איך מיין ס'איז געווען בשעת פוטין האט זיך אויפגעהאלטן דארט אין שטאט
בולעטין נייעס — קורץ און שארף
- שלא לשמה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 437
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1857
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עריק עדעמס האט זיך געטראפן מיט רעפובליקאנע גאווערנער קאנדידאט ברוס בלעקמאן, און שליסט נישט אויס צו אים אינדארסירן.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די "ספעיס-עקס" (SpaceX) פירמע, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך אילאן מאסק, האט געמאלדן איר פלאן ארויסצוגיין פובליק מיט אן "איי-פי-או" (IPO), מיט א פרייז פון 135 דאלאר פער שעיר. אין א סעיל פון די ווערט פון 75 ביליאן דאלאר. דעם שריט אויפ'ן מארקעט, וואס ווערט ערווארטעט מיט גרויס שפאנונג, קען מעגליך מאכן מאסק פאר'ן ערשטן "טריליאנער" אין די וועלט.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאנגרעס האט פאראויסגעשטופט א ביל צו געבן הילף פאר אוקריינא און ארויפצולייגן סאנקציעס אויף רוסלאנד, דורך א דיסטשארדזש פעטיציע. די שריט איז געשטיצט געווארן דורך אלע דעמאקראטן און זיבן רעפובליקאנער, אריינגערעכנט קאנגרעסמאן קיילי.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אריה ארליך: אינאיינעם מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן, בין איך געשטראנדעט אין נתב"ג (לופטפעלד) נאכפאלגנדיג די פראטעסטן. עס זענען נישטא קיין טעקסיס, קיין באנען, קיין אוטובוסן, אדער סיי וועלכע טראנספארטאציע בכלל.
און טראץ דעם וואס איך ווייס נישט וויאזוי איך וועל אנקומען אהיים היינט, איז דאס וואס איך האב צו זאגן פאר די פראטעסטירער: איך שטיץ אייך אינגאנצן און פולקאם.
דער חרדישער ציבור ווערט אריינגעשטופט אין א ווינקל דורך א באלשעוויקישע, רשעות'דיגע יועמ"שית, דורך דעם בג"ץ, דורך דעם מערסט דורכגעפאלענעם מפכ"ל (קאמישאנער פון די פאליציי) אין די היסטאריע פון דעם לאנד, וואס אנשטאט צו באשיצן דאס לעבן פון די בירגער, קעמפט ער קעגן די בירגער. דער חרדישער ציבור ווערט גערודפט פאר זיין לעבנסשטייגער און די וועלט פון תורה ווערט חרוב געמאכט; עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר אויסצודריקן דעם געשריי און דעם ווייטאג.
איך וועל זיך שוין עפעס אן עצה געבן, אבער די מדינת ישראל, וועט זי זיך אן עצה געבן? עס איז געקומען די צייט אז די פירער זאלן זיך קומען צו די זינען.
און טראץ דעם וואס איך ווייס נישט וויאזוי איך וועל אנקומען אהיים היינט, איז דאס וואס איך האב צו זאגן פאר די פראטעסטירער: איך שטיץ אייך אינגאנצן און פולקאם.
דער חרדישער ציבור ווערט אריינגעשטופט אין א ווינקל דורך א באלשעוויקישע, רשעות'דיגע יועמ"שית, דורך דעם בג"ץ, דורך דעם מערסט דורכגעפאלענעם מפכ"ל (קאמישאנער פון די פאליציי) אין די היסטאריע פון דעם לאנד, וואס אנשטאט צו באשיצן דאס לעבן פון די בירגער, קעמפט ער קעגן די בירגער. דער חרדישער ציבור ווערט גערודפט פאר זיין לעבנסשטייגער און די וועלט פון תורה ווערט חרוב געמאכט; עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר אויסצודריקן דעם געשריי און דעם ווייטאג.
איך וועל זיך שוין עפעס אן עצה געבן, אבער די מדינת ישראל, וועט זי זיך אן עצה געבן? עס איז געקומען די צייט אז די פירער זאלן זיך קומען צו די זינען.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א פרישן עקזעקוטיוו ארדער מיט'ן ציל צו פארשטערקערן די קאסטומס ענפארסמענט ביי די גרעניצן. די נייע אקציע פאקוסירט זיך אויף אויסנוצן מאדערנע טעכנאלאגיע אפצושטעלן דאס שמוגלען פון קאנטראבאנד און אומלעגאלע סחורה אריין קיין אמעריקע, און אין די זעלבע צייט צו פארזיכערן א פינקטליכע רעגיסטראציע פון אלע אימפארטירטע זאכן וואס קומען אריין אין לאנד.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אמעריקן עירליינס האט באשטעטיגט אז זי שטעלט צייטווייליג אפ אירע דירעקטע פלייטס פון לאס אנדזשעלעס קיין קליוולאנד, קאלומבוס, פיטסבורג, און וואשינגטאן דאלעס. דער באשלוס קומט אלס א דירעקטע רעזולטאט פון די לעצטיגע דראסטישע העכערונג אין די פרייזן פון ברענשטאף.
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א שרעקליכע שריפה אין א האטעל אין ניו דעלי, אינדיע, האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון אמווייניגסטנס 21 מענטשן. די סיבה פונעם פייער ווערט דערווייל אויסגעפארשט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
צפון קארעא מידיא האט ארויסגעלייגט א בילד פון קים דזשאנג אן ביים באזיכן א צענטער פון די נוקלעארע וואפן פראדוקציע.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
קאטאר פאונדעישאן אינטערנאציאנאל (QFI), וועלכ די לעצטע 17 יאר אויסגעגעבן אסאך געלט צו האבן איינפלוס איבער די אמעריקאנער בילדונג סיסטעם, פון קינדערגארטנס און שולעס ביז אוניווערסיטעטן, טיטשערס טרעינינג פראגראמען, און נאציאנאלע בילדונג נעטווארקס, שליסט פיינעלי אפיציעל זייער אפעראציעס און פארמאכט אירע טויערן.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געוואלדיגע נייעס, אויב אמת טאקע.פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 7:07 pm קאטאר פאונדעישאן אינטערנאציאנאל (QFI), וועלכ די לעצטע 17 יאר אויסגעגעבן אסאך געלט צו האבן איינפלוס איבער די אמעריקאנער בילדונג סיסטעם, פון קינדערגארטנס און שולעס ביז אוניווערסיטעטן, טיטשערס טרעינינג פראגראמען, און נאציאנאלע בילדונג נעטווארקס, שליסט פיינעלי אפיציעל זייער אפעראציעס און פארמאכט אירע טויערן.
IMG_20260604_190251_947.jpg
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עדעמס איז נאך יעצט ביי איינעם א זאך?היימשע באפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 8:15 pm עריק עדעמס האט זיך געטראפן מיט רעפובליקאנע גאווערנער קאנדידאט ברוס בלעקמאן, און שליסט נישט אויס צו אים אינדארסירן.
HJ1DlsCXQAArcv0.jpeg
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2108
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 7442
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פופציגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק יוני 06, 2026 10:45 pmעדעמס איז נאך יעצט ביי איינעם א זאך?היימשע באפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 8:15 pm עריק עדעמס האט זיך געטראפן מיט רעפובליקאנע גאווערנער קאנדידאט ברוס בלעקמאן, און שליסט נישט אויס צו אים אינדארסירן.
HJ1DlsCXQAArcv0.jpeg
יא, עריק עדעמס האלט שטארק פון אים...
עס קען זיין אז זיין אינדארסירונג קען אויסמאכן ביי ניו יארקער וועלכע זעען די חילוק צווישן מאמדאני'ס ווירטשאפט און זיינס. (ס'שוין דא זאכן וואו מען זעהט עס גאנץ שטארק.)
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סעם בענקמען פריד (ר שמואל פריד) די געוועזענע CEO פון FTX האט פארמאל אריינגעגעבן א פרעזידענטליכע פארדאן פארלאנג צום ווייסן הויז נאך איבער צוויי יאר וואס ער איז פאראורטיילט געווארן צו 25 יאר און תפיסה פאר זיין קריפטא פאנזי סקעם
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Open ai האט געפיילט א s-1 form פאר א IPO צו נעמען די קאמפאני פובליק ווי די CEO פון די קאמפאני סעם אלטמען געט אן קען נאך נעמען אנשטיק צייט ביז זיי וועלן זיין פובליק אויפן סטאק מארקעט דאס קומט נאך וואס אנטרויפיק עי איי האט לעצטע וואך פארומאל אריינגעבען א s-1 form צו גייען פובליק open ai ווערט געשאצט ביי איבער 850 ביליאן דאלער
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1857
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א בריטישע פראקוראר האט אנגעקלאגט היינט אן 18 יעריגער, פאר'ן ארויסהעלפן, און זיין פארמישט אין די בייזוויליגע אנטיסעמיטישע אטאקע, אונטערצינדנדיג הצלה אמבולאנסן אין לאנדאן. פאליציי זאגן אז ער איז דער פיפטער פערזאן צו ווערן אנגעקלאגט איבער די אטאקע.
- שלא לשמה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 437
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
ר' מענדל אונגאר וועט זיך זיכער פרייען...פעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 9:28 pmגעוואלדיגע נייעס, אויב אמת טאקע.פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 7:07 pm קאטאר פאונדעישאן אינטערנאציאנאל (QFI), וועלכ די לעצטע 17 יאר אויסגעגעבן אסאך געלט צו האבן איינפלוס איבער די אמעריקאנער בילדונג סיסטעם, פון קינדערגארטנס און שולעס ביז אוניווערסיטעטן, טיטשערס טרעינינג פראגראמען, און נאציאנאלע בילדונג נעטווארקס, שליסט פיינעלי אפיציעל זייער אפעראציעס און פארמאכט אירע טויערן.
IMG_20260604_190251_947.jpg
מתוך שלא לשמה בא לשמה, אבער דא מיינט שלא לשמה אן קיין נאמען
-
פול פלעטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 127
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 1045
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אילאן מאסק איז און דעי מינוטן געווארן די ערשטע טריליאנער און די היסטאריע
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מדארף נאר האפן אז סאיז נישט סתם א שינוי השם און זיי וועלן ווייטער טון די זעלבע אונטער א אנדערע נאמעןפעיק ניוז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 9:28 pmגעוואלדיגע נייעס, אויב אמת טאקע.פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 04, 2026 7:07 pm קאטאר פאונדעישאן אינטערנאציאנאל (QFI), וועלכ די לעצטע 17 יאר אויסגעגעבן אסאך געלט צו האבן איינפלוס איבער די אמעריקאנער בילדונג סיסטעם, פון קינדערגארטנס און שולעס ביז אוניווערסיטעטן, טיטשערס טרעינינג פראגראמען, און נאציאנאלע בילדונג נעטווארקס, שליסט פיינעלי אפיציעל זייער אפעראציעס און פארמאכט אירע טויערן.
IMG_20260604_190251_947.jpg
דער ניק־נאָמען „בני יואל“ ווערט גענוצט בלויז אלס אַן אידענטיפיקאַציע־נאָמען. ער באַדייט נישט קיין רעפּרעזענטאַציע, צוגעהעריקייט אָדער אָפיציעלע פֿאַרבינדונג מיט קיין יחיד, אָרגאַניזאַציע אָדער קהילה. אַלע אויסזאגן און מיינונגען זײַנען בלויז פּערזענלעך.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 965
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1842
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
דער רעפובליקאנער גובערנאטאר פון דער רעפובליקארנער סטעיט אוהייאו האט וועטאירט א געזעץ צו פארלאנגען א פיקטשער איי-די פון וויילער וועלכע שטימען דורך דער פאסט.
גאווערנאר מייק דעוויין זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט וועטאירט דאס געזעץ איז וויבאלד אוהייאו טוט גענוג א גוטע ארבעט ווען עס קומט אנצופירן מיט די וואלן.
אויב איז די וואלן סיסטעם טאקע אזוי גוט אין זיין סטעיט, וואס האט ער מורא וועט פאסירן מיט זיין אונטערשרייבן דעם געזעץ, אז ער האט געשפירט פאר אזוי וויכטיג עס צו וועטאירן? אז די סיסטעם וועט טאקע ווייטער בלייבן פארזיכערט און אויסגעהאלטן?
גאווערנאר מייק דעוויין זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט וועטאירט דאס געזעץ איז וויבאלד אוהייאו טוט גענוג א גוטע ארבעט ווען עס קומט אנצופירן מיט די וואלן.
אויב איז די וואלן סיסטעם טאקע אזוי גוט אין זיין סטעיט, וואס האט ער מורא וועט פאסירן מיט זיין אונטערשרייבן דעם געזעץ, אז ער האט געשפירט פאר אזוי וויכטיג עס צו וועטאירן? אז די סיסטעם וועט טאקע ווייטער בלייבן פארזיכערט און אויסגעהאלטן?
בעסער אן אנעדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן עדזשוקעיטעד שוטה
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1857
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סיריע - די ׳סירישע מאזאיק פאנדעישאן׳ וואס געבט זיך אפ מיט פרעזערווירן אידישע היסטארישע ערטער אין סיריע, האט געמאלדן אז נאך השתדלות ביי די סירישע רעגירונג וועט ווערן אונטערגענומען א פראיעקט צו איבערבויען די בית החיים און איבערפרישן די מציבות.
דאס קומט נאך צוויי פייערס וואס איז געווארן בייזוויליג אונטערגעצינדן ביים בית החיים. א גרופע ארבעטער געשיקט דורך די רעגירונג האבן אפגערייניגט די מציבות און איבערגעפארבט די אויפשריפטן דערויף. צווישן די מציבות וואס איז געווארן איבערגעפרישט איז די מציבה פון דער סירישער הויפט רב המקובל רבי נסים הכהן נדבו זצ"ל וועלכער האט באגלייט דעם מדינת ישראל שפיאן אלי כהן צו זיין תליה.
נאך די אינצידענטן האט די רעגירונג געשטעלט וואך ביים אריינגאנג פונעם בית החיים.
דאס קומט נאך צוויי פייערס וואס איז געווארן בייזוויליג אונטערגעצינדן ביים בית החיים. א גרופע ארבעטער געשיקט דורך די רעגירונג האבן אפגערייניגט די מציבות און איבערגעפארבט די אויפשריפטן דערויף. צווישן די מציבות וואס איז געווארן איבערגעפרישט איז די מציבה פון דער סירישער הויפט רב המקובל רבי נסים הכהן נדבו זצ"ל וועלכער האט באגלייט דעם מדינת ישראל שפיאן אלי כהן צו זיין תליה.
נאך די אינצידענטן האט די רעגירונג געשטעלט וואך ביים אריינגאנג פונעם בית החיים.
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1857
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סלאוועניע'ס נייע רעכט געשטימטע פריים מיניסטער מעלדט אז ער וועט צוריקציען פון דאס לאנד'ס אנערקענונג פון פאלעסטינע און רוקן די אמבעסאדע פון תל-אביב קיין ירושלים.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין א היסטארישן ווענדפונקט, האט די סופרים געריכט געאורטיילט אז מעיל אין בעלאטס וואס קומען אן צו די וואל באאמטע אין די טעג נאך עלעקשאן דעי קענען לעגיטים געציילט ווערן, אויב די בעלאטס זענען ארויסגעשיקט געווארן אין עלעקשאן דעי.
ריכטערין עימי קאני בערעט, אינאיינעם מיט'ן הויפט ריכטער ראבערטס, האבן זיך אנגעשלאסן אינאיינעם מיט די דריי לינקע ריכטער אויפ'ן געריכט, אין א פינף קעגן פיר אורטייל וואס גייט קעגן די ווינטשן פון קאנסערוואטיוון און פרעזידענט טראמפ. שרייבנדיג די מאיאריטעט אפיניען, האט ריכטערין בערעט גע'טענה'ט אז דאס פעדעראלע געזעץ - וואס שטעלט אוועק דעם טאג ווען די עלעקטארס דארפן ווערן אויסגעקליבן - שטעלט נישט אוועק קיינע קלארע סטאנדארטן אויף ווען די שטימען דארפן "ערהאלטן ווערן", און דעריבער מוזן סטעיטס ציילן אויך די שטימען וואס קומען אן נאך דעם טאג אויב זענען זיי אריינגעגעבן געווארן אויף יענעם טאג.
דער אורטייל האט גאר שטארק אויפגעברויזט רעפובליקאנער און קאנסערוואטיוון, וועלכע רייסן ארונטער ריכטערין בערעט פאר'ן אריבערגיין די ליניעס צו דער אנדערער זייט און אורטיילן קעגן - וואס זיי זעען אלס - דער אויסגעהאלטענער וועג צו גיין. פרעזידענט טראמפ האט באצייכנט דעם אורטייל אלס "געוואלדיגער פארלוסט", און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון עלימינירן דעם סענאט פיליבאסטער און דורכפירן דעם "סעיוו אמעריקע" געזעץ וואס וועט פארבאטן מעיל אין בעלאטס מיט געוויסע אויסנאמען און פאדערן פיקטשער איי-די פון יעדן וויילער.

א פרישע פאקס ניוז אנקעטע געבט 50 פראצענט פאר אמטירנדער רעפוליקאנער סענאטארין פון מעין סוזען קאלינס, קעגן 47 פראצענט פאר איר דעמאקראטישן קעגנער גרעהעם פלעטנער, צווישן רעגיסטרירטע וויילער.
פון דער אנדערער זייט זאגן אבער 53 פראצענט אז זיי זענען 'עקסטרעים מאטיווירט' צו גיין שטימען פאר פלעטנער, קעגן בלויז 44 פראצענט וואס זאגן אזוי אויף קאלינס. די ציפערן ווערן אונטערגעשטיצט מיט דעם מאס ענטוזיאזם וואס מען זעט צווישן מעין דעמאקראטן איבער ארטיגע רעפובליקאנער וויילער לויט די אנקעטע. 76 פראצענט דעמאקראטן באצייכענען זיך אלס "עקסטרעים מאטיווירט" ארויסצוגיין שטימען, קעגן בלויז 61 פראצענט רעפובליקאנער וואס זאגן די זעלבע.