מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

אנאליז:

די אמעריקאנער ארמיי קוקט יעצט אריין אין די מעגליכקייט אויסצושטאטן א טייל פון די נייע MV-75A Cheyenne II טילט-ראטאר העליקאפטערס מיט די מעגליכקייט זיך אנצופילן מיט ברענשטאף אינמיטן פליען, אבער די פלענער ברענגען אויף א שאלה צי עס וועט זיין גענוג טאנקער-פליגערס עוועילעבל צו קענען סערוויסן אזויפיל העליקאפטער, סא באאמטע פון די ארמיי און פון די "בעל" קאמפאני וואס איז די הויפט קאנטראקטאר פאר די MV-75A האבן אנגעוויזן אויף א מהלך אז דראון טאנקער פליגערס, ווי למשל די נייע "MQ-25 Stingray" וואס די נעיווי גרייט יעצט צו, וועלן שפילן א הויפט ראלע אין ריפיולינג און דורכדעם העלפן פארגרעסערן די רעינדזש וואס די Cheyenne II קען דעקן.

די MQ-25 ביים ווערן ריפיולד פון א KC-46 (באואינג רענדערינג)
בילד

פאריגע חודש ביי א פרעזענטאציע ביי די "ארמי עוויאעישאן אסאסיאעישאן אוו אמעריקע" (AAAA) 2026 ווארפייטינג סאמיט, (שוין באריכטעט איבער די סאמיט דא, דא, און דא.) האט מעידזשער דזשענעראל קלער גיל גערעדט איבער די מעגליכקייטן פון די MV-75A זיך צו ריפיולן אינמיטן פליען, און נאך אנדערע נקודות איבער די 'שייען 2' וואס וועט נאכקומען בעז"ה, גיל וואס דינט יעצט אלס דער פראגראם עקזעקוטיוו פאר אוויאציע אין די ארמיי, האט ארויסגעברענגט אז די ארמיי פלאנט אריבערצוטוישן א גרויס חלק פון די H-60 בלעקהוק העליקאפטערס מיט די נייע MV-75A מאדעלן אין די קומענדיגע יארן.

ער האט ארויסגעברענגט אז מיד עיר ריפיולינג איז גאר א וויכטיגע זאך און אז זיינע פארגייער האבן כסדר גע'חלומ'ט דערפון, און ער האט צוגעלייגט אז אפשר וועלן נישט אלע MV-75's זיין אויסגעשטאט מיט דעם, וועלן אבער אלע האבן די מעגליכקייט פון ווערן מאדיפייד, ער האט צוגעלייגט, אז אפילו די 160'סטע רעגימענט זאגט אז זייער עיקר פראבלעם איז נישט ווי גוט זיי זענען אויפן פעלד, נאר די שוועריגקייט איז צו טרעפן ווער עס זאל זיי געבן די גאזאלין, די רעגימענט וואס ער האט דערמאנט איז די עליטע 160'סטע ספעציעלע אפעראציעס עוויאעישאן רעגימענט" (SOAR), באקאנט אלס די נייט סטאלקערס. וואס זיי זענען ערווארטעט צו באקומען מיט דער צייט א ספעציעלע מאדעל פון די MV-75 וואס וועט שוין קומען מיט די אריינגעבויטע מעגליכקייט זיך אנצופולן אינמיטן פליען. (א עקסטערע ארטיקל וועט נאכקומען איבער דעם בעז"ה). די יעצטיגע העליקאפטערס פון די נייט סטאלקערס, ווי למשל די MH-60M בלעק הוק און די MH-47G טשינוק, האבן שוין די מעגליכקייט זיך אנצופולן אין די לופט דורך א probe-and-drogue סיסטעם. אבער די געווענליכע ארמיי בלעק הוקס און טשינוקס פארמאגן נישט די מעגליכקייט.

א רענדערינג פון די SOAR ווערסיע פון די שייען 2.
בילד

אויך האט ער געזאגט אז די נעיווי פארמאגט שוין עטליכע צוקונפטיגע פלענער פאר אזעלכע ריפיולינג דראונ’ס, כאטש ער האט נישט גערעדט ספעציפיש פון די באואינג MQ-25, אבער ביזדערווייל איז דאס די איינציגסטער דראון טאנקיר פליגער וואס מען ווייסט אז די נעיווי דעוועלאפט יעצט. דערצו האט די 'בעל' פירמע ארויסגעגעבן א קאמפיוטער-געמאכטע פראמא ווידיאו פון די MV-75, לכבוד די AAAA קאנפערענץ, וואס ווייזט קלאר ווי א 'טשייען II' ווערט ריפיולט דורך א 'סטינגרעי' (דער MQ-25), אדער א מאדעל וואס זעט אויס כמעט פונקט ווי דעם, פאר מער איבער די ווידיאו זעט סוף פונעם ארטיקל.

א סקרינשאט פון די ווידיאו.

בילד

דער MQ-25 ווערט יעצט דעוועלאופט בעיקר אלס א דראון וואס זאל אפערירן פון עירקרעפט קעריערס, אבער עס קען פונקט אזוי ארבעטן אויך פון באזעס אויף די ערד, באואינג האט טאקע שוין למעשה פארגעשלאגן א גרעסערע ווערסיע פון די סטינגרעי וואס זאל ארבעטן פון די ערד, וואס קען העלפן די עיר פארס מיט זייערע צוקונפטיגע פלענער צו אויסברייטערן זייערע מיד עיר ריפיולינג מעגליכקייטן, די MQ-25 זעלבסט קען פליען איז גאר א שטארקע דראון און קען פליען גאר ווייטע שטרעקעס, וואס מאכט עס זייער גוט סיי פאר אפעראציעס אויף די ערד און סיי פאר די שיפן. אחוץ פון דעם וואס די אלע מעלות פון די סטינגרעי קענען מעגליך פירן צו בויען אנדערע ווערסיעס דערפון צו דינען פאר אסאך אנדערע סארט מיסיעס חוץ פון ריפיולינג.

די MQ-25 ביים ריפיולן א F-35c פון די נעווי.

בילד

די יעצטיגע ריפיולינג פליגער פלאטע פון די עיר פארס באשטייט בעיקר פון די KC-135 און KC-46 טאנקערס, אינאיינעם מיט די HC-130J 'קאמבאט קינג II' וואס מען ניצט אויך פאר סורטש און רעסקיו מיסיעס, און אויך נוצן זיי די MC-130J 'קאמאנדא II' (2 דערפון איז געגאנגען א גאנג אין איראן ביים ארויסראטעווען די אראפגעשאסענע F-15 פיילאט) וואס די פליגער דינט פאר ספעציעלע מיסיעס סיי אלס א טענקער און סיי אלס א טראנספארט פליגער. די מארינס און די נעיווי ניצן אויך פארשידענע סארטן C-130 פליגערס סיי פאר רעפיולינג און סיי פאר טראנספארט. און דערווייל פארלאזן זיך די נעיווי עירקרעפט קעריער שיפן אויף די F/A-18F 'סופער הארנעט' פייטער זשעטס, וואס זענען אויסגעשטאט מיט ספעציעלע טאנקן צו קענען ריפיולן אנדערע פליגערס, פאר אייגענע ריפיולינג אן דארפן צוקומען צו פליגער פון די ערד.

שוין יארן לאנג וואס עס הערשט א ערנסטע זארג וואס וואקסט כסדר, אז די עיר פארס פארמאגט נישט גענוג מעגליכקייטן פאר מיד-עיר ריפיולינג אפילו פאר סתם רוטינע אפעראציעס פרידנס צייטן, לעצטנס האט די עיר פארס אנטוויקלט א פרישע סיסטעם וואס ערלויבט פאר די A-10 "ווארטהאג" אטאקע פליגער זיך אנצופילן מיט ברענשטאף דורך די "פראוב-ענד-דראוג" (probe-and-drogue) סיסטעם, וואס דאס גיט זיי מער פלעקסיביליטי ביי זייערע מיסיעס, אריגינעל איז די A-10 געווען געבויט נאר פאר "בום" (boom) ריפיולינג, וואס דאס איז די עיר פארס'ס מערסט באנוצטע וועג צו ריפיולן עראפלאנען.

די אויבערשטע בילד איז פון די בום ריפיולינג וואס ווערט בעיקר גענוצט פאר פליגער און קען געבן ביז 6000 פונט גאזאלין פער מינוט , און די אונטערשטע בילד איז פון די נייע אינסטאלירטע פראוב-ענד-דראוג סיסטעם וואס ווערט געווענליך גענוצט פאר העליקאפטער און קען נאר געבן ביז 1500 פונט פער מינוט.

בילד

בילד

צו מאכן די פראבלעם נאך שווערער, פארמאגט די ארמיי בכלל נישט קיין אייגענע טאנקיר מעגליכקייטן. נאך מער, די אפיציעלע צוטיילונג פון די מיסיעס צווישן די עיר פארס און די ארמיי לאזט נישט אז די ארמיי זאל אפערירן גרויסע פלאטעס פון פיקסד-ווינג עראפלאנען, ווי למשל די C-130, וואס מ'וואלט ווען געקענט איבערמאכן פאר דעם צוועק, און אין צוגאב צו די אלע פראבלעמען ארבעט יעצט די ארמיי אויף פלענער צו קויפן גאנצעטע פלאטעס פון פארגעשריטענע דראונס וואס זאלן קענען דורכפירן פארשידענע מיסיעס זייער נאנט צוזאמען מיט די MV-75A און מיט די עקזיסטירנדע פלאטע פון העליקאפטערס.

צוליב די אלע באגרעניצונגען קוקט אויס אז א טאנקיר דראון ווי די MQ-25 איז די בעסטע לעזונג אויפצושטעלן א טאנקיר פלאטע פאר די ארמיי. אזא סארט פלאן קען אויך בעסער שטימען מיט די ארמיי'ס פלענער פאר "עקספעדישאנערי עיר אסאלט" אפעראציעס, (א פלאן איבער געבן די ארמיי די מעגליכקייט צו לאנדן גאנצעטע באטאליאן פון סאלדאטן מיט זייערע עקוויפמענט הונדערטער מיילן אינטער פיינטליכע ליניעס, מעגליך אן עקסטערע ארטיקל איבער די פלאן) ביי געמיינזאמע מיסיעס צוזאמען מיט די עירפארס וועלן די ארמיי'ס MV-75's נאך אלץ קענען נוצן אנדערע טאנקערס. אבער דאך וועט די ארמיי האבן אנדערע אייגענע אפציעס זיך אנצופילן אין די לופטן, אריינגערעכנט די מעגליכקייט איבערצומאכן די MV-75 אליין עס זאל קענען דינען אלס א טאנקיר פליגער.

אין א אנדערע געלעגנהייט ביי די AAAA קאנפערענץ, האט ארמיי מעידזשער גענעראל דעיוויד גארדנער (וועלכער פירט אן מיט די בארימטע 101'סטע 'עירבארן' דיוויזיע, וואס ווערט פאררעכנט אלס די בעסטע לופט-אטאקע איינהייט אין די אמעריקאנע ארמיי) ארויסגעברענגט א לעצטיגע טרענירונג וואס מען האט דורכגעפירט צוזאמען מיט די אוספרעי העליקאפטערס פון די מארינס, האט ער מסביר געווען אז די טרענירונגען איז ספעציעל דורכגעפירט געווארן "כדי צו העלפן אונזער דיוויזיע גוט פארשטיין אלע נייע מעגליכקייטן וואס מיר וועלן פארמאגן דורך די מאסיווע פארלענגערטע רעינדזש פון די נייע MV-75 שייען, וויבאלד פאר די ארמיי זענען די הויפט סיבות פארן קויפן די MV-75A געווען צוליב זיין געוואלדיגע שנעלקייט און די ריזיגע רעינדזש וואס ס'פארמאגט. וואס די מעגליכקייטן ווערן באטראכט אלס קריטיש וויכטיג פאר סיי וועלכע קומענדיגע קאנפליקט מיט טשיינע אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן.

א אוספרעי ביים ווערן ריפיולד פון א KC-130.
בילד

די 101'סטע עירבארן דיוויזיע איז געפלאנט צו זיין די ערשטע איינהייט וואס וועט באקומען די נייע MV-75A העליקאפטער פאר אפעראציעס, סיי א ווערסיע מיט די מעגליכקייט זיך אנצופולן מיט ברענשטאף אין די לופטן און סיי א ווערסיע אן דעם. די ארמיי האט שוין פריער אין יאר געמאלדן אז ס'וועט שוין אנהייבן צו ווערן דערליווערט אזוי פרי ווי קומענדיגע יאר, וואס האט געוויזן אז די פראגראם רוקט זיך פאראויס פיל שנעלער ווי געראכטן. אבער זייט דעמאלט האבן זיי צוריקגעצויגן פון סיי וועלכע קלארע צייט-פלאן ווען די ס'וועט מאכן די ערשטע טעסט פלייט, און זיכער נישט ווען מ'וועט אנהייבן צו דערליווערן די פערטיגע העליקאפטער גרייט צום באנוץ, אינטערעסאנט איז, אז גענעראל גיל האט געזאגט ביי זיין רעדע אז ס'וועט געשען ווען ס'וועט געשען, מיר רוקן זיך אזוי שנעל ווי נאר מעגליך, " אבער אויב איך וואלט געווען דער בעל הבית מיט אומבאגרעניצטע געלט און אינזשענירן, אן קיין שום שוועריגקייטן אין וועג, וואלטן מיר עס ווארשיינליך געקענט ענדיגן אין בלויז עטליכע חדשים, וואס עס ווייזט אויס פון זיינע ווערטער אז מיט אפאר עקסטערע גרינע, וואלט מען עס נאך געקענט ארלעידיגן אפילו די יאר.

