או-הא, א שארפע קעפל, צו שארף... לאמיר נאר זען.
פארציילט מיר איינער אמאל אזא מעשה.
געלויבט דער אויבערשטער, עס גייט אים גוט, ער איז אן איש מוצלח, ער האט א שיינע ערליכע משפחה, פיינע ווייב און קינדער חכמים ונבונים, געזונט און שטארק, ברייטע פרנסה, און בכלל א לעבן וואס רוב מענטשן וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן. הער אבער, זיי האבן זיך לעצטנס אונטערגענומען א קבלה טובה. פארוואס? ווייל זיי האבן מורא אז אפשר גייט עפעס פאסירן, אפשר וועלן די גאלדענע יארן קומען צו אן ענדע, אפשר שטייט עפעס שלעכטס ביים טיר, ממילא האבן זיי מחליט געווען אנצונעמען א קבלה טובה, אז דערמיט זאל מען אפשטעלן די צרה. ע"כ המעשה.
ווען איך האב דאס געהערט בין איך ממש נבהל ונשתומם געווארן, די מעשה ברענגט ארויס א גאר טיפע און א גאר נישט ריכטיגע מחשבה וואס מענטשן האבן אמאל אויף אונזער הייליגן גוטן באשעפער. עס איז א השקפה משובשת אינעם גאנצן בליק אויפ'ן אויבערשטען. די דעה משובשת מאלט אפ דעם אויבערשטן, דעם מקור הטוב והמטיב לכל, ווי עפעס א שטרענגער בעל דין וואס שטייט מיט א שטעקן אין האנט גרייט צו שלאגן יעדן רגע. נאר וואס דען? דער מענטש איז יעצט ערליך, ער טוט גוטע זאכן, דעריבער קען מען אים נאכנישט כאפן. דער אויבערשטער, כביכול, ווארט נאר אויף א געלעגנהייט ווי אים צו כאפן און באשטראפן ווי עס דארף צו זיין... רחמנא ליצלן מהאי דעתא.
איך האב זיך מתבונן געווען אביסל אין די פסוקים פון ספר איוב. ווען איינער גייט אריבער שווערע ליידנס זאגט מען "ער האט יסורי איוב." לאמיר זיך אבער אפשטעלן א מינוט און אריינקוקן אין די פסוקים. וואס זענען טאקע געווען די יסורים פון איוב, אז זיי זענען געווארן דער משל און סימבאל פאר אלע יסורים וואס זענען נאר פארהאן?
די פסוקים (איוב א') הייבן אן מיט'ן באשרייבן איוב'ס לעבן. עס איז געווען א לעבן וואס יעדער מענטש וואלט זיך געוואונטשן. געזונט, עשירות, כבוד, הצלחה, נחת פון קינדער, און אויבן אויף אויך – אמת'דיגע יראת שמים. אִישׁ הָיָה בְאֶרֶץ עוּץ אִיּוֹב שְׁמוֹ, וְהָיָה הָאִישׁ הַהוּא תָּם וְיָשָׁר וִירֵא אֱלֹקִים וְסָר מֵרָע די פסוק זאגט נישט סתם אז ער איז געווען א גוטער מענטש, נאר ער איז געווען תם וישר, אן עובד ה'. אזוי אויך האט ער געהאט א הערליכע משפחה, וַיִּוָּלְדוּ לוֹ שִׁבְעָה בָנִים וְשָׁלוֹשׁ בָּנוֹת. און וואס פאר א עשירות! וַיְהִי מִקְנֵהוּ שִׁבְעַת אַלְפֵי צֹאן וּשְׁלֹשֶׁת אַלְפֵי גְמַלִּים וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת צֶמֶד בָּקָר וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת אֲתוֹנוֹת וַעֲבֻדָּה רַבָּה מְאֹד און די פסוק פירט אויס, וַיְהִי הָאִישׁ הַהוּא גָּדוֹל מִכָּל בְּנֵי קֶדֶם. ער איז געווען דער גרעסטער און רייכסטער מענטש אין גאנץ מזרח.
און נישט נאר דאס, נאר אויך האט ער געשעפט הויפענעס נחת פון זיינע קינדער. די פסוקים שילדערן ווי זיינע קינדער האבן געלעבט בשלום ובאהבה, און יעדן טאג האט איינער פון זיי געמאכט א סעודה פאר די גאנצע משפחה. וְהָלְכוּ בָנָיו וְעָשׂוּ מִשְׁתֶּה בֵּית אִישׁ יוֹמוֹ וְשָׁלְחוּ וְקָרְאוּ לִשְׁלֹשֶׁת אַחְיֹתֵיהֶם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת עִמָּהֶם. יעדן טאג פון די זיבן טעג פון די וואך האט א צווייטער זון געמאכט די סעודה, און אזוי איז יעדע וואך געווען א פרישע רונדע פון שמחה און אחדות. און ווען די גאנצע וואך פלעגט זיך ענדיגן האט איוב זיך געזארגט פאר זייער רוחניות. וַיִּשְׁלַח אִיּוֹב וַיְקַדְּשֵׁם וְהִשְׁכִּים בַּבֹּקֶר וְהֶעֱלָה עֹלוֹת מִסְפַּר כֻּלָּם, איוב האט מקריב געווען קרבנות פאר אלע זיינע קינדער, פארוואס? כִּי אָמַר אִיּוֹב אוּלַי חָטְאוּ בָנַי, אפשר זענען זיי מיט עפעס נכשל געווען, אפשר האט זיך אריינגעכאפט א קליינער פגם, לאמיר ברענגען קרבנות און זיכער מאכן אז אלעס איז ריין. און דער פסוק ענדיגט: כָּכָה יַעֲשֶׂה אִיּוֹב כָּל הַיָּמִים. נישט איינמאל, נישט צוויי מאל, נישט בלויז אין די ימים נוראים, נאר 'כל הימים'. דאס איז געווען זיין שטענדיגע וועג אין לעבן.
ממש א גאלדענער לעבן, עשירות, געזונט, נחת, כבוד, יראת שמים. אויב איינער וואלט געפרעגט ווער איז דער מענטש וואס דער אויבערשטער האט אים ממש איבערגעגאסן מיט אלע ברכות, וואלט מען געענטפערט, איוב. אבער דא קומט דער פסוק מיט צוויי קורצע ווערטער וואס האט אלעס איבערגעדרייט. וַיְהִי הַיּוֹם עס איז געקומען יענער טאג, - ווי חז''ל זאגן איז עס געווען דער טאג פון ראש השנה - דער טאג ווען דער אויבערשטער זיצט מיט'ן פמליא של מעלה לדון את כל באי עולם. און דעמאלטס – וַיָּבוֹא גַם הַשָּׂטָן בְּתוֹכָם דער שטן קומט אויך, און ער הייבט אן מקטרג זיין, הֲחִנָּם יְרֵא אִיּוֹב אֱלֹקִים? איז דען א קונץ צו זיין ערליך? מַעֲשֵׂה יָדָיו בֵּרַכְתָּ וּמִקְנֵהוּ פָּרַץ בָּאָרֶץ דו האסט אים געגעבן אלעס, ער שווימט אין עשירות, ער האט הצלחה אין אלעס וואס ער טוט. לאמיר נאר זען וואס וועט זיין אויב מ'נעמט אוועק די אלע גוטע זאכן און מתנות...
זאגט דער אויבערשטער -וַיֹּאמֶר ה' אֶל הַשָּׂטָן הִנֵּה כָל אֲשֶׁר לוֹ בְּיָדֶךָ! טו מיט זיין פארמעגן וואס דו ווילסט! ער איז אין דיינע הענט! דער שטן איז ארויס מיט א שמייכל פון אויער ביז אויער. היינט גייט אים גוט, היינט האט ער באקומען א גרויסן דזשאב, ער גייט זיך נעמען צו דער ארבעט.
וַיְהִי הַיּוֹם, וּבָנָיו וּבְנֹתָיו אֹכְלִים וְשֹׁתִים יַיִן בְּבֵית אֲחִיהֶם הַבְּכוֹר. די גאנצע משפחה זיצט צוזאמען ביי א פרייליכע סעודה ביים עלצטען זון, אלעס גייט כסדר, פלוצלינג, וּמַלְאָךְ בָּא אֶל אִיּוֹב וַיֹּאמַר, הַבָּקָר הָיוּ חֹרְשׁוֹת וְהָאֲתֹנוֹת רֹעוֹת עַל יְדֵיהֶם, וַתִּפֹּל שְׁבָא וַתִּקָּחֵם וְאֶת הַנְּעָרִים הִכּוּ לְפִי חָרֶב די חברה פון מלכות שבא האבן געמאכט א שרעקליכן איבערפאל, זיי האבן אויסגע'הרג'עט די פאסטוכער און אוועקגענומען אלע בהמות. וָאִמָּלְטָה רַק אֲנִי לְבַדִּי לְהַגִּיד לָךְ. און נאר איך בין געבליבן לעבן נאר דיר צו ברענגען די בשורה.
עוֹד זֶה מְדַבֵּר, ער האט נאכנישט געענדיגט רעדן, וְזֶה בָּא וַיֹּאמַר: אֵשׁ אֱלֹקִים נָפְלָה מִן הַשָּׁמַיִם וַתִּבְעַר בַּצֹּאן וּבַנְּעָרִים וַתֹּאכְלֵם א ריזיגע פייער איז געפאלן פון הימל און פארברענט אלע שאף און אלע פאסטוכער. וָאִמָּלְטָה רַק אֲנִי לְבַדִּי לְהַגִּיד לָךְ. און נאר איך בין געבליבן לעבן נאר דיר צו ברענגען די בשורה.
