שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2668

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 9:36 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 6:33 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 5:03 pm
ער רעדט נישט פון מהר"א מ'בעלז נאר פון להבחל"ח מהר"א מ'סאטמאר

וואס דרייסטו דעם קאפ
יישר כוח פארן האלטן אין איין פראוון אז ענקער צד זעט בכלל נישט אז עס איז דא אן אנדערע זייט, עקזיביט 541
יעצט זאג נאכאמאל וועלעכע זייט ביסטו??
מהרח"צ
ברלנד
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7426

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 9:35 pm ר׳ איד דאס האט איר געשריבען אויף דעם וואס מ׳האט געשריבען אז ס׳איז דא ביי מהרי״י וואס האלטן אויך אזוי viewtopic.php?p=270935#p270935
און נאך מהרי״י ניקים האבן געשריבען ענליך אז דאס ווייזט אויף א איינזייטיגקייט פון חסידי מהר״א, יעצט זאגסטו אז דאס מיינט נישט געלייקענט נאר אויב חסידי מהר״א זאגען עס מיינט עס א איינזייטיגקייט?! איך הער

יעצט קענסטו צוריקגיין צו דיינע לינקס….
דאס איז שוין א דאפלטע, געמיינע ליגנט. לא די וואס די פאוסט צו וועם אים ענטפער האט נישט בארירט בכלל די פראגע צו ס'דא ביי מהרי"י וואס האלטן אויך אזוי, נאר אין מיין אנטווארט שטייט אויך גארנישט איבער די פראגע. דער איינציגסטער אין די גאנצע שמועס וואס האט אויפגעברענגט די נידון איז @פשוט און גראד, און דער איינציגסטער וואס האט אים געענטפערט איז א חסיד פון ר"י מהרי"ט - און אפילו ער האט עס נישט געלייקנט.
(עדיט: איך האב געמאכט א טעות. נאך איינער האט אויפגעברענגט די פראגע, דו אליין האסט עס געפרעגט דירעקט פון מיר, און איך האב דיר אויף דעם געענטפערט:
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:39 am ס'שווער צו זאגן 'קיינער' ווען מען רעדט פון טויזנטער מענטשן
און מיט דעם אלעם האט דיר עס נישט צוריקגעהאלטן פון דריי מאל איבערזאגן דיין ליגנט און שפעטער זאגאר עס ארויפשמירן אויף מיר.)

דו דערמאנסט מיר וואס דער ברך משה פלעגט זאגן, וויאזוי קען זיין אז יענער זאגט ליגנט במילתא דעבידי לגלוי ווען חז"ל זאגן מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי? אלא מאי מען רעדט נישט פון קיין מענטשן...

איך פארשטיי אז עס איז גרינגער צו חוש'ן ווי מודה צו זיין על האמת, אבער הוצאת שם רע איז פון די שווערסטע עבירות בין אדם לחבירו און דו זאלסט וויסן אז איך גיי עס נישט מוחל זיין.

און לאמיר טאקע צוריקגיין צו די לינקס. דו האסט באשולדיגט דריי מאל אז די חסידי מהרי"י לייקענען אז ס'דא צווישן זיי וואס האלטן אז וויזניץ קומען קיין בלומינג גראוו איז א אידישקייט פראבלעם. דערווייל האסטו נישט געקענט אנווייזן קיין איינציגסטע פאוסט ווי א חסיד מהרי"י זאל אזאנס שרייבן, אזש דו האסט גענומען א פאוסט ווי איך שרייב אינגאנצן א צווייטע זאך און פרעכערהייט ליגנט געזאגט במילתא דגלוי ועומד. כ'מיין אז מ'קען עס אנקוקן ווי אן הודאה מצדך אז קיין בעסער לינק ווי דאס האסטו נישט, און דו האסט זיך ארויסגעשטעלט אין פובליק אלס פרעכער, געמיינער שקרן וואס איז נישט מודה אין זיינע לגיונות אפילו נאכדעם וואס מען אנטבלויזט עס לעיני כל.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7426

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 7:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 3:01 pm
אגד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 2:07 pm

די פשעטליך איז בנוגע זיינע רייד איבער חסידי מהרא, נישט בנוגע וואס איר האט געלייקנט פאר בלעטער איבער חסידי מהריי און בני יואל.

