יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3718
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12593

Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!

פאוסט דורך פופציגער »

פאלשע בארד האט געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:23 pm די פאלגנדע וואס איר גייט יעצט ליינען האב איך באקומען א לאנגע צייט צוריק פון איינעם, און איך ווייס נישט צו איר האט עס שוין געליינט אדער נישט, אבער איך לייג עס ארויף עניוועי, און אויב האט איר עס שוין געליינט, ווי פלעגן מיינע מגידי שיעורים זאגן, "חזרה שאדט נישט". איז עניוועי, ליינט מיט הנאה:

"געדענקעך אין ישיבה ווען מהאמיר אמאל דיסקוסירט די אלע מצבים ווען א מענטש האט א דורכפאל וואס רייסט שטיקער, דער בעל הדורכפאל טרעפט זיך מיטאמאל אין א מצב וואס בייסן די נעגל און צומאכן די אויגן איז ווייט פון גענוג…. דער באטרעפנדער וויל זיך זאפארט באגראבן אין א לאך פון וואו עס איז נישט דא קיין וועג צוריק ארויס. די צוקוקער מצדם זענען אויך אין א מצב וואס זיי ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי צו רעספאנדן, זיי גיבן זיך אינסטיקטיוו א דריי אוועק נישט קענענדיג קוקן דעם לא יוצלח אין פנים, און מען פרובירט צו כאפן די אטענטשאן פון סיי וועלכער אביעקט אינעם געגנט צו פארמיידן די אייגענע בושות פון דארפן קוקן יענעם אין פנים. ס'איז זייער קאמפליצירט און אומבאקוועם אסאך מאל דאס צו זעהן, ווייל דער זיידע וואס האט זיך אויסגעגליטשט אין די שניי ווייסט אז יעדער האט געזען, און ווען דו דרייסט דיך אוועק אדער הייבסט אן רעדן הויעך וועגן עפעס א גרויסע פייגל אויף 'יענע בוים' ווייסט ער פונקטליך פארוואס דאס איז פלוצלינג געשעהן און פארוואס דו האט פלוצלינג באשלאסן צו קוקן אין יענע דירעקציע, אבער מיט דעם אלעם איז דאס וואס מען טוט, (אנשטאט העלפן יענעם זיך אויפשטעלן…), בקיצור - יענער ווייסט אז דו ווייסט אז יענער ווייסט וכו' וכו' אז דו האסט געזעהן און מיטגעהאלטן פונקטליך וואס דא האט פאסירט. לאמיר איבערגיין אביסל טייל פון די סיטואציעס:

ווען א מגיד שיעור האט זיך אויסגעגליטשט מיט א קראפט אין מקוה אין ישיבה, - (יעדער ווערט מיטאמאל פארנומען זיך גוט אפווישן בחורין ובסדקין אזש מען קוקט נישט וואס טוט זיך ארום זיך…)

ווען מיין מנהל האט געשריגן אינמיטן א דרשה אויף א בחור און געשריגן זיין ווייב'ס נאמען אנשטאט דעם בחור'ס, - (אויפאמאל זעה איך האלב עולם זיצן מיט פארמאכטע אויגן ווי כאילו מען שלאפט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה, און די איבריגע מאכן זיך ווי זיי זענען פארטיפט אין א קריץ אויפן טיש וכדו'...)

ווען מיין מגיד שיעור האט בטעות אויסגעגאסן זיין קאווע איבער די גמרות פון צוויי בחורים און געבליבן שטיין ווי א מצורע מיט א אפענעם מויל נישט וואוסנדיג וויאזוי צו רעספאנדען צום געשעעניש, - (גראדע געהאט א נצחון אין אים….)

ווען מיין חברותא האט מיר פארציילט מיט עקסטאז ווי גוט ער האט אפגעטון דעם מגיד שיעור, און דער מגיד שיעור שטייט אונטער אים און הערט זיך צו... אוי, דער רגע ווען ער האט באמערקט דעם מגיד שיעור.... (איך האב מיך פונקט אויפגעהויבן און געגאנגען נעמען א טישו פאר מיין נאז…. שטייצעך...)

די זעלבע זאך ווען מיין משגיח האט גערעדט אין כתה איין פארטאגס סדר קעגן א מצב אין ישיבה וואס איך האב אנגעפירט, ער האט געהאלטן אז עס גייט זיך נישט אויסארבעטן און עס גייט נאר ברענגען בזיונות, און ער האט געבעטן די בחורים מען זאל זיך נישט צושטעלן און קיינער זאל מיר נישט איבערזאגן אז ער האט עס אנגעדרייט אזוי וועל איך זעהן אז ס'פשוט נישט געלונגען, און.... נאך זיין דרשה האט ער צו זיין גרויס איבערראשונג באמערקט אז איך בין געהעריג אין כתה און פאר סאם ריזען האט ער געמיינט אז נישט.... - (אאאאוטששש….!!!! האסט אים געמוזט זעהן אין יענע סעקונדע…. ער האט אפגעפוצט פון שטח…)

ווען מיין שכן אין ביהמ"ד האט געשריגן פארפלאמטערהייט אמן יהא שמיה רבא אינמיטן קדיש, אדער ברוך הוא וברוך שמו אינמיטן הויכע שמונה עשרה, נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, - (אקעי, איך מאך מיך ווי איך דאוון בבחינת כלות הנפש און איך כאפ נישט בכלל…)

ווען דער משמש איז אריינגעקומען צום קידוש מיט א גאנצער טאץ מיט הערינג און... סשוףףףף.... אלעס אראפ אויפן פלאר.... - (אוי האבן די קינדער גע'יובל'ט פאר פרייד….)

ווען דער בעל תפלה זינגט א הערליכער ושמרו און אינמיטן פארט ער אריין אין די נוסח פון שוכן עד, - (כאטש איז ער אויסגעדרייט צום עמוד, נאכן דאווענען ברויך מען נאר שנעל אפפוצן צו פארמיידן א אומאנגענעמע באגעגעניש מיט אים...)

ווען איינער רייסט איין אינמיטן א שמועס מיט א שטארקע טענה אויף זיין זייט, רויט און צארנדיג אויף דער וואס זאגט אנדערש, און נאכדעם ווערט ער געוואר אז נישט פון דעם האט מען גערעדט… - (נעקסטיים אביסעלע איינגעהאלטנקייט…)

ווען דער בעל תפלה ציילט ספירה מיט א פלאקער די נעכטיגע טאג, - (בעיסיקלי איז די עצה אין אזא פאל צו שרייען נאא מיט א לשון קשיא - ווי צו זאגן 'איך בין אויך נישט זיכער, אבער כ'מיין אז איר זענט זיך טועה…')

ווען דער גראבער אינגערמאן וואס דעליווערט די של"ס בילקעס האט זיך אראפגעבויגן אראפלייגן דעם באקס און זיין הויזן האט זיך צוטיילט אין צווייען לעיני כל הנאספים, - (יעדער הייבט מיטאמאל אן פרעגן שאלות צו די בילקעס זענען פריש וכדו'...)

ווען דער גראדער מעכל שפאנצירט אריין אין בית מדרש מיטן שלאף קאפל באצירט מיטן פאם-פאם, - (קיינער קוקט נישט אהין און פארטיג, מ'מאכט א שווייג…)

ווען דער געשמאקער בחור האט געגעבן א זעץ פאר זיין חבר אין רוקן און באמערקט אז דאס איז דער ראש ישיבה אליינס, - ( אוי, איימסארי…)

אזוי כהנה וכהנה, נאך אסאך אזאנע מעשיות, מעשיות וואס זענען געשעהן און אנדערע וואס וואלטן ווען געקענט געשעהן זענען אויסגעלייגט געווארן אויפן טיש. פארוואס ברענג איך עס דא ארויף? פשוט, כ'האב נעכטן געהאט אזא עקספיריענס, און נאך יעצט בייס איך מיין ליפן… איך בין געווען דאס מאל פון די ביישויער וועלכע האבן מיטגעהאלטן ווי א בעל דרשן רעדט ווען אויף זיין בארד ליגט א גרויסע שטיקל צוויבל - ווארשיינליך שריים פון די פיקל סאלאט, און ער האט גערעדט מיט אזא אייפער מיינענדיג אז יעדער לאכט פון זיינע געזויגענע דזשאוקס, ביז ער האט געכאפט וואס דא טוציך, און שנעל פארענדיגט זיין דרשה...
זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל נאר הערן גוטע בשורות!
זייטס געזונט און שטארק!"
פון מיינע ערשטע ארטיקלען אויף אייוועלט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3261
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13618

Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!

פאוסט דורך בודקע »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2026 2:26 pm
פון מיינע ערשטע ארטיקלען אויף אייוועלט...
האמיר עס געטראפן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2246038
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
שרייב פאוסט