דער בלוטיגע בירגער קריג וועלכע איז פארגעסן געווארן

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
יצחק לעווי
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 68

דער בלוטיגע בירגער קריג וועלכע איז פארגעסן געווארן

פאוסט דורך יצחק לעווי »

א בירגער קריג איז א זאך וואס מען טרעפט אפט אין היסטאריע, דורכאויס די יארן זענען פארגעקומען צענדליגע - אויב נישט הונדערטער - בירגער קריגן, אסאך דערפון גאר ברוטאלע. א בירגער קריג באדייט, א מלחמה צווישן ארגאניזירטע גרופעס אינעם זעלבן לאנד. אין אמעריקע זעלבסט איז ווי באקאנט אויך פארגעקומען א ציווילע קריג (1861-1865) ווען פרעזידענט לינקאלן האט געוואלט באפרייען די קנעכט. היינטיגע טעג ווערט די מיטל מזרח געפלאגט דורך ציווילע מלחמות, ווי למשל אין סיריע און איראק. עס איז ווי געווארן די נארמע אז ווען א געוויסע גרופע אין א לאנד גלייכט נישט וויאזוי די לאנד ווערט געפירט, רעוואלטירן זיי קעגן די רעגירונג און די רעזולטאט דערפון איז אפטמאל א ציווילע קריג. אין די זעלבע צייט זענען אויך פארגעקומען בלוטיגע ציווילע מלחמות וועלכע זענען פארגעסן געווארן, צווישן זיי איז די "טאיפינג רעוועלוציע" וואס איז פארגעקומען אין כינע (1850-1864) צווישן די טשינג אימפעריע און די טאיפינג קעניגרייך.

צווישן די יארן פון 1636 און 1912 האט אין כינע געהערשט אן אימפעריע וואס איז געפירט געווארן דורך די טשינג דינאסטיע, די טשינג אימפעריע איז געווען א מאַנטשו-געפירטע דינאסטיע וועלכע קומען ארגינעל פון ​​כינע. די אימפעריע האט אויך געהערשט איבער א גרויס טייל פון מזרח אזיע. (מאנטשו איז א עטנישע גרופע אין מזרח אזיע וועלכע קומען ארגינעל פון די מאנטשוריא געגנט אין צפון-מזרח אזיע וואס געפינט זיך ביי די גרעניץ פון כינע און רוסלאנד).

בילד
מאנטשוריא

אין איר שטערקסטע תקופה האט די אימפעריע געהערשט אויף א ריזיגע שטח וואס האט זיך אויסגעשפרייט פונעם יאפאנעזישע ים אין מזרח ביז די פאמיר בערג אין טאדשיקיסטאן וואס איז אין מערב, און פון מאגאליע אין צפון ביז די כינע ים אין דרום. אין 1644 האט די אימפעריע איבערגענומען קאנטראל פון בעיזשינג אין צפון כינע וואס האט ביז דאן באלאנגט צו די מינג אימפעריע (דרום-מזרח כינע), און אסאך היסטאריקער באצייכענען דעם פאסירונג אלס דער אנהייב פון די טשינג אימפעריע. די אימפעריע האט זיך געצויגן ביז 1912 ווען ס'איז פארגעקומען א רעוועלוציע אין וועלכע די לעצטן פירער פון דעם אימפעריע איז אומגעווארפן געווארן. די טשינג דינאסטיע איז געווען די גרעסטע אימפעריע אין כינע'ס היסטאריע, און אין 1790 איז זי געווען די פערט גרעסטע אימפעריע אין דער וועלט.

בילד

אין 1851 איז אויפגעשטאנען די טאיפינג 'הימלישע' קעניגרייך וואס זייער ציל איז געווען צו אומווארפן די טשינג אימפעריע און האבן אנגעהויבן פירן אן אויפשטאנד. די הימלישע קעניגרייך האט זיך געגרינדעט אין נאנדזשינג אין מזרח כינע און דאס דערקלערט אלס זייער הויפטשטאט, דער קעניגרייך האט א נאמען געגעבן פאר דעם שטאט 'טאינדזשינג', וואס באדייט "הימלישע הויפטשטאט". אט דער קריג וואס דער הימלישע קעניגרייך האט געפירט מיט די טשינג אימפעריע איז באקאנט אלס דער "טאיפינג רעוועלוציע", (טאיפינג - 太平 באדייט "גרויסע שלום", און ס'האט רעפרעזענטירט א אויפשטאנד קעגן דער מאַנטשו דינאסטיע).

דער הימלישע קעניגרייך איז אויפגעשטעלט און געפירט געווארן דורך א כינעזע מאן מיט'ן נאמען האָנג קסיוקוואַן (Hong Xiuquan) וועלכער איז געווען אן אינטערעסאנטער מענטש, ער האט זיך פאררופן אלס א הימלישער מאן און אלס א יונגערע ברודער פון יאשקע ימ"ש. האנג האט אנגעפירט אן ארמיי וואס האט קאנטראלירט א באדייטנדער טייל פון דרום כינע, די הימלישע קעניגרייך האט אריינגענומען אין זיך א באפעלקערונג פון ארום 30 מיליאן מענטשן. ער האט איינגעפירט מאדנע קולט'ישע געזעצן, און אנגעהויבן פארשפרייטן זיין ווערסיע אין קריסטנטום. האנג האט אנשטאט פרובירן איבעררעדן כינע'ס הויכע קלאס בירגער איז ער געגאנגען צו די מיטל קלאס און אזוי מצליח געווען צו פארשפרייטן די טאיפינג באוועגונג.

