א שטאט מיט טאנצערס

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 141

א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך יצחק לעווי »

אין א שיינע זוממער'דיגן טאג אין 1518 האט אין דער שטאט שטראסבורג, פראנקרייך, זיך אפגעשפילט איינע פון די מיסטריעזסטע פאסירונגען אין היסטאריע, הונדערטער מענטשן האבן אנגעהויבן טאנצן אין די גאסן אן קיין קאנטראל. ס'איז נישט געווען דעמאלטס קיין שום פייערונגען אדער שכל'דיגע סיבה פארוואס צו טאנצן, אבער עפעס א אינערליכע דראנג האט געשטיפט צו טאנצן און גארנישט האט זיי נישט געקענט אפשטעלן.

די טאנצעריי האט אנגעהאלטן פאר עטליכע וואכן, הונדערטער מענטשן האבן אנטייל גענומען און געטאנצן ביז'ן צוזאמפאלן און פארוואונדעט ווערן, אסאך זענען גאר געשטארבן פון פיזישע שוואכקייט.

אנגעהויבן האט זיך עס דורך א פרוי מיט'ן נאמען טראפיע וואס איז ארויס אויפ'ן גאס און אנגעהויבן טאנצן, זי האט אזוי געטאנצן פאר עטליכע טעג אן אויפהער. און ווי מאדנע ס'הערט זיך האבן אנדערע מענטשן איר אנגעהויבן נאכטון, און ביז א קורצע צייט האבן זיך צענדליגע - און שפעטער הונדערטער - מענטשן זיך אנגעשלאסן אין דעם סיבה'לאזן טאנץ, ביז די גאסן פון שטראסבורג זענען פיל געווארן מיט מענטשן וואס האבן געשפרינגען אן וויסן פארוואס.

זיי האבן אזוי געטאנצן ביז זייערע מוסקלען האבן זיך ווילד געווארפן, און בלוט איז גערונען פון זייער געשוואלענע פיס. פיל מיט מענטשן זענען צוזאמגעפאלן אויף די גאסן פון הונגער און דארשט, אסאך האבן געכאפט הארץ אטאקעס און געשטארבן. נאנטע פון באטרעפנדע האבן געשריגן פאר הילף, אבער קיינער האט נישט געקענט טרעפן קיין מיטל דאס אפצושטעלן.

די שטאטישע אויטאריטעטן האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, זיי האבן באשלאסן אז מ'וועט די מענטשן לאזן טאנצן ביז ס'וועט אוועקגיין, זיי האבן גאר גע'עפענט א דעזיגנירטע טאנץ ארט און געברענגט מוזיק, אזוי אז די טאנצערס זאלן - אן שטערן די שטאטישע פארקער - אויסטאנצן זייער מחלה. אבער דאס איז נאר ערגער געווארן און די אויטאריטעטן האבן פארמאכט די טאנץ פלעצער און מיט כח צוביסלעך אפגעשטעלט דעם מאדנעם מגיפה.

ביז היינט - הונדערטער יארן שפעטער - איז נאכאלץ נישט קלאר גענוי וואס ס'האט געפירט צו דעם מאדנעם און שרעקעדיגן אינצידענט, עס זענען אבער פארהאן עטליכע טעאריעס. איין טעאריע איז אז מענטשן האבן געליטן פון גייסטישע עקסטרעמע דרוק וואס איז געקומען פון הונגער און קראנקהייטן וואס איז דאן געווען פארשפרייט, און ערגעצוואו האט עס אויסגעקלאפט אויף אזא שרעקליכע וועג. אנדערע זאגן אז דאס איז געקומען פון א געוויסע גיפטיגע שימל וואס איז געוואקסן אויף קארן און דאס האט געווירקט אויף מענטשנס נערוון און געברענגט צו די מאדנע געטענץ.

אזוי צו אזוי בלייבט דאס ביז היינט איינע פון די מערסט מאדנע און מיסטעריעזע געשיכטעס אין היסטאריע, מער ווי פינעף הונדערט יאר שפעטער ווייסט מען נאכאלץ נישט די אורזאך וואס האט געברענגט צו דעם אז הונדערטער מענטשן זאלן אנהייבן טאנצן ביז'ן לעצטן כח.
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 964

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך מחפש שלווה »

ווי אזוי קען מען וויסן צי די מעשה איז אמת בכלל אדער איז א פשוטע אלגענדע עס לייגט זיך נישט אויפן שכל ועוד עס איז א מעשה פון 500 יאר צירוק סאו

שכח @יצחק לעווי פאר די שיינע ארטיקלן
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 141

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך יצחק לעווי »

מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 1:12 pm ווי אזוי קען מען וויסן צי די מעשה איז אמת בכלל אדער איז א פשוטע אלגענדע עס לייגט זיך נישט אויפן שכל ועוד עס איז א מעשה פון 500 יאר צירוק סאו

שכח @יצחק לעווי פאר די שיינע ארטיקלן
וויאזוי ווייסט מען צו אלע מעשיות פון נאפאליאן איז אמת? וויאזוי ווייסט אלע מעשיות פון מלחמות אין די אלטע כינע איז אמת? גייסט אויף די וועג קענסטו נישט גלייבן קיין ווארט פון גארנישט

וואס דען, זאכן גייער פון מויל צו אויער, ס'ווערט אפגעשריבן, און אזוי בלייבט עס, צו יעדע דעטאל איז אמת ווייסעכניש אבער פארוואס זאל עס נישט זיין אמת?
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1063

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך חנן »

יצחק לעווי האט געשריבן: מיטוואך יולי 22, 2026 10:03 am
מחפש שלווה האט געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2026 1:12 pm ווי אזוי קען מען וויסן צי די מעשה איז אמת בכלל אדער איז א פשוטע אלגענדע עס לייגט זיך נישט אויפן שכל ועוד עס איז א מעשה פון 500 יאר צירוק סאו

שכח @יצחק לעווי פאר די שיינע ארטיקלן
וויאזוי ווייסט מען צו אלע מעשיות פון נאפאליאן איז אמת? וויאזוי ווייסט אלע מעשיות פון מלחמות אין די אלטע כינע איז אמת? גייסט אויף די וועג קענסטו נישט גלייבן קיין ווארט פון גארנישט

וואס דען, זאכן גייער פון מויל צו אויער, ס'ווערט אפגעשריבן, און אזוי בלייבט עס, צו יעדע דעטאל איז אמת ווייסעכניש אבער פארוואס זאל עס נישט זיין אמת?
עס זענען פארהאן פאלקס מעשה'לעך וואס זענען געגאנגען פון מאמע צו קינד, פון מויל צו אויער פאר דורות לאנג, ביז עמיצער איז געקומען און אפגעשריבן אלע לעגענדעס למען יעמדו ימים רבים. אזאנס איז פשוט אז ס'איז אפילו נישט קיין רמז צו עפעס וואס האט זיך אפגעשפילט אין רעאליטעט. פונקט ווי קיינער פון אונז מיינט נישט אז גאלדי לאקס איז אן עכטע מעשה, כאטש וואס מאמענט האט שוין עטליכע מאל געשריבן דערוועגן...

ווידער איז פארהאן געשיכטעס וואס זענען פארצייכנט געווארן בשעת מעשה, צי כאטש אין יענעם דור, און איז אזוי פאראייביגט געווארן, וואס אין אזא פאל, כאטש וואס ס'מוז נישט זיין ממש אזוי ווי יענער האט עס געשריבן, איז עס אבער געווענליך עפעס וואס האט כאטש שייכות מיט דער מציאות.

וואס די מעשה מיט די טאנצערס דארט איז געווען, ווייס איך נישט. אפילו אויב א צושויער האט עס פארשריבן באותו זמן, קען אויך זיין אז יענער האט עס אראפגעשריבן היפש איבערגעטריבן ווייל ער האט געוואלט ברענגען גוטע סחורה פאר זיינע ליינער...
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 141

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך יצחק לעווי »

חנן האט געשריבן: מיטוואך יולי 22, 2026 2:22 pm

כ'הער וואס דו זאגסט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3835
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13060

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך פופציגער »

שיין געשריבן.

יאפ, די גאלדי לאקס קאמיטע דארף אנהייבן ארויסגעבן סערטיפיקאטן פאר עכטע מעשיות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
יצחק לעווי
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 141

Re: א שטאט מיט טאנצערס

פאוסט דורך יצחק לעווי »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 22, 2026 7:19 pm שיין געשריבן.

יאפ, די גאלדי לאקס קאמיטע דארף אנהייבן ארויסגעבן סערטיפיקאטן פאר עכטע מעשיות.
זיי קענען רעדן צו מיין סעקרעטערי
שרייב פאוסט