אין א דום באלאכטענעם שטיבל, אויף א הארטן באנק זיצט זיך נתן אינגאנצען צובראכן און פארלוירען. חדשים פון פלאנירונגען, וואכן פון העפטיגע און דעטאלירטע הכנות זענען יעצט אויפן ברעג פון ווערן פארוואסערט לטמיון, און דאס ערגסטע אז זיין מצב וועט נאר פארערגערט ווערן פון היינט און ווייטער. מען דארף זעהן דער וועג ארויס, יהיה מה שיהיה.
שוין געלאזט די שפייעכץ רינען אויף דעם בארד ולמטה... זיך (ארומ)ווישענדיג מיט ביידע ארבלען, בשעת'ן קייען באמבא שטעקלעך אויף ביידע באקן והגלילות.
געעפנט א פרישע טונא קען, און געלאזט דאס וואסער רינען אויף דעם פאדליגע מיט א גלאטן פנים, עסנדיג דאס תוכן מיט ביידע הענט, לאזענדיג שיריים פארן ארום.
געגעסן דריי רויע קנאבל ציינדלעך צוטרינקענדיג א קען קולה, הארט איידער'ן אריינגיין צום פסיכיאטור אין אפיס. די רעזולטאטן, אין פארעם פון פארשידענע אומגעווענטליכע קולות האבן געשפראצט פון זיין קערפער פארשפרייטענדיג איר אינהאלט אויפן גאנצער סביבה.
יעצט זיצט ער און ווארט אויפן מעדיצינישער עקזעמינאטאר זאל קומען אפשאצן זיין פעעיגקייט צו דינען אינעם 'מיליטער וואס טוט באשיצן מדינת ישראל'. פון וואס ער וויל זיך גענצליך ארויסזעהן מיט א פולקאמער פטור.
דעם לעצטן אפציע, ווערט ארויפגעברענגט אויפן האריזאנט.
ביים ענדע פון א גרינטליכע קערפערליכע איבערזיכט דורך א שטאב פון שטייפע דאקטוירים און געהילפן, ווערט נתן געגעבן א קליינעם גלעזל אין האנט און געשיקט צום אינעם לינקען האלוועי די לעצטע טיר אויף די רעכטע זייט. ווען דו ביסט פערטיג - גיב איבער דעם גלעזל צום נורס טישל ביים אריינגאנג.
נתן גייט אריין, שפארט צו דעם טיר און שלייכט ארויס פון קעשענע א קליין פלעשל עפל זאפט. ער שאקעלט עס גוט אויף ביז עס שוימט און בלעזלט, גיסט עס אריין אינעם גלעזל און שפאצירט ארויס שטייטערהייט צום ריכטונג פונעם נורס הויפט קווארטיר.
דא גיבט מען איבער צו טעסטן?! פרעגט ער הויעך. יא. דא. נתן הייבט אויף דעם דורכזיכטיגער גלעזל מי תפוחים, מאכט א הויכער ברכה מיט כוונה און טרונקט עס אויס אויף איין שאס...
זיך אפלעקנדיג די שנויץ און ליפן, פרעגט נתן מיט א תמימות: למה לא עניתם אמן?!
פינף מינוט דערויף איז נתן געשטאנען א פרייליכער און דערלייכטערטער אויף רחוב רש"י - פארנט פונעם טרויעריג באוואסטער לישכת גיוס, מיט זיין אזוי לאנג ערווארטעטער 'פטור' אין האנט.
מען דארף פשוט וויסן וויאזוי זיך צו מאכן משוגע.
וויאזוי זיך צו מאכן משוגע
-
יחזקאל סגל לנדא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 5:56 pm
- Location: USA
- x 235
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3153
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9954
Re: וויאזוי זיך צו מאכן משוגע
זייער א געלונגענער ארטיקל!
פאר 40 יאר צוריק...
היינט שרייבט מען שוין ב"ה נאך אסאך אנדערע ארטיקלען.
פאר 40 יאר צוריק...
היינט שרייבט מען שוין ב"ה נאך אסאך אנדערע ארטיקלען.