מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
נייעס:
פאריגע וואך ביי א פרעס קאנפערענץ פארנט פון די קאנסטרוקשן ביי טראמפס נייע באל רום האט טראמפ ארויסגעלייגט מער דיטעילס איבער די מאסיווע מיליטערישע פעסטונג וואס וורעט געבויעט אונטער די באל רום.
ווי שוין באריכטעט דא האט טראמפ געמאלדן פריער אין חודש אז די באל רום וועט דינען אלס א פאנצער פאר א מיליטערישע פעסטונג וואס וועט זיך געפונען אונטער די קאמפלעקס, און יעצט ביי די פרישע פרעס קאנפערענץ האט ער ארויסגעלייגט מער דעטאלן אריינגערעכנט אז די קאמפלעקס גייט 6 שטאק אונטער די ערד און וועט ארייננעמען א מיליטערישע שפיטאל, א ריסירטש צענטער וואס איז נישט קלאר צו ס'וועט זיין פאר די סיקרעט סערוויס, די מיליטער, אדער גאר עפעס אנדערש, ווי אויך וועט עס ארייננעמען מיטינג רומס וואס וועט ארבעטן האנט ביי האנט מיט די מיליטער, ווי אויך קוקט די ווייסע הויז אריין אין א פלאן צו מעגליך בויען א פרישע העליפעד פאר די נייע VH-92 מארין וואן העליקאפטער.
ווי אויך וועט עס ארייננעמען דראון און מיסיל פראפינג טראמפ האט געזאגט אז די סטרוקטור וועט זיין דיזיינט אז אויב א דראון קראכט אריין וועט עס צוריק באונסן און וועט נישט האבן קיין שום אימפעקט, ווי אויך וועט עס פארמאגן א ריזיגע פלאץ פאר די סיקרעט סערוויס קאונטער סנייפער טים וואס וועט האבן א גוטע אויסבליק העכער די ווייסע הויז, און ס'וועט זיין געבויעט גענוג הויעך אז ס'וועט האבן א 360 דעגרי אויסבליק אויף וואשינגטאן די. סי. ווי אויך האט טראמפ געזאגט אז די דאך וועט האבן א ריזיגע קאפעסעטי פאר דראונס און וועט דינען אלס א פארט פאר דראונס ער האט צוגעלייגט אז ס'וועט דארט זיין א דראון עמפייער וואס וועט פראטעקטן גאנץ וואשינגטאן, און וועט זיין אויסגעשטאט מיט אקטיווע עיר דיפענס סיסטעמס אריינגערעכנט אנטי דראון דראונס און עלעקטראנישע דזשעמינג קעגן דראונס.
די לעצטע מאל וואס ס'איז געווארן אינסטאלירט א מיליטערישע בונקער אינטער די ווייסע הויז איז געווען פאר 15 יאר צוריק אינטער אבאמא וואס דורכאויס יענע צייט האט מען אויפגעבויט א גרויסע געהיימע בונקער אנגעבליך 5 שטאק אונטער די ערד אונטער די 'נארט לאון' וואס די בונקער איז געווארן געבויעט גרעסער און מער באפעסטיגט פון די 'פרעזידענטס עמערדזשענסי אפערעטינג צענטער (PEOC) וואס איז געווען געבויט אונטער די שוין יעצט אראפגעווארפענע איסט ווינג, און איז געווארן באקאנט נאך 9/11 ווען די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט בילדער פון מיטינגען אין די בונקער.

מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
נייעס:
אין פרישע בילדער ארויס פון טשיינע זעט מען צוגעקומענע פאדס צו קענען האלטן וואפן, אונטער די פליגלען פון זייער Bohai Sea Monster וואס איז א פליגער צוזאמען מיט א שיף, און שוין באריכטעט דא איבער די אמעריקאנע רעגענט וואס איז די זעלבע איידיע נאר וועט זיין געמאכט בעיקר פאר לאגיסטיקס.

די דרום קארעא דעפענס מיניסטער האט געמאלדן אז די לאנד פלאנט אנצוהייבן בויען א פרישע קלאס פון סובמארינען וואס וועט זיין נוקלער געטריבענע סובמארינען, די מעלדונג קומט נאך וואס פארגאנגענעם אקטאבער האט פרעזידענט טראמפ געגעבן די גרין לייט פאר דרום קארעא אנצוהייבן דעם פראגראם, די נייע מעגליכקייט פון האבן נוקלער געטריבענע סובמארינען וועט אריינלייגן די דרום קארעא מיליטער צוזאמען מיט די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס פארמאגן די מעגליכקייט, וואס נעמט אריין אמעריקע, רוסלאנד, טשיינע, אינדיע, ענגלאנד און פראנקרייך, און אוסטראליע וואס האט אין פלאן צו קויפן פון אמעריקע אין די פיוטשער. (ס'איז ווערד צו באמערקן אז אפי' אן די סובמארינען איז דרום קארעא די 5'טע שטערקסטע לאנד אין די וועלט נאך אמעריקע, רוסלאנד, טשיינע, און אינדיע.) דרום קארעא חלומ'ט שוין פון בויען נוקלעארע סובמארינען זייט 2003 אבער ס'איז אפגעהאלטן געווארן בעיקר דורך אמעריקאנע דרוק און נאך פארשידענע סיבות.
די נייע מעגליכקייט וועט געבן פאר די דרום קארעא נעווי אנלימידעט רעינדזש בעסערע סטעלט און ספיד, און כאטש א חלק דערפון איז ערווארטעט צו געבויעט ווערן אין אמעריקע באזירט אויף טראמפס פאוסט אין אקטאבער און אויף די פאקט אז א חלק פון זייערע שיפן ווערן געבויט אין פילאדעלפיע, כאטש וואס די דרום קארעא דעפענס מיניסטעריום האט גארנישט גערעדט דערוועגן ביי די היינטיגע מעלדונג. די דעפענס מיניסטעריום האט אויך ארויסגעלייגט א רענדערינג פון די סובמארין ( אונטערשטע בילד), און האט פארגעשאצט אז ס'וועט נעמען ארום 10 יאר צו דעוועלאפן און ס'וועט דינען פאר ארום 30 יאר.

א באריכט פון כאן געבט אן אז איזרעילי סאלדאטן אין דרום לבנון האבן אנגעהויבן צו בארגן נעצן פון לאקאלע פישכאפער, זיך צו באשיצן אנטקעגן חיזבאללא דראונס...
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
א ווידיאו פון א טעסט פון די רוסישע ווערסיע פון די CCA פראגראם, וואו מ'זעט א SU-57 פייטער זשעט פליען זייט ביי זייט מיט א דראון.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
די ווידיאו פון די טעסט.מיליטערמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 12, 2026 11:37 pm נייעס:
רוסלאנד האט געמאלדן אז זיי פלאנירן צו אריינברענגען אין פולע דינסט די סארמאט ICBM מיסילס, שפעטער דעם יאר, דאס קומט נאך א סוקסעספולע טעסט היינט 11:15 AM לאקאלע צייט, און נאך א רייע דורכפעלער און דילעיס נאכדעם וואס אפציעל האט עס שוין געדארפט אריינגיין אין דינסט אין 2020.
די RS-28 סארמאט איז רוסלאנדס נייע זשענערעישן פון ICBM's, און איז געמאכט צו דערליווערן אסאך נוקלעארע שפיצן אויסגעשפרייט אויך א גרויסע שטח, נאטא'ס קאוד נאמען פאר די מיסיל איז די SS-29 שטן 2, נאכדעם וויבאלד ס'וועט ריפלעיסן די סאוויעט ערא R-36M2 system וואס פלעגט ווערן אנגערופן די SS-18 שטן.SARMAT-LAUNCH-2026 (1).jpg
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
נייעס:
די נעווי האט געמאלדן א פלאן צו ריפלעיסן די אלטע F-5 פייטער זשעטס וואס ווערן נאך גענוצט פאר טרענירונגען און פאר רעזערוו, און זיי וועלן ווערן ריפלעיסט מיט F/A18E/F סופער הארנעט'ס.

מיליטערמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 26, 2026 10:52 am נייעס:
פאריגע וואך ביי א פרעס קאנפערענץ פארנט פון די קאנסטרוקשן ביי טראמפס נייע באל רום האט טראמפ ארויסגעלייגט מער דיטעילס איבער די מאסיווע מיליטערישע פעסטונג וואס וורעט געבויעט אונטער די באל רום.
ווי שוין באריכטעט דא האט טראמפ געמאלדן פריער אין חודש אז די באל רום וועט דינען אלס א פאנצער פאר א מיליטערישע פעסטונג וואס וועט זיך געפונען אונטער די קאמפלעקס, און יעצט ביי די פרישע פרעס קאנפערענץ האט ער ארויסגעלייגט מער דעטאלן אריינגערעכנט אז די קאמפלעקס גייט 6 שטאק אונטער די ערד און וועט ארייננעמען א מיליטערישע שפיטאל, א ריסירטש צענטער וואס איז נישט קלאר צו ס'וועט זיין פאר די סיקרעט סערוויס, די מיליטער, אדער גאר עפעס אנדערש, ווי אויך וועט עס ארייננעמען מיטינג רומס וואס וועט ארבעטן האנט ביי האנט מיט די מיליטער, ווי אויך קוקט די ווייסע הויז אריין אין א פלאן צו מעגליך בויען א פרישע העליפעד פאר די נייע VH-92 מארין וואן העליקאפטער.
ווי אויך וועט עס ארייננעמען דראון און מיסיל פראפינג טראמפ האט געזאגט אז די סטרוקטור וועט זיין דיזיינט אז אויב א דראון קראכט אריין וועט עס צוריק באונסן און וועט נישט האבן קיין שום אימפעקט, ווי אויך וועט עס פארמאגן א ריזיגע פלאץ פאר די סיקרעט סערוויס קאונטער סנייפער טים וואס וועט האבן א גוטע אויסבליק העכער די ווייסע הויז, און ס'וועט זיין געבויעט גענוג הויעך אז ס'וועט האבן א 360 דעגרי אויסבליק אויף וואשינגטאן די. סי. ווי אויך האט טראמפ געזאגט אז די דאך וועט האבן א ריזיגע קאפעסעטי פאר דראונס און וועט דינען אלס א פארט פאר דראונס ער האט צוגעלייגט אז ס'וועט דארט זיין א דראון עמפייער וואס וועט פראטעקטן גאנץ וואשינגטאן, און וועט זיין אויסגעשטאט מיט אקטיווע עיר דיפענס סיסטעמס אריינגערעכנט אנטי דראון דראונס און עלעקטראנישע דזשעמינג קעגן דראונס.
די לעצטע מאל וואס ס'איז געווארן אינסטאלירט א מיליטערישע בונקער אינטער די ווייסע הויז איז געווען פאר 15 יאר צוריק אינטער אבאמא וואס דורכאויס יענע צייט האט מען אויפגעבויט א גרויסע געהיימע בונקער אנגעבליך 5 שטאק אונטער די ערד אונטער די 'נארט לאון' וואס די בונקער איז געווארן געבויעט גרעסער און מער באפעסטיגט פון די 'פרעזידענטס עמערדזשענסי אפערעטינג צענטער (PEOC) וואס איז געווען געבויט אונטער די שוין יעצט אראפגעווארפענע איסט ווינג, און איז געווארן באקאנט נאך 9/11 ווען די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט בילדער פון מיטינגען אין די בונקער.Underground-bunker-ballroom-white-house (1).jpgYM5mc_-O (1).jpeg
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
נייעס:
אין אנדערע נעמען טוישעראציע נייעס, האט די פענטעגאן געמאלדן אז זיי טוישן צוריק די אינדא-פאסיפיק קאמענד INDOPACOM צו די פאסיפיק קאמענד PACOM.

די סענאט האט אויפגעברענגט א ביל צו אוועקנעמען די פולע מאכט פון די סעקרעטערי פון די נעווי צו טוישן די נעמען פון שיפן, דאס קומט נאך וואס די סעקרעטערי האט געטוישט א נאמען פון א סופליי שיף וואס האט אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע באקומען א נאמען נאך א געוויסע נעווי וועטעראן תןעבה אקטיוויסט, די נייע ביל וועט פאדערן א 30 טעג נאטיפיקאציע פאר קאנגרעס און נאר א סעקרעטערי וואס איז געווארן באשטעטיגט דורך די סענאט וועט קענען טוישן נעמען. די שריט קומט צוליב זארג פון געוויסע סענאטארן אז די מאכט וועט אויסגענוצט ווערן דורך פאליטישע פארטייען צו טוישן נעמען יעדע שני וחמישי.

באריכט:
א פרישע באריכט ארויסגעקומען ווייזט אז אוקראינע וועט מעגליך שפילן א הויפט ראלע אין אייראפע לאנג שטרענגע קרוז מיסיל פראדוקציע, די באריכט צייגט אן אויף א רייע קאנטראקטן פון ריזיגע דייטשע און פראצויזישע דעפענס קאמפאניס וואס וועלן אנהייבן צו פראדוצירן די אוקראינישע פלעמינגא און נעפטאן קרוז מיסילס, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט גאר עפעקטיוו אין די מלחמה.
דאס קומט אין א צייט וואס יוראפ זוכט דראמאטיש צו פארברייטערן זייער ארסענאלן פון לאנג שטרעקיגע קרוז מיסילס, און די אנטוויקלונג וועט מאכן אז אוקראינע זאל שוין מער נישט זיין א פשוטע שנארער פאר וואפן, נאר זיי וועלן זיין א קא-פראדוצירער פאר די וויכטיגע וואפן ווי דראונס און מיסילס. (א בחינה ווי איזרעיל)
די נעפטאן און פלעמינגא קרוז מיסילס.

קאנגרעס האט פארלאנגט א דעטאלירטע באריכט פון די פענטאגאן איבער צושטעלן פעיטריאט מיסילס פאר אוקראינע, אריינגערעכנט וויפיל אוקראינע דארף האבן פאר די נעקסטע 12 חדשים, און די מעגליכקייט פון פארשנעלערן פראדוקציע, די פארלאנג פון קאנגרעס קומט צוליב זארג אז אמעריקע האט נישט גענוג פון די מיסילס בשעת וואס די פענטאגאן טענהט אז זיי האבן גענוג און איבריג.

די סענאט האט פארלאנגט א דעטאלירטע באריכט פון די עירפארס איבער זייער ריטייערמענט פלענער פון די E-11 פליגער וואס די עירפארס פלאנט צו ריטייערן אין 2028.
די E-11 איז א עירבארן קאמיוניקאציע עראפלאן וואס שטעלט צו קאמיוניקאציע אויפן שלאכטפעלד, און די עירפארס וויל עס ריפלעיסן מיט פארגעשריטענע סעטעלייטס וואס וועלן קענען צושטעלן די זעלבע דאטא לינקס אבער אויף א גרעסערע פארנעם, ווי אויך איז די פליגער נישט באשיצט אנטקעגן פארגעשריטענע עיר דעפענס סיסטעמס, און וויבאלדדי עירפארסהאט נאר 7 שטיק דערפוןקאסט עס טייער אויפצוהאלטן בשעתוואס די עירפארסדארף די געלט פאר אנדערעוויכטיגע פראגראמען ווי די 6'טעזשענערעישןפייטערזשעט און די CCA פראגראם. די סענאט ארמס סערוויסעס קאמיטע וויל אבער פארשטיין וויאזוי מ'וועט אנפולן די געפס אויף ביזדערווייל. (אויך איז סענעטאר ווארנאק ד. דזשארזשיע פארנומען אז ס'וועט אוועקנעמען זשאבס פון זיין סטעיט...)

אין א פרישע ליעק פון א רוסישע מיסיל פעקטערי זעט מען, אז די רוסישע ארשעניק מיסיל האבן ערנסטע פראבלעמען מיט די גיידענס סיסטעם וויבאלד זיי נוצן נאך סאוויעט-ערא חלקים פאר די גיידענס סיסטעם, און צוליב דעם ברענגט עס אז די מיסילס זאלן פארפעלן די ציל מיט צענדליגע קילאמעטערס.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיין 1000’סטע לייק
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 482
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 2971
Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן
נייעס:
היינט ביי א צערעמאניע אין די 'טשערי פוינט' עיר סטעישאן באזע אין נארט קאראליינע, האטסדי מארין קארפס אפיציעל אויפגעשטעלט איר ערשטע מעינטענענס סקוואדראן פאר דראונס. די ארבעט פון די נייע סקוואדראן וועט ארייננעמען צווישן אנדערע צו דורכפירן די מעינטענענס ארבעט ספעציפיש פאר די MQ-9 ריפער דראונס.

די אמעריקאנע ארמיי האט געמאלדן א 25 מיליאן דאלער’דיגע קאנטראקט מיט זשענעראל אוטאמיקס, צו קויפן עקסטענדעד רעינזש 155 מילימעטער שעלס פאר די האוויצעס. די עקסטענדעד רעינדזש שעלס וועלן קענען פליען ביז 74 מייל ווייט, און וועט האבן א גיידענס סיסטעם וואס ארבעט אפי' אין פלעצער וואו ס'איז נישט דא קיין GPS, און ס'איז שוין דורכגעפירט געווארן טעסטס אויף די שעל נאך אין 2024 וואו ס'האט סוקסעספול דעסטרויעד טארגעטס ביז 75 מייל ווייט.
די פונקטליכע פרייז פער שעל איז נישט געווארן ארויסגעשטעלט, אבער די ציל איז אז ס'זאל זיין ביליגער פון די ראקעטס וואס האבן די זעלבע רעינדזש און קאסטן 186,000 דאלער פער ראקעט, די שאצונג איז אז ס'וועט קאסטן צווישן 85 און 100 טויזנט דאלאר פער שטיקל, אין פארגלייך צו די 100 ביז 112 טויזנט דאלאר פער שטיקל פאר די יעצטיגע גיידעד שעלס וואס די ארמיי פארמאגט און קען נאר פליען 30 מייל ווייט. די פלאן איז עס אריינצושטעלן אין פולע באנוץ אין 2030.

די דייטשע/פראצויזישע פירמע KNDS האט ארויסגעשטעלט א נייע מעין בעטטל טאנק פאר פראנקרייך וואס זאל ריפלעיסן זייער Leclerc פלאטע, ביז זייער נעקסט זשענערעישן סיסטעם קומט אריין אין דינסט, דאס קומט נאכן איינזען אז זייער MGCS סיסטעם וועט נישט זיין פארטיג אזוי שנעל, און אז זיי וועלן דארפן עפעס האבן אויף ביזדערווייל.
די 'מעין גראונד קאמבאט סיסטעם' איז א סיסטעם וואס באשטייט פון אסאך סארטן טרעקלעך באזירט אויף די זעלבע פלאטפארמע (די זעלבע ענזשין און טרעקס) און זיי וועלן ארבעטן אינאיינעם אזויווי די 6'טע זשענערעישן פייטער זשעט וועט קאנטראלירן אסאך CCA דראונס, די זעלבע מיט די טאנק וואס וועט קאנטראלירן די ראקעט ארויסשיסער, דראונס, ועוד.
די נייע טאנק, די Leclerc טאנק, א רענדערינג פון די MGCS.

די ענגלישע דעפענס מיניסטעריום האט געמאלדן אז זיי פארשן אויס באריכטן וואס זענען אריינגעקומען אז א רוסישע מלחמה שיף האט געשאסן ווארענונג קוילן אויף א בריטישע יאכט שיף אין די ענגלישע קאנאל ארום 25 מייל פון ענגלאנד, דאס איז די לעצטיגסטע אין א סעריע אינצידענטן אין די אנגעצויגענקייט צווישן רוסלאנד און ענגלאנד.

טשיינעס R-6000 איז אריין אין פולע פלייט טעסטינג, די R-6000 איז א טילט-ראטאר העליקאפטער ענליך צו די אמעריקאנע MV-75, נאר די R-6000 איז א דראון.

די עירפארס האט געמאלדן אז זיי פלאנירן אנצוהייבן אינסטאלירן די JDAM-ER קיט אויף די באנקער באסטער באמבעס.
די JDAM קיט איז א גיידענס קיט וואס מ'לייגט ארויף אויף פשוט'ע באמבעס אז ס'זאל ווערן פונקטליך, און אמעריקע נוצט עס שוין פאר צענדליגע יארן, די JDAM-ER קיט איז א רעלאטיוו נייע זאך ווי די גיידענס קיט קומט אויך מיט פליגלען וואס מאכט אז די באמבע זאל קענען גליידן צום ציל פון איבער 46 מייל ווייט אויף די 500 פונטיגע באמבעס און איבער 57 מייל אויף די 2,000 פונטיגע באמבעס, ווי אויך האט שוין די נעיווי געטעסט א זשעט פאוערד JDAM וואס זאל קענען פליען ביז 184 מייל ווייט.
ביזדערווייל נוצט אבער נאכנישט די מיליטער די JDAM-ER קיט אויף באנקער באסטער באמבעס, הגם באואינג וואס איז די פראדוצירער פון די קיטס האט שוין צוריק אין 2017 ארויסגעלייגט א טשארט ווי מ'זעט אז זיי טעסטן די קיטס פאר די BLU-109 באנקער באסטערס.

אוקראינע האט אנטוויקלט א נייע סארט אונטער וואסער דראון גערופן די סי-טריידענט וואס האט א רעינדזש פון 2,000 מייל און קען טראגן ביז 2,200 פונט פון עקספלאסיווס.

נעכטן נאכמיטאג האט א באואינג B-52 באמבאדיר פליגער געקראכט אין קאליפארניע קורצליך נאכן זיך הייבן פאר א טעסט פלייט צו טעסטן א נייע ראדאר אויפן פליגער, אלע 8 זענען אומגעקומען אריינגערעכנט 4 זעלנער איין רעזערוויסט 2 באואינג ארבעטער און איין גאווערמענט טעסט אינזשעניר, די סיבה פונעם קראך איז אונטער אויספארשונג.

אין א פרישע קאנגרעס פארהער האט קאנגרעס פארלאנגט פרישע אפגרעידס און טרענירונגען ווייטער אנצוהאלטן אויך די A-10 אטאקע פליגער, וואס קען עס נאך האלטן אין אקטיווע סערוויס ביז טיף אריין אין די 2030's. די A-10 האט ארגינעל געדארפט ריטייערן אין 2026 אבער איז געווארן עקסטענדעד צו 2030, און ביזדערווייל האט נישט אמעריקע א אנדערע סארט פליגער אדער דראון וואס זאל קענען איבערנעמען די זשאב, די עירפארס ארבעט יעצט אויף אפאר סארטן דראונס וואס זאלן מעגליך קענען ריפלעיסן די A-10 אין די צוקונפט, ונזכה ונחיה ונראה.

די מארין קארפס האט געמאלדן אז דעם שבת האט א F/A-18 פייטער זשעט געקראכט נעבן סיעטל וואשינגטאן נאכן ליידן פון א מיסהעפ, די פילאט איז סוקסעספול ארויסגעשפרינגען. און א אויספארשונג איז אונטערוועגנס.
א F/A-18 פייטער זשעט.

נאסא האט געמאלדן אז זיי זוכן א קאנטאקטער אפצושאצן אויב א באואינג 737-73W פליגער קען גענוצט ווערן פאר די צוקונפטיגע זירא G טעסט פליגער, וואס זאל ריפלעיסן די פארעלטערטע 727-200 מאדעל וואס נאסא נוצט כהיום פאר די צוועק.
די זירא G פליגער אויך גערופן די Vomit Comets איז א נאסא פליגער וואס מיט שארפע 45 דעגרי מאנעוורעס מאכט עס אז אינעווייניג אין די פליגער זאל נישט זיין קיין גרעוועטי, און ס'ווערט גענוצט צו טרענירן אסטראנאטן, פריער אין יאר איז שוין געווען סימנים אז נאסא וועט מעגליך באקומען די געהיימע NT-43A פליגער פאר געוויסע סארט טעסטס, אבער די מעלדונג פון נאסא קוקט נישט אויס צו זיין פארבינדן מיט די פליגער וויבאלד די NT-34 איז באזירט אויף א 737-200.
די עירפארס פארמאגט היינט צוטאגס 11 קארגא פליגער באזירט אויף א 737 און ווערט גערופן די C-40, ווי אויך איז די E-7 און די NT-43 באזירט אויף א 737, אבער איין פליגער וואס די עירפארס האט שטארצט ארויס, און דאס איז א 737 וואס באלאנגט פאר די עירפארס אבער ס'האט א ציווילע רעגיסטראציע נאמבער (N712JM) וואס איז זייער אויפפאלנד פאר א מיליטערישע פליגער, און צוריק אין 2020 איז די פליגער געווארן אויפגעכאפט מיט א מאדנע איבערגעמאכטע פיטשערס, און אינגאנצן רוי פארן פעינטן נאך מיט די גרינע קאוטינג, און ס'איז נישט קלאר וואס די ציל פון די פליגער איז, סא ס'איז זייער מעגליך אז די פליגער אין וואס נאסא קוקט אריין איז טאקע די N712JM פליגער וויבאלד ס'איז א 737-73W מאדעל.
די NT-43A, די N712JM און די מאנואווער צו שאפן 0 גרעוועטי פאר בערך 25 סעקונדעס.