עוֹד זֶה מְדַבֵּר, ער האט נאכנישט געענדיגט רעדן, וְזֶה בָּא וַיֹּאמַר, כַּשְׂדִּים שָׂמוּ שְׁלֹשָׁה רָאשִׁים וַיִּפְשְׁטוּ עַל הַגְּמַלִּים וַיִּקָּחוּם וְאֶת הַנְּעָרִים הִכּוּ לְפִי חָרֶב. די כשדים האבן געמאכט א צווייטן איבערפאל. די גמלים זענען געווארן צוגעכאפט, און די פאסטוכער אויסגע'הרג'עט. וָאִמָּלְטָה רַק אֲנִי לְבַדִּי לְהַגִּיד לָךְ. און נאר איך בין געבליבן לעבן נאר דיר צו ברענגען די בשורה.
איוב זיצט נאך אינמיטן הערן די דריטע טראגעדיע, ווען עַד זֶה מְדַבֵּר, יענער האט נאכנישט געענדיגט רעדן, וְזֶה בָּא וַיֹּאמַר, בָּנֶיךָ וּבְנוֹתֶיךָ אֹכְלִים וְשֹׁתִים יַיִן בְּבֵית אֲחִיהֶם הַבְּכוֹר דיינע קינדער האבן געמאכט - ווי געווענליך - א משפחה סעודה, וְהִנֵּה רוּחַ גְּדוֹלָה בָּאָה מֵעֵבֶר הַמִּדְבָּר וַיִּגַּע בְּאַרְבַּע פִּנּוֹת הַבַּיִת וַיִּפֹּל עַל הַנְּעָרִים וַיָּמוּתוּ א שרעקליכער שטורעם האט דורכגעריסן דאס הויז פון אלע פיר זייטן, און דאס גאנצע הויז איז צוזאמגעפאלן אויף זיי, אלע דיינע קינדער זענען אומגעקומען. וָאִמָּלְטָה רַק אֲנִי לְבַדִּי לְהַגִּיד לָךְ. און נאר איך בין געבליבן לעבן נאר דיר צו ברענגען די בשורה.
אין אפאר קורצע מינוט האט איוב פארלוירן אלעס! זיין פארמעגן, זיין עשירות, זיינע בהמות, זיינע קנעכט, און צום סוף – אלע זיינע קינדער.
זאגט דער פסוק, וַיָּקָם אִיּוֹב וַיִּקְרַע אֶת מְעִלוֹ וַיָּגָז אֶת רֹאשׁוֹ. איוב האט זיך אויפגעשטעלט, ער האט צוריסן זיינע קליידער און זיך געריסן די האר פון קאפ פון צער. אבער בְּכָל זֹאת לֹא חָטָא אִיּוֹב איוב האט זיך נישט פארזינדיגט, נאר אנשטאט זיך באקלאגן האט ער ארויסגעזאגט די הייליגע ווערטער: ה' נָתַן וַה' לָקָח יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ!
דער ערשטער נסיון איז אריבער, אבער דער שטן האט נאכנישט אויפגעגעבן. וַיְהִי הַיּוֹם נאך אמאל קומט דער טאג פון ראש השנה, די גאנצע פמליא של מעלה שטייט פאר'ן אויבערשטן, וַיֹּאמֶר ה' אֶל הַשָּׂטָן, הֲשַׂמְתָּ לִבְּךָ אֶל עַבְדִּי אִיּוֹב? כִּי אֵין כָּמֹהוּ בָּאָרֶץ, אִישׁ תָּם וְיָשָׁר יְרֵא אֱלֹקִים וְסָר מֵרָע, וְעֹדֶנּוּ מַחֲזִיק בְּתֻמָּתוֹ. קוק אויף איוב! נאך אלע טראגעדיעס האלט ער זיך ווייטער שטארק. וַתְּסִיתֵנִי בוֹ לְבַלְּעוֹ חִנָּם? פארוואס רעדטסטו מיר איבער אומזינסט אים צו פארשלינגען? דו זעסט דאך ווי ערליך ער איז. אבער דער שטן ענטפערט פאר'ן אויבערשטען, ניין. דער נסיון איז געווען בלויז אויף זיין פארמעגן. לאמיר נאר זען, שְׁלַח נָא יָדְךָ וְגַע אֶל עַצְמוֹ וְאֶל בְּשָׂרוֹ. לאמיר זען וואס וועט זיין ווען די יסורים וועלן אנקומען צו אים אליין, לאמיר דעמאלטס זען אויב וועט ער בלייבן ערליך. זאגט דער אויבערשטער פאר'ן שטן -וַיֹּאמֶר ה' אֶל הַשָּׂטָן הִנּוֹ בְיָדֶךָ! ער איז אין דיינע הענט! טו מיט אים וואס דו ווילסט, אבער מאך זיכער ער בלייבט נאר לעבן.
וַיֵּצֵא הַשָּׂטָן... וַיַּךְ אֶת אִיּוֹב בִּשְׁחִין רָע מִכַּף רַגְלוֹ וְעַד קָדְקֳדוֹ. דער שטן גייט ארויס פונעם בי''ד און גייט צו איוב, דער שטן האט געשלאגן איוב און פון קאפ ביז פוס איז ער יעצט א קראנקער קרעציגער. וַיִּקַּח לוֹ חֶרֶשׂ לְהִתְגָּרֵד בּוֹ איוב האט געדארפט נעמען א שטיקל חרס זיך צו קראצן פון זיינע שרעליכע יסורים, וְהוּא יֹשֵׁב בְּתוֹךְ הָאֵפֶר. און ער האט געדארפט זיצן אין אפר צו ארויסזויגן די נאסע אייטער וואס איז גערינען פון אים. די פסוקים זענען מער מאריך און פירן אויס, בְּכׇל זֹאת לֹא חָטָא אִיּוֹב בִּשְׂפָתָיו. אפילו יעצט האט ער זיך נאכאלץ נישט אפגערעדט אויפ'ן אויבערשטן.
