מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 954
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2635

מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך נאו לעיבל »

צו דיר מיין טייערע חבר.

מיט געמישטע געפילן זעץ איך מיך אוועק אפשרייבן אט די עטליכע שורות צו דיר מיין טייער פריינד. מיינע געפילן רוישן, און מיין קאפ פיבערט מיט מחשבות, ווען איך זעץ מיך צום שרייב טישל, און איך נעם די פעדער אין האנט. פון איין זייט איז מיין הארץ איבערגעפילט מיט פרייד אז איך האלט שוין דא נאכן זיך באקענען און אנקניפן אזא טיפע הארץ-צו-הארץ קשר מיט דיר! מיין מח איז פארפלייצט מיט הרגשים נאך די 9 מאנאטן פעריאדע וואס איז האבן אזוי געשמאק פארברענגט אינאיינעם! מיינע ליפן שעפשען קאפיטלען פון געזאנג צום איינעם גרויסן גאט פאר מיר שענקן אזא מתנה ווי דיר, אין פארעם פון אזא נאנטן חבר.
אבער פון די אנדערע זייט גיבט עס מיר א ציפ אויפן געוויסן די מציאות אז אונז גיימיר זיך אט אט דארפן שיידן. אונזער טעגליכע חברותא'שאפט גייט גאר אין נאנטן קומען צו אן ענדע. אונזער טיפע קשר, און כסדר'דיגע פארבינדונג וועט קומען צו א האסטיגן אפשטעל. מיין הארץ וויינט און טרערן מאכן פייכט מיינע אויגן. אבער וואס קען מען דען טאן? די וועלט גייט אן, און אונז דארפן מיטגיין דערמיט. אפי' עס איז שווער. אפי' עס איז אומאנגענעם.

עס איז מיך שווער אראפצוגעבן מיינע געפילן צו דיר מיין טייער'קייט, נאכן פארברענגען מיט דיר די פארגאנגענע 9 חדשים! אבער פטור בלי כלום אי אפשר!
שוין 9 מאנאטן פאריבער זינט מיר האבן זיך באקענט, און נישט אויסגעלאזט קיין איין טאג וואס אונז האבן נישט פארברענגט אינאיינעם און זיך אויסגעשמועסט איינער מיטן צווייטן.
שוין 9 מאנאטן וואס אונז רירן זיך נישט אוועק איינע פונעם אנדערן, און איך ווייס נישט וויאזוי איך האב באוויזן אנצוגיין ביז אונז האבן זיך די ערשטע מאל געטראפן.
אין א יעדע מצב ווי איך האב זיך נאר געפינען האסטו מיך באגלייט, און מחזק געוועהן אנצוגיין! ווי איך בין נאר געגאנגען ביסטו שטענדיג געוועהן מיט מיר! האסט מיך אריינגעבלאזן א חיות אין לעבן! ווען איך האב נאר געהאט א שווערע מינוט האב איך זיך געוואנדן צו דיר, און עס איז מיר אייביג לייכטער געווארן!
אזוי פיל שעות פינעם טאג האבן מיר פארברענגט אינאיינעם! ווען אימער איך בין נאר געוועהן אין דיין געגנווארג האב איך געהאט אן אומבאגרייפליכע הנאה און קורות רוח! ווען אימער אונז זעמיר נאר געוועהן ציזאמען בין איך געווארן גוטמוטיג און אויפגעלייגט!
די ביסט געוועהן גרייט פאר מיך 24 שעה אין טאג 7 טעג א וואך! ווען איך האב דיר נאר געדארפט.

עס קומט מיר אן זייער שווער צו דארפן שרייבן די שורות דיר צו איינמעלדן אז מיר דארפן זיך שייידן אצינד. מיין אויגן איז פייכט פון טרערן, און מיין האלדז שטיקט זיך פאר געוויין ווען איך טראכט אז אונז דארפן זיך צוטיילן נאך אונזער חדשים לאנגע פריינדשאפט.
איך דארף מיך רוקן ווייטער אין לעבן און אונז גיימיר מער נישט האבן די מעגליכקייט צו פארברענגן יעדן טאג ציזאמען.

איך גיב דיר אבער מיין ציזאג אז איך וועל נאך צירוק קומען צי דיר, און זיך צירוק פאראייניגן!
איך טראכט שטענדיג פון דיר, און איך וועל קיינמאל פארגעסן אונזער חברותא'שאפט!

איך גיב דיר מיין הייסע פארשפרעכונג, און איך בעט זיך ביי דיר: הדרן עלך מסכת שבת והדרך עלן. דעתן עלך מסכת שבת ודעתך עלן! לא נתנשי מינך מסכת שבת ולא תתנשי מנן, לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי!
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 954
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2635

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך נאו לעיבל »

פאר די רעקארד, דעס האב איך נישט געשריבן, איך האב עס היינט צופרי באקומען פון מיין חברותא און האט מיך געמאכט פאלן טרערן פיל איך אז נאך אידן דארפן הנאה האבן דערפן.
דאס איז דאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 11:02 am
x 64

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך דאס איז דאס »

מוראדיג
אזוי גוט אפגעטייטשט הדרן עלך
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1779
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4358

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך דעת קדשי »

נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 11, 2026 2:42 pm פאר די רעקארד, דעס האב איך נישט געשריבן, איך האב עס היינט צופרי באקומען פון מיין חברותא און האט מיך געמאכט פאלן טרערן פיל איך אז נאך אידן דארפן הנאה האבן דערפן.
וועלעכע חברותא???מסכת שבת האט דיך דאס געשיקט???ווי בין איך???
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
לויטערע וואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
Location: Monroe
x 30

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

הערליך שיין געשריבן!!
איך האב עס יעצט געקאפיט צי מיין חברותא, און ער איז אויך זייע איבערגענומען!!
האף מיר זיך צי זען ווייטער נאך מסכת עירובין
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
זוכער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 243

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך זוכער »

דאנק דעם בוכ״ע אז דו ביסט מסיים מסכת שבת!
האסט א מורא׳דיגע זכיה. און דאס וועט משפיע זיין כל טוב פאר דיר; פאר דיין שטוב און אוודאי פאר דיינע קינדער און אייניקלעך.

אקעי.

וואס איך פארשטיי נישט איז דאס געוויין.
איך פארשטיי נישט דאס געזעגענען.
איך פארשטיי נישט די פילינג פון ״נתפרדה החבילה״ פון א חבר וואס דו האסט פארברענגט די לעצטע 9 חדשים יעדן טאג!

דו מאכסט א מצב אז דו מוזט אפלאזן די חברותא׳שאפט, און ווי שווער עס איז דיר!

איך זעה אז דאס איז בכלל נישט קיין ריכטיגע בליק אויף מסכת שבת.

דו קענסט קובע זיין א שיעור מיט דיין אלטע חבר מסכת שבת יעדן שבת קודש אויף איין שעה - בשעת דו טרעפסט זיך מיט א נייעם חבר מסכת עירובין.

מסכת עירובין וועט גארנישט ברוגז זיין אויב דו ציפסט אראפ איין שעה א וואך אדער 2 - צו לערנען מיט מסכת שבת - איך קען מסכת עירובין ער איז נישט קיין שלעכטער, ער וועט גערן מסכים זיין. דו דארפסט נאר וועלן!

סאו, געזעגען זיך נישט. בלייב אנגעהאָאָקט מיט מסכת שבת, מזה ומזה אל תנח ידיך!
לויטערע וואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 27, 2026 12:18 pm
Location: Monroe
x 30

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך לויטערע וואסער »

זוכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 11, 2026 5:22 pm דאנק דעם בוכ״ע אז דו ביסט מסיים מסכת שבת!
האסט א מורא׳דיגע זכיה. און דאס וועט משפיע זיין כל טוב פאר דיר; פאר דיין שטוב און אוודאי פאר דיינע קינדער און אייניקלעך.

אקעי.

וואס איך פארשטיי נישט איז דאס געוויין.
איך פארשטיי נישט דאס געזעגענען.
איך פארשטיי נישט די פילינג פון ״נתפרדה החבילה״ פון א חבר וואס דו האסט פארברענגט די לעצטע 9 חדשים יעדן טאג!

דו מאכסט א מצב אז דו מוזט אפלאזן די חברותא׳שאפט, און ווי שווער עס איז דיר!

איך זעה אז דאס איז בכלל נישט קיין ריכטיגע בליק אויף מסכת שבת.

דו קענסט קובע זיין א שיעור מיט דיין אלטע חבר מסכת שבת יעדן שבת קודש אויף איין שעה - בשעת דו טרעפסט זיך מיט א נייעם חבר מסכת עירובין.

מסכת עירובין וועט גארנישט ברוגז זיין אויב דו ציפסט אראפ איין שעה א וואך אדער 2 - צו לערנען מיט מסכת שבת - איך קען מסכת עירובין ער איז נישט קיין שלעכטער, ער וועט גערן מסכים זיין. דו דארפסט נאר וועלן!

סאו, געזעגען זיך נישט. בלייב אנגעהאָאָקט מיט מסכת שבת, מזה ומזה אל תנח ידיך!
ס'איז מער די געדאנק פון די עמאושענל קאנעקשן וואס מ'האט נאך אזוי לאנג דורכטון אלע סגיות, אלע סארט זמנים גוטע און בעסערע, יעדן טאג מיט א פרישקייט.
און יעצט גייט מען אנהייבן מסכת עירובין און ס'וועט זיך בענקן צי די געשמאקע צייטן אין מסכת שבת!
לאז זיך נישט פאלן פון איינער וואס איז געפאלן ביי זיך!!!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3239
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 13557

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך בודקע »

זייער שטארק.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פאר נייעס דרוקט נאמבער 6
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3707
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12532

Re: מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר

פאוסט דורך פופציגער »

Wow!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט