להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 10:22 am
טיש בעקיטשע האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 01, 2026 11:39 am
איי געס די הנהלה פין בלומינגרויוו מישט זיך נישט אין קהילה מחלוקת
ווי האט יענער געזאגט?
מען האט אים געפרעגט ביסט א גרונעמויני אדער א גימפעליסט?
האט ער גענטפערט אז ער איז נייטראל.
האט מען יענעם געזאגט הייסט דו ביסט א גימפעליסט...
ופשוט הוא.
קיינער האט זיי נישט געהייסן גיין ביז מאנסי, ווען סיי וועלכע פארטנער דו נעמסט פאר דיין דריל האסטו גענומען א צד.
קענסט מעקן מיין תגובה, אבער ווען מען קומט שרייבן שגשהס, דארף מען רעפלייען אדער באריכטן די תגובה.
יא אבער ווען פאפא נעמט אלס בעל דרשן ביי זייער דינער איינע פון די פירערס פון גימפעליסט מאכט עס זיי נאכנישט פאר גימפעליסטן.
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 10:30 am
בלומינגראווער איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 9:40 am
אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 02, 2026 9:47 pm
ווערט דארט אויך אנגעוויזן אַז די 1300 רעכנט אריין אסאך אטאמאטישע אלארם קאלס. עקסטער קענסטו רעכנען אלע גוי'אישע קאלס, עפעס גוים וואוינען נאך לכאורה אין דעם דיסטריקט.
דארפסט אויך רעכענען אז מצילי אש קאווערט לכאורה פיל א גרעסערע געגנט ווי ברוער, אויך -איך ווייס נישט אויב עס איז דא א וועג צו טשעקן- איז די דעפט 7 נומבערס געפאלן זינט מצילי אש האט זיך אויפגעשטעלט? אויטאמאטישע אלארמס איז א גוטער תירוץ אבער אויב זענען די נומבערס נישט געפאלן אין די לעצטע 4 יאר איז עס סתם לופט.
איך האב נישט געזוכט אריינצוגיין אין די מצילי אש/ברוערס דעבאטע, איך פערזענליך האלט אז עס איז גוט אז עס איז דא קאמפעטישן, עס האט געמאכט די אלטע דעפארטמענט זיך ארויפשארצן די ארבל אבער די פראפאגאנדע כאילו ברוערס האט פארלוירן אלע קאללס צו מצילי אש און נאכמער, א ווייטע פייער דעפארטמענט ברויך מען אראפרייסן פארן האבן די חוצפה פון מאכן א דרילל מיט ברוערס איז ממש אן עקל און תש"ס סטיל פראפאגאנדע (איך געדענק אלס קינד פלעגט מען שמועסן אין חדר אז יוסל וואלדמאן קאללט שבת מיט א גאפל... בערך אזוי סאונדט עס)
אז ס'איז דא א פייער דעפארטמענט וואס טוהען חילל שבת רח"ל ברבים יעדע איינציגסטע שבת און די גאנצע שטאט
(יא די גאנצע! אפי' וויזניץ - זיי האלטן נאר נישט פון די מהלך פון מצילי אש) בליטיגט און ווייטאגט דערויף מען איז פאראייניגט און מען פרעבירט מיט אלע כוחות דאס אינטערציברענגן
קומען אפאר אידן וואס ווילן ווייזן אז זיי זענען זייער ברייט און זיי זענען נישט קרית יואל און מען מאכט א יד אחת מיט די שקצים טוט וויי פאר יעדע איינציגסע איד מיט אביסל יראת שמים
און די האסט אריינגעשטאכן א מעסער און יהדות מאנסי
צום פיפטן מאל, איך קויף נישט אפ וואס דו פארקויפסט אז "גאנץ מאנסי בלוטיגט איבער די פייער דעפארטמענט" נאר ווייל דו זאגסט עס איבער איינמאל און נאכאמאל, פאקט איז אז נישט אלע קהילות "זענען פאראייניגט קעגן זיי", ניטאמאל אויף דעם זעלבסט דערקלערטן הייליגן וועבזייטל האלט יעדער אזוי, און די פאקט איז אז מצילי אש האט
נישט 90% פון די קאללס, סך הכל האבן די עטליכע יודטיש שרייבער אפגעמאכט אז "יעדער האלט אזוי" פונקט ווי די שרייבער דא האבן אפגעמאכט אז "יעדער האלט אז בלומינג גראוו איז קרית יואל און UJC רעפרעזענטירט נאר די געציילטע יחידים" און מען בויעט שוין אויף די "פאקטן" פיתום ורעמסס, רעב יוד, עס איז דא א וועלט אינדרויסן פון דיין עקא טשעימבער, ווייל דו האלטסט אזוי מיט א שטארקייט מאכט דאס נאכנישט פאר אן איינשטומיגן מציאות, איך האב גענוג חברים אין מאנסי און ביי זיי איז עס נענטער צו 50/50.
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 03, 2026 12:17 pm
דאס אז עס איז ווייט מאכט נאר אסאך שווערער, יהדות מאנסי מוז צוקומען צו זיי, זיי זענען די אפעציעלע פייער דעפארטמענט אין געגענט. גיין 30 מייל אוועק און ארבעטן אינאיינעם איז דאך קלארע אפענע שטיצע.
משל למהד"ד, אין א"י ווען די ציוניסטישע פאליציי פאטראלירן א מעמד איז עס נישט קיין שטיצע פאר זיי, אבער ווען א מעמד 3000 מייל אוועק וועט זיי נוצן, איז נישט דא קיין גרעסערע שטיצע ווי דעם. און אויב איז עס א סאטמארע מעמד, און די תריצים וועלן זיין אז מען מישט זיך נישט אין מחלוקת צווישן עדה"ח און אגודה, עס איז סייווי ווייט, היינט איז שוין נישט דא די תשס"ד אידישקייט, רוב עולם אין א"י רופט זיי אין פאל פון אמערדשענסי, וכו' וכו', וואו זאל מען אנהייבן צו ענטפערן?..
שתי תשובות בדבר:
1. דיין משל איז גראדע זייער שלעכט, אויב איינער וועט הייערן די משטרה צו קאנטראלן טרעפיק אין וויליאמסבורג ביי א מסיבה גייען זייער ווייניג האבן א פראבלעם דערמיט, פארקערט, אויב הייערסטו זיי אין בני ברק האסטו אנערקענט אין זייער ממשלה, דארט זאלסטו הייערן פריוואטע גארדס, אין וויליאמסבורג האסטו סך הכל געהייערט עקספיריענסד מענטשן אן אנערקענען אין די מדינה, דאס זעלבע דא, אויב הייערט איינער אין מאנסי די פייער דעפארטמענט צו העלפן מיט הדלקות האסטו זיי אנערקענט אלס לעגיטים, איינער פון 30 מייל אוועק וואס רופט א טשיף צו העלפן טרענירן פאר א ספעציפישע זאך האסטו אים געהייערט פאר זיין עקספיריענס, מיינט נישט אז דו אנערקענסט אין זיי אלס די פרעפערד דעפארטמענט אין מאנסי.
2. די אמתע תירוץ איז נאכמער, זיי האבן מסכים געווען צו טרענירן און אנדערע נישט, פונקט ווי ווען קרית יואל טרענירט זיך מיט די גוישע בלומינג גראוו פייער דעפארטמענט (פארגאנגענעם זונטאג) מיינט עס נאכנישט אז זיי זוכן זיך צו שלאגן מיט די ווילידזש, סך הכל האט אן עקספיריענסד פייער דעפארטמענט מסכים געווען צו טרענירן קרית יואלע מעמבערס, אויב גייט אבער קרית יואל אקטיוו העלפן די גוישע פייער דעפארטמענט זיך צו שלאגן מיט די נייע דעפארטמענט וועט עס זיין פערזענליך נעמען א צד