ווען זיינע דריי חברים – אֱלִיפַז הַתֵּימָנִי, וּבִלְדַּד הַשּׁוּחִי, וְצוֹפַר הַנַּעֲמָתִי – האבן געהערט פון זיינע יסורים, זענען זיי געקומען אים מנחם זיין. אבער וְלֹא הִכִּירֻהוּ. זיי האבן אים ממש נישט דערקענט. וַיִּשְׂאוּ קוֹלָם וַיִּבְכּוּ, וַיִּקְרְעוּ אִישׁ מְעִלוֹ. זיי האבן געוויינט און זיך צעריסן די קליידער פון מיטלייד מיט זיין צער. און אזוי זענען זיי געזיצן מיט אים זיבן טעג און זיבן נעכט. אבער וְאֵין דֹּבֵר אֵלָיו דָּבָר, כִּי רָאוּ כִּי גָדַל הַכְּאֵב מְאֹד. זיי האבן נישט געהאט קיין ווערטער מיט וואס אים צו טרייסט. ממש ווי מענטשן זאגן, "נישט דא קיין ווערטער..."
אבער דאן איז עס שוין אנגעקומען צום קלימאקס. ביז אהער האט איוב אנגענומען יעדן נסיון. אבער יעצט, נאָך אזויפיל יסורים, אַחֲרֵי כֵן פָּתַח אִיּוֹב אֶת פִּיהוּ וַיְקַלֵּל אֶת יוֹמוֹ. און דא הייבט זיך אן איינער פון די טיפסטע ספרים אין תנ"ך – די לאנגע שמועס'ן און וויכוחים איבער הנהגת ה', צדיק ורע לו, און די טיפע ענינים פון יסורים און השגחה.
אבער לאמיר זיך גוט מתבונן זיין, וואס איז טאקע פשט פון די אלע יסורים וואס דער אויבערשטער האט געברענגט אויף איוב? וואס איז פשט אז דער אויבערשטער הערט אויס דעם שטן המקטרג און לאזט אים טון מיט איוב אזעלכע שרעקליכע זאכן? די פסוקים זאגן דאך קלאר אז איוב איז געווען תָּם וְיָשָׁר וִירֵא אֱלֹקִים וְסָר מֵרָע. נישט נאר דאס, ער איז אלץ געווען אויף די סעי''ף סיי''ד, יעדע וואך האט ער מקריב געווען קרבנות, כִּי אָמַר אִיּוֹב אוּלַי חָטְאוּ בָנַי. אויב אזוי, על מה יצא הקצף? פארוואס האט ער געדארפט דורכגיין אזעלכע שרעקליכע יסורים וואס זענען געווארן דער סימבאל פון אלע יסורים – "יסורי איוב"?
אבער ווען מען איז גוט מדייק אין די ווערטער פון רש"י און מלבי"ם, זעט מען דא א געוואלדיגע טיפע נקודה וואס מ'דארף דערהערן און טוישן בליק און מהלך המחשבה. דער מהר"ל שרייבט א לשון אין דרך חיים (פ"א מ"ו), ''כי דבר זה מדה מגונה מי שהוא דואג מן הפורענות''. דער מהר"ל רופט עס נישט סתם א נישט-ריכטיגע הנהגה, ער רופט עס אן בפירוש "מדה מגונה", א פארדארבענע מידה. א מענטש וואס זיצט און זארגט כסדר, אפשר גייט עפעס פאסירן, אפשר גייט עפעס שלעכטס קומען, אפשר וועל איך פארלירן וואס איך האב, אפשר שטייט א צרה ביים טיר – דאס איז א מדה מגונה.
ווען איך האב געזען דעם מהר"ל האב איך זיך דערמאנט פון די מעשה וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, א מענטש וואס דער אויבערשטער האט אים געשאנקען כמעט אלעס וואס א מענטש קען זיך נאר וואונטשן. שלום בית, קינדער, געזונט, עשירות, נחת און הצלחה. אבער אנשטאט לעבן מיט דאנקבארקייט און בטחון, לעבט ער מיט א שטענדיגן פחד, אפשר גייט עפעס געשען...
דאס איז די נקודה דא ביי איוב, דאס איז די סיבה פאר די אלע יסורים. נישט ווייל ער איז נישט געווען ערליך – די פסוק זאגט דאך בפירוש אז ער איז געווען תם וישר וירא אלקים וסר מרע. נאר ווייל זיין בליק אויפ'ן באשעפער איז געווען פארקרימט, ער האט נישט דערקענט בשלימות אז דער אויבערשטער איז דער מקור הטוב והמטיב, און אז מ'דארף לעבן מיט בטחון און רואיגקייט, נישט מיט א שטענדיגן פחד פון פורענות.
און ווען איוב ברעכט אויס נאך זיינע יסורים, אנטפלעקט ער אליין דעם סוד פון זיין גאנצן לעבן, איוב זאגט (קאפיטל ג', כ''ה), ''כִּי פַחַד פָּחַדְתִּי וַיֶּאֱתָיֵנִי, וַאֲשֶׁר יָגֹרְתִּי יָבֹא לִי''. דא זאגט איוב אויס דעם סוד וואס זיינע מחשבות האבן זיך אייביג געדרייט ביי אים אין קאפ, אייביג האב איך מורא געהאט אז עס גייט טאקע קומען אויף מיר, און דאס פון וואס איך האב מיר אייביג געפארכט איז טאקע געקומען צו מיר. דאס איז נישט א זאך וואס ער האט אנגעהויבן טראכטן נאך די יסורים, דאס איז געווען זיין גאנצע בליק במשך זיינע גאלדענע יארן, "איך האב אייביג מורא געהאט אפשר וועלן די גאלדענע יארן קומען צו אן ענדע."
און טאקע דא ליגט דער שורש פון די גאנצע מעשה, איוב האט נישט געזען דעם אויבערשטן אלץ דער עצם הטוב והמטיב, ער האט געלעבט מיט א בליק ווי כאילו דער אויבערשטער איז א שטרענגער בעל דין וואס מען דארף כסדר בארואיגן און זיכער מאכן אז ער זאל נישט קומען מיט קיין טענות. דערפאר ברענגט ער כסדר קרבנות, "אוּלַי חָטְאוּ בָנַי", ווייל אפשר שטייט שוין עפעס אין וועג.
פארוואס טראכסטו אזוי? פארוואס איז דיין בליק אויפ'ן באשעפער אזוי פארדרייט? פארוואס לעבסטו מיט א פחד אז ער וויל דיר כאפן ביי א עבירה? פארוואס לעבסטו מיט א געפיל כאילו דער אויבערשטער שטייט גרייט בלויז צו באשטראפן יעדן רגע, און מען דארף כסדר זיכער מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג כדי זיך אפצוהיטן פון א עונש? דער אויבערשטער זוכט נישט צו כאפן דעם מענטש, ער ווארט נישט אויף קיין עבירות, ער שטייט נישט מיט א שטעקן אין האנט גרייט צו שלאגן. און טאקע פארדעם, איז ער באשטראפט געווארן מיט די יסורי איוב.
ווען יענער זעהט אז ברוך השם ס'גייט אים אזוי גוט אין לעבן, ער האט א גאלדענע לעבן, קען ער טאקע זיך מקבל זיין א קבלה טובה - אבער נישט ווייל ווער ווייסט וואס עס ווארט מיר נאך אפ, אפשר גייט איך האבן צרות צרורות, ניין, דאס איז א קרומע בליק, א מדה מגונה. - נאר צוליב ''הכרת הטוב'' פאר'ן בוכ''ע הטוב והמטיב, ווייל דער אויבערשטער טוט מיט מיר אזויפיל גוטס, לאמיר עפעס צולייגן צו מיין עבודה פאר אים.
יעצט וועט א פשוטער ערליכער איד אפשר פרעגן, וואס דען מיינט יראת העונש? נישט דאס? לאמיר אויסקלארן א וויכטיגע נקודה, אית יראה ואית יראה.
אמת'ע יראת העונש האט גארנישט מיט דעם פארקרימטן בליק וואס מיר האבן אויבן באשריבן, אמת'ע יראת העונש הייבט זיך אן מיט אמונה, דער מענטש גלייבט מיט א שלימות אז דער באשעפער איז דער עצם הטוב, און אז ער האט באשאפן די גאנצע בריאה בלויז כדי להיטיב לנבראיו, ווי עס שטייט אין אסאך ספרים און ווי דער רמח"ל ברענגט עס שטארק ארויס אנפאנג זיין ספר 'דעת תבונות', "מה שנוכל להשיג בענין זה הוא, כי הא-ל ית"ש הוא תכלית הטוב ודאי. ואמנם, מחק הטוב הוא להטיב, וזה הוא מה שרצה הוא ית"ש - לברוא נבראים כדי שיוכל להטיב להם, כי אם אין מקבל הטוב אין הטבה." דער יסוד פון די בריאה איז נישט דין, נישט עונש, און נישט פורענות. דער יסוד פון די בריאה איז טוב. דער באשעפער איז תכלית הטוב, און מחוק הטוב להיטיב.
נאר וואס דען? כדי די הטבה זאל זיין גאנץ, האט דער באשעפער איינגעשטעלט א הנהגה פון שכר ועונש. אז אפילו א מענטש וואס איז נאכנישט זוכה צו דערגרייכן א טיפע השגה אין גדלות הבורא, און ער דינט נאכנישט דעם אויבערשטן מצד יראת הרוממות אדער אהבת ה' און הכרת גדלותו, זאל כאטש זיין א עובד ה' מצד זיין פחד פון עונש, דאס מיינט אמת'ע יראת העונש. אבער דאס מיינט נישט אז עונש איז דער תכלית, דאס מיינט נישט אז דער גאנצער רצון העליון איז געבויט ארום באשטראפן מענטשן. פארקערט גאר, דער גאנצער ענין פון עונש איז נאר א טייל פון דער הנהגה וואס פירט צום אמת'ן טוב, דאס איז א ממש כרחוק מזרח ממערב צווישן יראת העונש און דעם פארקרימטן בליק וואס איוב האט געהאט.
און לענ''ד איז דאס פשט אין רש''י וואס אלע מפרשים מוטשענען זיך עס צו פארשטיין כפשוטו, די מפרשי הפשט מוטשענען זיך מיט'ן פסוק, ''לֹא הִבִּיט אָוֶן בְּיַעֲקֹב וְלֹא רָאָה עָמָל בְּיִשְׂרָאֵל''. און רש"י טייטשט, "לא הביט און שביעקב - שכשהן עוברין על דבריו אינו מדקדק אחריהם להתבונן באוניות שלהם ובעמלן שהם עוברים על דתו." די מפרשים מוטשענען זיך מיט רש"י ווי אזוי קען מען זאגן אז דער אויבערשטער "קוקט נישט" אויף עבירות?
אבער לענ''ד ליגט אין רש''י אט דער טיפער דערהער, דער אויבערשטער זוכט נישט קיין עבירות, ער איז נישט קיין פאליציי אפיציר וואס באהאלט זיך ביים קארנער כדי צו קענען כאפן נאך א קרבן, "לא הביט און ביעקב." דער באשעפער'ס בליק אויף זיינע קינדער איז נישט א בליק פון זוכן חסרונות, נאר א בליק פון אהבה, רחמים און רצון להיטיב. יא, עס איז דא דין. יא, עס איז דא עונש. יא, עס איז דא אחריות אויף יעדע מעשה. אבער ווער עס מיינט אז דאס איז דער עיקר, און אז דער אויבערשטער שטייט און ווארט ווען ער וועט שוין קענען כאפן דעם מענטש ביי אן עבירה, האט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין ווער דער באשעפער איז.
טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו.
וכל מאמינים שהוא טוב לכל, הטוב ומטיב לרעים ולטובים.
און פון דעם יסוד דארף א איד אנהייבן זיין גאנצן בליק אויף הנהגת ה'.
האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3067
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6929
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
אנבעליוובעל !!!!!
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 483
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 380
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
" אבער ווען מען איז גוט מדייק אין די ווערטער פון רש"י און מלבי"ם, זעט מען דא א געוואלדיגע טיפע נקודה וואס מ'דארף דערהערן און טוישן בליק און מהלך המחשבה"
וואס שטייט אין רש"י און מלבי"ם? העיקר חסר.
פשטות אין איוב קומט אויס אז ער האט גארנישט חוטא געוועהן,
וואלט אפשר די פסוק דאס געדארפט זאגן, ס"ה זאגט מען אים איוב דו ווייסט נישט גארנישט איוב ל"ח עיי"ש.
וואס שטייט אין רש"י און מלבי"ם? העיקר חסר.
פשטות אין איוב קומט אויס אז ער האט גארנישט חוטא געוועהן,
וואלט אפשר די פסוק דאס געדארפט זאגן, ס"ה זאגט מען אים איוב דו ווייסט נישט גארנישט איוב ל"ח עיי"ש.
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- אוטובאס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 168
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 780
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
wow wow wow
ארויסגעפרינט און געליינט, דעיס איז ווערט צו ווערן פארשפרייט
ארויסגעפרינט און געליינט, דעיס איז ווערט צו ווערן פארשפרייט
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
-
איין מינוט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2025 11:45 pm
- x 25
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
געלייקט, יעצט גיימיר לייענען
Re: האב נישט מורא פאר קיין עונש! בעט נישט איבער אזויפיל דעם אויבערשטען!
די גמרא אין מגילה (י:) זאגט, 'ומי חדי הקב"ה במפלתן של רשעים? והא כתיב וכו' ואמר רבי יוחנן לפי שאין הקב"ה שמח במפלתן של רשעים. ואמר רבי יוחנן, מאי דכתיב ולא קרב זה אל זה כל הלילה, בקשו מלאכי השרת לומר שירה, אמר הקב"ה, מעשה ידי טובעין בים ואתם אומרים שירה?! ענטפערט די גמרא, אמר רבי אלעזר, הוא אינו שש אבל אחרים משיש. לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס מיינט 'הוא אינו שש אבל אחרים משיש'?
נאר דער ענין איז אזוי, מיר ווייסן אז ביים אויבערשטן איז נישט שייך קיין שמחה און עצבות כפשוטם. ער איז למעלה מכל ציור און מכל הגשמה, ולא ישיגוהו משיגי הגוף. ווען די תורה און חז"ל נוצן לשונות פון שמחה, כעס, רצון, נחמה וכדומה, מיינט דאס נישט קיין געפילן כפשוטם, נאר א געוויסע הנהגה און א געוויסער גילוי רצון. ווען דער פסוק זאגט 'ישמח ה' במעשיו', מיינט דאס נישט ח"ו אז דער אויבערשטער ווערט פרייליך ווי א מענטש ווערט פרייליך. דער פשט איז, אז די בריאה איז אנגעקומען צו איר תכלית, דער רצון העליון איז נתמלא געווארן. די וועלט פירט זיך ווי זי דארף פירן, און די ברואים גייען אין דעם וועג פארוואס זיי זענען באשאפן געווארן.
און דאס איז טאקע די גאנצע תכלית הבריאה, חז"ל זאגן אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי להיטיב לברואיו, ער וויל אז זיינע ברואים זאלן קומען צו שלימות, צו דעת אלקים, צו קרבת ה', צו אמת'ע טובה. ווען דאס ווערט מקוים, הייסט דאס כביכול 'שמחה'. דאס איז 'ישמח ה' במעשיו'. אבער ווען ח"ו עס איז דא רשעים, און דער מענטש פארפעלט זיין תכלית, און דער אויבערשטער דארף נוצן זיין מדת הדין און עונשים כדי אפצושטעלן דעם קלקול, איז דאס אודאי אמת און גערעכט, דער עונש איז נישט קיין טעות, דער דין איז נישט קיין טעות. אבער דאס איז נישט דער חפץ הפנימי, דאס איז נישט די תכלית מצד עצמה.
און דאס איז פשט אין די ווערטער 'הוא אינו שש'. דער אויבערשטער איז נישט 'פרייליך' מיט'ן עונש. נישט ווייל דער רשע דארף נישט באקומען וואס ער פארדינט. נישט ווייל ס'איז נישט ריכטיג אז ער זאל באשטראפט ווערן. נאר ווייל דאס איז נישט געווען דער רצון הפשוט. דער רצון הפשוט איז געווען אז דער מענטש זאל זיין גוט. דער רצון הפשוט איז געווען אז ער זאל תשובה טון, דער רצון הפשוט איז געווען 'כי אם בשובו מדרכו וחיה' (יחזקאל ל''ג, י''א). אבער אחרים משיש, מיר וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די רשעים, מיר פרייען זיך יא. מיר מאכן א יום טוב ווען דער אויבערשטער האט אוועקגענומען די רשעים, מיר זינגן שירה ווען דער אויבערשטער בחסדו הגדול האט אוועקגענומען און באשטראפט די רשעים וואס האבן אונז מצער געווען. וכ׳׳כ מפורש בספורנו בכמה מקומות עה׳׳ת.
און דאס איז דאך וואס מיר זאגן אין די הייליגע תפילות פון ימים נוראים ביי ונתנה תוקף, 'כי כשמך כן תהלתך, קשה לכעוס ונוח לרצות. כי לא תחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.' דא ברענגט מען ארויס אז די הנהגה פון דין איז נישט די תכלית. דער אויבערשטער ווארט, ער גיט נאך א שאנס און נאך א שאנס. נישט ווייל ער האט נישט די כח צו מעניש זיין, נאר ווייל עונש איז נישט דער ציל, דער ציל איז תשובה, דער ציל איז תיקון, דער ציל איז חיים.
די פאלשע בילד כאילו דער אויבערשטער זיצט און ווארט ווען ער וועט שוין קענען באשטראפן. כאילו דער עונש איז דער ציל, און די מצוה איז בלויז א וועג זיך ארויסצודרייען דערפון. איז פאלש דורכאויס. די פסוקים און חז"ל וספרי קודש לערנען אונז פונקט פארקערט.
'אמת כי אתה הוא יוצרם, ואתה יודע יצרם, כי הם בשר ודם.'
דער אויבערשטער ווייסט מיט וועמען ער האט צו טון. ער ווייסט די שוואכקייטן פונעם מענטש. ער ווייסט זיינע מלחמות. ער ווייסט זיינע נסיונות. און דערפאר איז דער גאנצער מהלך פון תורה און מצוות, שכר ועונש, דין ורחמים, געבויט אויף איין יסוד, נישט ווייל ער זוכט חלילה צו באשטראפן, נאר ווייל ער זוכט להיטיב לברואיו ולהביאם אל שלימותם.
און דאס איז דער אמת'ער תורה'דיגער בליק.

דאס איז די ביסעלע וואס מ'פארשטייט.צווייטער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 19, 2026 11:03 am די גמרא אין מגילה (י:) זאגט, 'ומי חדי הקב"ה במפלתן של רשעים? והא כתיב וכו' ואמר רבי יוחנן לפי שאין הקב"ה שמח במפלתן של רשעים. ואמר רבי יוחנן, מאי דכתיב ולא קרב זה אל זה כל הלילה, בקשו מלאכי השרת לומר שירה, אמר הקב"ה, מעשה ידי טובעין בים ואתם אומרים שירה?! ענטפערט די גמרא, אמר רבי אלעזר, הוא אינו שש אבל אחרים משיש. לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס מיינט 'הוא אינו שש אבל אחרים משיש'?
