בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג

קריטש
שמע ישראל פסקי יחוד
שמע ישראל פסקי יחוד
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:43 am
- x 4
Re: Re: בקשו רחמים הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לרפו"ש
אפי' חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים!
א גאר חשוב'ע איד ר' אהרן מרדכי זז"ג ה' יאריך ימיו ושנותיו. האט בנין וחתנין רבנן. עטליכע חשוב'ע אדמורים זענען זיינע איידעמער.

- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 79
Re: בקשו רחמים הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לרפו"ש
דער גאון וועלכע איז בליעה"ר 96 יאר אלט, און האט זוכה געווען משמש צו זיין הרה"ק מהר"א מבעלזא זצ"ל און ווערט פאררעכנט צו זיין מגדולי המקובלים בדורינו, איז ליידער זייער שוואך במשך די לעצטע תקופה און איז כלוא בבית רח"ל, אצינד האבן זיך געשאפן פרישע קאמפליקאציעס מיטן אטעמען, און כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן לרפואתו השלימה והמהירה.
Re: בקשו רחמים הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לרפו"ש
איינער קען אריינקומען קלאר ווער דער הרב רוטנער שליט"א איז?
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
Re: הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ''ל
מיט להבח''ל האדמו''ר מהרי''י מ'סאטמאר שליט''א
בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
ברוך דיין האמת! נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון האלוקים
- פיילס
-
- Screenshot 2023-07-17 170619.png (251.19 KiB) געזען געווארן 1293 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
בילד
- פיילס
-
- IMG_20230717_165258_203.jpg (59.55 KiB) געזען געווארן 1269 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 978
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1412
Re: בקשו רחמים הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לרפו"ש
כבה נר המערבי • הגה''צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק''ל למנוחות עולמים
גלה כבוד מישראל כי כבה נר המערבי
אוי נא לה אמרה ירושלים כי אבדה כלי חמדתה.
מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה יוצא משערי העיר ירושלים, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא נהורא נפישא משרידי דור הישן, פאר מקדושים ונצר לשלשלת קודש, הגאון הצדיק המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון זעקס און ניינציג יאר.
די פטירה פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי רופט ארויס גרויס טרויער ביי שלומי אמוני ישראל, הונדערטער טויזענטער אידן וואס האבן זוכה געווען זיך צו דערווארעמען לאורו, טויזענטער חסידי בעלזא וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם געהויבענעם איד, וועלכער האט זוכה געווען משמש צו זיין בקודש פנימה ביי מורו ורבו הרה"ק מבעלזא זי"ע, אין א בחינה פון עבד מלך כמלך, און געווען א דולה ומשקה מתורת רבו הגדול פאר די פילע אידן המשכימים לפתחו.
די עולם הקבלה באוויינט די ביטערע אבידה פון האי גאון בתורת הקבלה, לאנגיעריגער מרביץ תורה אין ישיבת המקובלים שער השמים, וואו ער האט מעמיד געווען תלמידים לאלפים מיט א מורא'דיגע בהירות. אזוי אויך האט ער מרביץ תורה געווען לאנגע יארן אויף א טעגליכע פארנעם אין די בארימטע טשעבינע ישיבה אין ירושלים, און געווען פון די געהויבענע משפיעים בחצר הקודש בעלזא, זייענדיג א דיין ומורה צדק אין ביד"ץ דקהל מחזיקי הדת.
הרה"צ ר' אהרן מרדכי איז געווען א זון פון הגאון הגדול רבי נחמן רוטנער זצ"ל אב"ד ברעזיף, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא זצ"ל, ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן אדמורי"ם רבנים דיינים מורי צדק ומרביצי תורה, אין וועלכע עס ציילן זיך זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראזלא ביתר שליט"א, בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש, און נאך חשובע רבנים ודיינים.
אבידה היא שאין לה תמורה, פרטים איבער די גרויסע לוויה וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: בקשו רחמים הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א לרפו"ש
וועלכע טשערנאביל ?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 17, 2023 5:12 pmכבה נר המערבי • הגה''צ רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק''ל למנוחות עולמים
גלה כבוד מישראל כי כבה נר המערבי
אוי נא לה אמרה ירושלים כי אבדה כלי חמדתה.
מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה יוצא משערי העיר ירושלים, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא נהורא נפישא משרידי דור הישן, פאר מקדושים ונצר לשלשלת קודש, הגאון הצדיק המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז יעצט ביינאכט נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון זעקס און ניינציג יאר.
די פטירה פון הרב הצדיק ר' אהרן מרדכי רופט ארויס גרויס טרויער ביי שלומי אמוני ישראל, הונדערטער טויזענטער אידן וואס האבן זוכה געווען זיך צו דערווארעמען לאורו, טויזענטער חסידי בעלזא וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם געהויבענעם איד, וועלכער האט זוכה געווען משמש צו זיין בקודש פנימה ביי מורו ורבו הרה"ק מבעלזא זי"ע, אין א בחינה פון עבד מלך כמלך, און געווען א דולה ומשקה מתורת רבו הגדול פאר די פילע אידן המשכימים לפתחו.
די עולם הקבלה באוויינט די ביטערע אבידה פון האי גאון בתורת הקבלה, לאנגיעריגער מרביץ תורה אין ישיבת המקובלים שער השמים, וואו ער האט מעמיד געווען תלמידים לאלפים מיט א מורא'דיגע בהירות. אזוי אויך האט ער מרביץ תורה געווען לאנגע יארן אויף א טעגליכע פארנעם אין די בארימטע טשעבינע ישיבה אין ירושלים, און געווען פון די געהויבענע משפיעים בחצר הקודש בעלזא, זייענדיג א דיין ומורה צדק אין ביד"ץ דקהל מחזיקי הדת.
הרה"צ ר' אהרן מרדכי איז געווען א זון פון הגאון הגדול רבי נחמן רוטנער זצ"ל אב"ד ברעזיף, און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא זצ"ל, ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן אדמורי"ם רבנים דיינים מורי צדק ומרביצי תורה, אין וועלכע עס ציילן זיך זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראזלא ביתר שליט"א, בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש, און נאך חשובע רבנים ודיינים.
אבידה היא שאין לה תמורה, פרטים איבער די גרויסע לוויה וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
א ווייטאג פאר אלע תושבי ארץ ישראל
א שטארקע אבידה אין דער עולם החסידות
א שטארקע קלאפ פאר דער בעלזער עדה הקדושה
א שטארקע בראך פאר דער אידישע וועלט
א שטארקע זעץ פאר דער אלע חסידים ואנשי מעשה וואס האבן ארויף געקוקט אויף דער איד...
אוי מי יתן לנו תמורתו
שוין יארן האט מען אזא שטייגער מין איד נישט געזעהן...
א ריזיגע גאון, כל רז לא אניס לי', בנגלה ובנסתר בלי שום גוזמא..
א אמת'דיגע פרוש נישט נהנה געוועהן מעולם הזה כי הוא זה נאר לפי חיותו...
א געוואלדיגע קוואל מים חיים פון תורה אין ספרי קודש.. אין סיפורי צדיקים פון אמאל אין בעיקר פון רבו הגדול רבי אהרן מבעלזא זצוק"ל
גדולה שימושה יותר מלימודה... א עקסטערע זכי' האט ער געהאט וואס האט זוכה געוועהן צו משמש זיין בקודש דער אלטער בעלזער רב זצ"ל, אין אויפכאפט יעדער ריר...
משמת ר' אהרן מרדכי פנה הודה וזיוה, דער שטיינקייט פון חסידות דער לעכטיגקייט פון ארץ ישראל...
מען קען רעדן אין דערציילן פון דער ווינדערליכע מענטש, א לאנגע צייט, הן פון זיין הנהגה חיי יום ביומו, הן פון זיין עבודה, הן פון זיינע חסדים וואס ער האט ארויס געהאלפן מענטשן..
