מאכט זיך אמאל עס פאלט מיר ביי בעזרת הבורא ית' א שיינע געדאנק, צומאל א געדאנק אויף די פרשה, צומאל א געדאנק בעבודת ה', און צומאל א געדאנק ביהדות.
טיילמאל איז עס א רויע געדאנק, טיילמאל איז עס אויסגעקנאטן, און טיילמאל איז עס שוין אפגעבאקן. לאמיר מקיים זיין סיי דעם תן לחכם ויחכם און סיי דעם אל תמנע טוב און עס מיטטיילן מיט אנדערע אידן וישמע חכם ויוסף לקח.
וזה החלי בעז''ה:
פארגאנגענע וואך פ' במדבר פארציילט אונז די תורה ווי השי''ת האט באפוילן פאר משה רבינו צו ציילן די אידן, ווי דער פסוק זאגט 'שאו את ראש כל עדת בני ישראל למשפחתם לבית אבתם במספר שמות כל זכר לגלגלתם'.
אין די מפרשי התורה איז די ענין פון 'ציילן די אידן' א גרויסער ענין, רש''י אויפן פלאץ ברענגט פון מדרשי חכז''ל 'מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה', אזוי אויך דער רמב''ן (שפעטער אין פסוק מ''ה) איז מאריך אינעם גרויסן ענין וואס 'ציילן די אידן' מיינט. אין ספר מי השילוח (ועוד ספרי קודש) ווערט ארויסגעברענגט די ענין פונעם מספר בלשונו הקדוש - 'אך באמת כלל ישראל הם בלא מספר, ומ"ש 'והיה מספר' נאמר על פרטי נפשות מישראל שיהיה כל אחד מספר, היינו דבר שבמנין, ויהיה חשוב בעיני ה' יתברך'. דאס ווייזט אז יעדער איד האט א גאר געהויבענע חשיבות עצמי ביים אויבערשטען, ווי יעדער איד ווערט געציילט באזונדער, און ווי יעדער איד האט א באזונדערע חשיבות ביים אויבערשטען.
אבער מיט דעם אלעם זעהן מיר אז די תורה לאזט נישט ציילן די אידן זעלבסט נאר דורך שקלים, יעדער איד דארף ברענגן א 'מחצית השקל' און דורך דעם קען מען ציילן די מספר בני ישראל. איז באקאנט וואס דער אלשי''ך הק' שרייבט אויפן ענין פון 'מחצית השקל' אז דאס קומט מרמז צו זיין אויפ'ן ענין פון 'אחדות' פון כלל ישראל, יעדער איד באזונדער קען נאר ברענגן א האלבע שקל, און צוזאמען מיט א אנדערע איד איז עס א גאנצער שקל, דאס ווייזט אז די חשיבות פון א איד ווערט ארויסגעברענגט ווען ער איז זיך מאחד מיט א צווייטן איד, און נאר דורכדעם ווערט א מספר פאר די אידן.
חז''ל הקדושים פארציילן אונז ממדרש הפסוקים (ברכות ס''ב, ע''ב) אז דוד המלך ע''ה איז נכשל געווארן און ער האט געציילט די אידן און ער האט נישט גענומען קיין שקלים פון זיי. מיר פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דוד המלך - נישט אין זיין געוואלדיגע קדושה און מדריגות אלקות, און אויך נישט אין זיינע עבירות וירידות - לאמיר א משהו אפלערנען די חטא פון דוד המלך און פרובירן צו פארשטיין אויף וואס דאס ווייזט.
דוד המלך איז דער יחיד פון כלל ישראל, ווי ער זאגט אין תהלים (כ''ה, ט''ז) 'כי יחיד ועני אני'. עס איז ידוע וואס חז''ל זאגן אונז (ע''ז ד', ע''ב) א"ר יוחנן משום ר"ש בן יוחאי לא דוד ראוי לאותו מעשה ולא ישראל ראוין לאותו מעשה, אלא למה עשו, לומר לך שאם חטא יחיד אומרים לו כלך אצל יחיד, ואם חטאו צבור אומרים לו כלך אצל צבור. ס'איז דא 'כלל ישראל' און עס איז דא דער 'יחיד', כלל ישראל זינדיגט כדי להורות תשובה לרבים, אבער דוד המלך זינדיגט כדי צו ווייזן די חשיבות פונעם 'יחיד', דו 'יחיד' ביזט חשוב, דו קענסט אויך תשובה טון.
