א ווייטאגליכע אבער פרייליכע מציאות.
פון איין זייט איז א גרויסע ווייטאג אז עס איז פארהאן בכלל חתנים און כלות וועלכע דארפן אזוי צוגיין אונטער די חופה, מיט די עול פון א זאל, פון הוצאות החתונה, פון פירן א קינד אונטער די חופה, וועלכע זענען אויפן פלייצע פונעם קינד זעלבסט.
פון די אנדערע זייט איז עס א פרייליכע מציאות, נאכאלעם רעדט מען דא פון צענדליגע פארפעלקער דורכאויס די לעצטע עטליכע יאר וועלכע האבן ב"ה אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל און האבן שוין בליעה"ר קינדערלעך און עס איז ממשיך דורות ישרים ומבורכים.
איכה אשא לבדי שרייט ר' יונתן.
ווען ר' יונתן האט זיך אריינגעווארפן בלב ונפש צו העלפן כלל ישראל מיט שידוכים, האט ער אליין זיך נישט גערישט אויף די אסטראנאמישע הוצאות וואס וועט פאלן אויף זיינע פלייצעס צו העלפן פאקטיש צוברענגן אז עלטערע בחורים און מיידלעך זאלן קענען אויפשטעלן א אידיש שטוב.
אויזער די חתונות וואס די עלטערן זענען בכלל נישט דאהי ארויסצוהעלפן און די גאנצע עול פון הוצאות החתונה פאלט אויף ר' יונתן, איז אויך פארהאן הונדערטער חתונות וואס עס קאסט ריזן געלטער טראץ די מיטארבעט פון די עלטערן.
די טייערע בחורים און מיידלעך וועלכע גארן און האפן צו אויפשטעלן א אידיש שטוב זענען נישט בלויז ר' יונתן'ס אחריות. עס איז אונזער אחריות. עס איז די אחריות פון כלל ישראל.
ר' יונתן טוט א עבודת הקודש פאר כלל ישראל. יומם ולילה לא ישבותו צו העלפן די טייערע בחורים און מיידלעך וועלכע ווארטן צו געהאלפן ווערן.
נישט יעדער קען זיין ר' יונתן, אבער יעדער קען זיין א מחותן.
נישט יעדער קען זיין שעות אויף פארהאנדלונגען מיט צובראכענע עלטערן און אנגעווייטאגטע קינדער, אבער יעדער קען צולייגן א פלייצע.
אינאיינעם וועלן מיר אריינברענגן שמחה ביי כלל ישראל.
אינאיינעם וועלן מיר העלפן ר' יונתן'ס הייליגע מיסיע און אויפשטעלן לעכטיגע אידישע שטובער.
https://www.dryveup.com/ys?join=show