אקעי, יעצט באשולדיגסטו מיר דירעקט מיט א בלבול, און כ'גיי נישט אראפטרעטן ביז אדער דו ברענגסט א לינק אדער דו ביזט מודה אז דו האסט מוציא שם רע געווען.

דא האב איך בפירוש געשריבן פארקערט ווי דיין פרעכער בלבול. ווייז אן וואו איך האב געשריבן אנדערש!

שוין אריבער פיר שעה פון ווען דו האסט ארויפגעשמירט אויף מיר דיין בלבול, דריי שעה פון ווען איך האב דיר אויפגעפאדערט עס אויפצואווייזן אדער צוריקצוציען. דערווייל האסטו עס איגנארירט, אבער איך גיב נישט אויף מיין פאדערונג.

דער רמ"א פסקנ'ט (או"ח סי' תר"ו סעי' א') אז הוצאות שם רע איז די איינציגסטע זאך אויף וואס מען דארף נישט מוחל זיין אפילו אויב יענער בעט איבער, וכ"ש ווען ער האלט זיך ביי זיינס.

מען האלט שוין ביי זיבן שעה פון מיין ענטפער צו דיין געמיינע הוצאת שם רע, אן קיין אנטווארט. זעהט אויס אז דו האסט נאך עטוואס מער ערליכקייט ווי דיין שותף לדבר עבירה און אנשטאט ארויסקלויבן א רענדאם פאוסט און זיך צונאר מאכן ברבים מיט'ן זאגן אז דארט שטייט בלא בלא בלא, בלייבסטו פשוט שטיל. טאקע בעסער ווי אים אבער איך בין נאכאלץ נישט מוחל די הוצאת שם רע און איך פארלאנג אז דו זאלסט אדער ברענגען פרוף אדער מיר איבערבעטן פאר'ן ארויפשמירן אזא געמיינע בלבול.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 7426

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 9:56 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 9:35 pm ר׳ איד דאס האט איר געשריבען אויף דעם וואס מ׳האט געשריבען אז ס׳איז דא ביי מהרי״י וואס האלטן אויך אזוי viewtopic.php?p=270935#p270935
און נאך מהרי״י ניקים האבן געשריבען ענליך אז דאס ווייזט אויף א איינזייטיגקייט פון חסידי מהר״א, יעצט זאגסטו אז דאס מיינט נישט געלייקענט נאר אויב חסידי מהר״א זאגען עס מיינט עס א איינזייטיגקייט?! איך הער

יעצט קענסטו צוריקגיין צו דיינע לינקס….
דאס איז שוין א דאפלטע, געמיינע ליגנט. לא די וואס די פאוסט צו וועם אים ענטפער האט נישט בארירט בכלל די פראגע צו ס'דא ביי מהרי"י וואס האלטן אויך אזוי, נאר אין מיין אנטווארט שטייט אויך גארנישט איבער די פראגע. דער איינציגסטער אין די גאנצע שמועס וואס האט אויפגעברענגט די נידון איז @פשוט און גראד, און דער איינציגסטער וואס האט אים געענטפערט איז א חסיד פון ר"י מהרי"ט - און אפילו ער האט עס נישט געלייקנט.
(עדיט: איך האב געמאכט א טעות. נאך איינער האט אויפגעברענגט די פראגע, דו אליין האסט עס געפרעגט דירעקט פון מיר, און איך האב דיר אויף דעם געענטפערט:
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:39 am ס'שווער צו זאגן 'קיינער' ווען מען רעדט פון טויזנטער מענטשן
און מיט דעם אלעם האט דיר עס נישט צוריקגעהאלטן פון דריי מאל איבערזאגן דיין ליגנט און שפעטער זאגאר עס ארויפשמירן אויף מיר.)

כ'וויל עס אביסל ברייטער אויסשמועסן. לאמיר זאגן אז דו האסט סאמהאו (כ'האב נישט קיין השגה וויאזוי ס'קען זיין אבער איך ווייס דאך נישט וויאזוי דיין קאפ ארבעט) פארשטאנען פון מיין פאוסט (יא, יענע פאוסט וואס דו לינקסט יעצט אלס ראי' צו דיין ליגנט), אז דארט האב איך געשריבן עפעס וואס דארף צו האבן א משמעות אז קיין איין חסיד מהרי"י האלט נישט אז ס'איז א אידישקייט פראבלעם. כדי זיכער צו מאכן אז דו האסט ריכטיג פארשטאנען האסטו ציטירט יענע פאוסט און מיר געפרעגט דירעקט צו איך האלט אז קיין איין חסיד מהר"י האלט נישט אזוי. איך האב געענטפערט אויף דיין שאלה:
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2026 1:39 am ס'שווער צו זאגן 'קיינער' ווען מען רעדט פון טויזנטער מענטשן,

לכאורה, אפילו אויב זאלסטו האבן אויף עפעס א לומד'ישע מהלך יא פארשטאנען אזא משמעות אין יענע אריגינעלע פאוסט, האב איך דיר דאך נאכדעם קלארגעשטעלט אז דו האסט נישט ריכטיג פארשטאנען ווייל איך זאג בפירוש נישט אז ס'נישטא.

קומט דאך אויס, אז ווען דו האסט געברענגט א לינק צו יענע פאוסט האסטו שוין געוואוסט אויף 100% אז דיין לומד'ישע משמעות אריינגעקוועטשט אין יענע פאוסט איז נישט ריכטיג. פארט האט עס דיר נישט צוריקגעהאלטן פון שרייבן א פרעכע, געמיינע ליגנט אז איך האב דאס יא געשריבן. אין אנדערע ווערטער, דא איז נישט געווען אין קיין שום וועג א טעות אדער פאלש אפגעלערנט א פאוסט, נאר א במזיד'יגע ליגנט כדי מוציא שם רע זיין אויף מיר.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 670

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 7:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 3:01 pm
אגד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2026 2:07 pm

די פשעטליך איז בנוגע זיינע רייד איבער חסידי מהרא, נישט בנוגע וואס איר האט געלייקנט פאר בלעטער איבער חסידי מהריי און בני יואל.

אקעי, יעצט באשולדיגסטו מיר דירעקט מיט א בלבול, און כ'גיי נישט אראפטרעטן ביז אדער דו ברענגסט א לינק אדער דו ביזט מודה אז דו האסט מוציא שם רע געווען.

דא האב איך בפירוש געשריבן פארקערט ווי דיין פרעכער בלבול. ווייז אן וואו איך האב געשריבן אנדערש!

שוין אריבער פיר שעה פון ווען דו האסט ארויפגעשמירט אויף מיר דיין בלבול, דריי שעה פון ווען איך האב דיר אויפגעפאדערט עס אויפצואווייזן אדער צוריקצוציען. דערווייל האסטו עס איגנארירט, אבער איך גיב נישט אויף מיין פאדערונג.

דער רמ"א פסקנ'ט (או"ח סי' תר"ו סעי' א') אז הוצאות שם רע איז די איינציגסטע זאך אויף וואס מען דארף נישט מוחל זיין אפילו אויב יענער בעט איבער, וכ"ש ווען ער האלט זיך ביי זיינס.
הוצאות שם רע מיינט זאגן אז יענער האט געזינדיגט.

עניוועי, דא איז געווען א דעבאטע אויב עס איז א חסיד מהרא זאך צו האלטן אז חסידי מהריי ווייסן אויך אסאך אז וויזשניץ ברויך נישט קומען..

זאגסטו אז מען האט נישט געזאגט קיינער? אבער עס איז דא אסאך, א שיינע פראצענט בפשטות.

בנוגע די פיר שעה, נישט געהאט קיין צייט, אנטשולדיגט.
אוועיטער
מערכת אידטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
Location: אידטיש
x 347

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מערכת אידטיש »

חברים וידידים.

דער שמועס איבער וויזשניץ אין בלומינגראוו טרעט איבער דעם פרינציפ אונזערע אז מ'איז נישט דן אויף הנהגות. הדרכות און שיטות, פון רבנים ומנהיגים.

דער שפראך פארט זייער שנעל פון טרוקן נייעס צו נעמען א מיינונג און זאגאר מיט שארפע אויסדרוקן, וואס נעמענדיג אין באטראכט אז די צוויי צדדים זענען רבנים, איז עס נישט אויסגעהאלטן אהער.

ביטע נישט ממשיך זיין מיט דעבאטעס איבער דעם.

נייעס איז אייביג וועלקאם.
דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

דער היימשטאט האט זיך ווידער צולאזט די וואך, זעט אויס אז עפעס א דעוועלאפמעמט איז יעצט געווען אויפן וויזשניץ פראנט אז זיי האבן זיך יעצט דערמאנט צו עפענען דעם ווארם שאכטל און שימפן אויף די פייער דעפארטמענט וואס האט זיך געעפנט "בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א", עס גייט נישט יעצט פאר מיר די אפלאוד אפציע וועל איך באלד פרובירן נאכאמאל
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 670

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 10:37 am דער היימשטאט האט זיך ווידער צולאזט די וואך, זעט אויס אז עפעס א דעוועלאפמעמט איז יעצט געווען אויפן וויזשניץ פראנט אז זיי האבן זיך יעצט דערמאנט צו עפענען דעם ווארם שאכטל און שימפן אויף די פייער דעפארטמענט וואס האט זיך געעפנט "בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א", עס גייט נישט יעצט פאר מיר די אפלאוד אפציע וועל איך באלד פרובירן נאכאמאל
אפשר איז פלעין געווען א דעוועלאפמענט אויפן שטיצן די זיבענער דעפארטמענט נאך מער ווי ביז אהער?

ישר כח פארן ברענגען עניוועי, אויב איר וועט באווייזן דאס צו ערלעדיגן.
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

אגד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 10:45 am

די טרעינינג איז געווען עטליכע חדשים צוריק, דער "יישר כוח" א חודש צוריק, ווילסט מיר זאגן אז דער "צייטונג" האט הערשט באקומען די נייעס א חודש שפעטער?

אגב, קהילת סאטמאר האט דערווייל נישט גענומען קיין שטעלונג אין די מאנסי-מצילי אש, גייט יעצט אפיציעל ארויסקומען א מודעה מטעם הקהילה זיי נישט צו שטיצן? אדער איז עס פשוט גענוג אז די היימשטאט זאל קענען אראפרייסן בלומינג גראוו?
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 392
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 640

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 10:57 am

פיין גענומען א שטעלונג ביטע דרייען א צווייטן'ס קאפ!

בנשיאות וועם? :roll:
גוטע געשעפטן
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:50 pm
Location: monroe
x 58

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גוטע געשעפטן »

אגב, קהילת סאטמאר האט דערווייל נישט גענומען קיין שטעלונג אין די מאנסי-מצילי אש
שקר! נישט דיין ערשטע און נישט דיין לעצטע

זיי זענען נישט מוחה בכלל אויפן טרעינינג, נאר אויפן שכח צעטל.

ווען איז געווען יענע צעטל אין די מאנסיאנער אויסגאבעס?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גוטע געשעפטן האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 11:58 am

איז געווען א צעטל פון די קהילה? איך רעד נישט פון די רבני הכולל, די סאטמארע קהילות האבן נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען א חלק אין יעדע מערכה, איז דא א צעטל מטעם הקהילה?

אגד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:00 pm

איך ווייס נישט ווען דעפט 7 האט עס אריינגעלייגט אבער די ווילידזש האט עס ארויסגעלייגט א חודש צוריק
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 11:07 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 10:37 am דער היימשטאט האט זיך ווידער צולאזט די וואך, זעט אויס אז עפעס א דעוועלאפמעמט איז יעצט געווען אויפן וויזשניץ פראנט אז זיי האבן זיך יעצט דערמאנט צו עפענען דעם ווארם שאכטל און שימפן אויף די פייער דעפארטמענט וואס האט זיך געעפנט "בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א", עס גייט נישט יעצט פאר מיר די אפלאוד אפציע וועל איך באלד פרובירן נאכאמאל
בנשיאות וועם? :roll:
ווען די דעפארטמענט האט זיך געעפנט איז געווען עטליכע מאל ארטיקלען אינעם היימשטאט וואו עס איז געשטאנען "מצילי אש דקרית יואל - בלומינג גראוו דעוויזיע האט געטון וכו' וכו'" איינמאל געדענק איך וואו עס איז געווען אן ארטיקל וואו זיי האבן דערקלערט אז די ווילידזש (שקצים?) זענען געקומען פרעגן רשות פון רבי'ן צו עפענען די פייער דעפארטמענט און דער רבי האט געגעבן זיין הסכמה און געשטעלט די דעפארטמענט תחת פיקוח ר' יואל יצחק שטערן (איך געדענק נישט דעם פונקטליכן לשון, אויב איינער האט יענעם ארטיקל זאל עס ארויפלייגן)
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1827
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 3149

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:19 pm
גוטע געשעפטן האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 11:58 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 10:57 am

