יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
ערענסט גערעדט א מינוט,
אויב איינער פילט ער איז גוט פאר בחורים, צו ער האט שוין אמאל געטון אין דעם און ער פילט ער קען ארויסהעלפן מיט דעם אז די ישיבה זאל זיך טאקע קענען עפענען פאר דעם זמן, און אז נאכן עפענען זאל זיך עס האלטן אפען, קען מיר שיקן א אימעיל צו dirah178@gmail.com
אבער זאלסט וויסן סבאמת א שווערע זאך.
אין די געגענט פון מאנסי, קרית יואל, קעטסקילס,
און אויך אויב איינער ווייסט פון היימישע חסידישע בחורים איבער די צוואנציג אן קיין טעכנאלאגיע וואס האבן נאכנישט קיין ישיבה פאר דעם זמן, קען אויך שיקן אן אימעיל.
Dirah178@gmail.com
בשם השם יעשה ויצליח! כפרענק נישט יעצט....

הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
נו, וויאזוי איז עס געוועהן היינט?שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:08 pm געזאגט ראש חודש אייר ביים עמוד 'את יום חג המצות הזה'
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
דזשאסט פאר א קליינע אפדעיט, די ישיבה האט זיך נישט געעפענט למעשה..ווינטעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:17 pm ערענסט גערעדט א מינוט,
אויב איינער פילט ער איז גוט פאר בחורים, צו ער האט שוין אמאל געטון אין דעם און ער פילט ער קען ארויסהעלפן מיט דעם אז די ישיבה זאל זיך טאקע קענען עפענען פאר דעם זמן, און אז נאכן עפענען זאל זיך עס האלטן אפען, קען מיר שיקן א אימעיל צו dirah178@gmail.com
אבער זאלסט וויסן סבאמת א שווערע זאך.
אין די געגענט פון מאנסי, קרית יואל, קעטסקילס,
און אויך אויב איינער ווייסט פון היימישע חסידישע בחורים איבער די צוואנציג אן קיין טעכנאלאגיע וואס האבן נאכנישט קיין ישיבה פאר דעם זמן, קען אויך שיקן אן אימעיל.
Dirah178@gmail.com
בשם השם יעשה ויצליח! כפרענק נישט יעצט....
מאנכע געבן אן מזאל וואטשן זיך נישט צו אויסגליטשן אויף בחורים ווען מען גייט אויפן גאס, ווייל די גאסן זענען פול מיט ישיבה'לאזע ליידער....
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21968
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
אוי.
וויאזוי מאכט מען דא די פארקערטע פון א לייק?

די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
יעצט ווייסעך שוין פארוואס סליגט אין די בושות טעמע....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:42 pm אוי.
וויאזוי מאכט מען דא די פארקערטע פון א לייק?
אבער די חיזוק געבערס זאגן אז מדארף טון, נישט אויפטון! זוי זאגן די חברה...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 324
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1456
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
אוי גייסטו נאך זעהן הצלחה איין טאג... אויב נישט איבער די ישיבה, פון אנדערע זאכן וואס די טוהסט... די ארבעט וואס די האסט אריינגעלייגט פארן באשעפערס וועגן לא יחזור ריקם.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
ווי איך האב בטעות אנגעטון רבינו תםס תפילין אנשטאט די רש''י.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5694
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20345
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
נישט געווען געפערליך, אבער גענוג צו טריגערן דעם געברויך עס אויסצושמועסן ברבים.
א קארגע האלבע שעה פארן זמן מעריב, האמיר זיך ענדליך געכאפט אז די דריי וואכן געשעט עכט, און טאמער נעם איך נישט זאפארט אראפ דעם טשופ פון קאפ וועט עס מיר באצירן פאר גאנצע איין און צוואנציג ימי אבילות. א ציטער האט מיר אנגעכאפט. די קאר איז געפלויגן, דער שערער האט געשוירן, און דער שויער האט אראפגעשווענקט די איבערגעבליבנס פון די אומגעצייטיגטע פריש געשניטענע תבואה.
