אויפ'ן שמאלן פאליסיידס מיט נאכאנאנדע זעצענישן רייסט זיך מיין קאר דורך. איך פאר דעם וועג טעגליך, און ביי א געוויסן פונקט האב איך אנגעהויבן שפירן א שטיקל קשר מיט דעם ראוד, מיט אייניגע אנדייטונגען אז דער קשר גייט אריין אין פערזענליכע און אינטימע שטאפלען.
קיין סעלפאן סערוויס איז נישט דא געהעריג, קיין ברייטע פאנאראמעס צוויי מאל נישט, מיינע ערשטע פאר מאל דרייוון דא זענען זאגאר געקומען באגלייט מיט היבש קלאסטערפאבישע שרעק, ס'שפירט זיך ווי אזא התבודדות ווינקל, און אפילו די ביימער ביי די זייטן זענען עפעס נישט פונעם פריינטליכן סארט. עפעס שפירט זיך ווי זיי זענען נישט נייגעריג צו הערן וואס דו דערציילסט, און ניטאמאל א גוט מארגן וועלן זיי דיר צוריקגריסן.
דאס ברענגט אז די שטענדיגע פאליסיידס דרייווערס, ערווערבן מיט די צייט א שטיקל שטימע באציאונג מיט דעם ראוד. מיר געהערן אין דעם אומאנערקענטן אומבאצייכנטן קאמיונעטי - די פאליסיידס פענס.
אפילו א שטעלונג אינעם אור-אלטן געפעכט צי דער נאמען איז 'פאליסעידס' - ווי דער גוי שרייבט, אדער 'פאליסיידס' - ווי דער מלמד ביים תיקון טישל זאגט, האב איך שוין אויך.
אצינד, אין די טעג פאר שבועות, שפיר איך ממש ווי א פארל מיט דעם שמאלן ראוד, אויף וועמענס זייטן די גראז האבן זיך מיטאמאל צעוואקסן, די ביימער זיך צעשפראצט, און דער דינער הארטער דורכזיכטיגקייט איבער'ן ערד-פלאך איז ערזעצט געווארן מיט פעטע גרינע אומגלייכע גראז און בלעטער.
כי אדם עץ השדה, פלעגן די מוכיחים בשער אין ישיבה מליצה'נען, נוצנדיג דעם פסוק פאר א רייע משלים און פארגלייכן. דא זע איך עס אבער לעבעדיג. ס'איז א וואך פאר שבועות, איך בין פארשווייסט רונדע דעם זייגער, אונטער דעם ווידער-שפראצונג פון די לאנגע האר און שנויצן, און מיין הארץ איז מיט מיין באליבטע פאליסיידס וואס כנראה שפירט ער אויך אזוי.
אויך ער ווארט קוים דער גראז שניידער זאל זיך באווייזן און אים באפרייען פון די פארדרייטע געוויקסן. לכאורה שוויצט ער אויך, די זאמד און שטיינער זענען געוויס פעט און אויליג, און ס'קראצט אים - אן קיין האנט זיך צו קראצן.
*
דאס איז בעצם דער ערב שבועות כאראקטער. עס שפירט ווי דער סוכה אונטער'ן פארמאכטן שלאק, ווען פון אויבן זיצט דער נאסער פלאסטיק און קלאפט אין קאפ מיט א נערווירנדן ריטם, און פון אונטן גיסן זיך צענויף דער גערוך פון פיש, שווייס, און געשלאפענע מיילער.
ערב שבועות איז - ביי מיר עכ"פ - א צייט פון מחילת מחילות.
דערצערנט כאפ איך זיך ביים האריגן קאפ אז פון מיין הייסער צוזאג צו גיין האסלען אין דזשים ווי אן ערליך קינד, טעגליך חק ולא יעבור, איז דערווייל מקיים געווארן דריי אדער פיר מאל בסך הכל, מיט גוטע תירוצים - כאילו איינער קימערט זיך צי כ'האב א תירץ, און כאילו זיך פארענטפערן וועט האבן סיי וועלכע השפעה אויפ'ן אייפערדיג-געיוירענעם בויך מיט די פוילע שטיקער פארהארטעוועטע פלייש דערין.
-און ס'שוין באלד שבועות!
