דער איזראעלי פוירל הארבער

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך העלדיש »

דער איזראעלי פוירל הארבאר:

ארום זעקס דרייסיג פארטאגס בעצם יום שמיני עצרת האט 'חאמאס' אנגעהויבן מיט זייער פון פאראויס באשטימטע בלוט דארשטיגע אפענסיווע אויף ציווילע צילן אינערהאלב מדינות ישראל טעריטאריע.

פון די ערד פון די ים און פון די לופטן האבן די בארבארישע טעראריסטן געמאכט זייער וועג צו די היימען פון די אומשולדיגע אידן וועלכע זענען געווען פארזינקען אין א טיפע שלאף, לויט די יעצטיגע שאצונג הייסט עס אז איבער צוויי טויזענט רוצחים האבן אנטייל גענומען אין די מערדערישע פאגראם און ווי עס האלט יעצט ווערט געשאצט אויף איבער צוועלף הונדערט הרוגים, ארץ אל תכסי דמם.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א באראדש פון טויזענטער ראקעטן וועלכע זענען געשאסן געווארן פון עזה אויף גרויסע חלקים פון ארץ ישראל אריינגערעכנט אלע שטעט אין דרום און אפי' די שטעט און צענטער פון מדינות ישראל א שטייגער ווי תל אביב און ירושלים. הונדערטער טויזנטער בירגער זענען זיך צולאפן צו די בונקערס צו נעמען שיץ פון די פליענדע ראקעטן.
ווען מען טראכט אריין אויף א מינוט אין די טעראר וואס דאס ברענגט אן איז עס ממש אומבאשרייבליך, איינער וואס האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט וועט קיינמאל נישט פארשטיין די שרעק און אנגסט פון דארפן לויפן פארטאגס צו די בונקערס, מאמע'ס מיט זייערע קליינע קינדער אין די ארעמעס, זיידעס און באבע'ס, אלע לויפן פארפאניקט אינגאנצן, די פחד איז אוים ונורא.

צוזאמען מיט די טויזענטער ראקעטען וועלכע זענען אריבער די גרעניץ איז אויך אריינגעפלויגן א גוט מושטירטע איינהייט פון טעראריסטן, שוועבנדיג מיט גליידערס העכער איזראעלי טעריטאריע ווי זיי האבן שפעטער געלאנדעט. ווי עס הייסט יעצט זענען זיי געווען די טעראריסטן וועלכע האבן אטאקירט דעם מוזיקאלישע צוזאמקום פון מענטשן וועלכע איז טאקע געווען איינער פון די מערסט בלוטיגע סצענעס מיט די מערסטע קרבנות.
גלייך דערנאך זענען עטליכע טעראריסטן פון די עליטע בארבארן צוגעפארן צום גרעניץ און דאס אדורגעלעכערט, ווי נאר ס'איז געפענט געווארן א קליינע לעכל האבן צענדליגע אראבישע שדים אדורכגעפארן מיט זייערע מאטארביציקלעך און אריינגעדרינגען אין מדינות ישראל. מיט אנגעלאדענטע מאשין געווער אויף די אקסל און פארשטיינערטע הערצער האבן זיי זיך געיאוועט ווי ווילדע לייבן וועלכע זענען אנטלאפן פון זייער שטייג און זיך ארויסגעלאזט אויף דעם שוידערליכן מאסן־מארד.
קורצליך דערנאך האט זיך אנגעהויבן די קומענדיגע פאזע. עטליכע גרויסע טראקטארן זענען צוגעפארן צו די גרעניץ צוים וועלכע טיילט אפ צווישן די מענטשן און די חיות און האבן אריינגעשינטן דערין מיט קראפט אויפמאכענדיג די וועג פאר די איבריגע הונדערטער ציושיטע טעראריסטן וועלכע האבן צו די הייזעריגע געשרייען פון זייערע חברים אינוואדירט די הייליגע לאנד, טייל זענען געפארן אויף טרעקלעך און אנדערע זענען אריין צופיס, אבער אלע מיט די זעלבע בלוט דארשטיגקייט כסוס אחד ברשעה אחת

די טעראריסטן האבן געהאט אנגעגרייט א פונקטליכע ליסטע פון דערפאר וועלכע זענען נאנט צום גרעניץ, און ווי נאר זיי האבן זיך אריינגעריסן אין מדינות ישראל זענען זיי גראד צוגעפארן צו זייערע צילן. אויפן וועג האבן זיי אויך אטאקירט א האלב ליידיגע מיליטערישע באזע וועלכע איז געווען איינגעהילט אין א טיפע שלאף נישט חלומ'נדיג וואס עס ווארט זיי אפ, די טעראריסטן האבן קיינעם נישט געשוינט און ערמארדעט וועם זיי האבן נאר געפינען און אזוי אויך גענומען א צאל משכונות מיט זיך, דערנאך האבן זיי געמאכט בילדער ווי זיי שטייען מיט שטאלץ אויף פארכאפטע טענק ווי צו צייגן דערמיט אז זיי זענען איבערגעקומען די אידישע פיינט. פון דארטן האבן זיך די גרויליגע מערדער צוטיילט אין קלענערע גרופעס און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג צילנדיג צו הארגענען ווי מער מענטשן שייך, אזוי ארום אז אללא זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוט'ס, ושם רשעים ירקב.

אויך דורך די ים זענען די פארשאלטענע ישמאלים אריין קיין מדינות ישראל קומענדיג צו פארן מיט קליינע שנעל שיפן, בחסדי שמים אז א גרויסע טייל דערפון אפגעווישט געווארן נאך איידער זיי האבן געקענט אויספירן זייערע גרויליגע טאהטן.

עס איז א גרויס ווינדער ווי אזוי עס איז מעגליך אז די מדינות ישראל מיליטער האט נישט אויפגעכאפט די אינפליטירונג פון די ערשטע מינוט, און נאך מער איז די קשיה ווי עס קען זיין אז די געהיים אגענטורן און שפיאנאזש קוועלער האבן פון גארנישט געוויסט נעמענדיג אין באטראכט אז מען רעדט דא פון א מאסיווע אטאקע וועלכע האט זיך געפאדערט חדשים פון פלאנירונג, דעריבער איז עס העכסט אינטערסאנט ווי אזוי ס'שטומט אז מען זאל נישט האבן געוויסט.
ווי עס לויטעט האבן די טעראריסטן צו ערשט אטאקירט די אבזערוואציע טורעמעס פון מדינות ישראל וועלכע ליגן אויסגעשפרייט דורכאויס די גרעניץ מיט דראונס פון די לופטן און ווי אויך האבן זיי אויסגעשאסן די קעמרא'ס וועלכע וואלטן ווען געדארפט אינפארמירן די ישראלים אז א אטאקע איז אונטערוועגס, אבער דאס אלעס לאזט איבער מער קשיות ווי תירוצים וויבאלד עס דארף צו הייסן אז די גרעניץ צווישן מדינות ישראל מיט עזה איז פון די מערסט באשיצטע גרעניץ פונקטן איבער די וועלט און עס איז שטענדיג דא א אקטיווע ארמיי גרייט צו באשיצן אין פאל פון קריג, אבער אים ה' לא ישמור עיר שוו שקד שומר.

שפעקלאציעס לויטן אז אין דער צייט וואס די אטאקע איז פארגעקומען האט מדינות ישראל געליטן פון א מאסיווע סייבער אטאקע וועלכע האט אויסגעשאלטערט די אלע סענסארס און דראונס וועלכע וואלטן אין נארמאלע אומשטענדן געזאלט ארויסגעבן די אריינדרינגער, דאס פארענטפערט פארוואס מען האט זיי טאקע נישט אנדעקט גלייך אין אנהייב. פארשטייט זיך אז די מדינות ישראל רעגירונג דערציילט גארנישט, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז גארנישט געווען, די רעגירונג איז איינפאך צו פארשעמט צו פארציילן די אמת.
(אויב איז דאס וואר דאן איז א זיכערע זאך אז די איראנער זענען דא געווען פארמישט, ס'איז נישט במציאות אז די פאליסטינער בחורים'לעך זאלן אזאנס קענען באווייזן אויף די אייגענע האנט)

און יעדער מושב ווי די רשעים זענען נאר אנגעקומען האבן זיי גלייך אנגעהויבן צו מארדן אין רצחנ'ן.
איינוואינער האבן זיך ערוועקט פארטאגס צו די גערודער פון מאשין געווער, און ווען זיי האבן געכאפט א בליק ביים פענסטער איז זיי פינסטער געווארן פאר די אויגן זענדיג די מערדערישע חאמאס טעראריסטן זיך דרייען ביי זיי אין שטעטל ווי ביים טאטן אין וויין גארטן, עס ממש ווי מען זאל ווען באגעגענען דעם טייוול אליין. ס'איז ליידער נישט געווען ווי צו לויפן אדער וועמען צו ריפן, מ'האט בלויז געקענט קוקן אין האפן פארן בעסטן, איינוואוינער זענען געלאפן זיך צו באהאלטן אין יעדער לעכל וואס זיי האבן נאר געפינען אולי וועט זיי געלונגען צו אויסמיידן דאס ערגסטן.
די חיות בצורת אדם האבן זיך אויפגעפירט מיט די מערסטע מאס רשעות וואס איז אויף די וועלט פארהאן הארגענען'דיג קינדער פאר די אויגן פון זייער מוטער און קיין שום געוויסנביסן און געהאקט קעפ ווי עס וואלט ווען געווען גרינצייג.
עס האט גענומען לאנגע שעות ביז די מיליטער האט זיך געקענט רעארגאניזירן און אריינברענגן פארשטערקערונג כוחות צו אפשלאגן די מערדער און דאס האט געגעבן די צייט פאר די פרא אדם צו צוריקפארן די אומגליקליכע משכנות ארום צוויי הונדערט אין צאל, צו זייער שטאל אין די עזה בונקערס. די גאנצע שטח ארום עזה איז געווען פארמישט אין שטורמישע שלאכטן צווישן די מלאכי חבלה און די מדינות ישראל ארמיי וועלכע האט געארבעט מיט שווערע כוחות זיי צו עלימינירן, טייל פון די טעראריסטן האבן זיך פאבראקירט אינערהאלב פריוואטע היימען און גענומען אירע איינוואינער אלץ משכונות וואס דאס האט פילפאכיג פארשווערט די אפעראציעס זיי צו פארטיליגן. עטליכע פון די טעראריסטן האבן זיך געיאגט ביז טיפער אריין אין מדינות ישראל שפירנדיג פאר וויכטיג צו מארדן די איינוואינער פון די צענטראלע שטעט אין מדינות ישראל.
א כאאס איז אנשטאנען ווען א חלק פון די בלוט זויגענדע מאלפעס האבן זיך אנגעטון מיט די מונדירן פון מדינות ישראל זעלנער און האבן אוועקגעשטעלט א פאלשע וואך פונקט אזוי ארום צו פארנער'ן מאטאריסטן זיך צו אפשטעלן, עס האט גענומען א לאנגע צייט זיי צי אידענטיפיצירן, און א אפי' נאכדעם איז שוין פארבליבן א שרעק די גאנצע צייט איבער פארשטעלטע טעראריסטן.

די ערשטע שריט פון מדינות ישראל איז געווען צו פארזיכערן די געגענט און אויסראטן די רעשטלען חאמאס טעראריסטן פון איר טעריטאריע, דערנאך איז ערווארטעט אז די מיליטער וועט אינטערנעמען א פולשטענדיגע ערד אינוואזיע אקעגן די טעראר ארגאניזאציע וועלכע רעגירט יעצט איבער עזה מיטן ציל זיי צו גענצליך פארניכטן, יעדער איז מודה אז דאס מאל האבן די אראבער איבערגעצויגן יעדן שטריקל פון מאראל און מדינות ישראל האט נישט די ברירה דאס צו איגנארירן.
און אזוי זאגן טאקע די ארטיגע פאליטיקאנטן, פרעמיער מיניסטער נתניהו האט שארף דערקלערט אז די יעצטיגע אטאקע איז ווי חאמאס זאל ווען אינטערשרייבן א טויט דעקראט אויף זיך אליינס.

עס הערט זיך אפשר ווי גוטע נייעס אבער אין ווארהייט איז דאס גאר א געפארפולער אינטערנעמונג, די טעראריסטן אין עזה גרייטן זיך שוין יארן פאר אזא סיטואציע און האבן אנגעגרייט פולע פאסקעס פאר די אנקומענדע טרופן, אריינגערעכענט מינעס, סורפרייז טונעלן, און נאך אסאך אנדערע פלענער וויאזוי צו מארדן די סאלדאטן, כדאי זיי צו איבערקומען וועט עס ווארשיינליך קאסטן פולע קרבנות ה''י. און ווייטער דארף מען כסדר טראכטן איבער די טאג נאכדעם, וואס וועט זיין די סיטואציע אין עזה? וועט יעדער משוגענער קענען ארויסשיסן ראקעטן ווען אימער ס'שמעקט זיך אים? עזה איז א לאנד מיט איבער צוויי מיליאן איינוואוינער, ווער וועט זיי שפייזן?

אין א היפש נארישע האבן די טעראריסטן פארשפרייט בילדער און ווידעאוס פון זייער ברוטאלע אקטן אויף די סאושעל מידיע נישט נעמענדיג אין באטראכט אז דערמיט שעדיגן זיי זיך זעלבסט, וויבאלד דאס וועט געבן די טאטאלע בארעכטיגונג פאר מדינות ישראל זיך צו פארטיידיגן און אפי' די אייראפעאישע אנטיסעמיטן וועלן זיך מוזן אנעמען פאר מדינות ישראל, קיינער קען נישט שטיצן א גרופע וואס פירט זיך אויף אזוי קאלט בלוטיג און נאכדערצו מיט אזא סאדיזם.

עס איז ווערט צו באטאנען די ניסים וואס האט זיך אפגעשפילט אין עטליכע דערפער וועלכע זענען בחסדי שמים ניצול געווארן פון די טעראריסטן נאכדעם וואס די ארטיגע זיכערהייט וועכטער האבן באוויזן אפצושטויסן די אנגריפער און זיי פארטרייבן, אזוי זענען פארהאן עטליכע דערפער צו וועלכע זיי זענען צוליב אומבאַקאַנטער סיבות נישט אנגענומען. טראצדעם וואס זיי זענען געווען אנגעגרייט אויף די ליסטעס.

א באזונדערע אנגעצויגנקייט הערשט איבער די מצב אין צפון מיט חיזבאלא, חיזבאלא איז נישט ווייניגער בלוט דארשטיג ווי זייער ברידער אין עזה און אויב זיי באשלוסן זיך אריינצומישן אינעם קאנפליקט באדייט דאס א ערנסטע קריג, ווייל אנדערש ווי חאמאס פארמאגן זיי א פולשטענדיגע ארמיי אויסגעשטאטעט מיט אלע כלי משחית וואס ס'פעלט זיך אויס, און אזוי אויך א ריזיגע ארסאנעל פון ראקעטן און מיסילס וועלכע קענען פליען איבער גאנץ ארץ ישראל. עס זענען געווען פארשידענע צייכענעס אז זיי פלאנירן עפעס ערנסט אבער מען קען גארנישט נישט אויסרעכנען און קיינער קען נישט עכט פאראויסזאגן וואס די מארגן גייט ברענגען.

אסאך אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז איראן איז דער וואס שטייט אונטער די יעצטיגע אטאקעס, טענה'נדיג און מיט רעכט, אז די אומגעלערנטע יונגן פון עזה וואלטן קיינמאל נישט געקענט דורכפירן אזא סוקסעספולער אטאקע אן קיין הילף פון אינדרויסן. סיבות פארוואס איראן זאל וועלן טון אזאנס איז דא לרחצה. עס קען זיין א בלויזער נקמה אויף די פילע סאבאטאזש אקציעס און אטענטאטן וועלכע מדינות ישראל האט אדורכגעפירט געפירט אין איראן, אנדערע זאגן אז זייער ציל דא איז צו אפהאלטן אנדערע אראבישע לענדער פון שליסן שלום אפמאכן מיט מדינות ישראל, ווייל ווען מדינות ישראל איז אין קריג מיט די אראבער שאפט דאס אן אנגעצויגנקייט צו די גאנצע אראבישע וועלט. אדער קען זיין אז דאס איז בלויז א טייל פון א לענגערע פלאן וואס די ממשלת הזדון בראשות פון דעם רשע כומעיני פלאנט אקעגן די בני ישראל. אזוי צו אזוי זאל די אייבערשטער זיי באצאלן כפלי כפלים אויף א יעדער קויל וואס איז געשאסן געווארן.

אין סך הכל;
דאס געווען די טויטליכסטע טאג פאר דאס אידישער פאלק זינט די צווייטע וועלט־מלחמה און עס וועט פארשריבן ווערן מיט בלוטיגע אותיות אינעם אידישן קאלענדער.
זאל די רבוש''ע העלפן און שוין שיקן משיח צדקינו און ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם בלוטיגן גלות, און אין איינוועגס זאל ער שוין אויך נקמה נעמען אין די פארגאסענע בלוט פון די אידישע קינדער במהרה בימנו אמן!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4575

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך וואוילער »

שיינע בשרייבונג.

מיינע 2 הערות:
1. די אראבער זענען טאקע בלוטדארשטיגע רוצחים, אבער שרייבן ״צווישן די מלאכי חבלה און די מדינות ישראל ארמיי״ איז ווי כאילו די מדנ״י ארמיי איז א איינשטענדיגע זאך.
ניין! נישט עפ״י תורה און נישט אין פאקט, עס קומט טאקע ווייט נישט צו צו די אראבער, אבער די רשעים פון די ציוניסטישע מיליטער זענען אויך רשעים, נישט מיינע פרייד.

2. די ערשטע און גרעסטע פלאץ וואו זיי האבן גע'רצח'ט איז געוועהן ביי א אויסגעלאסענע הוליעריי, און רוב פון די הריגים זענען ליידער מינים און חייבי כרת.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך מאטאווירט »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:00 pm שיינע בשרייבונג.

ביסט זיכער אז די ביידע נקודות זענען וואליד און וויכטיג ארויסצוברענגען יעצט ווען בלוט גיסט זיך נאך אין די גאסן?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.

יישר כח @העלדיש פאר'ן עס ברענגען אזוי שיין אפגעשריבן און מסודר
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך שכל הישר »

@העלדיש, איי פיל בעד פאר יאו...
אבער די גייסט נישט באקומען קיין לייקס... ווייל די האסט מודיע געוועהן פאר די עולם אז די ביסט נישט קיין סאטמארע... 🤣🤣
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 185

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך שמעלקא »

גוט געשריבן!
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 89

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

זייער גוט באשריבן, ליידער.
אבער וואס איז פשט פון די קעפל אז עס איז איזראעל'ס פוירל הארבער בשעת די מדינה קלעימט אז עס איז זייער סעפטעמבער 11? עס איז א ערנסטע סתירה דאס.
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4575

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך וואוילער »

שכל הישר האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:26 pm @העלדיש, איי פיל בעד פאר יאו...
אבער די גייסט נישט באקומען קיין לייקס... ווייל די האסט מודיע געוועהן פאר די עולם אז די ביסט נישט קיין סאטמארע... 🤣🤣
קיינער איז נישט מחיוב צו זיין א סאטמארער, און כ'וואלט אים גערן געלייקט!
אדרבה, ס'בכלל נישט אינטערעסאנט צו זיצן דא נאר מיט די אידן וואס כ'רעד אין שול, האלטן פונקט ווי מיר, און שמועסן אויס קרית יואל'ע נייעס, און אנדערע נייעס מיט א סאטמאר'ע בליק.
כ'האב זייער הנאה אז ס'דא פון אלע קאלירס ב״ה

אבער... כ'טענה זיך מיט אים פונקט ווי כ'וואלט מיך גע'טענה'ט ווען כ'רעד מיט אים אין קאווע שטיבל.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4575

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך וואוילער »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:01 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:00 pm שיינע בשרייבונג.

מיינע 2 הערות:
1. די אראבער זענען טאקע בלוטדארשטיגע רוצחים, אבער שרייבן ״צווישן די מלאכי חבלה און די מדינות ישראל ארמיי״ איז ווי כאילו די מדנ״י ארמיי איז א איינשטענדיגע זאך.
ניין! נישט עפ״י תורה און נישט אין פאקט, עס קומט טאקע ווייט נישט צו צו די אראבער, אבער די רשעים פון די ציוניסטישע מיליטער זענען אויך רשעים, נישט מיינע פרייד.

2. די ערשטע און גרעסטע פלאץ וואו זיי האבן גע'רצח'ט איז געוועהן ביי א אויסגעלאסענע הוליעריי, און רוב פון די הריגים זענען ליידער מינים און חייבי כרת.
ביסט זיכער אז די ביידע נקודות זענען וואליד און וויכטיג ארויסצוברענגען יעצט ווען בלוט גיסט זיך נאך אין די גאסן?
די נקודה ״עס גיסט זיך בלוט״ איז גוט צו זאגן פאר איינעם וואס איז ביזי מיט נייעס, און מ'זאגט אים גיי נעם א תהילים.
אבער ווען 2 מענטשן דיסקאסירן די מצב, און איינער האלט אז מיכל איז שילדיג און דער צווייטער האלט א רעכל, איז קיין חילוק אויב ס'גיסט זיך בלוט.

פארקערט, מיין ווייטאג יעצט אז ס'גיסט זיך בלוט איז נאר שטערקער געווארן אקעגן די ציונים און מתנחלים וואס רייצן זיך כסדר מיט די אראבער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9510

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אפילו אויב מ'האלט נישט (לייען: מ'וויל נישט איינזען) אז די מדינה האט בלויז שאדן געמאכט און אנגעברענגט די מצב מיט די אראבער:

די גאנצע יעצטיגע געשעעניש איז ממש נגד הטבע אזא אזאנס קען פאסירן היינטיגע צייטן צו די כמעט שטארקסטע מילטערישע מדינה. ממילא איז נאריש צו פארנומען זיין מיט דברים טבעיים. מ'דארף ממילא א ישועה נגד הטבע אויף דעם מצב שלא כטבע.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך העלדיש »

איך האב שוין נעכטן ארויפגעלייגט דעם ארטיקל. אבער אינצווישן האט זיך דאס אסאך פארברייטערט, דערביער לייכ איך עס איבער און ווער ס'וויל קען עס ליינען...
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך העלדיש »

דער איזראעלי פוירל הארבאר:

ארום זעקס דרייסיג פארטאגס בעצם יום שמיני עצרת האט 'חאמאס' אנגעהויבן מיט זייער פון פאראויס באשטימטע בלוט דארשטיגע אפענסיווע אויף ציווילע צילן אינערהאלב מדינות ישראל טעריטאריע.

פון די ערד פון די ים און פון די לופטן האבן די בארבארישע טעראריסטן געמאכט זייער וועג צו די היימען פון די אומשולדיגע אידן וועלכע זענען געווען פארזינקען אין א טיפע שלאף, לויט די יעצטיגע שאצונג הייסט עס אז איבער צוויי טויזענט רוצחים האבן אנטייל גענומען אין די מערדערישע פאגראם און ווי עס האלט יעצט ווערט געשאצט אויף איבער צוועלף הונדערט הרוגים, ארץ אל תכסי דמם.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א באראדש פון טויזענטער ראקעטן וועלכע זענען געשאסן געווארן פון עזה אויף גרויסע חלקים פון ארץ ישראל אריינגערעכנט אלע שטעט אין דרום און אפי' די שטעט און צענטער פון מדינות ישראל א שטייגער ווי תל אביב און ירושלים. הונדערטער טויזנטער בירגער זענען זיך צולאפן צו די בונקערס צו נעמען שיץ פון די פליענדע ראקעטן.
ווען מען טראכט אריין אויף א מינוט אין די טעראר וואס דאס ברענגט אן איז עס ממש אומבאשרייבליך, איינער וואס האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט וועט קיינמאל נישט פארשטיין די שרעק און אנגסט פון דארפן לויפן פארטאגס צו די בונקערס, מאמע'ס מיט זייערע קליינע קינדער אין די ארעמעס, זיידעס און באבע'ס, אלע לויפן פארפאניקט אינגאנצן, די פחד איז אוים ונורא.

צוזאמען מיט די טויזענטער ראקעטען וועלכע זענען אריבער די גרעניץ איז אויך אריינגעפלויגן א גוט מושטירטע איינהייט פון טעראריסטן, שוועבנדיג מיט גליידערס העכער איזראעלי טעריטאריע ווי זיי האבן שפעטער געלאנדעט. ווי עס הייסט יעצט זענען זיי געווען די טעראריסטן וועלכע האבן אטאקירט דעם מוזיקאלישע צוזאמקום פון מענטשן וועלכע איז טאקע געווען איינער פון די מערסט בלוטיגע סצענעס מיט די מערסטע קרבנות.
גלייך דערנאך זענען עטליכע טעראריסטן פון די עליטע בארבארן צוגעפארן צום גרעניץ און דאס אדורגעלעכערט, ווי נאר ס'איז געפענט געווארן א קליינע לעכל האבן צענדליגע אראבישע שדים אדורכגעפארן מיט זייערע מאטארביציקלעך און אריינגעדרינגען אין מדינות ישראל. מיט אנגעלאדענטע מאשין געווער אויף די אקסל און פארשטיינערטע הערצער האבן זיי זיך געיאוועט ווי ווילדע לייבן וועלכע זענען אנטלאפן פון זייער שטייג און זיך ארויסגעלאזט אויף דעם שוידערליכן מאסן־מארד.
קורצליך דערנאך האט זיך אנגעהויבן די קומענדיגע פאזע. עטליכע גרויסע טראקטארן זענען צוגעפארן צו די גרעניץ צוים וועלכע טיילט אפ צווישן די מענטשן און די חיות און האבן אריינגעשינטן דערין מיט קראפט אויפמאכענדיג די וועג פאר די איבריגע הונדערטער ציושיטע טעראריסטן וועלכע האבן צו די הייזעריגע געשרייען פון זייערע חברים אינוואדירט די הייליגע לאנד, טייל זענען געפארן אויף טרעקלעך און אנדערע זענען אריין צופיס, אבער אלע מיט די זעלבע בלוט דארשטיגקייט כסוס אחד ברשעה אחת

די טעראריסטן האבן געהאט אנגעגרייט א פונקטליכע ליסטע פון דערפאר וועלכע זענען נאנט צום גרעניץ, און ווי נאר זיי האבן זיך אריינגעריסן אין מדינות ישראל זענען זיי גראד צוגעפארן צו זייערע צילן. אויפן וועג האבן זיי אויך אטאקירט א האלב ליידיגע מיליטערישע באזע וועלכע איז געווען איינגעהילט אין א טיפע שלאף נישט חלומ'נדיג וואס עס ווארט זיי אפ, די טעראריסטן האבן קיינעם נישט געשוינט און ערמארדעט וועם זיי האבן נאר געפינען און אזוי אויך גענומען א צאל משכונות מיט זיך, דערנאך האבן זיי געמאכט בילדער ווי זיי שטייען מיט שטאלץ אויף פארכאפטע טענק ווי צו צייגן דערמיט אז זיי זענען איבערגעקומען די אידישע פיינט. פון דארטן האבן זיך די גרויליגע מערדער צוטיילט אין קלענערע גרופעס און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג צילנדיג צו הארגענען ווי מער מענטשן שייך, אזוי ארום אז אללא זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוט'ס, ושם רשעים ירקב.

אויך דורך די ים זענען די פארשאלטענע ישמאלים אריין קיין מדינות ישראל קומענדיג צו פארן מיט קליינע שנעל שיפן, בחסדי שמים אז א גרויסע טייל דערפון אפגעווישט געווארן נאך איידער זיי האבן געקענט אויספירן זייערע גרויליגע טאהטן.

עס איז א גרויס ווינדער ווי אזוי עס איז מעגליך אז די מדינות ישראל מיליטער האט נישט אויפגעכאפט די אינפליטירונג פון די ערשטע מינוט, און נאך מער איז די קשיה ווי עס קען זיין אז די געהיים אגענטורן און שפיאנאזש קוועלער האבן פון גארנישט געוויסט נעמענדיג אין באטראכט אז מען רעדט דא פון א מאסיווע אטאקע וועלכע האט זיך געפאדערט חדשים פון פלאנירונג, דעריבער איז עס העכסט אינטערסאנט ווי אזוי ס'שטומט אז מען זאל נישט האבן געוויסט.
ווי עס לויטעט האבן די טעראריסטן צו ערשט אטאקירט די אבזערוואציע טורעמעס פון מדינות ישראל וועלכע ליגן אויסגעשפרייט דורכאויס די גרעניץ מיט דראונס פון די לופטן און ווי אויך האבן זיי אויסגעשאסן די קעמרא'ס וועלכע וואלטן ווען געדארפט אינפארמירן די ישראלים אז א אטאקע איז אונטערוועגס, אבער דאס אלעס לאזט איבער מער קשיות ווי תירוצים וויבאלד עס דארף צו הייסן אז די גרעניץ צווישן מדינות ישראל מיט עזה איז פון די מערסט באשיצטע גרעניץ פונקטן איבער די וועלט און עס איז שטענדיג דא א אקטיווע ארמיי גרייט צו באשיצן אין פאל פון קריג, אבער אים ה' לא ישמור עיר שוו שקד שומר.

שפעקלאציעס לויטן אז אין דער צייט וואס די אטאקע איז פארגעקומען האט מדינות ישראל געליטן פון א מאסיווע סייבער אטאקע וועלכע האט אויסגעשאלטערט די אלע סענסארס און דראונס וועלכע וואלטן אין נארמאלע אומשטענדן געזאלט ארויסגעבן די אריינדרינגער, דאס פארענטפערט פארוואס מען האט זיי טאקע נישט אנדעקט גלייך אין אנהייב. פארשטייט זיך אז די מדינות ישראל רעגירונג דערציילט גארנישט, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז גארנישט געווען, די רעגירונג איז איינפאך צו פארשעמט צו פארציילן די אמת.
(אויב איז דאס וואר דאן איז א זיכערע זאך אז די איראנער זענען דא געווען פארמישט, ס'איז נישט במציאות אז די פאליסטינער בחורים'לעך זאלן אזאנס קענען באווייזן אויף די אייגענע האנט)

און יעדער מושב ווי די רשעים זענען נאר אנגעקומען האבן זיי גלייך אנגעהויבן צו מארדן אין רצחנ'ן.
איינוואינער האבן זיך ערוועקט פארטאגס צו די גערודער פון מאשין געווער, און ווען זיי האבן געכאפט א בליק ביים פענסטער איז זיי פינסטער געווארן פאר די אויגן זענדיג די מערדערישע חאמאס טעראריסטן זיך דרייען ביי זיי אין שטעטל ווי ביים טאטן אין וויין גארטן, עס ממש ווי מען זאל ווען באגעגענען דעם טייוול אליין. ס'איז ליידער נישט געווען ווי צו לויפן אדער וועמען צו ריפן, מ'האט בלויז געקענט קוקן אין האפן פארן בעסטן, איינוואוינער זענען געלאפן זיך צו באהאלטן אין יעדער לעכל וואס זיי האבן נאר געפינען אולי וועט זיי געלונגען צו אויסמיידן דאס ערגסטן.
די חיות בצורת אדם האבן זיך אויפגעפירט מיט די מערסטע מאס רשעות וואס איז אויף די וועלט פארהאן הארגענען'דיג קינדער פאר די אויגן פון זייער מוטער און קיין שום געוויסנביסן און געהאקט קעפ ווי עס וואלט ווען געווען גרינצייג.
עס האט גענומען לאנגע שעות ביז די מיליטער האט זיך געקענט רעארגאניזירן און אריינברענגן פארשטערקערונג כוחות צו אפשלאגן די מערדער און דאס האט געגעבן די צייט פאר די פרא אדם צו צוריקפארן די אומגליקליכע משכנות ארום צוויי הונדערט אין צאל, צו זייער שטאל אין די עזה בונקערס. די גאנצע שטח ארום עזה איז געווען פארמישט אין שטורמישע שלאכטן צווישן די מלאכי חבלה און די מדינות ישראל ארמיי וועלכע האט געארבעט מיט שווערע כוחות זיי צו עלימינירן, טייל פון די טעראריסטן האבן זיך פאבראקירט אינערהאלב פריוואטע היימען און גענומען אירע איינוואינער אלץ משכונות וואס דאס האט פילפאכיג פארשווערט די אפעראציעס זיי צו פארטיליגן. עטליכע פון די טעראריסטן האבן זיך געיאגט ביז טיפער אריין אין מדינות ישראל שפירנדיג פאר וויכטיג צו מארדן די איינוואינער פון די צענטראלע שטעט אין מדינות ישראל.
א כאאס איז אנשטאנען ווען א חלק פון די בלוט זויגענדע מאלפעס האבן זיך אנגעטון מיט די מונדירן פון מדינות ישראל זעלנער און האבן אוועקגעשטעלט א פאלשע וואך פונקט אזוי ארום צו פארנער'ן מאטאריסטן זיך צו אפשטעלן, עס האט גענומען א לאנגע צייט זיי צי אידענטיפיצירן, און א אפי' נאכדעם איז שוין פארבליבן א שרעק די גאנצע צייט איבער פארשטעלטע טעראריסטן.

די ערשטע שריט פון מדינות ישראל איז געווען צו פארזיכערן די געגענט און אויסראטן די רעשטלען חאמאס טעראריסטן פון איר טעריטאריע, דערנאך איז ערווארטעט אז די מיליטער וועט אינטערנעמען א פולשטענדיגע ערד אינוואזיע אקעגן די טעראר ארגאניזאציע וועלכע רעגירט יעצט איבער עזה מיטן ציל זיי צו גענצליך פארניכטן, יעדער איז מודה אז דאס מאל האבן די אראבער איבערגעצויגן יעדן שטריקל פון מאראל און מדינות ישראל האט נישט די ברירה דאס צו איגנארירן.
און אזוי זאגן טאקע די ארטיגע פאליטיקאנטן, פרעמיער מיניסטער נתניהו האט שארף דערקלערט אז די יעצטיגע אטאקע איז ווי חאמאס זאל ווען אינטערשרייבן א טויט דעקראט אויף זיך אליינס.

עס הערט זיך אפשר ווי גוטע נייעס אבער אין ווארהייט איז דאס גאר א געפארפולער אינטערנעמונג, די טעראריסטן אין עזה גרייטן זיך שוין יארן פאר אזא סיטואציע און האבן אנגעגרייט פולע פאסקעס פאר די אנקומענדע טרופן, אריינגערעכענט מינעס, סורפרייז טונעלן, און נאך אסאך אנדערע פלענער וויאזוי צו מארדן די סאלדאטן, כדאי זיי צו איבערקומען וועט עס ווארשיינליך קאסטן פולע קרבנות ה''י. און ווייטער דארף מען כסדר טראכטן איבער די טאג נאכדעם, וואס וועט זיין די סיטואציע אין עזה? וועט יעדער משוגענער קענען ארויסשיסן ראקעטן ווען אימער ס'שמעקט זיך אים? עזה איז א לאנד מיט איבער צוויי מיליאן איינוואוינער, ווער וועט זיי שפייזן?

אין א היפש נארישע האבן די טעראריסטן פארשפרייט בילדער און ווידעאוס פון זייער ברוטאלע אקטן אויף די סאושעל מידיע נישט נעמענדיג אין באטראכט אז דערמיט שעדיגן זיי זיך זעלבסט, וויבאלד דאס וועט געבן די טאטאלע בארעכטיגונג פאר מדינות ישראל זיך צו פארטיידיגן און אפי' די אייראפעאישע אנטיסעמיטן וועלן זיך מוזן אנעמען פאר מדינות ישראל, קיינער קען נישט שטיצן א גרופע וואס פירט זיך אויף אזוי קאלט בלוטיג און נאכדערצו מיט אזא סאדיזם.

עס איז ווערט צו באטאנען די ניסים וואס האט זיך אפגעשפילט אין עטליכע דערפער וועלכע זענען בחסדי שמים ניצול געווארן פון די טעראריסטן נאכדעם וואס די ארטיגע זיכערהייט וועכטער האבן באוויזן אפצושטויסן די אנגריפער און זיי פארטרייבן, אזוי זענען פארהאן עטליכע דערפער צו וועלכע זיי זענען צוליב אומבאַקאַנטער סיבות נישט אנגענומען. טראצדעם וואס זיי זענען געווען אנגעגרייט אויף די ליסטעס.

א באזונדערע אנגעצויגנקייט הערשט איבער די מצב אין צפון מיט חיזבאלא, חיזבאלא איז נישט ווייניגער בלוט דארשטיג ווי זייער ברידער אין עזה און אויב זיי באשלוסן זיך אריינצומישן אינעם קאנפליקט באדייט דאס א ערנסטע קריג, ווייל אנדערש ווי חאמאס פארמאגן זיי א פולשטענדיגע ארמיי אויסגעשטאטעט מיט אלע כלי משחית וואס ס'פעלט זיך אויס, און אזוי אויך א ריזיגע ארסאנעל פון ראקעטן און מיסילס וועלכע קענען פליען איבער גאנץ ארץ ישראל. עס זענען געווען פארשידענע צייכענעס אז זיי פלאנירן עפעס ערנסט אבער מען קען גארנישט נישט אויסרעכנען און קיינער קען נישט עכט פאראויסזאגן וואס די מארגן גייט ברענגען.

אסאך אנאליסטן זענען ביי די מיינונג אז איראן איז דער וואס שטייט אונטער די יעצטיגע אטאקעס, טענה'נדיג און מיט רעכט, אז די אומגעלערנטע יונגן פון עזה וואלטן קיינמאל נישט געקענט דורכפירן אזא סוקסעספולער אטאקע אן קיין הילף פון אינדרויסן. סיבות פארוואס איראן זאל וועלן טון אזאנס איז דא לרחצה. עס קען זיין א בלויזער נקמה אויף די פילע סאבאטאזש אקציעס און אטענטאטן וועלכע מדינות ישראל האט אדורכגעפירט געפירט אין איראן, אנדערע זאגן אז זייער ציל דא איז צו אפהאלטן אנדערע אראבישע לענדער פון שליסן שלום אפמאכן מיט מדינות ישראל, ווייל ווען מדינות ישראל איז אין קריג מיט די אראבער שאפט דאס אן אנגעצויגנקייט צו די גאנצע אראבישע וועלט. אדער קען זיין אז דאס איז בלויז א טייל פון א לענגערע פלאן וואס די ממשלת הזדון בראשות פון דעם רשע כומעיני פלאנט אקעגן די בני ישראל. אזוי צו אזוי זאל די אייבערשטער זיי באצאלן כפלי כפלים אויף א יעדער קויל וואס איז געשאסן געווארן.

אין סך הכל;
דאס געווען די טויטליכסטע טאג פאר דאס אידישער פאלק זינט די צווייטע וועלט־מלחמה און עס וועט פארשריבן ווערן מיט בלוטיגע אותיות אינעם אידישן קאלענדער.
זאל די רבוש''ע העלפן און שוין שיקן משיח צדקינו און ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם בלוטיגן גלות, און אין איינוועגס זאל ער שוין אויך נקמה נעמען אין די פארגאסענע בלוט פון די אידישע קינדער במהרה בימנו אמן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:01 pm יישר כח @העלדיש פאר'ן עס ברענגען אזוי שיין אפגעשריבן און מסודר
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 1:07 pm איך האב שוין נעכטן ארויפגעלייגט דעם ארטיקל. אבער אינצווישן האט זיך דאס אסאך פארברייטערט, דערביער לייכ איך עס איבער און ווער ס'וויל קען עס ליינען...
איך וואלט פארראכטן די ערשטע
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך העלדיש »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 2:09 pm
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 1:07 pm איך האב שוין נעכטן ארויפגעלייגט דעם ארטיקל. אבער אינצווישן האט זיך דאס אסאך פארברייטערט, דערביער לייכ איך עס איבער און ווער ס'וויל קען עס ליינען...
איך וואלט פארראכטן די ערשטע
כ'וועל טון ווי דו זאגסט
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4575

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך וואוילער »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 2:09 pm
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 1:07 pm איך האב שוין נעכטן ארויפגעלייגט דעם ארטיקל. אבער אינצווישן האט זיך דאס אסאך פארברייטערט, דערביער לייכ איך עס איבער און ווער ס'וויל קען עס ליינען...
איך וואלט פארראכטן די ערשטע
און אנצייכענען וואו עס זענען די הוספות
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1209
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1577

Re: דער איזראעלי פוירל הארבער

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@העלדיש א גרויסן יישר כח פאר די ארטיקל, און אויך פאר אלע אנדערע
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט