מאדערן ארט, וויפיל וואלט איר געצאלט פאר דעם בילד, אויב איר ווילט בכלל נישט צאלן, וויפיל וואלט איר געשאצט אז דאס איז פארקויפט געווארן?
דעם מאלעריי קומט פון איינעם 'גערהארד ריכטער', ער האט עס געמאלעוועט [אזוי שרייבט מען די ווארט..?] אין יארע 1987, און ס'איז פארקויפט געווארן פארן נישטיגן פרייז פון '$27.6 מיליאן טאלער' ה"י... [הע, דו ביזט מסתמה געווען גרייט פאר מער, ניין?!]
זיינע אבסטראקט ווערק [דעיס איז אויכמער עפעס אזא מאדערן ארט ווארט וואס נאר די 'מבינים קענען ארויסזאגן...] ווערן געשאפן דורך ציען די פארב איבער דער לייוונט צו שאפן פארשמירטע עפעקטן [גענוג פאעטיש געשריבן..?] דר'עולם שלאגט זיך ממש צו באקומען זיינע מאלעראציעס ביי אוקשאנס, און ביי דעם בילד איז נישט אנדער געווען. אין אקטאבער [יאר ???] איז דער דאזיגער בילד מיטן נאמען "אבסטראקט בילד" [זוי הייסטעס], אויסגעאוקשנט געווארן,ס'איז געקומען פון דער זאמלונג פון ראנאלד פערלמאן [פרעג וויקפידיע פאר מער אינפו...], און איז למעשה פארקויפט געווארן אין 'סאטביז האנג קאנג' פארן אסטראנאמישע סומע פון HKD 214.6 מיליאן ($27.6 מיליאן), שאפנדיג א נייעם רעקארד פאר זיינע אוצרות... ש'מער געדאכט...
דאס איז יעצט די טייערסטע ווערק פון א מערב'דיגן ארטיסט וואס איז פארקויפט געווארן אין א אזיע אוקשאן, [מסכים?!].
נו, ביז דאך אוודאי נייגעריג ווער די גליקליכע געווינען איז געווען, ניין?! נאדער דעם נאמען, א מיזיאום מיטן נאמען פאולע פון האקאנע-יאפאן. מזל טוב...
אויף סימחעם ביי נונז אלע..
****
אקעי, אויב דו האסט נאך פארשטאנען צו די פאריגע, זאג מיר אויב ביי דעם ביזטו נאך אין...
דאס איז געמאלן געווארן אין 1927 דורך דזשאן מירא. נאכן זיך ארום אמפערן 11 מינוט האט דער געווינער עס באקומען פאר... איין מינוט... זעץ דיך אראפ... ניין, ענדערש לייג דיך אראפ אינגאנצן... אקעי, נעם אויך א קאפ וואסער מיט דיך... ניין, דו האלט עס נישט, ס'קען זיך אויסגיסן... ביזט רעדי?
28.7 מיליאן דאלער..!!!
****
מיינט נישט אז דאס זענען די טייערסטע! ס'איז נאך דא 'אסאאך' מער מאדענע פאר העכערע פרייזן...
אקעי, כ'גיי אריין אין די ביזנעס, אויב ער קען, קען איך זיכער!
דו גייסט נישט חלום'ן פון אזא פרייז, וועסט ענדערש חלום'ן ווי דער עלעפאנט קריכט דורך דעם נאדל עפענער..
געמאלן אין 1969. דורך: סי טוואמבלי. די מאלעריי איז פארקויפט געווארן פאר $38.7 מיליאן..! הער אבער גוט, פאר די בעלי בתים איז די פרייז גאר א שטיקל פראסק געווען, הא? יאפ! זיי האבן געחלום'ט עס צו פארקויפן פאר ביז 50 מיליאן... נו שוין, זאל זיי זיך טרייסטן מיט טרייסטעניש..
כאפ א בליק און זאג דו מיר וואס מ'זעט דא, ווייל איך פיל דא ממש ווי עס איז געמאלן געווארן אין כתה ג' ביי שיינשרייבן...
מאדערן ארט מאלעראציעס @מאדערן ארט
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 223
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 517
מאדערן ארט מאלעראציעס @מאדערן ארט
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 223
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 517
Re: @מאדערן ארט
אקעי נאט אייך נאכאיינס... דעם מאלעריי קען איך מיך פשוט נישט איינהאלטן פון ברענגען, צו אריין א אטעם און הייב עס אן פילן... אהההה.... מ'ווערט רוהיג, ניין?! [איך ווער רוהיג דערפון, ווייל מיט דעם זע איך אז איך בין בכלל נישט די גרעסטע משוגענער... נאר א וויץ]
פאר די ליינסט דעם פרייז, פרוביר צו געסן... באטראכט עס יעצט נאכאמאל... דאס איז פון מארק ראטקא, געמאלן אין 1967.
