היסטארישע דורכברוך אין עולם השידוכים

נייעס אין אונזער קווארטאל
גאלדבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 251
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 19, 2026 1:27 pm
Location: Brooklyn
x 226

היסטארישע דורכברוך אין עולם השידוכים

פאוסט דורך גאלדבערג »

כ'האב שוין לאנג געטראכט דערפון
היינט איז עס ארויס אפיציעל קומט פון ivelt

אפשר איז שוין צייט פאר א לעזונג

גאר אסאך מוטשענען זיך שטארק ווען עס קומט צו שידוכים, עס איז דא ביי אסאך וואס עס קענען דורכגיין וואכן און חדשים אן קיין שום פרישע הצעות.

זענען מיר א שטיק צייט צוריק אויפגעקומען מיט א געדאנק, וואס וועט זיין אויב עס קען געמאכט ווערן א סיסטעם וואס איז צוטריטליך ווען דו ווילסט, דו גייסט צום סיסטעם דו זאגסט אים ווער דו ביסט און וואס דו זוכסט, און איינמאל די סיסטעם קען דיך און נאך אסאך אנדערע, קען עס אויטאמאטיש אנהייבן צוזאמשטעלן פאטענציאלע פארשלאגן, און קיינער דארף נישט מיטהאלטן אלע פריוואטע דעטאלן פארוואס די סיסטעם האלט אז עס קען זיין א גוטע שידוך.

דו דארפסט נישט ווארטן מען זאל דיך רופן מיט הצעות, עס דארף נישט זיין א שדכן וואס פונקט קען ער דיך און פונקט קען ער אויך צווייטן כדי עס זאל אים בייפאלן די געדאנק.

אויב די סיסטעם טרעפט א פארשלאג וואס קוקט דיך אויס אינטערעסאנט, קענסטו דעמאלס אריינברענגען דעם שדכן צו ארבעטן דערויף.

אזוי אויך קענען שדכנים בעטן צו טרעפן הצעות אויף סיי וועלכע נאמען פונעם סיסטעם, און אויב די שדכן האלט פון די געדאנק קען ער\זי אנהייבן ארבעטן דערויף.

מהאמיר זיך גענומען צו די ארבעט, און ב"ה שטייענדיג א שיינע פאר חדשים שפעטער, איז די סיסטעם נארוואס פארענדיגט געווארן, מיר האבן עס געגעבן פאר אידן צו אויספראבירן, די פיעדבעק איז געווען גאר פאזיטיוו, און געוויסע זענען געווען גאר ענטוזיאסטיש דערפאר זעהנדיג דערין א גאר שטארקע פאטענציאלע שינוי לטובה, און למען האמת איז אויך געוועהן וואס האבן געהאלטן אז אזאנס האט נישט קיין שאנס.

אגב, קען די סיסטעם אויך אויטאמאטיש מאכן פאר אייך א רעזומעי, סיי אידיש סיי ענגליש, איר קענט עס עדיטן, איר קענט עס שעירן מיט שדכנים אויפן פלאטפארמע, ווי אויך קענט איר עס סעיוון און פרינטן.

יעצט לכבוד חמשה עשר באב - די יום טוב פון שידוכים, לייגן מיר ארויס דא די לינק צום נייעם סיסטעם Zivug AI, אויב זענט איר א שדכן אדער איר האט קינדער אין די יארן אדער אויב איר זוכט אליין א שידוך, קענט איר ארויפקומען און זיך אויפשרייבן אויפן סיסטעם - זיך ארויפלייגן אויפן סיסטעם, מאכן רעזומעי'ס, און באקומען די ערשטע פאר הצעות איז בחנם.

וואס מער אידן שרייבן זיך אויף, אלץ שטערקער און קליגער ווערן די פארשלאגן פאר יעדן.

ובשם השם נעשה ונצליח, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן!

די נייע סייט
https://zivugai.com/
שרייב פאוסט