אגב, קהילת סאטמאר האט דערווייל נישט גענומען קיין שטעלונג אין די מאנסי-מצילי אש
שקר! נישט דיין ערשטע און נישט דיין לעצטע
איז געווען א צעטל פון די קהילה? איך רעד נישט פון די רבני הכולל, די סאטמארע קהילות האבן נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען א חלק אין יעדע מערכה, איז דא א צעטל מטעם הקהילה?
א צעטל מטעם הקהילה אז וואס?
סאטמאר מהר"א האט זיך אפציעל ארויסגעשטעלט קעגן דעפט. 7 מען די גבאים האבן ארויסגעווארפן איינע פון די היימישע שטיצערס פאר די מחללי שבתים
עס איז דא דארט כסדר קאמפיינס פאר מיצילי אש

וואס נאך זאל מען טוהן??
יהושע עבד השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 12:13 am
x 115

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יהושע עבד השם »

יעדער ווייסט די שטעלונג פון סאטמאר קהילה איבער די מאנסי מ"א (מהר"א זיכער)
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:25 pm

ארויסגעשטעלט וויאזוי? איז געווען א קול קורא אדער א בריוו אדער א דרשה מצד דעם רבי'ן/רב אז די אנדערע זענען רשעים, מחללים שבת וכדו'און מען טאר זיי נישט שטיצן?
דאס אז עס איז דא א קאמפיין מיינט נאכנישט אז די קהילה איז קעגן די אנדערע, דאס איז זיכער אז האבן א וואלונטיר דעפארטמענט וואס איז אונטער א רב איז א שטארקער הידור, דאס מאכט אבער נישט די אנדערע טריפה
יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:26 pm

וויאזוי ווייסט יעדער? איך רעד נישט וואס די מתפללים אין שול האלטן, איך בין נישט דארט

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:31 pm

ביי א דרשה אין קרית יואל פאר די כולל אינגעלייט viewtopic.php?t=449 האט אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א גערעדט נאך ר' יחזקאל ווייס און ער האט ארויסגעברענגט חיזוק פאר ר' יחזקאל אין זיין מערכה
גוטע געשעפטן
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:50 pm
Location: monroe
x 58

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גוטע געשעפטן »

עס איז געווען א דרשה פון אדמו"ר סאטמאר מהר"א אפאר וואכן צוריק ביי די חנוכת הבית פון די נייע מצילי אש סטעשאן אויף מירון דרייוו ווי ער האט גערעט קעגן מאנסי פייער דיפארטמענט
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גוטע געשעפטן האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:55 pm עס איז געווען א דרשה פון אדמו"ר סאטמאר מהר"א אפאר וואכן צוריק ביי די חנוכת הבית פון די נייע מצילי אש סטעשאן אויף מירון דרייוו ווי ער האט גערעט קעגן מאנסי פייער דיפארטמענט
איך האב געזען יענע דרשה, כלאחר יד זאגן אז די קרית יואל'ע איז אזוי מהודר קעגן אנדערע וואס "אידן זאגן אז עס איז דא חילול שבת" מיינט נאכנישט געאסרט די אנדערע
יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:37 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:31 pm
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:25 pm

א צעטל מטעם הקהילה אז וואס?
סאטמאר מהר"א האט זיך אפציעל ארויסגעשטעלט קעגן דעפט. 7 מען די גבאים האבן ארויסגעווארפן איינע פון די היימישע שטיצערס פאר די מחללי שבתים
עס איז דא דארט כסדר קאמפיינס פאר מיצילי אש

וואס נאך זאל מען טוהן??
ארויסגעשטעלט וויאזוי? איז געווען א קול קורא אדער א בריוו אדער א דרשה מצד דעם רבי'ן/רב אז די אנדערע זענען רשעים, מחללים שבת וכדו'און מען טאר זיי נישט שטיצן?
דאס אז עס איז דא א קאמפיין מיינט נאכנישט אז די קהילה איז קעגן די אנדערע, דאס איז זיכער אז האבן א וואלונטיר דעפארטמענט וואס איז אונטער א רב איז א שטארקער הידור, דאס מאכט אבער נישט די אנדערע טריפה
יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 12:26 pm

יעדער ווייסט די שטעלונג פון סאטמאר קהילה איבער די מאנסי מ"א (מהר"א זיכער)
וויאזוי ווייסט יעדער? איך רעד נישט וואס די מתפללים אין שול האלטן, איך בין נישט דארט
ביי א דרשה אין קרית יואל פאר די כולל אינגעלייט viewtopic.php?t=449 האט אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א גערעדט נאך ר' יחזקאל ווייס און ער האט ארויסגעברענגט חיזוק פאר ר' יחזקאל אין זיין מערכה
חיזוק פאר אן אלטערנאטיוו אדער אראפגעריסן די אלטע? ווי געשריבן איז לויט יעדן (כמעט...) זייער א חשובע זאך צו האבן א מער מהודרדיגן אלטערנאטיוו, דאס מיינט אבער נאך אלס נישט אז סאטמאר האלט אז די אנדערע איז אסור

סאטמאר האט זיך קיינמאל נישט אפגעהאלטן פון אפיציעל אראפרייסן עפעס וואס זיי זענען קעגן, עס איז מאדנע אז פונקט ביי א זאך וואו עס איז דא חילול שבת בפרהסי' און עס איז ממש אזוי טרפה אז א פייער דעפארטמענט פון אן אנדערע שטאט טאר זיך נישט באדאנקען פאר זייער טרעינינג און פונקט דא הערט מען נאר ארום אין ארום אן קיין אפיציעלע קהילה שטעלונג, ניין?

אויב איז דא סאטמארע מעמבערס למשל, ווארפט מען זיי פון די קהילה מוסדות?
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 372
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 670

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

@בלומינגראווער איד, כמבואר אין אנדערן אשכול, איז ליידער דא סיבות פארוואס גרעסערע מאנסיאנער רבנים האלטן זיך בדרך כלל צוריק פון ארויסקומען עמטליך אויף פאפיר קעגן די זיבענער דעפארטמענט, און זענען אנשטאט יוצא מיטן מאכן אזא ענווייראמענט אז "יעדער ווייסט" אויף וועלכע זייט זיי זענען.

(יעדער עז אין לאקאל אין די קהילה.)

קלענערע רבנים וועלכע ברויכן ווייניגער דעקלן פאליטישע חשבונות איז דא א שיינע פאר פון אלע סאטמארער שטרעמונגען און ארום, צווישן אנדערע רבנים, וואס האבן שוין געשריבן זייער מיינונג.
גוטע געשעפטן
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:50 pm
Location: monroe
x 58

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גוטע געשעפטן »

די רבי ז"ל האט אמאל געזאגט וויאזוי קען זיין אז די ציוניסטישע מדינה שטייט נאך, שקר האט דאך נישט קיין קיום, האט דער רבי ז"ל געזאגט אז שקר האט טאקע נישט קיין קיום אבער די ציונים קומען יעדן טאג אויף מיט פרישע שקרים.

ווער עס קען אביסל די טאג טעגליכע שקרים און ספינערייען דא פארשטייט
אוועיטער
travel agent
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2026 3:02 pm
Location: ניו יארק
x 3

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך travel agent »

בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 390

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

travel agent האט געשריבן: דינסטאג יולי 14, 2026 2:50 pm viewtopic.php?p=271880#p271880
עקזעקטלי וואו איך האב געוואלט צוקומען, בשעת דער היימשטאט איז געווען אין דרוק מיטן מכלומרשטן "וויי געשריי" האט די אפיציעלע פייער דעפארטמענט פון קרית יואל זיך באטייליגט ביי א צערעמאניע + ביי די לווי' פאררופן דורך דעפט 7, נישט סתם אריבערגעשיקט א יישר כוח פאר זייער הילף נאר די 2 טשיפס זענען אליין אראפגעגאנגען צו די לווי' און 2 טראקס זענען ארומגעפארן אין די פראצעסיע אין מאנסי!!, דאס איז פיל א גרעסערע סטעיטמענט ווי סיי וואספארא יישר כוח, פון הימל האט מען אזוי צוגעפירט אז די פאלשע "לוחמי מלחמות ה'" זאלן כאפן א געזונטן פליק בשעת זיי באשמוצן בלומינג גראוו, ווי וואלטן זיי געשריבן אזא צייט? רביה"ק נעמט זיך אן פון הימל!

דאס ווייזט ווי פאלש די גאנצע מערכה איז דורך און דורך און הגם איך האלט אז געציילטע מיינען עס אמתדיג זענען אבער די אלע וואס שרייען די העכסטע און שלעפן אריין דעם רבי'ן און די קהילה אין די פאלשע שמוץ סתם נידריגע פאליטיש פארפוילטע ליידיגגייערס
שרייב פאוסט