"דאס בויען די MV-75A אז מען זאל עס קענען אנפולן מיט ברענשטאף אינמיטן פליען, און עס שפעטער קענען נוצן אינאיינעם מיט טאנקער דראונס ווי די MQ-25, קען מאכן די 'טשייען II' פיל מער אינטערעסאנט פאר די אנדערע אפטיילונגען פון די מיליטער וואס זוכן עס צו קויפן, די מארין קארפס למשל האלט יעצט ביי די ערשטע שטאפלען פון אויסארבעטן די רעקווייערמענטס פאר א נייע פליגער וואס זאל איבערנעמען די MV-22. אזוי אויך האט די נעיווי אנגעוויזן אז זיי ניצן די ארבעט וואס די ארמיי לייגט אריין אין די MV-75A ארויסצוהעלפן זייערע פלענער פאר א נייע סארט העליקאפטער סיסטעם (די נעוויס FVL-MS פראגראם.) וואס איז געצילט איבערצונעמען די MH-60R און MH-60S 'סי-הוק' העליקאפטערס, ווי אויך די MQ-8C 'פייער סקאוט' דראון העליקאפטערס, די 'בעל' פירמע האט שוין ארויסגעלייגט פלענער פאר פארשידענע ווערסיעס פון זייער V-280 וועילער טילטראטאר פליגער, וואס זענען ספעציעל אויסגעארבעט פאר מיסיעס אין די וואסער און פאר אנדערע נעיווי פראיעקטן.

די נארטראפ גראמאן MQ-8C Fire Scout, דראון העליקאפטער וואס די נעווי האט 10 שטיק דערפון.
בילד

ביי א שפעטערדיגע זיצונג אין די זייט פון די AAAA קאנפערענץ, האט גענעראל גיל געגעבן נאך קאמענטארן פאר די פרעסע איבער די ארמיי ריפיולינג פראבלעם, און ער האט געזאגט אז די ארמיי קוקט ערנסט אריין אין די געדאנק פון בויען א אייגענע פלאטע פון ריפיולינג פליגער, דערווייל האט די ארמיי נאכנישט אפגעמאכט ענדגילטיג ביז אין וויפיל פון די צוקונפטיג MV-75A פלאטע זיי גייען אריינשטעלן די מעגליכקייט פון מיד-עיר ריפיולינג. די החלטה וועט האבן א דירעקטע השפעה אויף דעם אויב די ארמיי וועט טאקע דארפן שאפן א אייגענע טאנקיר עראפלאנען פלאטע פאר דעם צוועק, דאך אבער, האט שוין סיי די ארמיי און סיי די 'בעל' פירמע אנגעוויזן אויף די MQ-25 אלס א מעגליכע אפציע.


בייגעלייגט איז די ווידיאו פון בעל איבער די שייען 2 העליקאפטערס וואו ס'ווערט געזען די אמעריקאנע סטראטעגיע פאר די פיוטשער, מ'זעט ווי אפאר לאנטשד עפעקטס דראונס וואס ווערן ארויסגעשאסן פון א העליקאפטער, שפיאנירן און צייכענען אן די פיינטליכע פאזיציעס, דאן ווערט די אינפארמאציע אריבערגעפירט צו לאנג רעינדש ראקעט לאנטשערס פון וואו ס'ווערט ארויסגעשאסן מיסילס צו פריי מאכן די וועג פאר די אינפאטרי בריגאדעס, ווי אויך ווערט געזעהן א מעדיוועק מאדעל פון די MV-75 (מעגליך אן עקסטערע ארטיקל איבער דעם), און פארשטייט זיך ווי ס'ווערט ריפיולט פון א דראון, קוקט און האט הנאה.

בילד
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

ספעקטער (Spectre) איז א מעכטיגע 170 פוסיגע דראון שיף וואס איז אויסגעשטעלט ספעציעל צו באקעמפן סובמארינען און קען פארן מיט א שנעלקייט פון כמעט 35 מייל א שעה. די שיף איז א פראדוקט פון א צוזאמענארבעט צווישן די פירמע "סעיל-דראון" (Saildrone), וואס איז א רעלאטיוו נייע פירמע אין די וועלט פון מיליטערישע קאנטראקטן, אינאיינעם מיט די באקאנטע מיליטערישע ריזן "לאקהיד מארטין" און "פינקאנטיערי".

די "ספעקטער" שיף איז אויך זייער פלעקסיבל און געבויט צו קענען דורכפירן פארשידענע סארט מיסיעס. עס האט פלאץ פאר צוויי "Mk 70" ווערטיקאלע לאנטשינג סיסטעמען (VLS) פון לאקהיד מארטין, וואס קענען ארויסשיסן אלעס פון "טאמאהאק" קרוז מיסילס ביז לאנגע-שטרעקע "SM-6" לופט-שוץ און אטאקע מיסילס. פירמע באאמטע ביי "סעיל-דראון" געבן אן אז מען קען אויך ארויפשטעלן אנדערע סארט לאסט, למשל ספעציעלע "סאונאר" (sonar) סיסטעמען צו אויפכאפן סובמארינען אונטערן וואסער, אדער לאקהיד'ס "JQL" מיסיל לאנטשער וואס ווערט שוין יעצט אריינגעשטעלט אין זייערע קלענערע שיפן. די מאקסימום פעילאוד וואס די "ספעקטער" קען טראגן איז אדער צוויי 40 פוסיגע קאנטעינערס, אדער פינף 20 פוסיגע קאנטעינערס, אדער א קאמבינאציע פון ביידע לויט'ן געברויך.

די אמעריקאנער נעיווי ארבעט שוין מיט די קלענערע שיפן פון "סעיל-דראון" זייט 2021. אינעם מיטל מזרח, ווערט די 33-פוס "וויאדזשער" (Voyager) שיף (אין די אונטערשטע בילד), וואס איז געמאכט פאר כסדר'דיגע שפיאנאזש, גענוצט אלס א צענטראלע טייל פון די עקספערימענטן פון די נעיווי'ס "טעסק פארס 59", וואס איז קאנצעטרירט אויף ראבאטישע טעכנאלאגיע און טעכנישע צוזאמענארבעט.אזוי אויך אין די געגענטער אונטער די פערטע פלאטע פון די נעיווי – וואס נעמט אריין די קאריביען אינזלען און צענטראל און דרום אמעריקע – זענען די "וויאדזשער" שיפן וואס ארבעטן אויף סאלאר פענעלס די הויפט סורוועילענס שיף פאר "אפעראציע ווינדווארד סטעק". דאס איז טראמפס קאמפיין וואס צילט צו באקעמפן דראג שמוגלעריי.

לעצטענס געהאט באריכטעט איבער אזעלכע קליינע סאלאר פענעל שפיאנאזש שיפן פון אוסטראליע.
20260410-Saildrone-Spectre-Rendering_18-1 (2).jpg
20260410-Saildrone-Spectre-Rendering_18-1 (2).jpg (131.5 KiB) געזען געווארן 157 מאל
20260410-Saildrone-Spectre-Rendering_21 (2).jpg
20260410-Saildrone-Spectre-Rendering_21 (2).jpg (126.53 KiB) געזען געווארן 157 מאל
656818a2693ce48c10b8b599_Voyager First USV to Earn Formal Marine Classification hero (2).jpg
656818a2693ce48c10b8b599_Voyager First USV to Earn Formal Marine Classification hero (2).jpg (158.46 KiB) געזען געווארן 157 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די יו. עס. ספעשל אפארעישנס קאמענד (SOCOM) האט געמאלדן אז זיי רוקן זיך נענטער צו פולקאם איבערמאכן די AC-130J גאנשיפ, אז ס'זאל קענען אטאקירן ווייטערע צילן, די אפגרעידס וועט ארייננעמען א פולע AESA ראדאר און קליינע ביליגע קרוז מיסילס ווי די AGM-190 בלעק ערא מיסיל וואס קען פליען ביז 460 מייל ווייט.


AC130J-AESA-small-cruise-missile-demo-plans (1).jpg
AC130J-AESA-small-cruise-missile-demo-plans (1).jpg (184.38 KiB) געזען געווארן 154 מאל
Screenshot_20260519_235325_Gallery.jpg
Screenshot_20260519_235325_Gallery.jpg (96.7 KiB) געזען געווארן 154 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

מיליטערמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 10:53 pm נייעס:

די יו. עס. ספעשל אפארעישנס קאמענד (SOCOM) האט געמאלדן אז זיי רוקן זיך נענטער צו פולקאם איבערמאכן די AC-130J גאנשיפ, אז ס'זאל קענען אטאקירן ווייטערע צילן, די אפגרעידס וועט ארייננעמען א פולע AESA ראדאר און קליינע ביליגע קרוז מיסילס ווי די AGM-190 בלעק ערא מיסיל וואס קען פליען ביז 460 מייל ווייט.


AC130J-AESA-small-cruise-missile-demo-plans (1).jpgScreenshot_20260519_235325_Gallery.jpg

די סיבה פארוואס פונקט יעצט, איז וויבאלד ביז יעצט אין די מלחמה קעגן טעראר האט עס נישט אויסגעפעלט, משא"כ יעצט ווען די מיליטער גרייט זיך אויף פיוטשער טראבל אין די אינדא-פאסיפיק, מיט טשיינעס עקסעס דינייעל זאנעס, וועט די מהלך שוין נישט ארבעטן, סא די AC-130 וועט מוזן אדער זיך אדאפטירן אדער ריטייערן, און ביזדערווייל האט די מיליטער אויסגעקליבן די ערשטע.

דא איז א הערליכע דאקעמענטרי איבער די גאנצע AC-130 פראגראם, פון זיין פארגייער ביז די פיוטשער.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

דא איז א ווידיאו איבער די AESA ראדאר וואס די AC-130 וועט באקומען.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

און דא איז א ווידיאו פון א טעסט פון די בלעק ערא מיסיל אויף די AC-130.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די עירפארס ספעשל אפארעישנס קאמענד (AFSOC) פלאנט צו אינטעגרירן די רויטע וואלף מיסילס, אויף די OA-1K Skyraider 2 עראפלאנען, און צוגאב צו די לעיזער גיידעד ראקעטן וואס עס טראגט, די OA-1K Skyraider 2 איז א ספעשל אפארעישן עראפלאן געמאכט פאר קלאוז עיר סופארט און פאר שפיאנאזש (CAS און ISR) די עירפארס האט שוין 18 שטיק דערפון און פלאנט צו האבן אלעס צוזאמען 75 שטיק דערפון.

(דאכצעך אז איך האב אמאל געשריבן אז אמעריקע האט שוין נישט קיין עראפלאנען מיט די קלאסיפיקאציע פון O וואס שטייט פאר אבזערוואציע, שוין האמיר פארזען דעם סקייריידער 2)

די סקייריידער אויף דיספלעי ביי די Special Operations Forces (SOF) וואך, וואס קומט פאר די וואך דא אין טעמפא פלארידע.
OA-1K-at-SOF-Week (1).jpg
OA-1K-at-SOF-Week (1).jpg (164.17 KiB) געזען געווארן 144 מאל
OA-1K-Skyraider-II (1) (1).jpg
OA-1K-Skyraider-II (1) (1).jpg (216.62 KiB) געזען געווארן 144 מאל
red-wolf-mini-cruise-missile (1).jpeg
red-wolf-mini-cruise-missile (1).jpeg (92.54 KiB) געזען געווארן 144 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

SOCOM האט געמאלדן אז זיי הייבן אן צו זוכן א ריפלעיסמענט פאר די C-146 wolfhound און זיי וועלן ארויסשטעלן מער דעטאלן איבער די רעקווייערמענטס פאר א סוקסעסער, די וואך ביי די SOF וואך, העמיר בעז"ה ברענגען די דיטעילס ווען ס'קומט ארויס.

די C-146 איז א קארגא פליגער וואס ווערט אפערירט דורך AFSOC און ווערט גענוצט צו טראנספארטירן ספעשל פארסעס זעלנער ארום די וועלט ווען מ'דארף זיי, די עירפארס האט 20 שטיק דערפון און זיי זענען נאך היבש ניי אריינקומענדיק אין דינסט הערשט אין 2010, אבער וויבאלד ס'איז נישט קיין ברייט באנוצטע פליגער און נאר אמעריקע אפערירט נאר 20 שטיק, קומט עס אויס זייער טייער אויפצוהאלטן, וואס איז חוץ פון דעם וואס די פליגער קען שלעפן ווייניג קארגא און האט א רעלאטיוו קורצע רעינדזש, אבער קען לאנדן אויף קורצע און אומאויסגעפלאסטערטע ראנוועיס און אויף ראוד'ס.
Screenshot_20260521_015849_Gallery.jpg
Screenshot_20260521_015849_Gallery.jpg (62.91 KiB) געזען געווארן 141 מאל
c-146-exercise-eglin-2022 (1).jpg
c-146-exercise-eglin-2022 (1).jpg (51.02 KiB) געזען געווארן 141 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

מיליטערמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 11:54 am נייעס:

די נעווי האט געמאלדן אז די צייט ווען זי דארפן באקומען די USS Doris Miller וואס איז די פערטע פארד קלאס עירקרעפט קעריער, איז געווארן אפגעשטופט פון 2032 צו 2034, נאכדעם וואס אישוס מיט די קאנסטרוקשן פון די USS Enterprise וואס איז די דריטע פארד קלאס עירקרעפט קעריער האבן אפגעשטופט די דערליווערי פון יולי 2030 צו מארטש 2031, און אזוי ווי די שיפיארד ווי מ'בויעט די שיפן האט נאר איין פלאץ פאר די פיינעל אסעמבלי וואס איז אויסגעשטאט מיט ספעציעלע העווי לופט קרעינס פאר די פיינעל צוזאמשטעל פון די שיף, וועט עס אויך אויפהאלטן די USS Doris Miller פון גיין צום פיינעל אסעמבלי ווילאנג די USS Enterprise איז נישט פארטיג.
Screenshot_20260518_111938_Chrome.jpg
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די ארבעט אויף די ענטערפרייז CVN-80 קומט פאר, זייט ביי זייט פון די געפארקטע ריטייערטע ענטערפרייז CVN-65, ווי געזען אין די בילדער, און געוויסע חלקים פון די נייע ענטערפרייז וועט זיין געמאכט פון שטאל פון די CVN-65.
Screenshot_20260521_121250_Drive.jpg
Screenshot_20260521_121250_Drive.jpg (74.99 KiB) געזען געווארן 138 מאל
Screenshot_20260521_121310_Drive.jpg
Screenshot_20260521_121310_Drive.jpg (92.24 KiB) געזען געווארן 138 מאל
Screenshot_20260521_121444_Drive.jpg
Screenshot_20260521_121444_Drive.jpg (127.32 KiB) געזען געווארן 138 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ביי א עירבאס שאו אין דייטשלאנד האט עירבאס ארויסגעשטעלט אויף דיספלעי זייער נייע Tranche 4 יורא-פייטער פייטער זשעט, וואס וועט אנהייבן מיט טעסטינג אין די קומענדיגע וואכן. די דייטשע לופטוואפע האט יעצט 138 יורא-פייטערס אין אקטיווע סערוויס, אריינגערעכנט א מיקס פון ,Tranche 1, 2, און 3, און זיי האבן שוין באשטעלט 93 פון די Tranche 4 מיט 38 דערפון וואס דארף צו ווערן דערליווערט ביז 2030, ווי אויך האבן זיי שוין באשטעלט 20 שטיק פון די Tranche 5. די נייע Tranche 4 איז א מאסיווע אפגרעיד פון די פריערדיגע ווערסיעס מיט א נייע גאר פארגעשריטענע ראדאר און קאמפיוטער סיסטעם, און פרישע מעגליכקייטן צו שיסן פארגעשריטענע וואפן.
EUROFIGHTER-TRANCHE-4 (1).jpg
EUROFIGHTER-TRANCHE-4 (1).jpg (151.67 KiB) געזען געווארן 128 מאל
74A6B599-B5A4-44BC-B1AF-74E799374707 (1).jpg
74A6B599-B5A4-44BC-B1AF-74E799374707 (1).jpg (143.23 KiB) געזען געווארן 128 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

פרישע בילדער ארויס פון ענגלאנד ווייזן א פרישע KC-135 ריפיולינג פליגער באדעקט מיט שראפנעל, דאס קומט ארום 6 וואכן נאכדעם וואס א אנדערע KC-135 פליגער איז אנגעקומען אין ענגלאנד פאר ריפעיר.
Screenshot_20260525_220810_Photo Editor.jpg
Screenshot_20260525_220810_Photo Editor.jpg (105.69 KiB) געזען געווארן 127 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די עירפארס גרייט זיך אפצושיקן צו די מיטל מזרח א נייע סארט שפיאנאזש דראון (ISR) וואס איז געווארן דעוועלאופט דורך DZYNE Technologies אונטער די ULTRA פראגראם (Unmanned Long-endurance Tactical Reconnaissance Aircraft) וואס איז א פראגראם צו פראדוצירן דראונס וואס קענען בלייבן אין די לופטן פאר מער פון 60 שעה אין א צי, וואס מיינט איבער 2 און אהאלב טעג פון קאנסיסטענד אינטעליזשענס

DZYNE האט צווי ווערסיע איינס וואס קען בלייבן אין די לופטן ביז 60 שעה און איינס ביז 70 שעה, אין פארגלייך צו די MQ-9 דראון וואס פליט נאר ארום 20 שעה אויפאמאל, ווי אויך איז עס מער סטעלטי און קאסט נאר 8 מיליאן דאלער פער דראון אין פארגלייך צו די MQ-9 וואס קאסט איבער 32 מיליאן דאלער, אבער פון די אנדערע זייט איז עס נאר א שפיאנאזש דראון און איז נישט געמאכט אויך פאר אטאקעס.
ultra-drone-middle-east-2024 (1).jpg
ultra-drone-middle-east-2024 (1).jpg (76.98 KiB) געזען געווארן 126 מאל
ultra-drone-in-flight (1).jpg
ultra-drone-in-flight (1).jpg (14.92 KiB) געזען געווארן 126 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די יו עס עס נימיץ עירקרעפט קעריער איז אנגעקומען צו די קאריביען, דאס קומט אין א צייט וואס די אנגעצויגענע שטימונג צווישן אמעריקע און קובא האלט אין איין וואקסן, און ס'איז ווערד אנצומערקן אז פאר מאדוראס פארכאפונג האט מען אויך אהינגעשיקט א עירקרעפט קעריער.
Screenshot_20260525_002751_Photo Editor.jpg
Screenshot_20260525_002751_Photo Editor.jpg (150.15 KiB) געזען געווארן 122 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

אין פרישע בילדער פון סענטקאם זעט מען א פלאטע פון A-10 אטאקע פליגער, מיט די נייע פראוב ענד דראוג ריפיולינג סיסטעם.
9700225 (1).jpg
9700225 (1).jpg (93.73 KiB) געזען געווארן 113 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א מאפע פון אלע 9 אמעריקאנע דעסטרויערס וואס האבן אויף זיך לעיזער וואפן, ווי מ'קען זען אז צוויי דערפון געפונען זיך אין די סענטקאם וואסערן נעבן איראן, די צוויי שיפן זענען די (USS Spruance (DDG-111 און די USS John Finn (DDG-113) וואס זענען ביידע פון די ארלי בורק קלאס דעסטרויערס פון פלייט IIA וואס איז די מערסט פארגעשריטענע ווערסיע פון די ארלי בורק קלאס דעסטרויערס וואס אמעריקע פארמאגט יעצט געהעריג אין אקטיווע דינסט.
Screenshot_20260521_021543_Gallery.jpg
Screenshot_20260521_021543_Gallery.jpg (106.43 KiB) געזען געווארן 83 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

די גאלדן דאום.
space-based-interceptors-golden-dome-cost-estimate (1).jpg
space-based-interceptors-golden-dome-cost-estimate (1).jpg (142.98 KiB) געזען געווארן 80 מאל
באריכט:

די קאנגרעסיאנאלע בודזשעט אפיס (CBO) האט ארויסגעלייגט זייער שאצונג, פאר וויפיל עס וועט קאסטן וואס זיי רופן די 'נאציאנאלע מיסיל דעפענס סיסטעם' (די גאלדן דאום), די CBO שאצט יעצט אז ס'וועט אפקאסטן די אסטראנאמישע סומע פון 1.191 טריליאן דאלער במשך די נעקסטע 20 יאר, וואס קומט אויס צו ארום 60 ביליאן דאלאר א יאר, און איז מער ווי דאפלט פון זייער פאריגע שאצונג ארויסגעגעבן פאראיאר, ווי אויך רעכענען זיי אויס ספעציפישע חלקים פון די סיסטעם וויפיל ס'וועט קאסטן וואס פון דעם קען מען זען בערך וויאזוי די סיסטעם וועט ארבעטן, העמיר פרובירן צו ברענגען וויפיל דיטעילס שייך.

די אנאליז פון די CBO באשטייט פון 4 דעפענס לעיערס. די ערשטע איז א נעטווארק פון ספעיס באזירטע אנטי מיסיל אינטערסעפטארס. די צווייטע און דריטע איז א אויבערשטע דעפענס לעיער פון מיסילס אויף די ערד וואס דעקן א ברייטע שטח, און א נידריגערע דעפענס לעיערס פון מיסילס אויף די ערד וואס דעקן א ברייטע שטח, נאכדעם האט עס נאך א נידריגערע לעיער וואס קען דעקן א קלענערע ראיאנאלע שטח. חוץ פון דעם נעמט עס אריין א עקסטערע דעפענס לעיער פאר די פיר עקזיסטירנדע סטאנציעס פון די NMD מיסיל סייטס, און א סיסטעם פון סעטעלייטס אין ספעיס צו טרעקן די צילן. חוץ מזה נעמט עס אריין נאך פארשידענע אנדערע זייטיגע אויסגאבן, ווי R&D א.ד.ג.

די גרעסטע חלק פון די קאסטן איז פאר די נעטווארק פון 7,800 ספעיס באזירטע אנטי מיסיל אינטערסעפטערס, וואס דאס וועט זיין די מערסט קריטישע חלק פון די קאנווענשענל חלק פון די סיסטעם, וואס די 7,800 אינטעסעפטערס אליין מאכט אויס איבער 60 פראצענט פון די גאנצע כמעט 1.2 טריליאן דאלער פרייז טעג, און וועט אפקאסטן 723 ביליאן דאלער צו פראדוצירן אין צוגאב צו נאך א ביליאן דאלער פער יאר אויפצוהאלטן די מאסיווע נעטווארק, וואס צוזאמען איז עס 743 ביליאן דאלער, די קאסט רעכנט אריין אז ס'וועט קאסטן נאר 500 דאלער פער קילאגראם צו עס ארויפשיקן אין ספעיס, וואס איז סאך ביליגער פון די היינטיגע קאסטן, און וועט נאר זיין מעגליך מיט די נייע זשענערעישן פון העווי לופט ראקעטס ווי די ספעיס עקס סטארשיפ.

סטארשיפ ביי א טעסט.
starship-prototype-2024 (1).jpg
starship-prototype-2024 (1).jpg (114.27 KiB) געזען געווארן 77 מאל
די עוורידזש קאסט פער SBI (ספעיס בעיסט אינטערסעפטער) וועט זיין בערך 22 מיליאן דאלער, און יעדע SBI מיסיל וועט נאר האלטן פאר 5 יאר וואס מיינט אז חוץ די ארגינעלע 7,800 אינטערסעפטערס וועט מען דארפן לאנטשן נאך כמעט 1,600 פער יאר, און לויט די CBO וועלן די אינטערסעפטערס נאר קענען אראפשיסן 10 טארגעטס אויפאמאל (א ריזיגע טיפשות לשטתי, ווייל אז די שונא שיסט איין מיסיל אויפאמאל וועלן זיי קענען דרעינען די סיסטעם גאר שנעל.)

די סיבה פארוואס די SBI לעיער וועט קאסטן אזוי טייער איז וויבאלד די סעטעלייטס מוזן פליען זייער נידריג אין ארביט, וויבאלד ס'וועט דארפן קענען אינטערסעפטן מיסילס אין בלויז 3-5 מינוט, וויבאלד די SBI מיסילס וועט זיין דיזיינט צו אראפשיסן מיסילס אין די באסט פאזע וואס איז די לעצטע פאזע פאר די מיסיל קומט אן צום ציל, סא אויב ס'וועט זיין צו הויעך אין ארביט וועט עס נעמען צו לאנג צו קענען אינטערסעפטן מיסילס, סא ס'וועט מוזן פליען צווישן 186 און 310 מייל הויעך, און ווען א סעטעלייט פליט אזוי נידריג וועט ער מיט די צייט פארלירן זיין ארביט צוליב גרעוועטי און ער וועט נישט קענען בלייבן אויף איין פלאץ משא"כ געהעריגע סעטעלייטס ווי די טרעקינג סעטעלייטס וואס פליען הויעך אין ארביט דארף מען נאר ריפלעיסן איין מאל אין 20-30 יאר, סא אלעס צוזאמען וועט מען לויט די חשבון פון די CBO דארפן ארויסשיסן ארום דרייסיק טויזנט! SBI סעטעלייטס במשך די צוואנציג יאר.

אפי' מיט די אלע אינטערסעפטערס וועט די ספעיס באזירטע לעיער לויט די CBO נאר זיין גענוג אנטקעגן א 'קלענערע ראיאנאלע אטאקע' וואס מ'נוצט געווענליך צו באצייכענען א אטאקע פון צפון קארעא אדער איראן, -כאטש וואס טראמפ האט יא פארלאנגט אין זיין עקזעקעטיוו ארדער פאריאר אז די גאלדן דאום זאל זיין גענוג קעיפעבל צו קענען אפשלאגן א ריזיגע אטאקע אפי' פון טשיינע און רוסלאנד- און די באריכט זאגט אויך אז אזא ריזיגע אינוועסטמענט אין די גאלדן דאום וואס וועט נישט זיין אויסגעשטאט קעגן א ריזיגע אטאקע, קען טרייבן פיינטליכע לענדער צו מער אינוועסטירן און אויפבויען א מאסיווע ארסענאל פון לאנג רעינדש מיסילס, אריינגערעכנט מיסילס וואס קענען פירן נוקלעארע שפיצן.

CBO טשארט.
cbo-missile-defense-cost-estimate-2026 (1) (1).jpg
cbo-missile-defense-cost-estimate-2026 (1) (1).jpg (170.52 KiB) געזען געווארן 77 מאל
אין די CBO's באריכט ווערט אויך ארויסגעברענגט אז די שאצונג רעכנט נישט אריין קיין ספעיס באזירטע מיסילס וואס זאלן זיין דיזיינט צו אראפשיסן מיסילס מיד קורס (אזוי ווי די GMD מיסילס) וואס מ'קוקט נאך אריין אין די מעגליכקייט פון צולייגן אזא לעיער אן טאפ פון די אנדערע 4 לעיערס, וואס אויב מ'זאל דאס טאקע צולייגן וועט די פרייז זיין אסאך העכער, ווי אויך רעכענען זיי נישט אויס וויפיל ראיאנאלע סיסטעמס ס'וועט זיין כאטש וואס לויט די עקזעקוטיוו ארדער דארף אפי' די אונטערשטע לעיער קאווערן די גאנצע לאנד.

מיט די אלע פראבלעמען אין חשבון, קען זיין אז די DoD וועט באשליסן צו בויען א קלענערע סארט סיסטעם, איבערהויפט אז די DoD האט ארויסגעלייגט פאר די גאלדן דאום א שאצונג פון בלויז ארום 185 ביליאן דאלער, אזא קלענערע סארט סיסטעם קען ארייננעמען סיסטעמס נאר צו באשיצן וויכטיגע פלעצער, אדער קען זיין אז זיי וועלן בויען א גרעסערע סיסטעם וואס די סיסטעם וועט ארייננעמען מער NGI מיסילס בעיקר אין די אויבערשטע 3 לעיערס, און וועט זיין אויסגעשטעלט אפילו קעגן א מאסיווע ICBM אטאקע פון רוסלאנד אדער טשיינע, ווי אויך קען עס ארייננעמען מער אינטערסעפטערס פאר די נידריגערע לעיערס.

די ספעיס פארס שטייט אין שפיץ פון א נייע SBI פראגראם, מיט'ן ציל צו צייגן א בויען פראטאטייפס פאר א SBI וואס וועט ווערן א חלק פון די גאלדען דאום סיסטעם 2028. ביז היינט האט די ספעיס פארס שוין אויסגעטיילט 3.2 ביליאן דאלאר פאר 12 אנדערע קאמפאניס וואס זענען פארנומען צו ארבעטן אויף די SBI פראגראם. עטליכע קאמפאניס, אריינגערעכנט לאקהיד מארטין, נארטראפ גראמען און ענדוריעל, האבן שוין געמאלדן אז זיי זענען אינוואלווד אין דעוועלאופן פראטאטייפס.

פאלגנד איז א ווידיאו פון נארטראפ גראמאן ווי זיי שטעלן ארויס אלע זייערע דערגרייכונגען פון Q-3 פון 2025, און ביי 0:13 קען מען זעהן א SBI מיסיל.

בילד
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ביי די יערליכע SOF Week קאנפערענץ די וואך, האט SOCOM געמאלדן אז די פיוטשער בלאק 3 פון די נייט סטאלקער’ס MH-47 טשינוק העליקאפטערס, וועלן זיין אויסגעשטאט מיט די מעגליכקייט צו ריפיולן אנדערע העליקאפטער פון די יוניט, און די נייע מעגליכקייט וועט העלפן מיט די קריטישע ריפיולינג מיסיעס מיט וואס די ארמיי מוטשעט זיך בכלל און בפרט ביי ספעציעלע אפעראציעס, פאר מער איבער די יעצטיגע ריפיולינג שוועריגקייטן פון די ארמיי דרוקט דא.

די MH-47 בלאק 3 איז ערווארטעט אריינצוקומען אין באנוץ אין 2032.
MH-47G (1).jpg
MH-47G (1).jpg (92.18 KiB) געזען געווארן 75 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

דעם שבת ביי די SOF Week קאנפערענץ האט SOCOM געמאלדן אז זיי הייבן שוין אן צו אפגרעידן זייערע MH-60M בלעק הוק העליקאפטערס מיט די נייע T901 ענזשינס פון זשענעראל עלעקטעריק, די נייע ענזשין איז נאך אין דעוועלאפמענט מיט די ערשטע טעסט אין מאי 2025, די נייע ענזשין פארמאגט 50 פראצענט מער שעפט פאוער און איז אסאך מער פיול עפישנט וואס מיינט אז ס'וועט קענען שלעפן סאך מער וואג, און אין די זעלבע צייט וועט עס פארלענגערן די רענדזש.
פאר מער איבער די MH-60M ספעציפיש די DAP מאדעל, קען מען זען דא.
mh-60m-upgrade-plans-itep-engine-demands (1).jpg
mh-60m-upgrade-plans-itep-engine-demands (1).jpg (150.87 KiB) געזען געווארן 71 מאל
mh-60m-sof-week-capability-demo (1).jpg
mh-60m-sof-week-capability-demo (1).jpg (63.8 KiB) געזען געווארן 71 מאל
די T901 ענזשין.
t901-engine (1).jpg
t901-engine (1).jpg (163.9 KiB) געזען געווארן 71 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ביי די SOF קאנפערענץ פריער אין די וואך, האט די נעווי ארויסגעשטעלט זייער וויזיע פון א צוקונפט ווי דראון סובמארינען וועל ארבעטן זייט ביי זייט מיט די SDV סובמארינען.