נאר דער ענין איז אזוי, מיר ווייסן אז ביים אויבערשטן איז נישט שייך קיין שמחה און עצבות כפשוטם. ער איז למעלה מכל ציור און מכל הגשמה, ולא ישיגוהו משיגי הגוף. ווען די תורה און חז"ל נוצן לשונות פון שמחה, כעס, רצון, נחמה וכדומה, מיינט דאס נישט קיין געפילן כפשוטם, נאר א געוויסע הנהגה און א געוויסער גילוי רצון. ווען דער פסוק זאגט 'ישמח ה' במעשיו', מיינט דאס נישט ח"ו אז דער אויבערשטער ווערט פרייליך ווי א מענטש ווערט פרייליך. דער פשט איז, אז די בריאה איז אנגעקומען צו איר תכלית, דער רצון העליון איז נתמלא געווארן. די וועלט פירט זיך ווי זי דארף פירן, און די ברואים גייען אין דעם וועג פארוואס זיי זענען באשאפן געווארן.
און דאס איז טאקע די גאנצע תכלית הבריאה, חז"ל זאגן אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי להיטיב לברואיו, ער וויל אז זיינע ברואים זאלן קומען צו שלימות, צו דעת אלקים, צו קרבת ה', צו אמת'ע טובה. ווען דאס ווערט מקוים, הייסט דאס כביכול 'שמחה'. דאס איז 'ישמח ה' במעשיו'. אבער ווען ח"ו עס איז דא רשעים, און דער מענטש פארפעלט זיין תכלית, און דער אויבערשטער דארף נוצן זיין מדת הדין און עונשים כדי אפצושטעלן דעם קלקול, איז דאס אודאי אמת און גערעכט, דער עונש איז נישט קיין טעות, דער דין איז נישט קיין טעות. אבער דאס איז נישט דער חפץ הפנימי, דאס איז נישט די תכלית מצד עצמה.
און דאס איז פשט אין די ווערטער 'הוא אינו שש'. דער אויבערשטער איז נישט 'פרייליך' מיט'ן עונש. נישט ווייל דער רשע דארף נישט באקומען וואס ער פארדינט. נישט ווייל ס'איז נישט ריכטיג אז ער זאל באשטראפט ווערן. נאר ווייל דאס איז נישט געווען דער רצון הפשוט. דער רצון הפשוט איז געווען אז דער מענטש זאל זיין גוט. דער רצון הפשוט איז געווען אז ער זאל תשובה טון, דער רצון הפשוט איז געווען 'כי אם בשובו מדרכו וחיה' (יחזקאל ל''ג, י''א). אבער אחרים משיש, מיר וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די רשעים, מיר פרייען זיך יא. מיר מאכן א יום טוב ווען דער אויבערשטער האט אוועקגענומען די רשעים, מיר זינגן שירה ווען דער אויבערשטער בחסדו הגדול האט אוועקגענומען און באשטראפט די רשעים וואס האבן אונז מצער געווען. וכ׳׳כ מפורש בספורנו בכמה מקומות עה׳׳ת.
און דאס איז דאך וואס מיר זאגן אין די הייליגע תפילות פון ימים נוראים ביי ונתנה תוקף, 'כי כשמך כן תהלתך, קשה לכעוס ונוח לרצות. כי לא תחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.' דא ברענגט מען ארויס אז די הנהגה פון דין איז נישט די תכלית. דער אויבערשטער ווארט, ער גיט נאך א שאנס און נאך א שאנס. נישט ווייל ער האט נישט די כח צו מעניש זיין, נאר ווייל עונש איז נישט דער ציל, דער ציל איז תשובה, דער ציל איז תיקון, דער ציל איז חיים.
די פאלשע בילד כאילו דער אויבערשטער זיצט און ווארט ווען ער וועט שוין קענען באשטראפן. כאילו דער עונש איז דער ציל, און די מצוה איז בלויז א וועג זיך ארויסצודרייען דערפון. איז פאלש דורכאויס. די פסוקים און חז"ל וספרי קודש לערנען אונז פונקט פארקערט.
'אמת כי אתה הוא יוצרם, ואתה יודע יצרם, כי הם בשר ודם.'
דער אויבערשטער ווייסט מיט וועמען ער האט צו טון. ער ווייסט די שוואכקייטן פונעם מענטש. ער ווייסט זיינע מלחמות. ער ווייסט זיינע נסיונות. און דערפאר איז דער גאנצער מהלך פון תורה און מצוות, שכר ועונש, דין ורחמים, געבויט אויף איין יסוד, נישט ווייל ער זוכט חלילה צו באשטראפן, נאר ווייל ער זוכט להיטיב לברואיו ולהביאם אל שלימותם.
און דאס איז דער אמת'ער תורה'דיגער בליק.
נאכדעם איז דא דער צדיק ורע לו, דער ר' יוחנן וואס האט באגראבן צען קינדער אין זיך ארום געדרייט מיטן ציין...
מיר פארשטייען גארנישט.