בקשת שילוח מרגלים במשנתם של רבותינו

צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1859

בקשת שילוח מרגלים במשנתם של רבותינו

פאוסט דורך צווייטער »

איך וועל פרובירן אפצושרייבן וויאזוי איך האב אפגעלערנט די פרשה במשנתם של רבינו הרמב''ן ורבינו המהר''ל בגור אריה, - אינעם עצם בקשה צו שיקן מרגלים - נאך בעפאר די חטא המרגלים ביים צוריקקומען. חברים יקרים קומטס אריין מיט אייער הערות און אויסבעסערונגען.

די תורה הקדושה די וואך הייבט אן וידבר ה' אל משה לאמר: שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נתן לבני ישראל וגו':

זאגט רש''י: לדעתך, אני איני מצוה לך, אם תרצה שלח. לפי שבאו ישראל ואמרו (דברים א) נשלחה אנשים לפנינו כמה שנאמר (שם) ותקרבון אלי כלכם וגו', ומשה נמלך בשכינה אמר אני אמרתי להם שהיא טובה שנא' (שמות ג) אעלה אתכם מעני מצרים וגו', חייהם שאני נותן להם מקום לטעות בדברי המרגלים למען לא יירשוה:

די מפרשים זענען דא דן אין עטליכע קשיות. ערשטנס, איז בכלל געווען א פגם אין דעם וואס די אידן האבן געבעטן צו שיקן מרגלים? אויב יא, פארוואס האט דער אויבערשטער מסכים געווען? און משה רבינו אליינס האט אפילו געזאגט (שפעטער אין פ' דברים) "וייטב בעיני הדבר"? און אויך, פארוואס האט משה רבינו זיי געהייסן זיך אומקוקן "הטובה היא אם רעה", "השמנה היא אם רזה", "היש בה עץ אם אין", ווען דער אויבערשטער האט אים שוין געזאגט אז עס איז אן "ארץ טובה ורחבה"?

דער הייליגער רמב''ן איז דער ערשטער וואס צוברייטערט די נושא און ער זאגט: אבל ישוב הענין בזה, כי ישראל אמרו כדרך כל הבאים להלחם בארץ נכריה ששולחים לפניהם אנשים לדעת הדרכים ומבוא הערים, ובשובם ילכו התרים בראש הצבא להורות לפניהם הדרכים, כענין שנאמר (שופטים א כד) הראנו נא את מבוא העיר ושיתנו להם עצה באיזו עיר ילחמו תחלה, ומאיזה צד יהיה נוח לכבוש את הארץ, וכך אמרו בפירוש (דברים א כב) וישיבו אותנו דבר את הדרך אשר נעלה בה ואת הערים וגו' כלומר הערים אשר נבא אליהן תחילה ומשם נבא בכל הארץ, וזו עצה הגונה בכל כובשי ארצות, וכן עשה עוד משה עצמו שנאמר (להלן כא לב) וישלח משה לרגל את יעזר וכן ביהושע בן נון (יהושע ב א) שנים אנשים מרגלים, ועל כן היה טוב בעיני משה כי הכתוב לא יסמוך בכל מעשיו על הנס אבל יצוה בנלחמים להחלץ ולהשמר ולארוב כאשר בא הכתוב במלחמת העי (שם ח ב) שהיתה על פי השם ובמקומות רבים.

אזוי אויך דער מהר''ל אין גור אריה זאגט די זעלבע, שודאי ישראל בקשו לשלוח מרגלים, שאמרו "לתור לנו את הדרך ואת הערים אשר נבא בהנה", כלומר כי מי שאינו מכיר הדרכים דרכו לשלוח מרגלים, ואין זה בלתי מאמין, שאדרבה, אין לסמוך על הנס , ויש להשתדל לעשות כל דבר שראוי לעשות. ויהושע גם כן עשה כזה, ששלח ב' אנשים מרגלים לרגל הארץ, ודבר זה היה טוב בעיני ה' בודאי, כי אין דבר רע כלל בזה, רק טוב, שמורה להיותם זריזים בכבוש הארץ. וכן תמצא בפירוש בכתוב "נשלחה אנשים" בפרשת דברים, שלא בקשו לתור הארץ, רק באיזה צד יוכלו לכבוש, שהרי לא אמרו רק "את הדרך אשר נעלה", ולא זכרו כלל ממה שנזכר בפרשה הזאת "הטובה היא אם רעה החזק הוא הרפה", נראה שלא אמרו שום דבר מזה, ולפיכך היה טוב בעיני משה. ודבר זה פירש גם כן הרמב"ן ז"ל:

קומט אויס אז דער רמב"ן און דער גור אריה לערנען ביידע אז די עצם זאך צו שיקן מרגלים איז נישט געווען קיין חסרון בטחון. ווייל אזוי איז דער סדר העולם, אז ווען מ'גייט אייננעמען א לאנד שיקט מען מענטשן פריער אויסצוקוקן די וועגן און וויסן וויאזוי זיך צו פירן. אזויווי דער רמב"ן שרייבט, "כי הכתוב לא יסמוך בכל מעשיו על הנס", און דערפאר האט אויך יהושע שפעטער געשיקט מרגלים קיין יריחו. ממילא אויב די בקשה איז געווען בלויז "לתור לנו את הדרך אשר נעלה בה ואת הערים אשר נבא אליהן", איז נישט געווען קיין פגם אין דער בקשה און אויך נישט אין דעם וואס משה רבינו האט מסכים געווען דערצו.

אבער דא הייבט זיך אן דער חילוק צווישן זיי.

דער רמב"ן שרייבט אז ע''ד הפשט איז טאקע נישט געווען קיין עכטע פגם אין די בקשה, זיי וואלטן עס טאקע נישט געדארפט אליינס בעטן, אבער די תוכן הבקשה איז נישט געווען קיין פגם. נאר לויט חז"ל איז עס יא געווען א חטא און א פגם, וויבאלד די אידן האבן דאך כסדר געזען אפן די ישועת ה' און זענען דאך געגאנגען ארומגענומען מיט די ענני הכבוד, און אויף אזא מדריגה וואלטן זיי געדארפט גיין נאך די ענן "אל אשר יהיה שמה הרוח ללכת", אן דארפן קיין מרגלים. ממילא לויט דעם איז די הסכמה פונעם אויבערשטען געווען אויף א אופן ווי דער אויבערשטער זאגט, איך האב געמיינט אז איר זענט אויף אזא מדריגה אז איר דארפט דאס נישט, אבער אויב איר ווילט זיך פירן בדרך הטבע, וועל איך אייך נישט אפהאלטן. דערפאר האט דער אויבערשטער מסכים געווען צו דער שליחות, און דערפאר האט אויך משה רבינו געזאגט "וייטב בעיני הדבר", ווייל מצד עצם הענין איז די בקשה געווען א גוטע בקשה.

און פארוואס משה רבינו האט זיי געהייסן קוקן "הטובה היא אם רעה" וכדומה. איז נישט ווייל משה האט געהאט א ספק אין די טוב הארץ, חלילה, דער אויבערשטער האט אים שוין געזאגט אז עס איז אן "ארץ טובה ורחבה". נאר ס'איז א באזונדערע בקשה פון משה רבינו, ווי ער שרייבט: ''כי משה בעבור שידע כי היא שמנה וטובה כמו שנאמר לו אל ארץ טובה ורחבה וגו', בעבור כן אמר להם שיתנו לב לדעת כן כדי שיגידו לעם וישמחו ויחליפו כח לעלות שם בשמחה, ולכך אמר להם והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ כדי שיראו בעיניהם בשבח הארץ''. און וויבאלד די אידן זענען געווען עבדים אין מצרים און האבן נישט געקענט ארץ ישראל, האט משה געוואלט אז די מרגלים זאלן צוריקברענגען א באריכט וועגן די מעלות פון ארץ ישראל און ברענגען פון אירע פירות, כדי כלל ישראל זאלן זען די שבח הארץ, זיך פרייען דערמיט, און באקומען א חשק און שטארקייט ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.

אבער דער גור אריה לערנט אנדערש. ער האלט אויך אז די עצם בקשה צו שיקן מרגלים איז נישט קיין פגם, און אויב די אידן וואלטן באמת טאקע געמיינט נאר "לתור לנו את הדרך אשר נעלה בה", וואלט דאס געווען א גוטע בקשה. נאר דער אויבערשטער האט געזען "מה שבתוך לבם", אז באמת האבן זיי שוין געהאט ספקות אין די הבטחת ה'. זיי האבן מורא געהאט אז אפשר איז די ארץ נישט אזוי גוט, אדער אפשר וועט מען נישט קענען מנצח זיין די יושבי הארץ. נאר זיי האבן דאס נישט ארויסגעזאגט בפירוש, און אנשטאט דעם האבן זיי זיך אנגעכאפט אין דעם טענה פון "לתור לנו את הדרך".

דערפאר האט דער אויבערשטער געזאגט "שלח לך" – לדעתך, אני איני מצוה לך. נישט ווייל די עצם שליחות איז שלעכט, נאר ווייל דער אויבערשטער האט געזען אז די בקשה קומט נישט פון א ריינע כוונה. און משה רבינו האט טאקע פארשטאנען דעם רמז ווען דער אויבערשטער האט נישט געזאגט בפירוש צו שיקן, נאר "שלח לך", האט משה פארשטאנען אז עפעס איז נישט ריכטיג מיט זייער בקשה.

דערפאר האט משה צוגעלייגט אלע פרטים פון ''החזק הוא הרפה'', "הטובה היא אם רעה", "השמנה היא אם רזה", "היש בה עץ אם אין". נישט ווייל ער האט געוואלט וויסן די זאכן, נאר כדי אפשר זאלן די אידן אליין איינזען אז זייער בקשה איז אומנויטיג. משה רבינו זאגט צו די אידן: אויב איך בין אזוי זיכער אין די הבטחת ה', אז איך בין גרייט ענק זאלן אויספארשן אלע מעלות פון ארץ ישראל, דאן וואלט איר געדארפט צוריקציען פון ענקער גאנצער בקשה. און דאס איז אויך דער פשט אין "וייטב בעיני הדבר" וואס משה זאגט שפעטער בתוכחה. ווי רש"י ברענגט, אז ווען איר האט געזען אז עס איז טוב בעיני, וואלט איר געדארפט זאגן: מיר דארפן בכלל נישט קיין מרגלים. אבער דאך האבן ענק נישט געגלייבט.

די חילוקים צווישן רמב"ן און גור אריה:

א. איז געווען א פגם אין די עצם בקשה?

לויט'ן רמב"ן, לויט דרך הפשט – נישט א גרויסער פגם. אבער לויט דברי חז"ל – יא, ווייל די אידן וואלטן געדארפט זיין אויף א מדריגה פון גיין נאך די ענני הכבוד און זיך לאזן אינגאנצן פירן פונעם אויבערשטענ'ס הנהגה און נישט דארפן קיין מרגלים.

לויט'ן גור אריה – ניין. אפילו לויט חז"ל איז נישט געווען קיין פגם אין די עצם בקשה. דער פגם איז געווען אין די באהאלטענע מחשבה און ספקות וואס זענען געלעגן אונטער דער בקשה.

ב. פארוואס האט דער אויבערשטער געזאגט "שלח לך"?

לויט'ן רמב"ן, וויבאלד די אידן האבן געוואלט זיך פירן בדרך הטבע, האט דער אויבערשטער מסכים געווען צו דער שליחות, הגם לויט זייער מדריגה וואלטן זיי געדארפט נישט דארפן דערצו אנקומען.

לויט'ן גור אריה, אויב די כוונה וואלט געווען ריין, וואלט דער אויבערשטער טאקע מסכים געווען. נאר למעשה האט ער געזען "מה שבתוך לבם", דערפאר האט ער געזאגט "שלח לך" – לדעתך, אני איני מצוה לך.

ג. פארוואס האט משה געזאגט "וייטב בעיני הדבר"?

לויט'ן רמב"ן, ווייל די בקשה איז באמת געווען א גוטע בקשה מצד עצמה, און ער האט מסכים געווען פונקט ווי דער אויבערשטער האט מסכים געווען.

לויט'ן גור אריה, איז "וייטב בעיני הדבר" אליין געווארן א חלק פון די תוכחה. ווען די אידן האבן געזען אז משה איז זיכער אין די הבטחת ה' און עס איז טוב בעיניו, וואלטן זיי געדארפט צוריקציען פון דער בקשה. און וויבאלד זיי האבן דאס נישט געטון, איז דאס געווען זייער חסרון.

ד. פארוואס האט משה געהייסן קוקן "הטובה היא אם רעה" וכדומה?

לויט'ן רמב"ן, א עקסטערע הוספה פון משה רבינו כדי לשמחם בשבח הארץ, כדי די מרגלים זאלן צוריקברענגען א באריכט וועגן די שבח הארץ, און כלל ישראל זאלן זיך פרייען און באקומען א חשק ארויפצוגיין.

לויט'ן גור אריה, נישט כדי צו וויסן די שבח הארץ, נאר כדי ארויסצוברענגען פאר די אידן אז זייער גאנצע בקשה איז אומנויטיג, און אפשר וועלן זיי דערפון צוריקציען.


חברים יקרים קומטס אריין מיט אייער הערות און אויסבעסערונגען.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3718
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12595

Re: בקשת שילוח מרגלים במשנתם של רבותינו

פאוסט דורך פופציגער »

👍
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 434

Re: בקשת שילוח מרגלים במשנתם של רבותינו

פאוסט דורך מאדערן ארט »

זייער שיין!
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
שרייב פאוסט