ווי א שמש ביים אויסגעגאסענעם שיסל טונא אינעם שלש סעודות רודעריי כאפ איך זיך אז הערשט דעם פארלאפענעם אסרו חג פסח, נאכ'ן נישט מצליח זיין באקוועם צו פארמאכן די קנאפן פונעם אויבער-ראק, האב איך געפליסטערט א הייסע צוזאג צו מיין רעקל, אז איך הייב אן "היינט" פאררעכטן דעם פראבלעם. געענדיגט מיט נאשערייען, צוקער, ברויט, און אלעס וואס קלאפט אויס אויפ'ן בויך סייז. דער דיעטע איז לעבעדיג און אקטיוו.
-און ס'שוין באלד שבועות!
געדענקסט דעם גרויסן ליסטע טעסקס וואס כהאב פאר פסח זיך דערקלערט "נאט גילטי", ווייל העי, יעצט איז ערב פסח, אבער תיכף נאך יום טוב וועט מען קעיר נעמען דערפון? דא שטיי איך, געציילטע פון זיי זענען שוין געטון, אנדערע שפרינגען שוין אונטער.
-און ס'שוין באלד שבועות!
פאריאר ביים אהבה רבה האב איך געהאט א רייע מערקווירדיגע פלענער. לויט די שאצונגען און האפענונגען האט עס געהייסן אז היי יאר וועל איך צוגיין צום שבועות שוין א שטיקל תלמיד חכם, נאך א פולער יאר קביעת עתים לתורה.
-און ס'שוין באלד שבועות!
*
די אלע שיינע זאכן, גלאררייכע פלענער, פארשפרעכנדע הבטחות, מיט וואס כ'האב זיך מוחל געווען די עבירות אין די פארלאפענע חדשים, קומען צו א טאטאלע טראסק ווען איך כאפ זיך אז שבועות איז אט דא.
מ'גייט ווייטער עסן טשיז קעיק, הגם דער מוצאי פסח דיעטע איז נאך אין א ברענד ניו קאנדישאן, הגם דער דזשים מעמבערשיפ לאכט א גוטס, און הגם די פסח'דיגע "נאך יום טוב" טעסקס זענען אומבארירט.
דער פאזיציע וואו דער שבועות זיצט, גענוג לאנג נאך פסח, אבער גענוג נאנט צו כאפן דעם מענטש אין שאק; גענוג חציו לכם'דיג מיט ווייניגער הכנה ווי פסח און סוכות, אבער גענוג פראמינענט צו דינען אלס אומפארמיידבארער מיילשטיין אינעם יאר קאלענדער; איז עפעס א נאטירליכע יאוש אפצייכענונג.
עס איז ווען דער באלאן קראכט אפיציעל.
*
וואס איז דער אינספיראציע פון דעם געשיכטע?
גארנישט.
דאס איז עס. פעיס ריעליטי. קבלות און הבטחות זענען נישט קיין ענדגילטיגע לעזונג צו קיין שום פראבלעם.
ס'איז א שיינע צייט, דער שמייכלדיגער זומער איז דא, ס'קומט א יום טוב שבועות, א פרישער שאנס זיך צו נעמען אין די הענט אריין, א נייער סעזאן, אלעס אין די בריאה שפילט מיט.
אבער ווילאנג דו וועסט נישט "פאקטיש" טון וואס איז ריכטיג, וועט אלעס בלייבן ביים אלטן.
*
דער אמת איז אבער, אז דער אויספיר, דער עטוואס שטומפיגער אינספיראציע אז אנשטאט זיך מקבל זיין דארף מען פשוט אנהייבן טון, איז נישט עכט טייל פון דעם פאליסיידס רייזע.
צו שרייבן ברבים דארף מען אויספירן אזוי רבי'ש, פשוט ווייל אזוי פאסט… אבער צווישן אונז וועל איך דיר מגלה זיין, אז דער פאליסיידס רייזע האט זיך געענדיגט אן קיין אינספיראציע.
טריבע מחשבות און שנעלע ריקעפס אויף די פארוואסערטע קבלות און גרויסע דורכפעלער פונעם לעצטן יאר, האבן באגלייט דעם רייזע ביז אויס.
א נאטירליכע נידערלאגע.
*
אההה… ארויס פון קאר צום אנגענעמען גערוך פון פרישע גראז, בלעטער, און בלומען.
א נאטירליכע התחדשות.
ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3084
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9653
Re: ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
דער מוסר השכל פון די דראמאטיש - איבערלעבנדע פאליסעי(יי)דס געשיכטע, און זיין מיואש'דיגער אויספיר, מיטן דערפרישנדן עפילאג
איז ווי דער 34 איינפלוסרייכסטע פערזאן אין ניו יארק שטאט האט געזאגט
ווען מען האט אים געפרעגט אויב עס איז אן ענין צו אננעמען וואונטשן פון אידן אין פריידנסצייט.
זיין רעאקציע איז געווען: אויב אזוי קוקט עס אויס מיט די ברכות, ווי אזוי וואלט עס אויסגעקוקט אנדעם...?
דער נמשל איז אז אויב אזוי קוקט מען אויס אן די אלע פארנעמונגען, ווי אזוי וואלט מען אויסגעקוקט אן קיין קבלות און פלאן בכלל???
דער מציאות איז אז ווען מען קומט מיט א פלאן און א טודוליסט, דאן וועט מען מיט א בליק אויף צוריק האבן אנגעקומען 10-20 פראצענט פון וואס מען האט געפלאנט, משא"כ אויב מאכט מען בכלל נישט קיין פלאן דאן קומט מען נישט אן די 20-40 פראצענט אויך נישט...
איז ווי דער 34 איינפלוסרייכסטע פערזאן אין ניו יארק שטאט האט געזאגט
ווען מען האט אים געפרעגט אויב עס איז אן ענין צו אננעמען וואונטשן פון אידן אין פריידנסצייט.
זיין רעאקציע איז געווען: אויב אזוי קוקט עס אויס מיט די ברכות, ווי אזוי וואלט עס אויסגעקוקט אנדעם...?
דער נמשל איז אז אויב אזוי קוקט מען אויס אן די אלע פארנעמונגען, ווי אזוי וואלט מען אויסגעקוקט אן קיין קבלות און פלאן בכלל???
דער מציאות איז אז ווען מען קומט מיט א פלאן און א טודוליסט, דאן וועט מען מיט א בליק אויף צוריק האבן אנגעקומען 10-20 פראצענט פון וואס מען האט געפלאנט, משא"כ אויב מאכט מען בכלל נישט קיין פלאן דאן קומט מען נישט אן די 20-40 פראצענט אויך נישט...
Re: ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט פארוואס מ'האט נאכנישט ארויס גענומען דעם פאליסיידס פון דינסט, טראץ די אלע פראבלעמען אויסגערעכנט אין דיין ווידוי דא, דער בחור איז הער טו סטעי אן קיין שינוים.
יעצט האמיר עס ארויס, די אלע זאכן וואס די מוחיכים בשער האבן נישט געקענט אויפטוען מיט זייער טרעפליכע משלים און ערקלערונגען, קומט דער ראסטיגער פאליסיידס, טאקע ער, מיט זיין מרה שחורה'דיגן שטילקייט, אן א בלינק מיטן אויג און @פופציגער נעמט זיך צו זיין לאנג פארשפראכענעם דייעטע.
יעצט האמיר עס ארויס, די אלע זאכן וואס די מוחיכים בשער האבן נישט געקענט אויפטוען מיט זייער טרעפליכע משלים און ערקלערונגען, קומט דער ראסטיגער פאליסיידס, טאקע ער, מיט זיין מרה שחורה'דיגן שטילקייט, אן א בלינק מיטן אויג און @פופציגער נעמט זיך צו זיין לאנג פארשפראכענעם דייעטע.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1399
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2282
Re: ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
אהה מיר האבן צוריק @פופציגער מיט זיינע גלעזער... @ארי בארי באקסער וואס איז די נמשל?
Re: ערב שבועות אויפ'ן באוואקסענעם פאליסיידס
און פיין האבן מיר צירוק @בערל דער פייפער !בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 25, 2026 6:22 am אהה מיר האבן צוריק @פופציגער מיט זיינע גלעזער... @ארי בארי באקסער וואס איז די נמשל?
שלום עליכם.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך