מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 552
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3211

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

לויט א פרישע באריכט ארויסגעקומען איז שוין טשיינעס J-20 סטעלט פייטער זשעט פלאטע געוואקסן צו ארום 500 שטיק דערליווערט, וואס 350 דערפון זענען שוין אין אקטיווע דינסט צוטיילט אין 14 סקוואדראנען, טשיינע פלאנט צו האבן ארום 1,000 שטיק ביז 2030 צוליב וואס זיי האבן דראמאטיש געהעכערט די פראדוקציע צו 120 שטיק פער יאר.
J20-Mighty-Dragon (1).jpg
J20-Mighty-Dragon (1).jpg (173.25 KiB) געזען געווארן 120 מאל
J-20-PL-10 (1).jpg
J-20-PL-10 (1).jpg (82.06 KiB) געזען געווארן 120 מאל
GettyImages-2237021602_05f666 (1).jpg
GettyImages-2237021602_05f666 (1).jpg (82.27 KiB) געזען געווארן 120 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 552
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3211

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

בילד

ענדוריל האט ארויסגעשטעלט א נייע 'הייבריד עלעקטאריק' טילטראטאר דראון אטאקע העליקאפטער וואס זאל דינען אלס א CCA ווינגמען פאר אטאקע העליקאפטער, זיי האבן אים געגעבן א נאמען טאנדער, און לויט די רענדערינגס זעט אויס אז זיי האבן געשפילט צופיל ווידיאו געימס...

צוליב די טילטראטאר דיזיין דהיינו אז די ראטארס קענען זיך דרייען צו פארנט צו קענען פליען גאר שנעל וועט די דראון קענען ארבעטן נישט נאר צוזאמען מיט די יעצטיגע אפאטשי העליקאפטערס וואס האבן א טאפ ספיד פון 186 מייל פער שעה, נאר זיי וועלן אויך קענען פליען זייט ביי זייט און סופארטן די צוקונפטיגע שייען 2 טילטראטאר העליקאפטערס וואס וועט ריפלעיסן די בלעקהוק העליקאפטערס און האט א טאפ ספיד פון 320 מייל פער שעה, וואס איז כמעט דאפלט פון די אפאטשי, ווי אויך האט עס א רעינדזש פון 920 מייל ווייט וואס איז מער פון עני יעצטיגע ארמיי העליקאפטער.

טאנדער וועט זיין געבויעט מיט א סטעלט דיזיין וואס האלט די וואפנס אויף די פליגלען וואס קענען זיך צומאכן פאר מער סטעלט, און צוליב וואס עס דארף נישט קיין פילאט קאבינע וועט עס זיין קלענער אין סייז וואס וועט מאכן מעגליך עס צו צונעמען אין אריינלייגן אין א רעגולער 40 פיס שיפינג קאנטעינער, אויך וועט ער קענען דורכפירן מיסיעס אומאפהענגיג, צוליב זיין מאסיווע ספיד און רעינדזש וואס וועט קומען צוליב א הייבריד עלעקטעריק מאטאר וואס נוצט אסאך ווייניגער פיול.

ענדוריל האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט Archer Aviation און Karem וואס ארבעט שוין לאנג מיט דארפא צו פראדוצירן א נעקסט זשענערעישן אטאקע העליקאפטער, די העליקאפטער וועט קענען טראגן א גאנצע ווערייעטי פון וואפנס אריינגערעכנט ביז פיר 19 ראקעט פאדס וואס אין יעדע פאד גייט אריין 19 לעזער גיידעד ראקעטס, ביז 10 לופט צו ערד מיסילס ווי העלפייער אדער JAGM מיסילס, ביז 16 לאנטש עפעקטס וואס מיינט קליינע דראונס וואס ווערן ארויסגעשאסן פון די העליקאפטער וואס יעדע פון די קען זיין אדער א שפיאנאזש דראון, אדער א קאמיקאזי, אדער פאר עלעקטראנישע מלחמה אדער גאר אלס א דיקאוי,

אויך וועט עס האבן ספעציעלע דיזיינט ראטארס וואס מאכן כמעט נישט קיין גערודער, און זענען קלאר שטיל, בקיצור א אומזעבארע מאונסטער וואס קומט צו פליען מיט א מאסיווע שנעלקייט רעגענט אראפ א מבול פון פייער און ווערט פארשווינדן, ער קען גענוצט ווערן פאר אטאקע, באגלייטונג, און שפיאנאזש, בלייבט נאר איבער צו ווינטשן אז ס'זאל עפעס ווערן דערפון ווייל ביזדערווייל קוקט מיר עס אויס ווי סטרעיט ארויס פון א סייפיי מאווי. ברררר...
thunder-weapon-options (2) (1).jpg
thunder-weapon-options (2) (1).jpg (74.96 KiB) געזען געווארן 63 מאל
thunder-front-quarter-weapons-out (2) (1).jpg
thunder-front-quarter-weapons-out (2) (1).jpg (47.43 KiB) געזען געווארן 63 מאל
anduril-thunder-front-quarter-view (2) (1).jpg
anduril-thunder-front-quarter-view (2) (1).jpg (48.83 KiB) געזען געווארן 63 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 552
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3211

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ביי א מיליטערישע עקספאו אין ענגלאנד האט א אנדערע אמעריקאנע פירמע BETA Technologies ארויסגעשטעלט א הייבריד עלעקטעריק דראון קארגא העליקאפטער, וואס איז א קוואדקאפטער מיט 4 פראפעלערס פלוס האט א פושער פראפעלער פון אינבעק פאר ספיד. מערקט די אינטערעסאנטע קאמפליצירטע דיזיין מיט די 4 געבויגענע פליגלען און די פלייט קאנטראלס.

(אין די צווייטע בילד טשארזשט ער א בייק...)
Screenshot_20260721_231350_Photo Editor.jpg
Screenshot_20260721_231350_Photo Editor.jpg (121.55 KiB) געזען געווארן 60 מאל
WhatsApp-Image-2026-07-21-at-12.03.38-1 (1).jpeg
WhatsApp-Image-2026-07-21-at-12.03.38-1 (1).jpeg (208.78 KiB) געזען געווארן 60 מאל
WhatsApp-Image-2026-07-21-at-11.35.27 (1).jpeg
WhatsApp-Image-2026-07-21-at-11.35.27 (1).jpeg (257.27 KiB) געזען געווארן 60 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 552
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3211

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

דרום קארעא האט געשלאסן קאנטראקט מיט קאנאדע צו קויפן נאך 2 שטיק פון די Global 6500 זשעמער זשעטס וואס וועט זיי געבן א טאטעל פלאטע פון 4 זשעמינג עראפלאנען, בעיסיקלי די אמעריקאנע ME-11 עלעקטראנישע מלחמה פליגער.
KOREAN-AIR-SOJ (1).jpg
KOREAN-AIR-SOJ (1).jpg (74.07 KiB) געזען געווארן 59 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 552
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3211

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

א פרישע באריכט פון די ארמיי אינספעקטער זשענעראל דעקט אויף אז א מאסיווע פלענט פון זשענעראל דיינעמיקס אין טעקסעס, אין וואס די ארמיי האט שוין אריינגעגאסן 469 מיליאן דאלער, מיטן ציל צו פראדוצירן 30,000 היי עקספלאסיוו 155 מ"מ שעלס פער חודש, האט נאך פאקטיש נישט פראדוצירט קיין איין שטיקל טראץ וואס לויטן קאנטראקט וואלטן זיי שוין געדארפט אנהייבן פראדוקציע אין 2024.

די סיבה צו דעם איז פעלערהאפטיגע עקוויפמענט, און יעצט קוקט די ארמיי אריין צי זיי זאלן איבערגעגעבן די פירערשאפט פון די פלענט צו א צווייטע קאמפאני, אדער זיי זאלן אננעמען א פארשלאג פון זשענעראל דיינעמיקס אז זיי וועלן אינוועסטן 200 מיליאן דאלער פון אייגן טאש צו ריפלעיסן די עקוויפמענט. די ציל פון די מיליטער איז צו פראדוצירן כאטש 100,000 שעלס פער חודש, וואס מיינט אז די פלענט פראדוצירט די שעל קעיסינג פאר 30 פראצענט פונעם ציל.
Mesquite-ammo-plant (1).jpg
Mesquite-ammo-plant (1).jpg (102.67 KiB) געזען געווארן 59 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
שרייב פאוסט