די סיעל דעליווערי וויהקל אפטיילונג פון די נעווי איז א ספעציעלע איינהייט אין די נעווי וואס זייער אויפגאבע איז צו דערליווערן נעווי סיעלס דארט ווי מ'דארף זיי האבן און זייער הויפט סובמארין וואס זיי נוצן איז די מארק 11 (די אונטערשטע בילד) וואס איז 22 פיס לאנג און קען האלטן 2 מאנשאפט און 6 סיעלס, ווי אויך אפערירן זיי DCS סובמארינען ( Dry Combat Submersibles) וואס איז אביסל גרעסער און קען האלטן 2 מאנשאפט מיט 8 סיעלס און האט א לענגערע רעינדזש (די צווייטע בילד), די פלאן איז בערך ווי די CCA פראגראם פון עירפארס, און מ'וועט נוצן סיי דראון ראבאטס וואס זענען דיזיינט ווי טארפידאס און קענען ווערן געלאנטשט פון גרעסערע סובמארינען ווי די ווירדזשיניע קלאס, ווי אויך אנדערע סארט דראון סובמארינען וואס אפערירן זעלבסטשטענדיג.
seal-delivery-vehicle-uncrewed-underwater-vehicle-teaming (1).jpg
seal-delivery-vehicle-uncrewed-underwater-vehicle-teaming (1).jpg (148.95 KiB) געזען געווארן 65 מאל
dcs-mini-sub-ioc (1).jpg
dcs-mini-sub-ioc (1).jpg (73.72 KiB) געזען געווארן 65 מאל
mk-11-swcs (1).jpg
mk-11-swcs (1).jpg (59.52 KiB) געזען געווארן 65 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די נעווי האט געמאלדן אז דעם זומער וועט די נעווי באזע אין נארפאלק ווירדזשיניע באקומען א נייע פאוער פלענט.

די עקטינג סעקרעטערי פון די נעווי Hung Cao האט געמאלדן אז דעם זומער וועט די נעווי באזע אין נארפאלק ווירדזשיניע ווערן פאוערד פון די פארד עירקרעפט קעריער, די פארד קעריער האט צוויי גרויסע A1B נוקלעארע רעאקטארס וואס פראדוצירן צוזאמען ארום 300 מעגא וואט פון פאוער וואס מ'קען נוצן, וואס איז כמעט 3 מאל אזוי סאך ווי די עלטערע נימיץ קלאס און איז גענוג צו פאוערן א סיטי פון 100,000 מענטשן, די נעווי האט געמאלדן אז די טעסט איז א חלק פון א גרעסערע ציל פון קענען צושטעלן אלטערנאטיווע פאעור פאר באזעס אין פאל פון אטאקעס אדער אנדערע פראבלעמען מיט די טראדיציאנעלע פאוער פלענט.
ford-norfolk-floating-nuclear-power-plant-test (1).jpg
ford-norfolk-floating-nuclear-power-plant-test (1).jpg (138.27 KiB) געזען געווארן 63 מאל
a1b-reactor-components-dorris-miller (1).jpg
a1b-reactor-components-dorris-miller (1).jpg (153.55 KiB) געזען געווארן 63 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די עיר נעשענל גארד האט ארויסגעלאזט בילדער פון די מיסטעריעזע אביעקט (באלאן) וואס א עף 16 פון די עיר נעשענל גארד האט אראפגעשאסן העכער לעיק הורען צוריק אין 2023, וואס איז דעמאלסט געווען איינס פון 3 אינטערסעפשנס יענע וואך וואס מ'האט אראפגעשאסן די טשייניזע 'וועטער' באלאן.
object-wire-below (1).jpg
object-wire-below (1).jpg (20.35 KiB) געזען געווארן 58 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די מארין קארפס האט דורכגעפירט א טעסט אויף א UH-1 העליקאפטער וואס האט געדינט אלס א קאמענד צענטער פאר א FPV דראון. דאס איז א טייל פון א גרעסערע אונטערנעמונג פון פילע פראגראמען אינערהאלב אלע אפטיילונגען פון די מיליטער צו האבן די מעגליכקייט פון האבן ראבאטס וואס זאלן ארבעטן זייט ביי זייט מיט מענטשליך געפירטע סיסטעמס, ווי די CCA פראגראם און ענליכע פראגראמען פון שיפן, סובמארינען, העליקאפטער און אזוי ווייטער.
Screenshot_20260525_001837_Chrome.jpg
Screenshot_20260525_001837_Chrome.jpg (84.72 KiB) געזען געווארן 57 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די נעווי האט געגעבן א קאנטראקט פאר באואינג צו אנהייבן א נידריגע ראטע פון פראדוקציע פון די MQ-25 סטענגרעי ריפיולינג דראון, בלויז אפאר וואכן נאך די ערשטע פלייט טעסט, Lot 1 וועט ארייננעמען 3 אזעלכע דראונס, און די נעיווי פלאנט יעצט צו קויפן אלעס צוזאמען 76 שטיק דערפון פאר 209 מיליאן דאלער א שטיקל.
860x394 (1) (1).jpg
860x394 (1) (1).jpg (90.05 KiB) געזען געווארן 58 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

SOCOM האט געמאלדן אז זיי זוכן פרישע מאשין גאנס, רייפלס, און אמיוניציע פאר זייערע אפערעיטערס, וואס זאל זיין מער טויטליך, קענען שיסן ווייטער, מער אקוראט, און זאל זיין לייכטער צו טראגן, אריינגערעכנט אז די נייע רייפלס זאל קענען שיסן די hypervelocity ammunition (HICAR) רונדעס וואס איז נאך אינמיטן דעוועלאפמענט.

די צוקונפטיגע הייפערוועלאסיטי קארבאן רונדעס וועלן זיין 5.56× 45 מילימעטער רונדעס וואס איז די סטאנדארט סייז פאר נאטא, נאר די חילוק וועט זיין אז ס'וועט זיין דיזיינט צו אויסהאלטן אווערפרעשור פון 82,000 PSI אין פארגלייך צו די יעצטיגע 62,000 PSI, די מאסיווע פרעשור וועט ערמעגליכן צו שיסן ביז 3,700 פיס פער סקונדע מיט בלויז א 11 אינטש בעטל אויפן רייפל, אנשטאט די ביז יעצטיגע 3,250 פיס פער סעקונדע מיט א 14 אינטש בעטל, וואס וועט ערמעגליכן צו שיסן פונקטליך אין ציל ביז 1800+ פיס ווייט און קאנטראסט צו די ביז יעצטיגע 900 פיס.
xm7-rifle-criticisms (1).jpg
xm7-rifle-criticisms (1).jpg (109.79 KiB) געזען געווארן 54 מאל
HICARS2 (1).jpg
HICARS2 (1).jpg (92.01 KiB) געזען געווארן 54 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

שילד עי איי האט באקומען א קאנטראקט צו אינטעגרירן די ביליגע לוקאס דראונס מיט ספעציעלע AI טעכנעלאגיע אז זיי זאלן קענען ארבעטן צוזאמען אין ריזיגע גרופעס, און זיי זאלן קענען שערן אינפארמאציע, און קאארדינירן מאנעוורעס.

די לוקאס דראונס האבן א רענדזש פון ארום 500 מייל וואס איז בערך האלב פון די 1000 מייל פון די רוסישע און איראנע שאהיד דראונס, צוליב וואס מ'האט ריפלעיסט א חלק פון די פיול מיט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און גיידענס.
LUCAS-SHIELD-AI (1).jpg
LUCAS-SHIELD-AI (1).jpg (259.99 KiB) געזען געווארן 53 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
שרייב פאוסט