נאך טרעפן מיר ביי דוד המלך די ענין פון 'יחיד', די מחלוקת חז''ל איבער קדושת א''י אין סוריא (חלה פ"ד מ"ז ועוד), ווייל דוד המלך האט דאס אליינס כובש געווען, ווערט א מחלוקת אויב 'כיבוש יחיד' שמיה כיבוש. ווייל דוד המלך איז דער 'יחיד' פון כלל ישראל.
חז''ל זאגן אונז (מדרש שוחר טוב, ב) את מוצא, כל מה שעשה משה עשה דוד וכו', משה נתן חמישה חומשי תורה לישראל, ודוד נתן חמישה ספרי תהילים לישראל. לענינינו איז פשט, משה רבינו גיבט די תורה פאר די כלל ישראל און דוד המלך גיבט פאר'ן יחיד.
יעצט קען מען א משהו פארשטיין דוד המלך מיט'ן ציילן אידן אן קיין שקלים, דוד המלך ווייזט חשיבות עצמי פאר'ן 'יחיד', דאס ווייזט די מספר בני ישראל, כל פרט מנפשות ישראל כל אחד מספר, היינו דבר שבמנין, והוא חשוב בעיני ה' יתברך. דוד המלך קען נישט ציילן מיט קיין שקלים, ווייל שקלים איז פאר'ן רבים און נישט פאר'ן יחיד.
@צווייטער'ס רויע געדאנקען
@צווייטער'ס רויע געדאנקען
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: רויע געדאנקען
א טשיקאווע געדאנק...
די מנהג ישראל איז אז אחרון של פסח בראקט מען איין די מצה אין וואסער, מ'מאכט קניידלעך וכו'. יעדער מנהג ישראל איז לא לחנם הוקבע, ושרשו בגבהי מרומים, וועל איך שרייבן א געדאנק איבער דעם, ס'קוקט אויס טשיקאוו אבער איך מיין אז ס'האט א אמת אין זיך.
וויאזוי ווערט מצה געמאכט? פשוט, בלויז פון מעל און וואסער, מ'מישט עס אויס און אין אויוון אריין. אבער טראכט א מינוט, וויפיל וואסער ליגט אין איין מצה? בערך א האלבע גלעזל, נעם א האלבע גלעזל וואסער און גיס עס אויס אינעם ברענענדיגן מצה אויוון, אין בערך דרייסיג סעקונדעס בלייבט נישט גארנישט איבער, ולא נודע כי באו אל קרבנה, די אויוון וועט זיין טרוקן אינגאנצן.
דאן וויאזוי ווערט א מצה באשאפן? וואס האלט עס צוזאם? די וואסער שבו ווערט אויסגעברענט אין געציילטע סעקונדעס. איז עס בלויז מעל? זיכער נישט, ווייל אויב וועסטו אריינלייגן בלויז מעל אינעם אויוון וועט עס בלייבן בלויז פארברענטע מעל, עס וועט קיין מצה נישט ווערן.
נאר וואס דען, איז מוכרח צו זאגן אז אפילו נאכדעם וואס די וואסער פונעם מצה ווערט אויסגעברענט און עס פארבלייבט בלויז די מעל, בלייבט נאך פון פריער א כח נעלם פון די וואסער וואס דאס מאכט די מצה פאר א מצה, און דאס האלט עס צוזאם.
ממש כדברים האלה איז די גאנצע מושג פון בריאת העולם עפ''י הבעש''ט הק'. ס'איז באקאנט וויאזוי דער בעש''ט הק' לערנט אפ די פסוק 'לעולם ה' דברך נצב בשמים', די גאנצע בריאה איז בלויז די 'בדבר ה' שמים נעשו', און די גאנצער קיום הבריאה יעדער רגע איז בלויז פונעם 'דבר ה' הנצב לעולם', און ווי דער הייליגער 'תניא' שרייבט (פ''א שעהי''ו): תיבות ואותיות אלו הן נצבות ועומדות לעולם בתוך רקיע השמים ומלובשות בתוך כל הרקיעים לעולם להחיותם, וכן בכל הברואים שבכל העולמות עליונים ותחתונים. ואפילו ארץ הלזו הגשמית ובחינת דומם ממש אילו היו מסתלקות ממנה כרגע חס וחלילה האותיות מעשרה מאמרות שבהן נבראת הארץ בששת ימי בראשית, היתה חוזרת לאין ואפס ממש כמו לפני ששת ימי בראשית ממש.
אבער מובן מאיליו אז מיר זעהן עס נישט, אונזערע פליישיגע אויגן זעען בלויז א דבר נפרד וישות הגשמי בלבד, אן קיין חיות האותיות האלקות וואס איז דער אמת'ער מחיה ומהוה די בריאה, אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז ס'איז דא חיות אלקות וואס איז נעלם אינעם בריאה און דאס איז די חיות הבריאה, און דאס איז מהוה די בריאה יעדע רגע.
מצה ווערט אנגערופן אין זוה''ק 'מיכלא דמהימנותא', די 'מצה' ווייזט אויף אמונה. מיר זעהן נישט די וואסער אין די מצה, און מיר זעהן נישט די אלקות וואס איז אין די בריאה, אבער פונקט ווי די וואסער איז נעלם אין די מצה עס צו מאכן עקזיסטירן אלץ מצה, די זעלבער איז די אלקות נעלם אין די בריאה עס צו מאכן עקזיסטירן.
ביי יציאת מצרים שטייט אין פסוק (הושע, י''א, א') כִּי נַעַר יִשְׂרָאֵל וָאֹהֲבֵהוּ וּמִמִּצְרַיִם קָרָאתִי לִבְנִי, זאגט דער אלטער רבי הבעל התניא זי''ע אין ליקוטי תורה (פ' צו, פסח) אז די פסוק גייט ארויף אויף זמן יציאת מצרים, ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו בני ישראל, ס'איז טאקע געווען א מורא'דיגע התגלות, אבער די אידן זענען געווען דעמאלטס ווי א קינד, זיי האבן נישט משיג געווען וואס זיי זעהן. ס'איז געווען א בחינה פון 'כי נער ישראל' אבער מיט דעם אלעם איז געווען 'ואוהבהו', דער אויבערשטער זאגט, איך האב אים ליב געהאט. ווייל זיי האבן געגלייבט, זייער אמונה איז געווען זייער שטארק. אויף דעם ווייזט די מצה, מ'גלייבט באמונה אפילו מ'זעט נישט קלאר די אור אלקי.
אבער נאך קריעת ים סוף דעמאלטס איז שוין געווען אסאך א גרעסערע התגלות, זיי האבן שוין דאן געזען קלאר די 'זה קלי ואנוהו', און ווי חז''ל זאגן (מכילתא בשלח) 'ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי', דעמאלטס האבן אלע אידן זוכה געווען צו מחזות נפלאות במראות אלקות, דעמאלטס האבן זיי שוין געזען ווי די גאנצע בריאה ווערט בטל פאר'ן אור אלקי, ווי די פסוק לייגט עס אזוי שיין אראפ - מה לך הים כי תנוס? און די פסוק ענטפערט, מלפני אדון חולי ארץ! מלפני אלוק יעקב! דעמאלטס נעמט מען די מצה - די גאנצע בריאה - און מ'צעברעקלט עס און מ'לייגט עס צוריק אין וואסער אריין! מ'לייגט עס צוריק צו זיין שורש החיות, צום אור אלקי וואס איז אים מהוה ומחיה יעדע רגע.

Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
יום טוב ביינאכט ביי מעריב גיימיר אויסשרייען אין א הילכיגן געשריי - קהל און דערנאך די חזן - מיט'ן איינגענעמען יום טוב'דיגן נוסח דעם פסוק ''וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל''.
אסאך וואונדערן זיך, פארוואס איז דאס אזא הויכפונקט פונעם דאווענען? וואס שטייט שוין אין דעם פסוק? משה רבינו האט געזאגט די מועדים פאר די אידישע קינדער, מאי כולי האי?
איך מיין אז ס'האט א טיפערע באדייט, ובפרט אז א זאך וואס אידן זענען זיך נוהג האט עס זיכער א טיפערע פשט, ס'איז נישט אומזינסט.
באמת, דארף מען זיך בכלל מתבונן זיין אינעם פסוק זעלבסט פון 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל', זייער זעלטן וואס מיר טרעפן נאך א ציווי ה' צו משה אז די פסוקי התורה זאל זאגן אז משה רבינו האט עס איבערגעזאגט פאר די אידן, ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז משה רבינו האט איבערגעגעבן דעם דבר ה' און זיינע מצוות פאר די אידן נאכן נצטווה ווערן עפ''י הדיבור, די תורה דארף עס נישט זאגן. אויב אזוי פארוואס איז דא ביי די פ' המועדים אנדערש? פארוואס פירט די תורה אויס מיט'ן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל'?
אבער מיר ווייסן וואס ס'איז מבואר אין ספרי תלמידי הבעש''ט אז יום טוב קומט אראפ אויף דער וועלט א געוואלדיגער אור אלקי, א אור וואס שיינט אריין מיט א גרויסע ליכטיגקייט און געטליכקייט צו נשמת ישראל. אבער די אור אלקי וואס איז מאיר יום טוב גייט באמצעות הצדיק, דער צדיק בקדושתו איז ממשיך דעם אור און איז עס מאיר בתוך נשמת ישראל, און אזוי זענען אלע אידן מקושר מיט'ן אור פונעם יום טוב.
דאס איז די ביאור פנימי פארוואס חייב אדם להקביל פני רבו ברגל (ר''ה ט''ז, ע''ב) ווייל די אור אלקי פון יום טוב איז מען מקבל נאר דורך זיין רבי און באמצעותו ווערט מען מקושר מיט'ן אור אלקי המאיר ובא ביום טוב. און אזוי איז טאקע איינגעפירט כמה דורות ביי אלע חסידי'שע קרייזן ההולכים לאורו הגדול של מרן אור שבעת הימים הבעש''ט זי''ע אז יום טוב פארט מען צום רבי'ן, ווייל דער צדיק שיינט אריין די אור פון יום טוב. (איינער מער און איינער ווייניגער, אבער די מושג איז געווען איבעראל).
דאס איז פשט פארוואס נאכ'ן פרשת המועדים זאגט אונז די תורה 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל', די תורה פארציילט אונז דעם סוד, א וויכטיגע נקודה אינעם גאנצן ענין פון די מועדי ה'. - משה רבינו זאגט די מועדים פאר די אידן - בעומק מיינט דאס, אז משה רבינו שיינט אריין די אור אלקי וואס איז מאיר יום טוב. פארדעם איז אזוי וויכטיג אז די תורה זאל ענדיגן די פרשת המועדים מיט דעם פסוק.
פארדעם שפירן אידן אזא לעכטיגקייט און א דערהויבענקייט ביים אויסשרייען מיט א נעימות דעם פסוק ביי מעריב פון כניסת החג, מיר זענען דעמאלטס זיך מקשר צו משה רבינו וואס ער שיינט אריין דעם אור אלקי פון יום טוב אל תוך תוכו של נשמת ישראל.

- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 273
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1328
Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
שטארק!
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
לויט די ראשונים (ספר החינוך מצוה ש''ו) און אזוי אויך די סדר עליות לויט'ן אריז״ל (שעה''כ פסח) איז יום טוב שבועות די העכסטע שפיץ פון די גאנצע יציאת מצרים, ווייל דעמאלטס האבן אידן זוכה געווען צו קבלת התורה, צו די גרעסטע התגלות אלקות און צו דעם קשר הנצחי צווישן קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל. לכאורה וואלט געדארפט זיין אז שבועות זאל זיין דער גרעסטער יום טוב פון יאר, און די גרעסטע התעוררות ביי כלל ישראל זאל זיין דוקא ארום קבלת התורה.
אבער ווען מ׳קוקט אין תורה און אין מנהגי ישראל זעט מען לכאורה פארקערט. ליל פסח איז פיל מער א ״מצב״ ביי אידן. טאטע און קינדער זעצן זיך צוזאמען צום סדר נאכט, מיט א געוואלדיגע התעוררות, מיט'ן ווייסן קיטל, מ׳דערציילט יציאת מצרים, מ׳איז עוסק אין אמונה, מ׳זינגט הלל און מ׳שפירט א מורא׳דיגע הייליגקייט און התעוררות. משא״כ שבועות, אפילו עס איז זייער א הייליגער יום טוב, האט עס נישט דעם זעלבן צורה פון א ״ליל האמונה״ ווי פסח.
לכאורה איז דאס שווער, אויב קבלת התורה איז די סאמע העכסטע מדריגה, פארוואס איז פסח ביי אידן אסאך מער א הויפט נקודה?
אבער אפשר ליגט דא א טיפע יסוד.
ווען דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אין מצרים (שמות ג, יב) ״בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה״, איז דער טייטש נישט נאר אז אמאל אין צוקונפט וועלן אידן מקבל זיין די תורה, נאר דער אויבערשטער האט דא אנטפלעקט א טיפערע נקודה — אז כלל ישראל זענען בעצם ראוי און בכח צו מקבל זיין תורה.
דאס הייסט, נאך איידער די תורה איז געגעבן געווארן בפועל, האט שוין דער אויבערשטער מגלה געווען אז אין די נשמה פון אידן ליגט א פנימיות׳דיגע כח און שייכות צו תורה. אידן זענען בעצם א כלי פאר תורה. (עי' תפארת ישראל למהר''ל)
און אפשר קען מען זאגן אז די נקודה פון ״בכח״ איז אין א געוויסן זין נאך טיפער פון ״בפועל״.
ווייל א זאך וואס איז בפועל איז תלוי אין דעם גילוי בפועל. אבער די עצם כח און שורש בלייבט אייביג קיים. אפילו ווען א איד פאלט אראפ ח״ו, ווערט די פנימיות׳דיגע שייכות צו תורה קיינמאל נישט אפגעריסן. דער ״בכח״ פון א איד צו זיין מקבל תורה בלייבט אייביג בשלימות.
דאס איז די נקודה פון פסח.
פסח איז נישט נאר א הכנה צו שבועות, נאר פסח איז דער גילוי פון עצם נשמת ישראל, פון דעם פנימיות׳דיגן כח וואס מאכט א איד ראוי צו תורה נאך איידער ער האט עס מקבל געווען בפועל.
שבועות איז דער גילוי התורה, אבער פסח איז דער 'בכח' פונעם איד.
דערפאר איז ליל פסח אזא געוואלדיגער ״מצב״ ביי כלל ישראל, ווייל דעמאלטס ווערט אנטפלעקט די עצם נקודת ישראל וואס איז פון א געוויסן זין העכער אפילו פון די גילויים בפועל.
און אפשר קען מען צולייגן נאך א שיינע נקודה בדרך זה.
חז״ל הקדושים האבן מתקן געווען ביי ברכות קריאת שמע ״שתים לפניה ואחת לאחריה״ (ברכות פרק א' משנה ד'). ווען מ׳קוקט אריין אין די תוכן הברכות זעט מען א שטארקע סדר:
די ערשטע ברכה — ״יוצר אור ובורא חושך״ — רעדט פונעם סדר הבריאה, פון די גאנצע הנהגת הבריאה און ווי דער אויבערשטער איז מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית.
די צווייטע ברכה — ״אהבה רבה״ / ״אהבת עולם״ — רעדט פון מתן תורה, ״ותלמדנו חוקי חיים״, ״וקרבתנו מלכנו לשמך הגדול״, די גאנצע ענין פון ''תורה''.
און די דריטע ברכה — ״אמת ויציב״ — רעדט פון יציאת מצרים, ״גאל ישראל״.
ולכאורה איז דאס פארקערט פונעם סדר המאורעות. קודם איז דאך געווען בריאת העולם, נאכדעם יציאת מצרים, און ערשט דערנאך קבלת התורה. פארוואס האבן אנשי כנסת הגדולה מסדר געווען אז יציאת מצרים זאל קומען נאך דער ברכה פון תורה?
אבער לויט דעם פריערדיגן יסוד איז דאס זייער זיס.
קבלת התורה איז טאקע דער גילוי בפועל, אבער יציאת מצרים אנטפלעקט דעם עצם כח הפנימי פון אידן, דעם שורש הנשמה וואס איז א כלי לתורה אפילו נאך איידער די תורה איז נתקבל געווארן בפועל.
דערפאר האבן אנשי כנסת הגדולה מסדר געווען אז נאך דער ברכה פון תורה קומט נאכאלץ די ברכה פון גאולה.
ווייל אפילו נאכדעם וואס א איד איז שוין זוכה צו תורה, דארף ער זיך נאכאלץ מקשר זיין מיט דעם פנימיות׳דיגן ״בכח״ פון יציאת מצרים — מיט דעם עצם נקודת ישראל וואס איז למעלה אפילו פון די גילויים בפועל.
דאס ברענגט ארויס אז שטענדיג יעדע רגע איז א איד ראוי ומוכן צו קבלת התורה אפגעזען וואספארא מצב ער איז, די כח אין זיין נשמה איז שטענדיג מחובר צו די תורה און ער קען יעדע רגע עס גיין נעמען.

לערנענדיג ספר משלי איז מיר איינגעפאלן א קשר פון די צוויי פסוקים (ס'איז על דרך הפשט, נישט אלץ זאגן די מפרשים פשט אין די שייכות פון איין פסוק מיט'ן אנדערן, מ'דארף זיך מוטשענען עס צו פארשטיין און מקשר זיין)
שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד-כה): חושך שבטו שונא בנו ואוהבו שחרו מוסר: צדיק אוכל לשובע נפשו ובטן רשעים תחסר:
לכאורה אויפ'ן ערשטן בליק זענען דאס צוויי באזונדערע ענינים, דער ערשטער פסוק רעדט פון חינוך הבנים און דער צווייטער פון צדיקים און רשעים. אבער יש לומר אז דער צווייטער פסוק איז א המשך צום ערשטן.
א טאטע קען טראכטן: פארוואס זאל איך מוסר'ן מיין קינד? פארוואס זאל איך אים נישט נאכגעבן וואס ער וויל? אויב וועסטו זאגן אז עוה''ז איז נישט דער עיקר, אבער דאך וויל איך אז מיין קינד זאל האבן אויך חיי העוה''ז.
אויף דעם ענטפערט שלמה המלך מיט'ן קומענדיגן פסוק: ״צדיק אוכל לשובע נפשו״. דער מענטש וואס לערנט זיך נישט נאכלויפן יעדן רצון און יעדע תאווה, דווקא ער קומט אן צו א אמת'ע שובע און צופרידנהייט. משא"כ ״ובטן רשעים תחסר״, דער וואס לעבט אן קיין גבולות און נאכגעבנדיג יעדן תאווה, בלייבט אלץ מיט א געפיל פון חסרון, וויפיל ער זאל נאר האבן.
קומט אויס אז דער צווייטער פסוק איז א השלמה צום ערשטן. שלמה המלך זאגט פאר'ן טאטן: דו זאלסט נישט מיינען אז דורך מוסר און חינוך וועסטו אוועקנעמען פון דיין קינד'ס גליק, פארקערט, דוקא דער וועג פון מוסר ברענגט צום ״לשבע נפשו״, און דער וועג פון נאכגעבן יעדן רצון ברענגט צום ״ובטן רשעים תחסר״.
שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד-כה): חושך שבטו שונא בנו ואוהבו שחרו מוסר: צדיק אוכל לשובע נפשו ובטן רשעים תחסר:
לכאורה אויפ'ן ערשטן בליק זענען דאס צוויי באזונדערע ענינים, דער ערשטער פסוק רעדט פון חינוך הבנים און דער צווייטער פון צדיקים און רשעים. אבער יש לומר אז דער צווייטער פסוק איז א המשך צום ערשטן.
א טאטע קען טראכטן: פארוואס זאל איך מוסר'ן מיין קינד? פארוואס זאל איך אים נישט נאכגעבן וואס ער וויל? אויב וועסטו זאגן אז עוה''ז איז נישט דער עיקר, אבער דאך וויל איך אז מיין קינד זאל האבן אויך חיי העוה''ז.
אויף דעם ענטפערט שלמה המלך מיט'ן קומענדיגן פסוק: ״צדיק אוכל לשובע נפשו״. דער מענטש וואס לערנט זיך נישט נאכלויפן יעדן רצון און יעדע תאווה, דווקא ער קומט אן צו א אמת'ע שובע און צופרידנהייט. משא"כ ״ובטן רשעים תחסר״, דער וואס לעבט אן קיין גבולות און נאכגעבנדיג יעדן תאווה, בלייבט אלץ מיט א געפיל פון חסרון, וויפיל ער זאל נאר האבן.
קומט אויס אז דער צווייטער פסוק איז א השלמה צום ערשטן. שלמה המלך זאגט פאר'ן טאטן: דו זאלסט נישט מיינען אז דורך מוסר און חינוך וועסטו אוועקנעמען פון דיין קינד'ס גליק, פארקערט, דוקא דער וועג פון מוסר ברענגט צום ״לשבע נפשו״, און דער וועג פון נאכגעבן יעדן רצון ברענגט צום ״ובטן רשעים תחסר״.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
חז"ל זאגן אונז דריי גדרים אויף וואס עס מיינט א "חכם", אין מס' קידושין (מ"ט ע"ב) אויף די גמרא "הרי את מקודשת לי על מנת שאני חכם וכו' כל ששואלים אותו דבר חכמה בכל מקום", זאגט רש"י, "מילתא דתליא בסברא". אין פרקי אבות (פ"ד מ"א) זאגן חז"ל "איזהו חכם? הלומד מכל אדם". און אין מס' תמיד (ל"ב ע"א) זאגן חז"ל "איזהו חכם? הרואה את הנולד".
לכאורה זענען דאס דריי באזונדערע הגדרות, איינמאל איז א חכם איינער וואס האט א סברא, איינמאל איינער וואס לערנט פון יעדן מענטש, און איינמאל איינער וואס זעט פאראויס וואס וועט זיין, וואס איז פשט אין דעם?
נאר לענ''ד זעט אויס אז רש"י אין קידושין איז דער עיקר הגדרה פון א חכם. א חכם איז נישט איינער וואס האט אסאך אינפארמאציע, ידיעות אליינס מאכן נאך נישט קיין חכם, א מענטש קען קענען טויזנטער זאכן און נאכאלץ נישט זיין קיין חכם, ער קען טאקע אויסרעכענען אסאך זאכן. אבער נאר מיט די אינפארמאציע וואס ער האט שוין אין קאפ, ער לייגט גארנישט צו.
חכמה איז "מילתא דתליא בסברא". א חכם איז איינער וואס האט א כח השכל, ער קען מוליד זיין א סברא, ער קען נעמען ידיעות און פון דעם בויען א נייע הבנה, דאס איז די עצם מהות פון א חכם.
יעצט קומט דער צווייטער שטאפל, א מענטש קען האבן א געוואלדיגן כח החכמה און נאכאלץ נישט זיין קיין אמת'ער חכם, ער קען זיך פארליבן אין זיינע אייגענע סברות און נישט קענען הערן קיין אנדערע צד, ער קען זוכן צו זיין גערעכט אנשטאט זוכן דעם אמת.
אויף דעם זאגן חז"ל "איזהו חכם? הלומד מכל אדם". דער ברטנורא איז מדייק נישט סתם "איזהו חכם", נאר איזהו חכם שראוי שיתהלל בחכמתו. נישט ווייל ער זוכט נאך אינפארמאציע, נאר ווייל ער איז גרייט צו הערן דעם אמת פון יעדן מענטש, ער איז נישט פארשפארט אין זיינע אייגענע סברות, אויב ער זעט אז דער אמת איז ביי א צווייטן, איז ער גרייט צו טוישן מיינונג, נאר אזא איינער קען באמת זיין א חכם, ווייל נאר אזא איינער לאזט זיין שכל נאכלויפן דעם אמת וואוהין עס זאל נאר פירן.