קומעך אריין צו מעריב, ווי א חתן ביים קבלת פנים, פריש געקרייזלטע פיאה'לעך מיט בע'חנ'טע טראפעלעך וואס שנירן זיך פון די זייטן. דער עלטערע דור קוקט זיך צו מיט בייזוואונדער ווי א יונגערמאן שעמט זיך נישט ארומצוגיין און פראקלאמירן אז ער האט יעצט הערשט געכאפט דעם פלעין ארויס פון בעט... רויטע בושות האמיר געשניטן, און א נייע פשט אין די ימי אבילות זיך דערלערנט.
שנשמע ונתבשר.

דיין אוועטער קוקט נישט אויס אזוי אפגעשוירן...שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:33 pm נישט געווען געפערליך, אבער גענוג צו טריגערן דעם געברויך עס אויסצושמועסן ברבים.
א קארגע האלבע שעה פארן זמן מעריב, האמיר זיך ענדליך געכאפט אז די דריי וואכן געשעט עכט, און טאמער נעם איך נישט זאפארט אראפ דעם טשופ פון קאפ וועט עס מיר באצירן פאר גאנצע איין און צוואנציג ימי אבילות. א ציטער האט מיר אנגעכאפט. די קאר איז געפלויגן, דער שערער האט געשוירן, און דער שויער האט אראפגעשווענקט די איבערגעבליבנס פון די אומגעצייטיגטע פריש געשניטענע תבואה.
קומעך אריין צו מעריב, ווי א חתן ביים קבלת פנים, פריש געקרייזלטע פיאה'לעך מיט בע'חנ'טע טראפעלעך וואס שנירן זיך פון די זייטן. דער עלטערע דור קוקט זיך צו מיט בייזוואונדער ווי א יונגערמאן שעמט זיך נישט ארומצוגיין און פראקלאמירן אז ער האט יעצט הערשט געכאפט דעם פלעין ארויס פון בעט... רויטע בושות האמיר געשניטן, און א נייע פשט אין די ימי אבילות זיך דערלערנט.
שנשמע ונתבשר.
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
-
געשמאקער איד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
- x 75
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
האלט מיר אינמיטן אנטאן די של יד תפילין איך וויל אראפ נעמען די טלית פון די קאפ צו אנטאן די של ראש שפיר איך ווי איך שטויס זיך אן אין א הארטע זאך נאך א סעקונדע גיב איך מיך א כאפ אז די טלית ליגט נאך אויף די פלייצע פון ברכי נפשי און איך האב נאך אן דעם הוט....
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5694
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20345
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
דערמאנסט מיר פון גלייך נאך מיין חתונה ווען איך האב נאכנישט געהאט געהעריג געפראסעסט אז מהאט שוין אויסגעטון די בחורישע שיך, האב איך אמאל נאכן ענדיגן אנטון די תפילין - אנשטאט זיך איבערדעקן מיטן טלית - צוריק אנגעטון דעם הוט... יוש, כ'ווער נאך יעצט רויט...געשמאקער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 pm האלט מיר אינמיטן אנטאן די של יד תפילין איך וויל אראפ נעמען די טלית פון די קאפ צו אנטאן די של ראש שפיר איך ווי איך שטויס זיך אן אין א הארטע זאך נאך א סעקונדע גיב איך מיך א כאפ אז די טלית ליגט נאך אויף די פלייצע פון ברכי נפשי און איך האב נאך אן דעם הוט....
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 441
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1317
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
גראדע זייער א גוטע עצה...
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 441
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1317
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
געזאגט ביים פארדאווענען הויעך שמו''ע ביי רפאנו אנשטאט רופא חולי עמו ישראל, רופא כל בשר ומפליא לעשות...
יאוי איז דעיס געוועהן בושות...
יאוי איז דעיס געוועהן בושות...
