גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 125

גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

געווען איז עס מיט אפאר יאר צוריק ווען איך האב געהאט ביי מיר אפאר דאללער וואס איך האב געזיכט צי איישטעקן אויף א אופן וואס וועט מיר ברענגען עפעס רווחים.

האמיר באשלאסן אריינציקוקן אינעם שכינותדיגן דעוועלאפמענט וואס שטייט יעצט אויפן מארקעט
נאכן פארהאנדלען זעמיר ארויס העכסט צופרידן מיט א גוטע פרייז א פיינע געגנט וכו' גאר אסאך מעלות.
פאר צווי אהאלב יא האב איך געהאט פארדינגען דעם דירה פאר א גאר חשובע כולל יונגערמאן וואס זיצט און לערנט און ווייסט נישט פון עפעס אנדערש חוץ פון תורה און עבודת השם,
נאר איין זאך האבן זיי מיר געבעטן פארן אריינמופן,
אז היות דער יונגערמאן פארמאגט נישט קיין טעלעפאון וועל איך דיעלן נאר מיטן אשת חיל,
איך האב איינגעשטימט דערויף, און אריינגענומען דען פרישן פארפאלקץ
ער איז געווען זייער ארנטליך און באצאלט יעדע חודש אין צייט און גוט קעיר גענומען פון די דירה,
נישט געלאזט קיין שמוץ, זיך גוט אויסגעקומען מיט די שכינים, וכו' אלעס איז געווען העכסט מסודר.

איין טאג באקום איך א פאון קאל פון איינע פון די שכינים אז די גארביזש ליגט שוין ציווארפן אפאר טעג און מ'דארף עס זאפארט אויפקלינען,
מיט איין אטעם רוף איך אן דעם רביצין און איך גיב איבער אז זי זאל איבערגעבן פאר איר מאן אז דאס פלאץ דארף זיין ריין,
זי זאגט גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

און זייט דעמאלט האב איך יעדע עטליכע וואכן געהערט דעם זעלבן תירוץ 'גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן'
יעדעס מאל אויף א אנדערע קאמפלעין וואס איך האב באקומען פון די שכינים.

די שכינים האבן נישט אויפגעהערט רופן און קאמפלעינען אז דעי פארפאלק מאכט זיי שווער דאס פלאץ דארט,
ביז איין טאג נאך אזא פאון קאלל בין איך געקומען צום החלטה אז גענוג איז גענוג.
איך וועל זיכער מאכן אים צו טרעפן און אים זאגן אז די דירה ברויך זיין ליידיג ביז די ענדע פונעם חודש!!


זייער שווער איז מיר אנגעקומען דאס צי טוהן,
דאס איז נישט מיין שטייגער ארויסוווארפן א מענטש אויפן גאס.
איך האב אבער געוויסט אז איך האב נישט קיין ברירה.

ס'שטייט מיר פאר די אויגן דעי טרערן וואס ער האט פארלאזט זעיענדיג מיין פארשטייפטקייט צי אים...
און דאס האט מיר א לאנגע צייט אפגעהאלטן פון פארמאכן די אויגן ביינאכט...
און דאס האט מיר געמאכט ציזאגן,
אז איין טאג ווען איך וועל זען אז ער מיינט עס ערנסט וועל איך אים צוריק אריין נעמען!!!

און יעצט איז ער שוין זייער א לאנגע צייט וואס ער וואלגערט זיך ארום פון איין פלאץ צום צווייטן,
ווי ער פרובירט נאר זיך צי מאכן באקוועם טרעפט ער זיך אן אין אנדערע פראבלעמען.
און אזוי האט ער זיך שוין געדארפט אריבער ציען דירות עטליכע מאל וואטנדיג צי ווערן אויפגעראכטן....


-----------


אוי....
דער אייבערשטער האט אונז געשיקט נביאים וואס זאלן אונז ווארענען אז מ'וועט אונז ארויסווארפן פון דערהיים,
זיי האבן געזאגט,
'גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף זיי זאלן אויסהערן'.....

אבער ס'איז געקומען א צייט ווען די קאמפלעינס זענען אנגעקומען צי ווייט....
אונזערע עוונות האבן גורם געווען דעם חורבן.

דער רבוש''ע האט אונז געדארפט פארשיקן פון זיין הויז
אבער ס'שטייט אים נאך פאר די אויגן אונזערע טרערן....
און דאס האט אים געמאכט ציזאגן אז ושבו בנים לגבולם!!!!



-----
האסט הנאה געהאט?
גיב א לייק.
האסט עפעס צוצילייגן?
איך וועל זיך פרייען צי זען הארות.
ס'איז די ערשטע מאל איך לייג ארויס א אפיציעלע ארטיקל,
איך קען באשטיין צי הערן וואס איך דארף פארבעסערן.
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13029

Re: גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך פופציגער »

גוט געשריבן!!

הארציג, און צום פינטל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 374
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 327

Re: גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך אני-הק' »

א דאנק, גוט און הארציג געשריבן.

ס'דערמאנט די "אמאל און אמאל און אמאל, איז איין מלך געוועזן...."

אגב, דער בית המקדש איז גארנישט דא געווען פאר אינוועסטמענט, נאר דער באשעפער האט לכתחילה אויסגעוועלט אין אונז "עמך די בחרת מכל עמיא"

אוי לאמיר יעצט זינגען אלע צוזאמען:
...פרוק ית ענך מפום אריותא... ואפיך ית עמך מגוי גלותא... עמך עמך, עמך די בחרת מכל עמיא, איי איי איי איי איי, איי איי איי איי איי איי, עמך די בחרת מכל עמיא...
אהוי, למקדשך תוב ולקודש קדשין, אהוי, אתר די ביה יחדון רוחין ונפשין... ויזמרון לך, שירין ורחשין.... בירושלים, קרתא דשופריא... קה ריבון עלם ועלמיא....
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3315
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13759

Re: גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך בודקע »

זייער שיין און גוט געשריבן!
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
לויטערע וואסער
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
x 125

Re: גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

אני-הק' האט געשריבן: זונטאג יולי 12, 2026 10:25 pm א דאנק, גוט און הארציג געשריבן.

ס'דערמאנט די "אמאל און אמאל און אמאל, איז איין מלך געוועזן...."

אגב, דער בית המקדש איז גארנישט דא געווען פאר אינוועסטמענט, נאר דער באשעפער האט לכתחילה אויסגעוועלט אין אונז "עמך די בחרת מכל עמיא"

אוי לאמיר יעצט זינגען אלע צוזאמען:
...פרוק ית ענך מפום אריותא... ואפיך ית עמך מגוי גלותא... עמך עמך, עמך די בחרת מכל עמיא, איי איי איי איי איי, איי איי איי איי איי איי, עמך די בחרת מכל עמיא...
אהוי, למקדשך תוב ולקודש קדשין, אהוי, אתר די ביה יחדון רוחין ונפשין... ויזמרון לך, שירין ורחשין.... בירושלים, קרתא דשופריא... קה ריבון עלם ועלמיא....
אמת, גערעכט. שכוח פארן אנמערקן.
מיין פוינט איז געווען געבויעט מער אויף די חלק אז מ'האט געווארנט פון פארדעם און ס'איז געקומען א צייט ווען ס'איז נישט געווען קיין ברירה וכו'.
די פוינט בנוגע 'ושכנתי בתוכם' איז נאך אין די מעיקינג, איך האף עס ארויסצילייגן נאך תשעה באב.
דערווייל וויל איך הערן נאך קאמענטארן.
שכוח
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 402

Re: גוט איך וועל איבערגעבן, איך האף ער זאל אויסהערן!

פאוסט דורך חצקל משמש »

שטארק!
שרייב פאוסט