דריידל האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 15, 2026 12:05 am
רב הכולל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 14, 2026 11:31 am
ירוושלמי22 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 14, 2026 10:20 am
איך קען דיר נישט אויפווייזן אז נישט
אבער ליבי אומר לי אז נישט פונקט אזוי
אויב מ' מעג ענטפערן, מ' קען יא אויפווייזן
אין די תקופה וואס איהעל איז געווען ביי צד מהר"י, האט מען דארט נישט אריינגעלאזט האדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א
איך האב נישט קיין אנונג וואס איז געווען מיט האדמו"ר מבית יצחק און ס'וואלט מיר נישט געווען קיין חידוש טאמער די מעשה איז טאקע וואר, מ'דארף אבער נעמען אלע מעשיות מיט אביסול/אסאך זאלץ.
ומעשה שהיה מיט אן אדמו"ר וואס האט געוואלט זיין אין א פלאץ וואס געהערט פאר'ן קאנקורענץ. מבית האדמו"ר האט מען זיך פארבינדן מיט צד ב' און געבעטן אז מ'זאל קומען לאדענען דעם אדמו"ר צו קומען צו זייער פלאץ. צד ב' האט געזאגט טאמער וויל ער קומען זאל ער מעלדן און מ'וועט אים צושטעלן דאס פלאץ, אבער לאדענען האלטן מיר נישט דערביי. דאס איז שוין נישט געווען לפי כבודו של האדמו"ר, ער איז טאקע נישט אהינגעגאנגען און מ'האט ארויסגעלאזט א שם אז צד ב' האט נישט אריינגעלאזט.
נאך א מעשה שהיה מיט דומ"ץ קהילת טעגלאש וואס איז געווארן דומ"ץ נאכ'ן פליען פון קהל הוידא טעגלאש צוליב פאליטישע סיבות, און איז געווען דער הלכה'דיגער אויטאריטעט ביים בויען א מקוה אין א ווייטע שטאט - דארט ווי כ"ק אדמו"ר מהוידא טעגלאש שליט"א וויילט אפט פאר אפרו. ווען די מקוה איז פארטיג געווארן האט דער דומ"ץ שליט"א אריבערגעשיקט זיין איידעם מיט נאך מענטשן צו לאדענען כ"ק אדמו"ר מהוידא טעגלאש שליט"א צום חנוכת הבית, אבער כ"ק אדמו"ר מהוידא טעגלאש האט נישט געוואלט און האט אנשטאט שארף אריינגעזאגט די אידן וואס זענען בסך הכל אים געקומען לאדענען צו די חנוכת הבית פון א מקוה.
דערנאך שרייען די חסידי הוידא טעגלאש אז ווען זייער רבי וויל ווען נוצן די פאסיליטיס פון טעגלאש וואלט מען זיכער נישט געלאזט וכו'.

יושע זאב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 14, 2026 7:17 pm
מטה משה' איש האלוקים*
כ"ק מרן רבינו שליט"א ווערט געזען ארויסגיין פון אהל הקדוש פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע *ומטה משה בידו*, מיט'ן היסטארישער *הייליגער שטעקן פונעם ישמח משה זי"ע,* וואס *דער צדיק האט אייביג געהאלטן גרייט נעבן זיך צו קענען גיין קעגן גואל צדק,* צו וועמען ער האט כל ימיו משתוקק געווען מיט אן אויסטערלישע אמונה צו די גאולה שלימה.
דערנעבן ווערט געזען *הגה"צ אב"ד לאפוש שליט"א* *וועלכער מיטגעברענגט דעם שטעקן צו די היסטארישע נסיעה,* וואס ער האט בירושה מבית אבותיו הק':
(מ'האט אסאך גערעדט פונעם לאפישער אין ירושה אשכול)
IMG-20260514-WA0318.jpg
יא! געלונגען! איך געפון זיך אויף דעם בילד (איך קען ווייזן פאר מיין בני בית אז איך בין טאקע געפארן...) אגב איך האב געהאט שכל מיטצולעבן די ליכטיגע מאמענט וואו רבינו שליט''א "גייט ארויס פונעם אוהל משה מיטן פארכטיגן מטה משה" בשעת דער גאנצער איבריגער עולם איז געווען ביזי מיטן ווייטערדיגע געיעג. און יעצט רייסן זיי זיך די האר פון קאפ, אוי וואו זענען מיר געווען????!!! פשוט פארזעהן די סאמע שפיץ נסיעה.
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 27, 2026 1:06 pm

רב הכולל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 27, 2026 5:07 pm
אן ארטסקרול גמרות איז שווער צו גלייבן אז עס וועט מצליח זיין
הצלחה פון א היכל התורה האט נישט מיט ארטסקרול גמרות, ס'האט מיט די באטאמקייט, זויבערקייט און לעכטיקייט פונעם פלאץ, און א גרויסע אויסוואל פון ספרים פאר קובעי עתים און לומדים ביינעזאם.