און דערנאך קומט די דריטע מדריגה: "איזהו חכם? הרואה את הנולד".
געווענליך טייטשט מען אז דער חכם זעט פאראויס, ער קען פאראויסשאצן וואס וועט געשען. דער חכם זעט נישט דעם נולד ווייל ער האט עס שוין געזען אמאל, ווייל אויב אזוי איז ער נישט קיין חכם נאר א בעל נסיון, א בעל נסיון ווייסט וואס וועט זיין ווייל ער געדענקט וואס איז געווען.
אבער א חכם ארבעט נישט פון זכרון נאר פון סברא, וויבאלד ער האט א כח ההולדה בשכל, קען ער מוליד זיין פון די היינטיגע מציאות די צוקונפט'דיגע תוצאות. ער דארף נישט האבן געזען דעם פאל פריער, זיין שכל אליין זאגט אים וואס גייט ארויסקומען פון די סיבות וואס ליגן יעצט פאר אים.
דער בעל נסיון ווייסט וואס וועט זיין ווייל ער געדענקט וואס איז געווען, דער חכם ווייסט וואס וועט זיין אפילו ווען ער ווייסט נישט וואס איז געווען, ווייל זיין שכל זאגט אים וואס מוז זיין. דאס איז "הרואה את הנולד" כפשוטו, ער זעט שוין יעצט די תוצאות וואס ליגן באהאלטן אין די סיבות.
אבער ס'איז דא א באקאנטער טייטש פונעם הייליגן חתם סופר זי''ע אז "הרואה את הנולד" מיינט "הרואה את הנולד כבר". לכאורה זענען דאס צוויי פארקערטע פשטים, אדער רעדט מען פון זען פאראויס, אדער רעדט מען פון קוקן צוריק. אבער לענ''ד זעען זיי אויס ווי צוויי חלקים פון איין זאך, און מ'קען עס צוזאמפלעכטן.
וויאזוי ווייסט מען אז דער חכם האט טאקע גוט געחשבונ'ט? וויאזוי זעט מען אז זיין סברא איז געווען אמת?
אויף דעם קומט דער פשט פונעם חתם סופר, ווען די זאך ווערט שפעטער "נולד", דעמאלטס זעט מען למפרע אז ער האט טאקע גוט געחשבונ'ט. די מציאות אליין ווערט עדות אז זיין חכמה איז געווען אמת. ממילא זענען די צוויי פירושים נישט קיין סתירה, נאר א סיבה און א תוצאה, דער חכם זעט דעם נולד איידער עס ווערט נולד, און ווען עס ווערט שפעטער נולד, ווערט נתברר אז ער איז געווען גערעכט.
ממילא קומען אויס די דריי מאמרי חז"ל נישט אלץ דריי באזונדערע הגדרות, נאר דריי שטאפלען אין חכמה:
"מילתא דתליא בסברא" – מהות החכם. ער האט א כח השכל און קען מוליד זיין סברות.
"הלומד מכל אדם" – דער אמת'ער חכם. ער איז נישט משוחד צו זיינע אייגענע סברות, נאר ער זוכט דעם אמת און איז גרייט צו טוישן מיינונג ווען דער אמת פארלאנגט עס.
"הרואה את הנולד" – דער גילוי און ראיה אויף זיין חכמה. וויבאלד ער האט א כח ההולדה בשכל, קען ער זען מסברא וואס וועט ארויסקומען פון די היינטיגע מציאות, און ווען די זאך ווערט שפעטער נולד, זעט מען למפרע אז זיין חשבון איז געווען ריכטיג.
אזוי ווערן צוזאמענגעפלאכטן דער פשוט'ער פשט אין "הרואה את הנולד" מיט'ן פירוש פונעם הייליגן חתם סופר, דער חכם זעט דעם נולד איידער עס ווערט נולד, און ווען עס ווערט שפעטער נולד, ווערט נתברר אז ער האט טאקע געזען ריכטיג.

-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3034
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6799
Re: @צווייטער'ס רויע געדאנקען
@צווייטער
מי לייק!!!!
טיימס 1000
מי לייק!!!!
טיימס 1000