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
איך האב נאך לייגן תפילין זיך געוואשן די הענט ביים סינק מיט'ן הוט אויפ'ן קאפ און טלית אויף די פלייצעשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 1:35 amדערמאנסט מיר פון גלייך נאך מיין חתונה ווען איך האב נאכנישט געהאט געהעריג געפראסעסט אז מהאט שוין אויסגעטון די בחורישע שיך, האב איך אמאל נאכן ענדיגן אנטון די תפילין - אנשטאט זיך איבערדעקן מיטן טלית - צוריק אנגעטון דעם הוט... יוש, כ'ווער נאך יעצט רויט...געשמאקער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 pm האלט מיר אינמיטן אנטאן די של יד תפילין איך וויל אראפ נעמען די טלית פון די קאפ צו אנטאן די של ראש שפיר איך ווי איך שטויס זיך אן אין א הארטע זאך נאך א סעקונדע גיב איך מיך א כאפ אז די טלית ליגט נאך אויף די פלייצע פון ברכי נפשי און איך האב נאך אן דעם הוט....
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4443
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13784
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
כהאב אמאל מיטגעהאלטן ווי איינער ביי א ניחום אבילום נישט מער געדאכט, ווי איינער גייט צו צו די אבילום מנחם זיין און ער זאגט בזה"ל:
המקום ינחם אתכם בתוך שאר חולי ישראל...
די בושות וואס ער האט געהאט' יויש איז דעיס געווען painful מיטצוהאלטן../
המקום ינחם אתכם בתוך שאר חולי ישראל...
די בושות וואס ער האט געהאט' יויש איז דעיס געווען painful מיטצוהאלטן../
-
מיילעך פריילעך
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4443
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13784
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
נע... כקען גענוג געשמאקע אידן וואס דרייען זיך ארום מיט די טלית אויפן פלייצע מיט די הוט אויפן קאפ...געשמאקער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 pm האלט מיר אינמיטן אנטאן די של יד תפילין איך וויל אראפ נעמען די טלית פון די קאפ צו אנטאן די של ראש שפיר איך ווי איך שטויס זיך אן אין א הארטע זאך נאך א סעקונדע גיב איך מיך א כאפ אז די טלית ליגט נאך אויף די פלייצע פון ברכי נפשי און איך האב נאך אן דעם הוט....
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
-
געשמאקער איד
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:25 pm
- x 75
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
מיט של יד תפילין?מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:16 pmנע... כקען גענוג געשמאקע אידן וואס דרייען זיך ארום מיט די טלית אויפן פלייצע מיט די הוט אויפן קאפ...געשמאקער איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 pm האלט מיר אינמיטן אנטאן די של יד תפילין איך וויל אראפ נעמען די טלית פון די קאפ צו אנטאן די של ראש שפיר איך ווי איך שטויס זיך אן אין א הארטע זאך נאך א סעקונדע גיב איך מיך א כאפ אז די טלית ליגט נאך אויף די פלייצע פון ברכי נפשי און איך האב נאך אן דעם הוט....
איי געסט ערגעץ אינמיטן די לשם יוחד פון די טלית בין איך אריין געפארן אין די לשם יוחד פון תפילין
יוי איז עס געווען בושות
האמיר געהאט א מוראדיגע נסיון צו געבן א טראסקע ארויף די טלית פארן אנטאן די של ראש
למעשה האמיר זיך מתגבר געווען..
- שני התולעת
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 3:32 am
- x 13
-
Eric Trump
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 3:58 pm
- x 36
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
זיך געטראפן דאווענען מוסף ראש חודש מיט די תפילין...
- פאלשע בארד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 16, 2026 10:16 pm
- Location: new york
- x 44
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
די פאלגנדע וואס איר גייט יעצט ליינען האב איך באקומען א לאנגע צייט צוריק פון איינעם, און איך ווייס נישט צו איר האט עס שוין געליינט אדער נישט, אבער איך לייג עס ארויף עניוועי, און אויב האט איר עס שוין געליינט, ווי פלעגן מיינע מגידי שיעורים זאגן, "חזרה שאדט נישט". איז עניוועי, ליינט מיט הנאה:
"געדענקעך אין ישיבה ווען מהאמיר אמאל דיסקוסירט די אלע מצבים ווען א מענטש האט א דורכפאל וואס רייסט שטיקער, דער בעל הדורכפאל טרעפט זיך מיטאמאל אין א מצב וואס בייסן די נעגל און צומאכן די אויגן איז ווייט פון גענוג…. דער באטרעפנדער וויל זיך זאפארט באגראבן אין א לאך פון וואו עס איז נישט דא קיין וועג צוריק ארויס. די צוקוקער מצדם זענען אויך אין א מצב וואס זיי ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי צו רעספאנדן, זיי גיבן זיך אינסטיקטיוו א דריי אוועק נישט קענענדיג קוקן דעם לא יוצלח אין פנים, און מען פרובירט צו כאפן די אטענטשאן פון סיי וועלכער אביעקט אינעם געגנט צו פארמיידן די אייגענע בושות פון דארפן קוקן יענעם אין פנים. ס'איז זייער קאמפליצירט און אומבאקוועם אסאך מאל דאס צו זעהן, ווייל דער זיידע וואס האט זיך אויסגעגליטשט אין די שניי ווייסט אז יעדער האט געזען, און ווען דו דרייסט דיך אוועק אדער הייבסט אן רעדן הויעך וועגן עפעס א גרויסע פייגל אויף 'יענע בוים' ווייסט ער פונקטליך פארוואס דאס איז פלוצלינג געשעהן און פארוואס דו האט פלוצלינג באשלאסן צו קוקן אין יענע דירעקציע, אבער מיט דעם אלעם איז דאס וואס מען טוט, (אנשטאט העלפן יענעם זיך אויפשטעלן…), בקיצור - יענער ווייסט אז דו ווייסט אז יענער ווייסט וכו' וכו' אז דו האסט געזעהן און מיטגעהאלטן פונקטליך וואס דא האט פאסירט. לאמיר איבערגיין אביסל טייל פון די סיטואציעס:
ווען א מגיד שיעור האט זיך אויסגעגליטשט מיט א קראפט אין מקוה אין ישיבה, - (יעדער ווערט מיטאמאל פארנומען זיך גוט אפווישן בחורין ובסדקין אזש מען קוקט נישט וואס טוט זיך ארום זיך…)
ווען מיין מנהל האט געשריגן אינמיטן א דרשה אויף א בחור און געשריגן זיין ווייב'ס נאמען אנשטאט דעם בחור'ס, - (אויפאמאל זעה איך האלב עולם זיצן מיט פארמאכטע אויגן ווי כאילו מען שלאפט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה, און די איבריגע מאכן זיך ווי זיי זענען פארטיפט אין א קריץ אויפן טיש וכדו'...)
ווען מיין מגיד שיעור האט בטעות אויסגעגאסן זיין קאווע איבער די גמרות פון צוויי בחורים און געבליבן שטיין ווי א מצורע מיט א אפענעם מויל נישט וואוסנדיג וויאזוי צו רעספאנדען צום געשעעניש, - (גראדע געהאט א נצחון אין אים….)
ווען מיין חברותא האט מיר פארציילט מיט עקסטאז ווי גוט ער האט אפגעטון דעם מגיד שיעור, און דער מגיד שיעור שטייט אונטער אים און הערט זיך צו... אוי, דער רגע ווען ער האט באמערקט דעם מגיד שיעור.... (איך האב מיך פונקט אויפגעהויבן און געגאנגען נעמען א טישו פאר מיין נאז…. שטייצעך...)
די זעלבע זאך ווען מיין משגיח האט גערעדט אין כתה איין פארטאגס סדר קעגן א מצב אין ישיבה וואס איך האב אנגעפירט, ער האט געהאלטן אז עס גייט זיך נישט אויסארבעטן און עס גייט נאר ברענגען בזיונות, און ער האט געבעטן די בחורים מען זאל זיך נישט צושטעלן און קיינער זאל מיר נישט איבערזאגן אז ער האט עס אנגעדרייט אזוי וועל איך זעהן אז ס'פשוט נישט געלונגען, און.... נאך זיין דרשה האט ער צו זיין גרויס איבערראשונג באמערקט אז איך בין געהעריג אין כתה און פאר סאם ריזען האט ער געמיינט אז נישט.... - (אאאאוטששש….!!!! האסט אים געמוזט זעהן אין יענע סעקונדע…. ער האט אפגעפוצט פון שטח…)
ווען מיין שכן אין ביהמ"ד האט געשריגן פארפלאמטערהייט אמן יהא שמיה רבא אינמיטן קדיש, אדער ברוך הוא וברוך שמו אינמיטן הויכע שמונה עשרה, נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, - (אקעי, איך מאך מיך ווי איך דאוון בבחינת כלות הנפש און איך כאפ נישט בכלל…)
ווען דער משמש איז אריינגעקומען צום קידוש מיט א גאנצער טאץ מיט הערינג און... סשוףףףף.... אלעס אראפ אויפן פלאר.... - (אוי האבן די קינדער גע'יובל'ט פאר פרייד….)
ווען דער בעל תפלה זינגט א הערליכער ושמרו און אינמיטן פארט ער אריין אין די נוסח פון שוכן עד, - (כאטש איז ער אויסגעדרייט צום עמוד, נאכן דאווענען ברויך מען נאר שנעל אפפוצן צו פארמיידן א אומאנגענעמע באגעגעניש מיט אים...)
ווען איינער רייסט איין אינמיטן א שמועס מיט א שטארקע טענה אויף זיין זייט, רויט און צארנדיג אויף דער וואס זאגט אנדערש, און נאכדעם ווערט ער געוואר אז נישט פון דעם האט מען גערעדט… - (נעקסטיים אביסעלע איינגעהאלטנקייט…)
ווען דער בעל תפלה ציילט ספירה מיט א פלאקער די נעכטיגע טאג, - (בעיסיקלי איז די עצה אין אזא פאל צו שרייען נאא מיט א לשון קשיא - ווי צו זאגן 'איך בין אויך נישט זיכער, אבער כ'מיין אז איר זענט זיך טועה…')
ווען דער גראבער אינגערמאן וואס דעליווערט די של"ס בילקעס האט זיך אראפגעבויגן אראפלייגן דעם באקס און זיין הויזן האט זיך צוטיילט אין צווייען לעיני כל הנאספים, - (יעדער הייבט מיטאמאל אן פרעגן שאלות צו די בילקעס זענען פריש וכדו'...)
ווען דער גראדער מעכל שפאנצירט אריין אין בית מדרש מיטן שלאף קאפל באצירט מיטן פאם-פאם, - (קיינער קוקט נישט אהין און פארטיג, מ'מאכט א שווייג…)
ווען דער געשמאקער בחור האט געגעבן א זעץ פאר זיין חבר אין רוקן און באמערקט אז דאס איז דער ראש ישיבה אליינס, - ( אוי, איימסארי…)
אזוי כהנה וכהנה, נאך אסאך אזאנע מעשיות, מעשיות וואס זענען געשעהן און אנדערע וואס וואלטן ווען געקענט געשעהן זענען אויסגעלייגט געווארן אויפן טיש. פארוואס ברענג איך עס דא ארויף? פשוט, כ'האב נעכטן געהאט אזא עקספיריענס, און נאך יעצט בייס איך מיין ליפן… איך בין געווען דאס מאל פון די ביישויער וועלכע האבן מיטגעהאלטן ווי א בעל דרשן רעדט ווען אויף זיין בארד ליגט א גרויסע שטיקל צוויבל - ווארשיינליך שריים פון די פיקל סאלאט, און ער האט גערעדט מיט אזא אייפער מיינענדיג אז יעדער לאכט פון זיינע געזויגענע דזשאוקס, ביז ער האט געכאפט וואס דא טוציך, און שנעל פארענדיגט זיין דרשה...
זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל נאר הערן גוטע בשורות!
זייטס געזונט און שטארק!"

עניוועי...
- מלך בייוואז
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 353
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
- Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
- x 225
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
ווען א חבר מיינע האט זיך אויפגערגט ווען ער איז געבליבן זיצן אין זיין דאמעטארי ראם נאכן אויף וועקן שבת נאכמיטאג און ציגעהאקט דעם טיר אפאר מאל שרייענדיג גיידיר שוין ארויס פון דא און קים נישט צרוק!!! (ער איז געווען אין בעק פון די טיר) און געטראפן אז יענע בחור איז שוין לאנג נישט דארט נאר עס איז געווען די מנהל (ב״ה אז די מנהל האט פארשטאנען דעם מיספארשטענדעניש און עס האט זיך דארט גענדיקט)
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
-
אמת ואמונה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 240
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
- x 332
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
העי, דיין ישיבה קטנה האט א דארמיטארי?מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 27, 2026 1:42 pm ווען א חבר מיינע האט זיך אויפגערגט ווען ער איז געבליבן זיצן אין זיין דאמעטארי ראם נאכן אויף וועקן שבת נאכמיטאג און ציגעהאקט דעם טיר אפאר מאל שרייענדיג גיידיר שוין ארויס פון דא און קים נישט צרוק!!! (ער איז געווען אין בעק פון די טיר) און געטראפן אז יענע בחור איז שוין לאנג נישט דארט נאר עס איז געווען די מנהל (ב״ה אז די מנהל האט פארשטאנען דעם מיספארשטענדעניש און עס האט זיך דארט גענדיקט)
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
יויששש....
ס'דערמאנט מיר ווען אינמיטן מיין חתונה האט מיין שווער געוואלט אופהייבן עפעס פון די פלאהר, והנה מעשה הויזן הצליח.....
פון גרויס צעמישעניש האט ער בטעוצ אריינגעשפאנט אין יחוד שטיבל אשטאט אין די משפחה צימער....
די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט אפילו יעצט האלטנדיג אסאך יארן שפעטער....

נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן.
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
און נישט אלעס וואס מען זאגט קומט פון טראכטן!
- מלך בייוואז
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 353
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
- Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
- x 225
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
געווען אין קעמפּאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 27, 2026 2:10 pmהעי, דיין ישיבה קטנה האט א דארמיטארי?מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 27, 2026 1:42 pm ווען א חבר מיינע האט זיך אויפגערגט ווען ער איז געבליבן זיצן אין זיין דאמעטארי ראם נאכן אויף וועקן שבת נאכמיטאג און ציגעהאקט דעם טיר אפאר מאל שרייענדיג גיידיר שוין ארויס פון דא און קים נישט צרוק!!! (ער איז געווען אין בעק פון די טיר) און געטראפן אז יענע בחור איז שוין לאנג נישט דארט נאר עס איז געווען די מנהל (ב״ה אז די מנהל האט פארשטאנען דעם מיספארשטענדעניש און עס האט זיך דארט גענדיקט)
פארוואס פרעגסטי?
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
Re: יוש אידעיס בושות... כ'האף קיינער זעט נישט ווי כ'בין רויט געווארן!
בויך געדרייט שלש סעודות צייט פון אזא גרויסן סעודה וואס איז קוים 3 שעה צוריק געפארטיגט, געמאכט א חשבון שלא כהלכה
א. כהאב דאך שוין געגעסן קידוש און שוהל דאן מיין סעודה איז געוועהן מיין שלש סעודות.
זיצעך אינמיטן שיהל (בערך 60 מתפללים) ווי איך בין געוועהן צוגאסט, לייג א שטיקל געריסענע חלה פארנט פון מיר, און ווען כמיין אז מיין שכן קוקט דיפ איך עס אריין און א שטיקעל פיש און עס נאר די פיש און נישט די חלה.
איך בין האלב פארחלומ'ט ווען איך הער משישקעט .... נו.. נו רבותי.... נישט מער געדאכט זעה איך ווי די שמש שטייט מיטן רב'ס בעכער אין מיין פנים און די אלטע רב מיטן לאנגען בארד ווינקט פון די ווייטענס זאגט נו יעקב דוד שוין לאנג נישט דא געוועהן נאדיר דעהם בענטשן אנשטאט מיר!
60 פאר אויגן (נישט קיין באמישע שוהל, כאטש האלב זענען און כולל) קוקן אויף מיר, ווען אזיל סומקא אתא חוורא און איך רוף מיר אהן פארקעקעצט כהאב כהאב כהאב מיך נישט נישט.... גע-געוואשן. בושששששששווותתת