכן פארשידענע דרגות אין די דיקקייט פון די זאקן, עס קען נישט זיין א "one size fits all". דאס איז א קליינע מעשה, אבער זי זאגט אסאך, ער האט געקענט פארלאנגען מער, אן צו פארלאנגען פון יעדן דאס זעלבע. נאכאמאל דער זעלבער נקודה, דער יסוד איז געווען פעסט, אבער בתוך דעם יסוד איז געווען א ברייטקייט.

עס ווייסט יעדער ווי שטארק דער רבי האט געוואלט אז מ'זאל וואוינען אין א חרדי'שער געגענט, וואו אידן יראים ושלמים וואוינען צוזאמען און אזוי קענען מחנך זיין זייערע קינדער און היטן תורה ומצוות אן דעם השפעה פונעם גאס. ער האט שארף נישט געהאלטן פון ארויסשיקן שלוחים אין דער גאנצער וועלט אפילו אויפ'ן חשבון פון 'קירוב רחוקים', ווייל דאס וועט עפענען אונזער מחנה צום השפעה פונעם גאס. ער האט פארשטאנען אז אידישקייט דארף האבן א מקום שמור, א מחנה קדוש, און אז מ'קען נישט צוליב'ן רצון מקרב צו זיין אנדערע מקריב זיין דעם חינוך און די קדושה פון די אייגענע דורות.

אינטערסאנט איז אבער אז דער זעלבער רבי האט געשיקט רבנים חשובים צו פארשידענע שטעט אין אמעריקע - שיקאגא, באלטימאר, דעטרויט ועוד - צו שטיין דארטן על משמרת היהדות און אויפטון פאר אידישקייט (נישט אויפ'ן משקל פון ליובאוויטש בכלל, אבער די געדאנק). אפילו ווען די רבנים פלעגן זיך אפרעדן פאר'ן רבי'ן אז וויאזוי קענען זיי אזוי מחנך זיין זייערע קינדער צוזאמען מיט די אמעריקאנער אידן, האט דער רבי נאכאלץ נישט געלאזט צוריקקומען.

אמאל האט הרב עקשטיין זצ''ל פון ארגענטינא אנגעפרעגט ביים רבי'ן אז היות אין בוענאס איירוס איז דא א פאבריק פאר מאשין מצות פאר פסח אבער ס'איז דא שרעקליכע מכשולות אינעם פאבריק, ס'איז ממש נזנח די גאנצע מצב הכשרות דארטן, אויב ער זאל עס מתקן זיין געבן א הכשר אויפ'ן פאבריק. האט אים דער רבי געענטפערט, ווי קען א היימישער רב געבן א הכשר אויף א זאך וואס דער הייליגער דברי חיים האלט אז ס'איז חמץ? אבער דער רבי האט נישט געענדיגט דא, ביים סוף האט ער אים צוגעענדיגט, זע נאר אז יענע מצות זאלן זיין כשר. והבן.

און אזוי זענען פארהאן נאך צענדליגער דוגמאות פונעם רבי'ן. חינוך עצמאי, דרך הבעש''ט ודרך החסידות ועוד. ער האט געקענט האלטן דעם יסוד מיט אייזערנעם תוקף, און גלייכצייטיג האבן דעם דעת און ישרות צו וויסן וואו, ווען, ווי און אויף וועמען דער יסוד איז חל.

דאס איז דער שביל הזהב אינעם ריכטיגן אפטייטש. נישט קיין פשרה צווישן צוויי צדדים, נישט אביסל פון רעכטס און אביסל פון לינקס, נאר דער ישר'ער וועג וואס גייט במדה, במשקל ובמשורה. לא נטה ימין ושמאל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
נויז מאשין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
x 495

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך נויז מאשין »

צווייטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:19 am

ווען דער רבי האט פארלאנגט צו אויפנייען פאר זיין ציבור זיינע צניעות'דיגע זאקן פאר די נשים, האט ער דירעקט פארלאנגט פונעם בעה''ב אז ער זאל מאכן פארשידענע דרגות אין די דיקקייט פון די זאקן, עס קען נישט זיין א "one size fits all". דאס איז א קליינע מעשה, אבער זי זאגט אסאך, ער האט געקענט פארלאנגען מער, אן צו פארלאנגען פון יעדן דאס זעלבע. נאכאמאל דער זעלבער נקודה, דער יסוד איז געווען פעסט, אבער בתוך דעם יסוד איז געווען א ברייטקייט.

הא?
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1895

Re: הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצוק"ל - כ"ו אב תשל"ט

פאוסט דורך צווייטער »

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:49 am

די שוואכסטע דרגא זאל נאכאלס זיין צניעות'דיג עפ''י הלכה, אבער נאך דיקערע פאר מער פרומערע אידן, פאר וועם זיין הארץ ציט דערצו.

כ'האב געמיינט אז יעדער ווייסט דערפון. קענסט פרעגן הרב בראך (כ'מיין אזוי הייסט דער בעה''ב)

צווייטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:53 am

ער האט עס נישט געמאכט צום סוף? אדער ס'איז דא פארשידענע פאלם טייץ?

נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 1:08 pm
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:53 am
נויז מאשין האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2026 11:49 am

הא?
די שוואכסטע דרגא זאל נאכאלס זיין צניעות'דיג עפ''י הלכה, אבער נאך דיקערע פאר מער פרומערע אידן, פאר וועם זיין הארץ ציט דערצו.

כ'האב געמיינט אז יעדער ווייסט דערפון. קענסט פרעגן הרב בראך (כ'מיין אזוי הייסט דער בעה''ב)
ער האט עס נישט געמאכט צום סוף? אדער ס'איז דא פארשידענע פאלם טייץ?
עד היום הזה 60 און 100

שרייב פאוסט