א קופקע ווייניגער מיט צוויי מינוט, און פארשפאר אידיש בלוט!!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
יצחק לעווי
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 24, 2026 10:47 am
Location: אין מיין הויזן
x 65

א קופקע ווייניגער מיט צוויי מינוט, און פארשפאר אידיש בלוט!!

פאוסט דורך יצחק לעווי »

אריינטרעטנדיג נאכאמאל אין די דריי וואכן ווען מ'קלאגט אויפ'ן חורבן הבית, פיל איך אז ס'איז נאכאמאל ווערד מיטצוטיילן א ווייטאגליכע נושא וואס כ'האב פונקט א יאר צוריק געשריבן ערגעץ אנדערש, און זאלן נאך אידן זיך פארבעסערן און ברענגן נענטער די גאולה.
אנשטאט איבערשרייבן האב איך גע'קאפי פעיסט וואס כ'האב געשריבן א יאר צוריק.

------

שוין באלד צוויי טויזענט יאר זינט דעם חורבן הבית, אזויפיל אידיש בלוט איז שוין פארגאסן געווארן זינט דאן, כל מיני תקופות זענען אונז שוין אריבער און נאכאלץ שטייט מען און מ'ווארט. יעדע יאר פון פריש זעצן אונז זיך טרויערן, וועלכע אנדערע פאלק וואלט נאך אזויפיל צרות געדענקט צו קלאגן אויף עפעס א חורבן פון יארן צוריק?

לאמיר זיין אפן, ס'קומט אסאך מאל אריין א מחשבה'לע צו מ'האט בכלל אויף וואס צו ווארטן, כ'מיין, וויפיל איז די שיעור? נאר פשט איז אז עפעס וויל נאך די אייבישטער פון אונז. אבער וואס? כלל ישראל האט שוין ארויסגעוויזן זייער געטריישאפט צו אים נישט איינמאל און אויך נישט צוויי מאל, נאר טויזענטער מאל, וויפיל מאל האבן אידן זיך געלאזט הארגענען אויף די ערגסטע אופנים פארן אייבירשטנס וועגן, כלל ישראל האט שוין ארויסגעוויזן זייערע שענסטע קאלירן.

ס'איז ביי יעדעם קלאר אז ס'איז העכסט צייט, וויפיל אידן מאכן נעבעך מיט, אזויפיל אידן גייען נעבעך דורך כל מיני פראבלעמען, אזויפיל אידן מיט זייער אייגענע 'חורבן הבית'.

*

יענקל איז שוין אריבער די צוואנציג ווען ער איז ענדליך א חתן געווארן בשטו"מ, ער גרייט זיך העפטיג צו זיין חתונה, מיט'ן איינקויפן אלעס וואס ער דארף, שטריימל, קלאודינג וכו' ער גרייט זיך צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

די חתונה איז אריבער ב"ה מיט א שטארקע סוקסעס, מ'ענדיגט די שבע ברכות און די פרישע פארל גייען אהיים צו אנהייבן א נייע לעבן. נאך א יאר איז זיי ב"ה געבוירן געווארן זייער ערשטע קינד, א בכור, און אריינגעברענגט א נייע לעכטיגקייט אין שטוב.

א קארגע זעקס יאר זענען פארלאפן, די משפחה האט זיך שוין עטוואס צעוואקסן מיט דריי לעכטיגע קינדערליך, אברהמי, מאיר און דעם קליינעם לאה'לע, אלעס איז געפארן כשורה אזויווי יעדע אנדערע שטוב.

ביז יענע טאג.

די לופט אין שטוב איז געווען זייער אנגעצויגן, די קשר צווישן די עלטערן איז היבש לויז געווארן, ס'האט געקענט זיין נעכט וואס די טאטע איז נישט אהיימגעקומען בכלל, און ווען יא איז ער אהיימגעקומען גאר שפעט און די קינדער האבן זיך אויפגעוועקט פון די קולות וואס איז פארגעקומען צווישן טאטי און מאמי. די קינדער האבן עס געשפירט, ס'איז זיי גאר שווער געווען דאס צוצוזען, און זיי האבן נישט געהאט פאר וועם עס צו דערציילן.

יענע טאג האט די מאמע האט גערופן אברהמי מיט מאיר ביים טיש און געהאלטן דעם קליינעם אויפ'ן שויס, זי וויל זיי עפעס זאגן, די קינדער האבן געפילט אז מאמי גייט זיי נישט זאגן אז מ'גייט גיין צו א פארק אדער ענליכס נאר ליבערשט גאר א טרויעריגע בשורה.

די מאמע האט ענדליך געבראכן די שטילקייט און געזאגט פאר די קינדער, "טאטי איז אוועקגעגאנגען און ער קומט שוין מער נישט צוריק!"

"וואס הייסט?" פרעגן די קינדער דערשראקענערהייט, "ווי איז טאטי?"

"טאטי איז אוועקגעגאנגען און ער קומט מער נישט צוריק, ער האט נישט ליב געהאט אונזער הויז".

"מ'גייט אים מער נישט קענען זען?" די שאלה איז שוין געקומען מיט עטוואס טרערן אין די אויגן

די מאמע רופט זיך אן צו די קינדער, "ענק וועלן מער נישט קענען זען טאטי, ענק ווילן אים נישט טרעפן, ער קען ענק נאך וויי טון, ער איז זייער אויפגערעגט אויף ענק".

די קינדער מיט זייערע קליינע מוחות זענען געווען זייער צומישט. 'טאטי האט אונז אייביג אזוי ליב געהאט וויאזוי קען מאמי זאגן אז טאטי האט אונז נישט ליב? אונז ווילן אים זען. אבער אז מאמי זאגט אז טאטי קען אונז וויי טון ווילן אונז אים טאקע נישט טרעפן'.

יענע נאכט איז גאר שווער געווען פאר די קינדער, קוים וואס זיי האבן געקענט איינשלאפן, שרעקעדיגע מחשבות זענען אריבער ביי זיי אין מוח.

די קומענדיגע אינדערפרי איז אברהמי אויפגעשטאנען היבש נאך וואס זיין באס איז געפארן, די קומענדיגע באס וואס פארט צום חדר קומט הערשט אין א האלבע שעה פון יעצט, איז ער אריין אין א דערנעבנדיגע ביהמ"ד צו ווארטן ביז די באס קומט. און ווי יעדע אינגל וואס טרעפט זיך אין שול איז ער אריין אין קאווע שטיבל צו נעמען א קאווע, עטליכע אידן זענען דארט געשטאנען און געקופקעט, זיי רעדן וועגן א 'פרישע פרשה' וואס קומט יעצט פאר.

איינער זאגט, "איך קען אים גוט, ער איז א אזא מין שלעכטע מענטש די האסט נישט קיין אנונג כ'זאג דיר ער איז שולדיג"

א אנדערער שרייט אריין, "נעכטן האט איינער מיר געשיקט א וואויס נאוט פון זיין פעטער וואס זאגט אז ער פשוט אריינגעפאלן און ער וויל נאר זען די קינדער"

"ביסט נישט גערעכט, ער וויל נישט גארנישט, ער דארף אפילו נישט זיינע קינדער, די קענסט אים נישט, ער איז דא פאר זיין עגא און פארטיג, בקיצור.. די קינדער זענען נאך די גרעסטע רחמנות---"

"יא, האסט געהערט ער פלעגט אויך רוידעפן זיינע קינדער, פלעין א שלעכטע מענטש די יענקל".

פלוצלונג האט אברהמי'ס קאפ אנגעהויבן שווינדלען, ער האט נאכנישט געהאט היינט ווען צו טראכטן וועגן וואס ס'איז נעכטן געווען, ער האט אבער גוט פארשטאנען פון וועם זיי רעדן. 'זיי רעדן פון מיין טאטע'. אברהמי האט געוואלט וויינען אבער ער האט זיך איינגעהאלטן ווייל ער שעמט זיך צו וויינען אין שול. 'מיין טאטע איז א שלעכטער? פארוואס דארף יעדער רעדן פון מיין טאטע?'

אברהמי איז טאקע א קליין קינד ער האט אבער זייער גוט פארשטאנען וואס קומט פאר, ס'האט אים געפערליך געשטאכן אין הארצן.

*

יענקל איז אויפגעשטאנען יענע טאג, ער איז אליינס אין עפעס א דירה'לע וואס ער האט געדינגען פון זיין חבר. ער מאכט זיך א קאווע, ער עפענט זיין פאון און קוקט דורך די נייעס. פלוצלינג דערזעט ער אויף איינע פון די נייעס גרופעס א גאנצע טענה'ריי וועגן עפעס א 'פרישע פרשה', און קוקט עס גוט דורך, און ער פארשטייט פון וועם מ'רעדט... ער איז אין די העדליינס.

יענקל האט געשפירט ווי די הימל פאלט אראפ אויף אים, ער קען עס נישט גלייבן. 'אזוי רעדט מען וועגן מיר? וואס בין איך שולדיג? פארוואס דארף יעדער דורכקייען מיין פריוואטע לעבן?'. ער האט ממש געפילט ווי ער וויל צורייסן מענטשן אבער א טרער האט זיך אומווילנדיג ארויסגעגליטשט פון זיין אויגן. 'יעדער רעדט דא כאילו ער ווייסט פונקטליך וואס איז פארגעקומען, ס'איז מיין פריוואטע דורכגאנג, ס'איז נישטא אנדערע זאכן צו רעדן נאר פון אנדערע מענטשנס צרות?'.

יענקל איז שוין נישט ארויס יענע טאג פון זיין דירה'לע, ער איז אריינגעפאלן אין בעט מיט א ביטערן יאוש, אויפגעגעבן אויף זיין לעבן. די בענקשאפט צו זיינע קינדער האט אבער נישט נאכגעלאזט, ער וויל זיי אזוי שטארק זען און ארומנעמען מיט פאטערליכע ליבשאפט, אפילו די גאס 'ווייסט' אנדערש.

*

דאס איז ליידער איינס פון צענדליגע געשיכטעס וואס פאסירן טאג טעגליך. ס'איז זייער ווייטאגליך צוצוזען ווי פרעמדע מענטשן טינקן זיך אין יענעמס בלוט, איך רעד נישט פון 'עסקנים' אד"ג נאר ליבערשט פון די פשוט'ע המון עם וואס באקומען נישט קיין געלט פון קיינעם און האבן נישט קיין שום אינטערעסע, נאר מ'רעדט עס דורך ווייל פארוואס נישט? אלע ווילן דאך ווייזן אז ער ווייסט אלע דעטאלן. אבער האט עטס אמאל אריינגעטראכט אז ס'איז דא פארוועם עס שטעכט?

אלס איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין א סטאבילע שטוב, וד"ל. רייסט עס ממש דאס הארץ דאס צוצוקוקן, וואס דארף אונז אנגיין איבער א צווייטנס שלום בית פראבלעמען?? זיך אוטערהאלטן אויף יענעמס צרות? כאילו דיין שלום בית קלאפט הונדערט פראצענט, אונז האמיר גענוג נושאים צו רעדן, מ'רעדט דא פון אידישע נשמות! לויטערע תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, וואס זענען זיי נעבעך שולדיג? די קינדער כאפן זייער גוט וואס קומט פאר, וויפיל קינדער פאלן ליידער אוועק ברוחניות אדער רח"ל 'בגשמיות'? קיינער דארף נישט קיין משלים יעדער ווייסט ליידער פון אזעלכע מעשיות.

איך בין נישט קיין רב און נישט קיין משפיע אא"וו, און איך בין נישט דער וואס זאל זאגן וואס צו טון, אבער הערטס מיך אויס, פשוט אלס איינער וואס איז אריבער דעם דורכגאנג.

פארשטייט זיך די געשיכטע וואס איך האב געברענגט איז פיקטיוו, אבער ס'פאסירט אין די ווירקליכקייט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס מ'כאפט זיך נאר נישט, יעדער וויל זיין דער וואס איז אפדעיטעד און ווייסט אלעס, ליבערשט זיי דער וואס ווייסט נישט ווי זיך צו מישן אין יענעמס צרות, העסט זיין שטיל פאר צוויי מינוט, אבער וועסט פארשפארן אידיש בלוט!

דאס ברענגט מיט זיך פיל מיט שנאת חנם, ווען דאס וואלט פאסירט מיט א האומלעס וואלט עס דיך נישט אנגעגאנגען, די ביהמ"ק איז חרוב געווארן נאר צוליב שנאת חנם. יעדע יאר זיצן אונז און קלאגן אויפ'ן חורבן הבית, אבער יענעמס 'חורבן הבית' איז א אונטערהאלטונג פאר דיר, טראכט פאר די רעדסט ווייל א ווארט קען זיין שארפער ווי די שארפסטע שווערד, און די אידן פון וועם מ'רעדט האלטן אויך אלעס מיט.

און מיינט נישט אז דורך דיין איין ווארט וועט גארנישט געשען, יעדער וועט סייווי וויסן און רעדן, אבער ניין, יעדע ווארט וואס מ'רעדט איז עס נאך א שטעך ווי מיט א שפיזיגער שווערד אין א איד וואס גייט דורך 'זיין אייגענע' דורכגאנג, נאך א ריס אין א קליין אומשילדיג הערצעלע!

די אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן מיר זוכה צו זיין זען בנין בית המקדש בתפארתו במהרה בימינו!

י-הי רצון אז מיינע ווערטער זאלן אויפטון און דערהערט ווערן
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3275
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13652

Re: א קופקע ווייניגער מיט צוויי מינוט, און פארשפאר אידיש בלוט!!

פאוסט דורך בודקע »

זייער שטארקע דיבורים!
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
פעפערלעך
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 06, 2026 6:19 am
Location: NY
x 15

Re: א קופקע ווייניגער מיט צוויי מינוט, און פארשפאר אידיש בלוט!!

פאוסט דורך פעפערלעך »

כ'וויין
שרייב פאוסט