פלגי מים ירדו עיני, אויף דער גרויסע מענטש וואס איז פארלאזט געווארן פון אונז.. אבער דער מלאכי מעלה, פרייען זיך צו מקבל זיין א אויבן אין הימל מיט גרויס שמחה
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל אין מען זאל זוכה צו תחיית המתים בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן

ר’ אהרן מרדכי זצ”ל איז אויכעט געוועזן פאר יארן א דושינסקיער תלמיד פון מהרי”ץ דושינסקי זצ”ל. ער האט געזאגט פאר דער משב”ק פון מהרי”ץ ר’ גבריאל פישער ע”ה (אויכעט א חסיד מהר”א מבעלזא) אז ער פרובירט צוליב דעם נאר צו עסן פון די עדה החרדית השגחה טראצדעם וואס די היינטיגע בעלזא איז נישט אינטער די עדה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
מיט יבלחט"א מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
- פיילס
-
- unnamed (15).jpg (81.08 KiB) געזען געווארן 959 מאל
-
- unnamed (16).jpg (151.54 KiB) געזען געווארן 959 מאל
-
- unnamed (17).jpg (117.43 KiB) געזען געווארן 959 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
מוסדות טשערנאביל
- פיילס
-
- Screenshot 2023-07-18 102631.jpg (169.3 KiB) געזען געווארן 955 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:54 pm
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
וויאזוי איז ער געווען א שוואגער מיט הג"ר יהושע ראזענבערגער שליט"א?
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
ווער נאך זענען איידעמער אחוץ כ"ק אדמור בית יצחק ספינקא?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 79
- אלעקס בעל עגלה
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:35 am
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
אויף די ערשטער בילד קען מען באמערקן זיין אלטע היט, וואס כידוע האט ער געפרעגט דעם בעלזא רב ז"ל אלס משמש צו ער זאל טוישן אויף א הויעכע היט כדרך חסידי בעלזא, און די תשובה איז געווען ער זאל בלייבן מיט די היט, האט ער זייט דעמאלטס נישט געקויפט קיין נייע היט...
----
איך האב זוכה געווען זיך צו דרייען ביי איהם אלס בחור, אפשר נישט גענוג, ער איז געווען א דמות פון א פארצייטישע דערהויבענע איד וואס דינט די אייבישטער 7\24, נישט געלעבט אויף די וועלט בכלל, א תלמוד חכם מופלג בנגלה ובנסתר, עס איז שווער פאר מיך צו באשרייבן עפעס וואס א פשוטע מענטש אזוי ווי מיך קען בכלל נישט באגרייפן, מען האט נאר געקענט שפירן און זעהן אז דא געפינט זיך עפעס אסאך אסאך העכער ווי מען איז צוגעוואוינט.
מען האט פארלוירן עפעס וואס ווערט שוין נישט געמאכט היינט צו טאגס, א ריכטיגע אבידה שאין לה תמירה.
זכר צדיק לברכה
ת.נ.צ.ב.ה.
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: בד"ה הרה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל - כ"ט תמוז תשפ"ג
דער בעלזא רב זצ"ל האט איהם געזאגט ער זאל חלילה נישט טוישן, ווייל די אונגארישע הוטן זענען ווי האלבע שטריימלעך.אלעקס בעל עגלה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:32 pmאויף די ערשטער בילד קען מען באמערקן זיין אלטע היט, וואס כידוע האט ער געפרעגט דעם בעלזא רב ז"ל אלס משמש צו ער זאל טוישן אויף א הויעכע היט כדרך חסידי בעלזא, און די תשובה איז געווען ער זאל בלייבן מיט די היט, האט ער זייט דעמאלטס נישט געקויפט קיין נייע היט...
***
זכר צדיק לברכה
ת.נ.צ.ב.ה.
שמעתי מר' מאיר שטיין ז"ל וועלכע איז אויך געווען א תלמיד פון מהרי"ץ דושינסקי, און האט אויך גענאסן פון א קרבה יתירה ביים בלעזא רב זצ"ל, וואס ער האט עס געהערט פון רא"מ זצ"ל.
(און וואס דו שרייבסט 'כדרך חסידי בעלזא', דאס איז דאכט זיך אויך בלויז פון נאכן קריג).
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!