בילד
אנגעבליך בילד פון האנג קסיוקוואן

פאר מער ווי א יאר-צענדליג האבן די טאיפינג רעבעלן פרובירט איינצונעמען שטחים און געקעמפט קעגן די טשינג ארמיי און עווענטועל אנטוויקלט א בירגער קריג, עטליכע ציווילע גרופעס האבן זיך אויפגעשטעלט צו העלפן קעמפן פאר ביידע ארמייען. דאס איז געווען די גרעסטע מלחמה אין כינע דורכאויס די יארן פון די טשינג אימפעריע, און האט אריינגענומען רוב פון צענטראל און דרום כינע. איבער דרייסיג מיליאן מענטשן זענען אנטלאפן פון די מלחמה-געפלאגטע געגנטער צו אנדערע טיילן פון כינע. די געגנטער וואס די טאיפינג רעבעלן האבן איינגענומען זענען גלייך באלאגערט געווארן דורך די טשינג כוחות. ס'איז פארגעקומען שרעקליכע ברוטאליטעטן אויף ביידע זייטן, די טאיפינג זעלנער האבן דורכגעפירט מאסן מארדן אנטקעגן די עטנישע מאנטשו דינאסטיע, די טשינג ארמיי זענען אין דער זעלבע צייט אויך געווען פארנומען מיט מערדערייען און שחיטות, בעיקר קעגן די ציווילע באפעלקערונג פון נאנדזשינג, (דער 'הימלישער' הויפשטאט פון די טאיפינג קעניגרייך).

בילד
בילד

אין בעיזשינג (די היינטיגע באקאנטע הויפטשטאט פון כינע) זענען אויך פארגעקומען העפטיגע שלאכטן דורכאויס די יארן פון 1853-1855, וואו די טאיפינג רעבעלן זענען באזיגט געווארן דורך די טשינג כוחות. נאך דעם דורכפאל אין בעיזשינג איז די טאיפינג ארמיי געפלאגט געווארן דורך א גרויסע אינערליכע פאליטישע אויפשאקלונג וואס האט נאך מער אפגעשוואכט דאס מיליטער, דאס האט געפירט צו א שווערע קאנפליקט אינערהאלב דער טאיפינג ארמיי אין זייער הויפטשטאט טאינדזשינג (נאנדזשינג) אין וואס עטליכע גרויסע פירער פון דער טאיפינג ארמיי זענען גע'הרג'עט געווארן צוזאמען מיט נאך איבער 27,000 אנדערע אפאזיציע קעגנער, אריינגערעכנט זעלנער. דעם אינצידענט ווערט באצייכנט צו זיין איינער פון די הויפט פאקטארן וואס האט עווענטועל געפירט צום דורכפאל פון דער טאיפינג מיליטער.

צוזאמען מיט די טשינג ארמיי האט אויך געקעמפט די שיאנג ארמיי וועלכע איז געווען א ארמיי וואס האט זיך ארגאניזירט דורך ארטיגע מיליציע גרופעס צו קעמפן קעגן די טאיפינג ארמיי אין שפיץ פון ‘זענג גואפאן‘ א געוועזענער גענעראל אין די טשינג ארמיי, די ארמיי איז אויפגעלעזט געווארן ווען די קריג איז געקומען צו אן ענדע. די שיאנג מיליטער האבן געהאט אסאך גרויסע נצחונות, איינע פון זייער גרעסטע זיגן איז געווען דאס אייננעמען דעם סטראטעגישן שטאט אנקינג אין דרום-מזרח כינע. אין 1862 האבן זענג'ס כוחות באלאגערט דער 'הימלישער' הויפטשטאט נאנדזשינג. נאך צוויי יאר, דעם ערשטן אין יוני 1864, איז האנג קסיוקוואן, דער 'הימלישער' פירער, געשטארבן נאך וואס ער איז פארגיפטעט געווארן. עווענטועל האבן די פראנצויזישע און בריטישע רעגירונגען געשיקט הילף פאר די טשינג ארמיי און קוים א חודש שפעטער איז נאנדזשינג געפאלן.

בילד
ביים אייננעמען די שטאט אנקינג

דער קריג ווערט פאררעכנט אלס איינע פון ​​די בלוטיגסטע ציווילע מלחמות אין היסטאריע און דער גרעסטער קאנפליקט פון די 19'טע יארהונדערט. דער קריג איז אנגעגאנגען פאר 14 יאר מיט ביטערע שלאכטן, אומברעגנדיג צווישן צוואנציג-דרייסיג מיליאן מענטשן. אסאך היסטאריקער האלטן אז די ציפער איז אסאך העכער און דערגרייכט צווישן 70 ביז 100 מיליאן, מאכנדיג עס אלס די טויטליכסטע בירגער קריג אין היסטאריע!

כאטש די טשינג כוחות האבן עווענטועל באזיגט דעם רעוואלט, איז דער זיג געקומען מיט א גרויסן פרייז פאר די עקאנאמישע און פאליטישע רייען אינערהאלב די אימפעריע. דער 14 יעריגער בירגער קריג, צוזאמען מיט נאך אינערליכע קאנפליקטן האבן אפגעשוואכט די טשינג דינאסטיע איבער צענטראל כינע. דער קריג האט נאך אלעם געעפנט די קעפ פון די כינעזע… און אינספירירט צוקונפטיגע רעוועלוציאנערישע באוועגונגען, אריינגערעכנט די לעצטע רעוועלוציע אין 1911 וועלכע האט אומגעווארפן די לעצטע טשינג פירער אין 1912 און אויפגעלעזט די אימפעריע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3745
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12719

Re: דער בלוטיגע בירגער קריג וועלכע איז פארגעסן געווארן

פאוסט דורך פופציגער »

👍👍👍
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט