מיין שאלה איז נישט בתורת קשיא, נאר איך וויל פארשטיין דעם ענין בשכלי הפעוט. (א סתירה מיט וואס איך גיי שרייבן...)
מ'זעט אז רבותינו הראשונים, און נאך פילע גדולים נאך זיי, האבן געשריבן הוכחות בדרך השכל והחקירה צו אויפווייזן אמיתיות מציאות ה', און אמיתיות התורה שניתנה מן השמים. לכאורה איז דאס פארשטענדליך, אויב מ'וויל איבערצייגן א מענטש עפעס א זאך, ברענגט מען ראיות און הוכחות שכליות.
אבער ווען מ'טראכט אריין אביסל טיפער, קומט מיר אויף א ספק. איז דען א שכל'דיגע הוכחה טאקע די שטארקסטע ראיה וואס קען זיין? לכאורה יא. וואס קען דען זיין שטערקער פון א הוכחה שכלי? אבער לאמיר זיך מתבונן זיין אין דער מציאות.
איז שוין אמאל געווען אז א מענטש האט באמת געטוישט זיינע טיפסטע מיינונגען צוליב א הוכחה? לאמיר זען למשל די תקופת הראשונים גופא. דער הייליגער רמב"ם האט אין מורה נבוכים אריינגעלייגט א געוואלד פון שכל, חכמה און ראיות. האבן דען די חכמי הגויים מיט וועמען ער האט זיך מתווכח געווען, מודה געווען צו זיינע הוכחות? האבן זיי געזען די ראיה און געזאגט "יא, דער רמב"ם איז גערעכט, מיר האבן זיך טועה געווען"? קיינמאל נישט.
לאמיר גיין ווייטער. א גר צדק וואס איז געקומען זיך מגייר זיין, זאגט מען אז ער האט מכיר געווען דעם אמת. ער איז איבערצייגט געווארן אז דת ישראל איז אמת, ער ווייסט קלאר ביי זיך אז דאס איז דער אמת. נו, לאמיר זען, לאמיר אים אוועקשטעלן אין א פארהער מיט די גרויסע פילאזאפן און חכמי אומות העולם? און לאמיר שוין זאגן אז יא, ער קען זיך טאקע פארמעסטן אויף א פארהער מיט די גויים. קלערט אפילו איינער אז זיי וועלן מודה זיין צו אים? אז זיי וועלן אלע איינזען אז ער איז גערעכט? אויב שכל'דיגע הוכחות זענען טאקע אזויפיל מכריח, וואלט לכאורה אזוי געדארפט זיין.
און לאמיר אראפקומען א שטאפל נידריגער צו אונזער אייגענע וועלט. מ'קען מיטהאלטן יעדן טאג ווי מענטשן טענה'ן זיך אין ביהמ''ד, קופקעס און פארומס, שעות על גבי שעות איבער פאליטיק, השקפה, היסטאריע, סאטמאר, ליובאוויטש, מדינה, און וואס נישט. יעדער ברענגט ראיות, סברות, הוכחות. האט שוין איינער אמאל באוויזן צו טוישן א צווייטענס מיינונג צוליב א הוכחה שכלי? האט זיך שוין איינער געטוישט מיינונג צוליב א צווייטענס הוכחה שכלי? אויב יא, וויפיל פראצענט? איז עס זייער זייער זעלטן, און אויך ביי זאכן וואס איז נישט עכט די פון שטערקסטע זאכן וואס ער האלט אין זיין לעבן. נישט ביי א זאך וואס ער האלט עכט. ווען ס'קומט צו זאכן וואס זענען נישט אזוי טיף איינגעווארצלט אינעם מענטש, קען אמאל א ראיה העלפן. אבער ביי זאכן וואס דער מענטש האלט זיי פאר יסודות חייו, זאכן וואס זענען פארבונדן מיט זיין גאנצע מציאות, זיינע געפילן, דארט זעט מען אז די שטערקסטע הוכחות העלפן נישט.
וואס מיין איך צו זאגן? נישט אז שכל איז גארנישט ווערט. זיכער האט שכל לכאורה עפעס א מקום אין בירור האמת. אבער פון דער מציאות זעט מען לכאורה אז שכל איז נישט דער העכסטער כח אינעם מענטש. ווייל אויב יא, וואלט א הוכחה שכלי געדארפט מכריע זיין. און מ'זעט אז עס איז נישט אזוי.
מוז זיין אז ס'איז דא אינעם מענטש עפעס א טיפערע נקודה, א פלאץ וואס איז העכער פון שכל, און פון דארט ווערן געבוירן זיינע אמת'ע מיינונגען, זיינע רצונות, זיינע השקפות און זיין גאנצער בליק אויפ'ן לעבן. און אויב וויל מען באמת טוישן א מענטש, איז נישט גענוג צו רעדן צום שכל, מ'דארף דערגרייכן יענעם העכערן פלאץ.
נו, אויב אזוי קומט צוריק מיין שאלה, אויב דער פלאץ וואו א מענטש ווערט באמת איבערגעצייגט איז בכלל נישט דער שכל, פארוואס זענען רבותינו הראשונים פארנומען געווען מיט הוכחות שכליות? פארוואס זעט מען אז זיי האבן געהאלטן אז דער דרך החקירה איז דער וועג צו ברענגען א מענטש צום אמת, ווען לכאורה זעט מען אז מענטשן ווערן געטריבן פון א פיל העכערן מקום ווי פשוט'ע סברות און הוכחות?
וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א ספר 'הקדמות וביאורים למורה נבוכים', דער מחבר פונעם ספר הייסט רבי מרדכי פלויט שליט''א, ס'זעט אויס אז ער איז א פרומער ליטוואק פון עיה''ת לעיקוואוד. ס'איז מיר געפאלן וואס ער שרייבט.
@Who knows וואס זאגסטו צו דעם?
@Who knows וואס זאגסטו צו דעם?
- פיילס
-
- KIMG0078.JPG (326.83 KiB) געזען געווארן 132 מאל
-
- KIMG0079.JPG (344.13 KiB) געזען געווארן 132 מאל
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
עוד
- פיילס
-
- KIMG0080.JPG (373.66 KiB) געזען געווארן 131 מאל
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3094
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6969
Re: וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
@צווייטער
שאלה; ליכאורה איז די נקודת האדם פארשטייט זיך מיט א נארמאלע מזג, איז די רצון.
יעצט דריי מיטן פינגער.. ווען געשעהט די/א מיינונג, נאכן רצון אדער פארדעם?
אויב איז עס נאכן רצון, איז שוין די שאלה ווי לויטער אין גראד די רצון איז (נאטורליך - ספאנטעניעס) אין צו די נגיעות פארבלענד די מיינונג.

דאס איז וואס איך זאג בעצם.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 24, 2026 3:14 pm @צווייטער
שאלה; ליכאורה איז די נקודת האדם פארשטייט זיך מיט א נארמאלע מזג, איז די רצון.
יעצט דריי מיטן פינגער.. ווען געשעהט די/א מיינונג, נאכן רצון אדער פארדעם?
אויב איז עס נאכן רצון, איז שוין די שאלה ווי לויטער אין גראד די רצון איז (נאטורליך - ספאנטעניעס) אין צו די נגיעות פארבלענד די מיינונג.
איך וועל דיר מגלה זיין דעם סוד פון ווי איך קום, אין תורת חב''ד ווערט שטארק אויסגעבויעט אז חב''ד שבנפש האדם זענען טאקע די כלי ההשגה והשכל, אבער ס'איז דא העכער די חב''ד שבנפש 'כתר', וואס ווערט אפגעטייטשט אין חסידות אלס די 'רצון הפנימי' (און עכט נאך העכער, התענוג שבנפש ואכמ''ל). איז טייטש אז די עכטע דרייווער אינעם מענטש איז זיין רצון.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3094
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6969
Re: וואס מאכט א מענטש אננעמען אז די זאך איז אמת?
ומשביע לכל חי רצוןצווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 24, 2026 3:29 pmדאס איז וואס איך זאג בעצם.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 24, 2026 3:14 pm @צווייטער
שאלה; ליכאורה איז די נקודת האדם פארשטייט זיך מיט א נארמאלע מזג, איז די רצון.
יעצט דריי מיטן פינגער.. ווען געשעהט די/א מיינונג, נאכן רצון אדער פארדעם?
אויב איז עס נאכן רצון, איז שוין די שאלה ווי לויטער אין גראד די רצון איז (נאטורליך - ספאנטעניעס) אין צו די נגיעות פארבלענד די מיינונג.
איך וועל דיר מגלה זיין דעם סוד פון ווי איך קום, אין תורת חב''ד ווערט שטארק אויסגעבויעט אז חב''ד שבנפש האדם זענען טאקע די כלי ההשגה והשכל, אבער ס'איז דא העכער די חב''ד שבנפש 'כתר', וואס ווערט אפגעטייטשט אין חסידות אלס די 'רצון' (און עכט נאך העכער, התענוג שבנפש ואכמ''ל). איז טייטש אז די עכטע דרייווער אינעם מענטש איז זיין רצון.
בטל רצונך מפני רצונו
רצונו של אדם זה כבודו
תכלית היסורים
טוב האמיתי וואס איז באהאלטען
מ‘קען רעדן אין רעדן