מזל טוב מזל טוב מזל טוב...

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
ספרא ד'אידטיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 22, 2026 10:37 am
Location: Kiryas Joel
x 9

מזל טוב מזל טוב מזל טוב...

פאוסט דורך ספרא ד'אידטיש »

ויקרא שמו בישראל "ספרא ד'אידטיש"!!
ווא'גייט פאר? 'על איך ענק זאגן.

מיט א צייט צוריק (איך ליג נישט אזוי אין פאליטיקס סאו פרעג מיך נישט ווען) האט אונזער חשוב'ער פרעזידענט ירום כבודו, ר' דניאל טראמפ שליט"א, יאריך ימים על ממלכתו, גערעדט אויף די נייעס איבער עפעס אן אינצידענט (איך האב נישט קיין אנונג וועלכע), האט ער זיך געפערליך גערעגט און געזאגט, "פעיק ניוז," נו, אז איך האב געזען אז אונזער געערטער פרעזידענט רעגט זיך געפערליך אויף איינער וואס טראגט אויף זיך פאלשע ארטיקלען, נו, קען איך זיך נישט ארומדרייען דא אין די קארידארן פון אידטיש מיט א "פאלשע בארד", מוז מען זיך טוישן, איז מפני כבוד מלכות האב איך מיר אנגעטון אן עכטן בארד.
נו, אז מ'טראגט שוין ב"ה אן עכטן בארד קען איך דאך נישט הייסן "פאלשע בארד", נמנו וגמרו אז מ'דארף טוישן ס'נאמען, האמיר געטוישט.

איי וועט איר דאך אלע פרעגן, - יא, איך זע דאך שוין דארטן אין די בעק סיט ווי ער שפרינגט אויף מיט ענטוזיאיזם - האלא, פארוואס פונקט "ספרא ד'אידטיש?
די תירוץ איז... איך האב נישט קיין בלאסן מושג!!! עה עה עה... ס'איז יא דא א תירוץ:
וועל איך ענק זאגן, איר קענט דאך אלע דעם חשוב'ן טיטל וואס מ'פלעגט געבן יארן צוריק "ספרא דדיינא", נו, ספרא דדיינא בין איך דאך נישט, איך בין דאך אבער יא 'א' שרייבער, [טאקע נישט "דער" שרייבער אבער פארט א שרייבער], נו, האמיר אפגעמאכט אויף "ספרא ד'אידטיש".

איז ממילא רבותי, מזל טוב! הע? אה, ברוכים תהיו!
די ברית וועט אי"ה זיין היינט אין גרויסן ביהמ"ד, די בעיבי איז נישט געל, ישמח האב ביוצאי חלציו, ואומר לך בדמיך חיי, ואומר לך בדמיך חיי!

מזל טוב!! מזל טוב!!
עניוועי...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3828
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4780

Re: מזל טוב מזל טוב מזל טוב...

פאוסט דורך אנדערער »

מזל טוב @ספרא ד'אידטיש צום נייעם נאמען און שלום עליכם צום פנים חשדות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3835
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13060

Re: מזל טוב מזל טוב מזל טוב...

פאוסט דורך פופציגער »

מזל טוב מזל טוב!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט