עיברעהעם לינקאלן
דער ערשטער אמעריקאנע פרעזידענט אומצוקומען אין א אטענטאט איז געווען דער זעכצנטער פרעזידענט עיברעהעם לינקאלן.
לינקאלן איז געזעסן אין א פריוואטע צימער אין 'פארד'ס טעאטער' אין וואשינגטאן די. סי. זיך צוקוקנדיג צו א שפיל 'אונזער אמעריקאנע קאזין', ערגעצוואו אינמיטן די שפיל האט א פארשוין אריינגעשטורעמט מיט א רעוואלווער אין האנט אינעם צימער ווי לינקאלן איז געזעסן און אים דערשאסן און איז גלייך דערנאך אנטלאפן,
עס איז גלייך געווארן א גרויסע טומל אין זאל, די מענטשן נעבן דעם פרעזידענט זענען באלד צוגעלאפן צום אים און אים אריבערגעפירט צום פעטערסען הויז קעגן איבער די גאס (א הויז וואס האט דאן געהערט צו די רעגירונג, היינט איז עס א מוזיאום), ווי די דאקטורים האבן געארבעט אויפן פרעזידענט א גאנצע נאכט האפנדיג צו ראטעווען זיין לעבן, אבער דעם קומענדיגן אינדערפרי האבן די דאקטורים באשטעטיגט לינקאלן'ס טויט.
אן אקטיאר וועלכע איז בשעת מעשה נישט געווען אויפ'ן פאדיום האט שפעטער דערציילט: "איך האב געזען לינקאלן פאלן אומבאוואוסטלאז, זיין קאפ איז געפאלן אויף זיין ברוסט, זיינע אויגן פארמאכט, אבער מיט א שמייכל אויפ'ן פנים".
דאס איז געווען אין יאר תרכ"ה (1865) צוויי יאר נאך וואס לינקאלן האט אונטערגעשריבן א דעקלעראציע צו באפרייען אלע שקלאפן פונעם גאנצן לאנד, יענע יארן האט אין די פאראייניגטע שטאטן געפלאקערט א ציווילן קריג, דאס איז געקומען נאך וואס לינקאלן - וואס איז געווען אויסגעשפראכן און געפירט א קאמפיין קעגן קנעכטשאפט - האט געוואונען די 1860 וואלן, האבן זיבן דרום שטאטן וואס זענען געווען פרא קנעכטשאפט זיך אפגעריסן פון די פאראייניגטע שטאטן און אויפגענומען אן אייגענעם פרעזידענט 'דזשעפרעסאן דעיוויס'.
די קריג האט זיך נישט דעמאלטס אנגעהויבן נאר א יאר שפעטער אום אפריל 12 1861 ארום א חודש אריין אין לינקאלן'ס פרעזידענטשאפט, און זיך גע'ענדיגט פיר יאר שפעטער עטליכע וואכן נאך לינקאלן'ס טויט אום מאי 26 1865 מיט א זיג פאר די יוניאן ארמיי געפירט דורך 'יוליסיס עס. גרענט' וואס האט שפעטער געדינט אלס דער אכצנסטער פרעזידענט פון אמעריקע.
דער מערדער - דזשאן ווילקעס בוט - וואס איז געווען א קאנפעדערעיט שטיצער פון מערילענד און א שפיאן פאר די קאנפעדערעיט ארמיי, איז ווייזט אויס נישט געווען צופרידן פון לינקאלן'ס דעקלעראציע, האט ער אפגעמאכט צו טון דאס זייניגע און אומגעברענגען לינקאלן.
א זיך אקציע איז באלד אריין אין קראפט אפצוגעפונען די שולדיגער אינעם פרעזידענט'ס טויט, צוועלף טעג שפעטער האט מען געכאפט בוט אין א פארם אין ווירדזשיניע, 70 מייל (110 קילאמאטער) ווייט פון וואשינגטאן, און נאכ'ן זיך נישט וועלן אונטעגעבן פאר די יוניאן ארמיי האט מען אים געשאסן, די אנדערע אנטייל נעמער אינעם מיסיע האט מען שפעטער געכאפט און געהאנגען.
אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין 1864 האט בוט געארבעט אויף א פלאן צוזאמען מיט די קאנפעדערעיט ארמיי צו פארכאפן לינקאלן און אים אויסטוישן פאר קאנפעדערעיט געפאנגענע, און זיי האבן שוין געהאלטן אט אט ביים עס אויספירן, נאר למעשה האט לינקאלן געטוישט זיינע פלענער אין די לעצטע מינוט.
דזשעימס גארפיעלד
דזשעימס גארפיעלד איז דערשאסן געווארן אין 'באלטימאר און פאטאמיק באן סטאנציע' אין וואשינגטאן די. סי. אין יאר תרמ"א (1881), דאס איז געווען זעקס חדשים נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן אלס צוואנציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
גארפיעלד איז תיקף נאכ'ן שיסעריי צוריקגעפירט געווארן צום ווייסן הויז וואו ער איז דורכגעגאנגען מעדיצינישע באהאנדלונגען פאר איבער צוויי חדשים, און שפעטער האט מען אים אריבערגעפירט צו א שפיטאל אין ניו דזשערזי, ווי ער איז געשטארבן. אסאך ווילן לייגן די שולד פון גארפיעלד'ס טויט אויף די דאקטורים און זאגן אז ווען ער וואלט געהאט בעסערע דאקטורים וואלט ער עס געקענט איבערלעבן.
גארפיעלד איז געשאסן געווארן דורך אן אמעריקאנע מאן מיט'ן נאמען 'טשארלס דזשוליוס גיטא'. גיטא האט זיך געהאלטן פאר א שטארקע רעפאבליקאנער, און געווען א שטארקע שטיצער פון גארפיעלד ביי זיין 1880 פרעזידענטליכע קאמפיין, ער איז ארומגעגאנגען ווי ער האט נאר געקענט און פארטיילט קאפיעס פון אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן מיטן ציל צו פראמאטירן גארפיעלד אין די פרעזידענט וואלן.
ווען גארפיעלד האט למעשה געוואונען די פרעזידענטשאפט האט גיטא זיך גרויס געהאלטן אז ער האט געהאט א גרויסע טייל אין זיין זיג, און ער האט געהאלטן אז גארפיעלד וועט אים זיכער גיבן א שיינע פאזיציע אין זיין אדמיניסטראציע, אבער גארפיעלד האט נישט עכט איינגעזען דערין…
למעשה איז גיטא געווען זייער אנגעווייטאגט אויף גארפיעלד וויבאלד ער האט אים נישט געגעבן קיין פאזיציע אין זיין קאבינעט ווי ער האט געוואלט האט ער אים דערשאסן... גיטא איז דורך א פראצעס ווי ער איז פאראורטיילט געווארן צום טויט דורך הענגען, וואס איז אויסגעפירט געווארן פינף חדשים שפעטער.
וויליעם מעקינלי
זעקס חדשים אריין אין זיין צווייטע טערמין, איז פרעזידענט וויליעם מעקינלי געפארן געבן א רעדע אין א זאל 'טעמפל אוו מיוזיק' וואס איז אין באפעלא, ניו יארק. נאכ'ן רעדע האט זיך פארמירט א לאנגע רייע מיט שטיצערס פונעם פרעזידענט צו קענען רייכן די הענט פאר'ן פרעזידענט.
אין דער רייע איז געשטאנען א פארשוין וועלכע האט באהאלטן א ביקס ביי זיך ארומגעוויקלט מיט א סחורה, און ווען ס'איז געקומען זיין רייע זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט האט ער ארויסגעשאסן צוויי קוילן, איין קויל האט באטראפן דעם פרעזידענט די אנדערע איז ארײן אין זײן בויך און איז קיינמאל נישט געפונען געווארן.
מעקינלי האט ליב געהאט זיך צו טרעפן מיטן פובליק ספעציעל מיט זיינע שטיצער, און האט נישט פארטראגן די שטרענגע וואך וואס איז געווען ארום אים, די גרויסע חברה ארום דעם פרעזידענט האבן מורא געהאט אז אן אטענטאט וועט פאסירן בשעת'ן באזוך אין טעמפל אוו מיוזיק אין באפעלא, און האבן עס עטליכע מאל אראפגענומען פונעם סדר היום, אבער מעקינלי האט עס יעדע מאל צוריקגעשטעלט.
'לעאן טשאלגאש' האט געהאט פארלוירן זיין ארבעט ביים 1893 עקענאמישן פאניק, טשאלגאש איז געווען זייער אנגעווייטאגט אויף די רעגירונג צוליב דעם פאניק און באשולדיגט מעקינילי אין דעם אז ער האט פארלוירן זיין פרנסה, האט ער באשלאסן אים צו אומברענגען.
אין יאר תרס"א (סעפ. 6 1901) ווען מעקינלי איז געגאנגען געבן א רעדע אין באפעלא, האט עס טשאלגאש געזען אלס א גוטע געלעגנהייט אויסצופירן זיין פלאן, האט ער זיך געשטעלט אין די רייע צו אריבערגיין פארנט פונעם פרעזידענט, ער האט באהאלטן א ביקס אונטער זיין ארבל און ווען עס איז געקומען זיין רייע האט ער דערשאסן דעם פרעזידענט.
די דאקטורים האבן געגעבן האפענונג פאר מעקינלי אז ער וועט עס איבערלעבן, אבער אין דעם 14'טן פון סעפטעמבער, אכט טעג נאך דער שיסעריי, איז ער געשטארבן צוליב אינפעקציעס פון זיינע וואונדן.
דער שיסער איז אויפ'ן פלאץ ארעסטירט געווארן און פאראורטיילט געווארן צום טויט, און א שטיק צייט שפעטער האט מען אים געזעצט אויפ'ן עלעקטעריק טשעיר ווי ער איז אומגעברענגט געווארן.
דזשאן עף. קענעדי
אין יאר תשכ"ה (1965) איז פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי געפארן אין זיין אין זיין אפענע אויטא אינעם פרעזידענטליכע מאטארקאדע אין דאלאס, טעקסעס. אינאיינעם מיט זיין ווייב און דער דעמאלטדיגער טעקסעס גאווערנער דזשאן קאנאלי, און קאנאלי'ס ווייב.
ווען די מאטארקאדע איז געפארן דורך דילי פלאזא ארום צוועלף מיטאג, איז א פארשוין וועלכע איז געשטאנען אין א געביידע דערנעבן געצילט אויפ'ן פרעזידענט, ער האט ארויסגעשאסן דריי קוילן וואס האט באטראפן דעם פרעזידענט און אויך פארוואונדעט דעם גאווערנער פון טעקסעס, קענעדי איז באטראפן געווארן דורך צוויי קוילן, איינס אין האלז און איינס אין קאפ.
די מאטארקאדע האט גלייך פארקירעוועט די רוט און אפגעפירט דעם פרעזידענט אינעם 'פארקלאנד מעמאריאל שפיטאל' אין טעקסעס, א קורצע צייט שפעטער אום איינסע מיטאג האבן די דאקטורים באשטעטיגט אז קענעדי איז אויסגעגאנגען פון זיינע וואונדן, קענעדי'ס וויצע פרעזידענט לינדען דזשאנסאן, איז באלד איינגעשוואוירן געווארן אויפ'ן עיר פארס וואן אלס נייער פרעזידענט, זייענדיג דער איינציגסטע פרעזידענט צו ווערן איינגעשוואוירן אויף א פליגער.
עטליכע שעה שפעטער איז א לאקאלע פאליציי אפיציר דזשעי. די. טיפיט דערשאסן געווארן, און דער פארברעכער לי הארווי אסוואלד איז ארעסטירט געווארן, און שפעטער יענע נאכט איז ער אויך באשולדיגט געווארן אינעם פרעזידענט'ס טויט, אסוואלד האט פארשטייט זיך געלייקענט שטיין און ביין אז ער האט סיי וואס געהאט צוטון מיט קענעדי'ס מארד,
צוויי טעג דערויף בעפאר מען האט אפילו געהאט א געלעגנהייט אים צו אויספארשן, איז אסוואלד דערשאסן געווארן דורך אן ארטיגן איינוואוינער, דזשעק רובי. בשעת ער איז טראנספארטירט געווארן דורך די פאליציי צו א תפיסה, אזוי אז מען האט אים קיינמאל נישט געקענט אויספארשן געהעריג, דאס האט צוגעברענגט אז א פלייץ פון קאנספיראציע טעאריעס זאלן געבוירן ווערן,
אבער נאך אן אויספארשונג איבער דעם שיסעריי, וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך דער 'ווארען קאמיסיע' (א ספעציעלע קאמיסיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן אויספארשן קענעדי'ס אטעטאט, די קאמיסיע איז געגרינדעט געווארן עטליכע טעג נאך קענעדי'ס טויט דורך זיין וויצע פרעזידענט און נאכפאלגער. לינדען דזשאנסאן), האט באשלאסן אז אסוואלד האט געארבעט אויף די אייגענע האנט און קיינער אנדערש איז נישט געווען פארמישט, דזשעק רובי וואס האט אומגעברענגט אסוואלד האט אויך געזאגט אז ער האט געארבעט אליין.
מערסטנס מענטשן יענע צייט האבן טאקע געגלייבט אז דאס איז אמת, אבער פיל מיט טעאריעס האבן זיך אנטוויקלט און מענטשן האבן עס אנגעהויבן גלייבן, א אנדערע אויספארשונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די HSCA (פאראייניגטע שטאטן הויז סעלעקט קאמיטע אוו אסאסינאציעס) אין 1979, האבן געפונען אז קענעדי איז ווארשיינליך אומגעקומען אלס רעזולטאט פון א געהיימע פלאן, און אז עס זענען ווארשיינליך געווען צוויי שיסער וואס האבן געשאסן אויפ'ן פרעזידענט.
איך גיי נישט אריינגיין און אויסשמועסן אלע קאנספיראציעס (און זיכער נישט נעמען קיין צד) וויבאלד עס איז ענדלאז, און ווי עס איז דא א געלעגנהייט פאר קאנספיראציע טעאריקער זיך ארויפצוכאפן וועלן זיי זיך ארויפכאפן דערויף ווי א לייב אויף זיין קרבן, און ברענגען א פלוס פון קאנספיראציעס.
אבער דאס יא אז יענע צייט האבן פיל געלייגט די שולד פון די געשעעניש אויף דעם אז קענעדי איז געפארן אין א אפענע אויטא, איז זינט דאן געווארן איינגעפירט אין די פאראייניגטע שטאטן אז פרעזידענטן פארן בלויז איז פארמאכטע אויטא'ס.
דורכגעפאלענע אטענטאט פארזוכן
טעאדאר רוזעוועלט
דעם אטענטאט פארזוך אויף טעאדאר רוזעוועלט איז נישט פארגעקומען אלס פרעזידענט נאר בשעת ער האט קאמפיינט פאר א דריטע טערמין, אלס א דריטע פארטיי קאנדידאט, (די געזעץ אז א פרעזידענט מעג דינען נאר פאר צוויי טערמינען האט קאנגרעס הערשט דורכגעפירט אום מארטש 1947 אונטער פרעזידענט טרומאן).
אום אקטאבער פון יאר 1912 (תרע"ב) זייענדיג אימיטן א קאמפיין ראלי ביים גילפאטריק האטעל אין מילוואקי, וויסקאנסין. איז א קויל געצילט געווארן קעגן זיין הארץ, אבער צו זיין מזל האט ער געהאלטן אין זיין בוזעם טאש א מעטאלענעם גלעזער האלטער און א הויפן פון פופציג פאפירן מיט דעם אינהאלט פון זיין רעדע, וואס האט אפגעהאלטן דער קויל אנצוקומען צום ציל, (מזל ווי טראמפ...).
דער שיסער - דזשאן שראנק - איז באלד געכאפט געווארן, די עולם האט געשריגן צו די פאליציי אז מען זאל אים עלימינירן, אבער רוזעוועלט האט באפוילן די פאליציי אז מ'זאל אראפהאלטן שראנק אבער זיכער מאכן אז ער ווערט נישט געשעדיגט,
רוזעוועלט האט איינגעזען אז וויבאלד ער היסט נישט קיין בלוט האט די קויל אים נישט באטראפן, האט ער זיך אפגעזאגט צו גיין אין שפיטאל זיך צו אונטערזוכן, נאר אנשטאטס דעם איז ער געבליבן אויפ'ן ארט און געענדיגט זיין געפלאנטע רעדע, און בארואיגט דעם עולם אז ער איז בסדר, זאגנדיג "איך בעט אייך זיך צו האלטן די רואיגסטע וואס מעגליך, איך ווייס נישט צו איר פארשטייט אז איך בין נארוואס געשאסן געווארן".
הערשט ווען ער האט געענדיגט די רעדע איז ער זיך געגאנגען אונטערזוכן ביים דאקטער, נאך פולע אונטערזוכונגען האט געוויזן אז די קויל איז געבליבן שטעקן אין זיין ברוסטקאסטן, און די דאקטורים האבן באשלאסן אז עס איז ענדערש צו דארט לאזן די קויל ווי איידער עס פראבירן ארויסצונעמען, וואס וועט זיין א שווערע פראצעדור און קען נאר ערגער מאכן, און רוזעוועלט האט זיך טאקע ארומגעדריידט מיט א קויל אין גוף פאר די רעשט פון זיין לעבן.
שראנק איז געווען א דייטשער אמעריקאנער, ער האט געשאסן רוזעוועלט וויבאלד ווייל ער איז געווען קעגן דעם דריטן טערמין, שפעטער ביים אויספארשונג האט ער געזאגט אז גאט האט אים געשיקט און אז ער איז געווען מאטיווירט צו פארמיידן רוזעוועלט פון ווערן א קעניג.
שראנק איז שפעטער באטראכט געווארן אלס גייסטיש קראנק און איז עווענטועל אריינגעשטעלט געווארן אין גייסטישע אינסטיטוציע.
ראנאלד רעיגען
אין יאר תשמ"א (1981) האט פרעזידענט ראנאלד רעיגען געהאלטן א רעדע אינעם וואשינגטאן הילטאן האטעל אין וואשינגטאן די. סי., ארויסגייענדיג פון זאל ביים זיך צוריקערן צו זיין פרעזידענטליכע לימאזין האט א מאן מיטן נאמען דזשאן הינקלי ארויסגעשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פונעם פרעזידענט אין וואס רעיגען איז שווער פארוואונדעט געווארן.
די קויל וואס האט באטראפן רעיגען האט צובראכן א ריפ און צולעכערט א לינג, רעיגען איז אפגעפירט געווארן אינעם 'דזשארדזש וואשינגטאן אוניווערזיטעט שפיטאל' אין וואשינגטאן די. סי., ווי ער איז דורכגעגאנגען אן עמערדזשענסי אפעראציע, די דאקטורים זענען געווען זייער אפטימיסטיש אז די פרעזידענט וועט זיך גרינג ערהוילן, און טאקע צוועלף טאג דערויף אום אפריל 11 איז רעיגען באפרייט געווארן פון שפיטאל.
אינאיינעם איז אויך פארוואונדעט געווארן די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר דזשעימס ברעידי, טים מעקארטי א סיקרעט סערוויס אגענט און א די. סי. פאליציי אפיציר, אלע דריי האבן איבערגעלעבט אבער ברעידי האט געליטן שווערע מוח שאדנס פון וואס ער איז שפעטער - אין יאר 2014 - געשטארבן.
הינקלי איז דורך עטליכע פראצעסן, אבער א יאר שפעטער איז ער געפונען געווארן אמשולדיג צוליב זיין גייסטישן אומסטאביליטעט, און געווארן איינגעשפארט אינעם סעינט עליזאבעט'ס שפיטאל, א פסיכיאטארישע אנשטאלט אין וואשינגטאן די. סי. אין יאר 2016 איז הינקלי גענצליך באפרייט געווארן.
דאנאלד טראמפ
אין יולי 13 2024 האט דאנאלד טראמפ אפגעהאלטן א ראלי אין באטלער, פענסילוועניע. בעת די היציגע 2024 פרעזידענטליכע וואלן. די מאסן צושויער זענען גוט אויפגעהייטערט, און שרייען פרא טראמפ לאזונגען, טראמפ האט אנגעהויבן רעדן וועגן די אימיגראציע קריזיס וואס קומט פאר אין לאנד, צייגנדיג אויף א שילד וואס ווייזט אן די שטוינענד הויכע ציפערן פון אימיגראנטן וואס קומען אריין דורך די אפענע גרעניצן ביים מעקסיקאנער זייט.
א צוואנציג יעריגער, טאמעס מעטיו קרוקס, וועלכע איז געלעגן אויפ'ן דאך פון א דערנעבנדיגע געביידע האט דאן ארויסגעשאסן עטליכע קוילן פון א AR-15 רעוואלווער אין ריכטונג פונעם פאדיום ווי טראמפ איז געשטאנען און געגעבן זיין רעדע, טראמפ איז באטראפן געווארן פון איין קויל וואס האט דורכגעלעכערט זיין רעכטע אויער,
טראמפ האט זיך גלייך אראפגעווארפן אויף די ערד ווען עטליכע סיקרעט סערוויס אגענטן שפרינגען ארויף צו באשיצן דעם פרעזידענט, פיר סעקונדעס דערויף האט א לאקאלע עמערדזשענסי איינהייט אומשעדליך געמאכט דעם שיסער, עטליכע סעקונדעס שפעטער האבן סיקרעט סערוויס שארף-שיסער רעקאגניזירט קרוקס און אים דערשאסן אויפ'ן פלאץ.
נאך א קורצע וויילע האבן די סיקרעט סערוויס אגענטן וואס האבן באשיצט טראמפ אים געמאלדן אז די געפאר איז פאריבער און אז דער שיסער איז עלימינירט געווארן, האט טראמפ זיך דאן אויפגעשטעלט און אויפגעהויבן זיין האנט אין דער הייעך מיט א פויסט, צו ווייזן פאר די דערשראקענע מאסן אז ער איז אין ארדענונג, און געשריגן: "פייט! פייט! פייט!".
טראמפ האט מען אין איילעניש אפגעפירט צום באטלער מאמאריעל שפיטאל, ווי מ'האט באשטעטיגט אז ער איז גארנישט ערנסט געשעדיגט געווארן, און מ'האט אים ארויסגעלאזט עטליכע שעה דערויף, דריי באטייליגטע ביים ראלי זענען אויך פארוואונדעט געווארן פונעם שיסעריי פון וואס איינער איז שפעטער געשטארבן,
די מאטיוון פון קרוקס איז נישט זיכער צוליב דעם וואס מען האט אים גלייך דערשאסן צום טויט און מען האט אים נישט געקענט אויספארשן, און פאלשע אינפארמאציע און קאנספיראציע טעאריעס האבן אנגעהויבן צירקולירן אויף סאציאלע מידיע.
און בכלל ברענגט דאס ארויף אסאך פראגעס אויף די סיקרעט סערוויס, פארוואס האט מען דאס נישט אפגעשטעלט באצייטנס, וויאזוי קען זיין אז איינער זאל ארויפקריכן אויף געביידע אין די טעריטאריע וואס דארף זיין אונטער קאנטראל,
די באריכטן וואס זענען ארויסגעקומען נאכדעם אז באטייליגטע ביים ראלי האבן שוין באמערקט דעם שיסער און אפילו אינפארמירט די פאליציי דערוועגן און גארנישט איז נישט געטון געווארן, דאס אליינס שטעלט די גאנצע סיקרעט סערוויס אגענטור אונטער פראגע צייכן. און נאך גרויס דרוק האט די סיקרעט סערוויס דירעקטארין געמוזט רעזיגנירן פון אמט, און שטערקערע זיכערהייט מאסנאמען זענען אונטער גענומען געווארן, ספעציעל ביי דרויסנדיגע ראלי'ס אין וועלכע טראמפ איז פון דאן געווען באשיצט מיט א בולעט-פרוף גלאז.
די FBI האלט נאך אינמיטן אויספארשן די פאסירונג, דערווייל זאגן זיי אז קרוק'ס מאטיוון איז אומבאוואוסט, בלייבט נאר איבער צו זען אויב עס וועט עפעס ארויסקומען אדער וועט עס בלייבן פארהוילן אזויווי קענעדי'ס אטענטאט און זיין א שטארקע טעמע צווישן קאנספיראציע ליבהאבער.
אינטערסאנט צוצולייגן אז שפעטער אין סעפטעמבער פונעם זעלבן יאר איז טראמפ אריבער א צווייטע אטענטאט פארזוך אין זיין גאלף קורס אין וועסט פאלם ביעטש פלארידע, דורך אן אכט און פופציג יעריגע מאן, רייען וועסטלי רוט. אבער א סיקרעט סערוויס אגענט האט באצייטנס באמערקט רוט'ס רעוואלווער זיך ארויסשטעקנדיג צווישן די דערנעבנדיגע ביימער, די אגענט האט גלייך געעפנט פייער אבער רוט האט באוויזן צו אנטלויפן,
שפעטער אין טאג האט מען אים באוויזן צו כאפן ווען די פאליציי האט אים אידענטיפיצירט ווען זיי האבן געטראפן אין זיין קאר אן AKS רעוואלווער מיט עטליכע סעלפאנען און נאך עטליכע שעדליכע געצייג.
פארשטייט זיך אז יעדע פרעזידענט איז דורך א אטענטאט פארזוך דורכאויס די יארן דינענדיג אין אמט, אבער דא האבן מיר צוזאמגענומען די געשעענישן ווי די פרעזידענט איז פאקטיש פארוואונדעט געווארן און געמאכט גרויסע העדליינס.
אטענטאטן אויף אמעריקאנע פרעזידענטן
- יצחק לעווי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
- Location: אין מיין הויזן
- x 168