שבת נחמו: א טעמע וואס אירע פראגראמען און פארברענגען'ס זענען א טארגעט פאר יעדע משפיע, מגיד, דרשן, סטאטוס לייגער און אייוועלט שרייבער. מען רעדט פון מיעט באורדס טועמיה'ס, קיעלבאסא טשולענט באטע'ס, קיוד פיש קידושים און סאוערדאגה פיצא מלווה מלכה'ס יעדע באגלייט מיט א צווייטע זינגער, בדחן און אינטערטעינער. און דערנאך זענען דא די לוזער'ס - די אויסגעשפילטע פון כלל ישראל וואס האבן פלעין געפראוועט א פלעינעם שבת וזהו זה.
אני הקטן בין פון די צווייטע האלב. מיין שבת נחמו פארברענג איז באשטאנען פון עסן שאלעשידעס אין מיין באליבטע שומרי שבת, צווישן אן אראביש רעדנדע תימנ'ע וואס עסט געפילטע פיש און א בריסקער געווארענע לעפקאוויטש וואס האט נערוועזערהייט געקייעט ווהאול-ספעלט מאשין מצות. די ניגונים איז געווען אנגעפירט דורך א יעקיש אפשטאמיגער עלטערער בחור און תורה האט געזאגט נישט קיין אנדערער ווי דער בעל 'ס'טייטש אתה הראית?!', לכאורה לכבוד זיין אושפיזין די וואך.
נאך אזא דיפרעסינג שבת נחמו, האט מיר פיין געשמעקט ווען א חבר מיינע האט מיר געשיקט א פיקטשער טעקסט מיט א ביל אין פלייש געשעפט פון ארום 'פיר מאות'. און תיכף דערנאך האט ער מיר געקלינגען ליידענען צו א גרויסארטיגער 'עפטער שבת נחמו גריל' וואס וועט פארקומען אויף זיין פארטש. וואס איז די פיר מאות בשר? אה, דאס איז געווען ווען ער האט בשעת הדחק געדארפט אויסמעקסן זיין עס. סי ען. קארטל, וואס די בעסטע אפציע זיינע איז פשוט געווען צוגיין אין בוטשער און קויפן אכט ריב סטעיקס, דריי פלאנקען, צוועלף קאובוי בורגערס און א חתונה פון פרענקס.
און היינט וויל ער דאס גרילן אויף זיין פענסי פיר ברענער גריל, און אויף משלים זיין צו א מנין אוכלים האט ער מיר איינגעליידענט. ווערי נייס.
איך האב גראד איבערגעגעבן אין שטוב אז היינט ברויך מען נישט גרייטן קיין סאפער פאר מיר... ס'קומט א גריל... (כאילו ווען נישט, וואלט איך געהאט עפעס בעסער ווי לעפט-אווערס...).
סעוון טירי בין איך געווען ביי זיין טיר. פארווע, הונגעריג און פריש. אויפן קאונטער איז געווען אויסגעשפרייט א גאנצע בהמה גסה, א שאד - אלי סטפנסקי וואלט געקענט מאכן א ווידיאו דערפון פאר מסכת חולין... א צוואנציג סארט דרעסינגס און מייענעזן, געווירצן און בלעטער פון אלע סארטן... סיריעס סטאף דאהי. מיין שפייעכץ ווערט צוביסלעך שמאלציג.
די עסקנים הייבן אן אריבעררוקן טעצלעך צום פארטש. און די מארח הכב"ד האט גענומען דאס ווארט: טרי, טא, וואן.. און הייבט אן דרייען די הענטעלעך מיטן ציהל אינטערציווארעמען דאס אייוועלע.
טצצצק... טצצצקקק... די דרייערלעך גריצלען א אפהאקענדע קול, אבער קיין פינק שפריצט נישט ארויס. די פלאמען האלטן נישט ביים קומען. ער דרייעט אהער, אהין.... לעשט אויס און פראבירט נאכאמאל. אבער דער וועבער איז פעסט עקשנות'דיג, ער וויל נישט משפיע זיין.
פלוצלינג זענען אלע פארזאמלטע געווארן גריל דאקטוירים. אבער קיינער האט נישט געקענט היילן דעם קלאץ... ביז דער בעל בביר"ה האט זיך דערמאנט: אה - מיי - גאדזש... די פראפעין טאנק איז לעהר... ב-ושו-ת...
נאכן פראבירן א האלבע שעה צו שאפן אביסל ברענשטאף, זוכענדיג ביי ספאנישע און כינעזישע סוחרים אנ'ערפאלג. האט מען מיט גרויס טרויער אפגערופן די גרויסארטיגע פראגראם.
מיט א זויערן טעם אין גענאק האב איך זיך געזעגנט פון די פונטן בשר בקר, שלא טעמו טעם אש... דער ידיעה אז טשולענט איז מיין נעקסטע אפציע האט מיר פאראיבעלט. בלית ברירה בין איך געגאנגען טון מנחה מעריב און געגאנגען לערנען מיט א ליידיגער מאגן.
צוויי שעה שפעטער טרעף איך זיך א הונגעריגער און ערשעפטער ביים אפענעם פענטרי ביי מיר אין שטוב, דעבאטירענדיג צווישן זיסע סיריעל אדער קרקרים מיט חומוס. צום ענדע זענען מיינע אויגן געפאלן אויף צוויי באשטאנדטיילן 'פינאט פוטער און מאמעלאדע' (פינאטבארער און דזשעלי בלעז).
דאסידאס! האב איך פראקלאמירט. יא, עס נישט אזוי גאנגבאר ביי אונזער עולם צו מישן די צוויי, אבער כ'זאג דיר ס'פיינע נייעס... די געזאלצנקייט און זיסקייט מישן זיך צונויף און קריעיטן אן אראומע אפעקט... טעמו וראו. (אגב: ווען מען שמירט עצה טובה צו נוצן צוויי פארקערטע זייטן פונעם מעסער... נישט צו צומישן דעם שטן).
איבער א אלטע העברעאישע מאגאזין מיט א זאפטיגע ארטיקל פון יעקב ב. פרידמן איבער די בוז להפלג, טאם-טאם קרערערס און פינאט באדער דזשעלי געמיש האב איך זיך געשטילט מיין הונגער... קרעקער נאך קרעקער... שמיר נאך שמיר... קראך נאך קראך... ס'גוט.
נאכן ענדיגן דעם ארטיקל כאפ איך א בליק אריין אינעם דזשעם פושקע, עס ווערט מיר גרין פאר די אויגן! יא, א שיכט שימל הויערט איבער דעם אויבערשטן שיכט דזשעם... פוי... פעך... ברעך... און איך האב עס נאך געגעסן מיט אפעטיט, און עס נאך ענדזשויעט... (קוקט אויס שימל האט קיין טעם נישט, ווי מיין חבר - וואס זיין פאטער איז געזעצן - האט מיר דערציילט אז אין בני אדם האט זיין פאטער בלית ברירה געגעסן שימלנדע עסנווארג...).
וואס איז די פאנטש ליין?! איך האב אסאך, אבער דאס זענען די געווינער...
-נישט יעדע זאך וואס איז זיס - איז גוט.
-נישט יעדע זאך וואס קוקט אויס שלעכט - איז שלעכט.
-נישט יעדער וואס איז געליידענט געווארן צו א מעסיוו 'נחמו גריל' דארף מען מקנא זיין.
און צום שלוס א ק/פ מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן:
'שבת נחמו' איז פונקט ווי 'שלום בית':
אפאר אומ-אידענטיפיצירטע אידן האבן עס, און גאנץ כלל ישראל דרייט זיך ארום קאמפלעקסד און צוקלאפט אז זיי זענען נישט א חלק דערפון...
400 דאלער ווערט פון סטעיק'ס, פאר א 'זונטאג-נחמו-גריל'
-
יחזקאל סגל לנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 10
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
- Location: USA
- x 245
Re: 400 דאלער ווערט פון סטעיק'ס, פאר א 'זונטאג-נחמו-גריל'
אוי נחמו נחמו עמי... יא-א-א-א-אמר אלוקיכם...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: 400 דאלער ווערט פון סטעיק'ס, פאר א 'זונטאג-נחמו-גריל'
@יחזקאל סגל לנדא די קומסט אריין זייער קלאר
אזויווי אייביג...
אזויווי אייביג...