דער פארקויפער האט דאס געקויפט פאר וואן-פאונט-טא [1.2 מיליאן] אין 1998, צוויי יאר שפעטער אין יארע 2000 איז עס פארקויפט געווארן דא ביינונז אין ניו יארק פאאאאר.......
31.3 מיליאן דאלער... [רוף הצלה! טאטע ליינט עפעס אויף אידטיש און ער האט גע'חלש'ט...]
א רפואה שעליימע בעקארעף!
פאר די ליינסט דעם פרייז, פרוביר צו געסן... באטראכט עס יעצט נאכאמאל... דאס איז פון מארק ראטקא, געמאלן אין 1967.
דער פארקויפער האט דאס געקויפט פאר וואן-פאונט-טא [1.2 מיליאן] אין 1998, צוויי יאר שפעטער אין יארע 2000 איז עס פארקויפט געווארן דא ביינונז אין ניו יארק פאאאאר.......
31.3 מיליאן דאלער... [רוף הצלה! טאטע ליינט עפעס אויף אידטיש און ער האט גע'חלש'ט...]
א רפואה שעליימע בעקארעף!
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 223
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 517
Re: @מאדערן ארט
ענק ווייסן וויפיל בנינים מען קען ווען קויפן אנשטאט דעם איינעם בילד???
נו שוין, נעקסטע מאל זאלן זיי מיר פרעגן פארדעם..
די אלע ביז יעצט איז א ווערטל צו דעם פרייז, אבער לאמיר קודם אראפברענגען וואס די מבינים זאגן וואס מ'דארף דא צו שפירן...
1. כאאס, אבער א כאאס פון לעבן, עס קוקט אויס ווי א גאס, א שטאט, א וועלט אין וואס אלעס באוועגט זיך. ס’איז נישט קיין זאך וואס שטייט אויף פלאץ. יעדע פארב רוקט, שפריצט, דרייט זיך. ס’מאכט א רושם ווי מ’לויפט אין א וועלט און מ’האלט נישט מיט.
2. א רינג פון געפילן.
אין צענטער פונעם בילד איז א לייכטע רונדע באוועגונג, וואס קען זיך פארשטעלן ווי א מענטשלעכע פאסירונג: די אינערליכע וועלט וואס דרייט זיך ארום אינעווייניג. א פאזע פון צער, שמחה, צוטרעטנקייט – אלעס צוזאמען.
3. פרייהייט, אבער נישט רואיגקייט.
די שטריכן זענען נישט איינגעצוימט, ס’איז נישט פארנומען מיט פונקליכקייט. ס’ליינט זיך ווי א מח פאר א שמועס. נישט אזוי זעיבאר באקוועם ווי א פיין בילד, אבער עס טשעפעט דעם שכל — ס’לאזט נישט רואיג בלייבן.
4. א טיף געשריי, אן א קול
אויב מ’קוקט לענגער, קען מען שפירן ווי דער בילד רופט. נישט אין ווערטער. נאָר אין פארבן און ליינען — א געשווינדע באוועגונג וואס קלינגט ווי א נשמה וואס זוכט ארויסצוקומען.
מעלער: Willem de Kooning, געמאלן אין: 1955, געמאלן דורך אויל אויפן קענוועס, עס געפינט זיך היינט אינעם Art Institute of Chicago. און איז פארקויפט געווארן אום סעפטעמבער 2015.
אקעי, עטס זענטס גרייט פארן פרייז???
עס איז פארקויפט געווארן פארן פיצי סומע פון '$326 מיליאן דאלער'...
דו האסט נישט געכאפט... ליין איבער די פרייז... יעצט טראכט וואס דו וואלסט געטון מיט נאר האלב פון די געלט... העי... וואס טראכסטו... גיי כאפ א בערשטל און נעמדעך פעינטן...
און יעצט גיי און באטאכט עס איבער... ממש ניספאעל צו ווערן.. יו כ'חלעש...

@מאדערן ארט
$100
יא
גראדע נישט
כזע נישט די פאעטישקייט, אבער ס'גוט
כ'ווייס נישט
יא, גערן
די ענטפערס אויף דיינע פראגעס אינעם ערשטן תגובה
$100
יא
גראדע נישט
כזע נישט די פאעטישקייט, אבער ס'גוט
כ'ווייס נישט
יא, גערן
די ענטפערס אויף דיינע פראגעס אינעם ערשטן תגובה
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: @מאדערן ארט
משוגע אויפן קאפ. מ'קען דאך מיט דאס געלט קויפן מיליאנען לאטערי טיקעטס אנשטאט, און כמעט זיכער געווינען.
האלא, דו, האסט א גוטן פעדערל!
נעמדעך פעינטן!
האלא, דו, האסט א גוטן פעדערל!
נעמדעך פעינטן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- מאדערן ארט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 223
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
- Location: אין סטאדיאו
- x 517
Re: @מאדערן ארט
א שאד.... ווען איך ווייס ווען אז אלעס גייט ווערן פארענטפערט...
ווי זאגט מען נאר... א שאד אז כ’האב נישט געפרעגט ווען משיח קומט...