יאפפופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 10:26 pmאין קרית יואל אויך, וכך הוה. מהאט זיי שיין אויפגענומען.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 7:31 pmאינטערן טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 18, 2026 6:02 pm
קרית יואל איז א שטאט וואס איז אלט ב"ה איבער 50 יאר צום גוטן, און די לעצטע 50 יאר האבן נאר געוואינט דארט סאטמאר'ע אידן,
וואס איז יעצט געשען אז פונקט אין קרית יואל נאך 50 יאר ריקן זיך אן פרעמדע מענטשן? און עס דארף נאך א תשובה פארוואס מען וויל זיין נישט?
אפשר מופן די וויזניץ'ע משפחות
קיין
קרית קאשוי
קרית יטב לב -בלומינגבורג
שיכון סקווירא אין ראקלענד קאונטי
שיכון כתר וויזניץ -מאנסי
קרית סקווירא-סוואן לעיק
שיכון וויזניץ- עטרת קיימישע לעיק
קרית ברסלב-ליבערטי
באבוב-45 יוניאן
די נייע קרית בעלזא וואס ווערט געבויעט,
איך בין זיכער אז די גדולים פון אמאל ,סקווירא,וויזניץ,ברסלב,באבוב רביים ז"ל און להבדל בין חיים לחיים די היינטיגע וויזניץ'ע ,סקווירא און באבוב'ע רביס,נעמען אויף יעדע חסידישע איד ביי זיך אין שטעטעל מיט ברייטע ארעמעס,
לאמיר זען אז די וויזניץ'ע אידן זאלן קודם ג'יין צו די אנדערע 10 חסידישע שטעטעלעך
פאר די רעקארד, עס איז געווען א צאל סקווירער חסידים וואס האבן באקומען סעקשאן אכט אין בלומינגבורג/קרית יטב לב און האבן זיך אהינגעצויגן (אויף ביז'ן טרענספערן), און די סאטמארע תושבים האבן זיי שיין אויפגענומען און געלעבט מיט זיי באהבה ואחוה ושלום ורעות. (דאס איז געווען פאר עטליכע יאר צוריק ווען מען האט געקענט באקומען סעקשאן 8 אין סאליווען קאונטי, כ'ווייס נישט אויב ס'גייט נאך אן.
פאר די רעקארד, עס איז געווען א צאל כל מיני חסידים וואס האבן באקומען סעקשאן אכט אין ארענדש קאונטי /קרית יואל און האבן זיך אהינגעצויגן (אויף ביז'ן טרענספערן), און די סאטמארע תושבים האבן זיי שיין אויפגענומען און געלעבט מיט זיי באהבה ואחוה ושלום ורעות.
איין איד דענקט א גרויסע עולם א פייערדיגע בעלז'ע חסיד מיט שיך און זאקן , וואס האט געוואינט אויף לעמבערג, און פלעגט יעדע פרייטאג צונאכטס קומען צום רבין'ס טיש אין כולל און די רבי האט אים שיין אויפגענומען,
(דאס איז געווען פאר עטליכע יאר צוריק ווען מען האט געקענט באקומען סעקשאן 8 אין ארענדש קאונטי) כ'ווייס נישט אויב ס'גייט נאך אן.
כמובן רעדט מען יעצט דא , פון בעלזא,וויזניץ אדער סקווירא מאכן א שטעטעל אדער קומען וואינען עמטליך אין קרית יואל מיט מוסדות און א בית המדרש