כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15784

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אפדעיט איבער די לעצטע שטורעמישע אנטוויקלונגען
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שמייכל תמיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:06 pm
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמייכל תמיד »

@על פי תורה א יישר כח פארן אויסקלארן.

די חלק פון די רעקארדירונגען איז נישט געווארן אדרעסירט, איז שייך דעיס אויך צו אויסקלארן?
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

כמים קרים... ענדליך...

נאכדעם וואס די גאנצע קאמיוניקאציע מיטלען פון די עסקנים האט זיך לעצטנס קאנצענטרירט אויף וואטסעפ, וואס א שיין חלק פון כלל ישראל האט עס נישט (לאפוקי יעדער אין די געוועזענע לב טהור...), איז געווען א שטיקל ווייטאג אז דער צד שכנגד האט א געהעריגע האטליין וואס זיי קענען פארקויפן שקרים וכזבים, בשעת די עסקנים זענען פארנומען העלפן אידישע קינדער און האבן נישט קיין פלאטפארמע פאר׳ן ציבור.

א מחיה צו הערן אזא קלארע באריכט, וואס ניכרים דברי האמת.

דאס זיך מאכן וויינען - מאכט לאכן, ליידער. ס׳נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוען עס בטעות אויף ווידיאו. מען פלעגט קענען הערן: וויין וויין, די גאנצע קול יוצאי לב טהור האטליין איז געבויט אויף דעם: וויין וויין! העכער! שטערקער! מ׳הערט נישט! איך ווער משוגע פון דעם טאקטיק.

=
אגב, געהערט דעם קול יוצאי לב טהור אביסל. אוי איז עס ליצנות, מ׳זעט קלאר די קטנות-הדעת פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם עמי הארצים וואס קענען נישט זאגן קיין גראד ווארט, דער זאגט נאך פסוקים און מליצות אז ס׳קוקט אויס ווי עי-איי רעדט, מ׳קען פשוט ארויסגיין פון התפעלות ווי ווייט עם-הארצות און שיחת ילדים קען גיין.

״נייעס אפדעיטס באריכטן אלעס ארום דער לב טהור עפאכע״... לב טהור איז א עפאכע? וואס מיינט עפאכע? איינער ווייסט?

״אפענע שמועסן ווינקל א פלאטפארטמע פאר׳ן דעת הקהל...״ אזוי איז דא א קנעפל... אפגערעדט וואס מען הערט דארט אז ס׳מאכט שפירן ווי אין שיעור א׳ אין ישיבה קטנה, אבער דער פלאטפארטמע איז א ווארט וואס סימבאליזירט אסאך...

ווען מ׳הערט מיט וועם מ׳גייט צום טיש בלייבט איבער פאר כלל ישראל צו מכיר טוב זיין פאר הרב הצדיק רבי יואל יהושע העשיל בלום און זיינע שותפים, וואס האבן גענומען אויף זיך וואס יעדער האט געציטערט צו טון. כלל ישראל האט זיך אנגעליטן די לעצטע יובל יארן מיט א כת וואס ס׳האט אויסגעזען ווי אן אייביגקייט, ווי עפעס וואס איז געווארן מער און מער פארפלאנטערט מיט יעדע פארבייגייענדע יאר, אזש דער מח האט פשוט געפלאצט צו האלטן חשבון וואס דארט טוט זיך... יעדעס ווארט זייערע, יעדע פעולה זייערע, איז א שפיל, א דריי, א טריק, א שווינדל, גארנישט האט בטעות נישט געקענט גיין ״גראד״ דארט.

און דער קול יוצאי לב טהור איז א קלאסישער עקזעמפאל! דער קאפ קען וויי טון פון די בנינים דארט, גג על גג.

זענען זיי געקומען און געמאכט א דראסטישער שארט-סטאפ, און באוויזן דאס אומגלויבליכע, יא, מיט שטארקייט און אומבויגזאמקייט, ווי א ריכטיגע מלחמה. נאר דאס האט געארבעט און נאר דאס וועט ארבעטן. יעדער וואס פארלאזט דעם כת לעבט א גליקליך לעבן, געהעריג והשיב לב אבות על בנים, אלעס לעבט צוזאמען. און ריכטיג, די וואס לאזן נישט אויסרייסן די לעצטע קערנדלעך זענען ״נעבעך״ אויסגעשטעלט צו ליידן. אזוי גייט א מלחמה. פארפאלן.
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15784

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

רעטונגס אקציע
ווי אזוי עס איז געלונגען פאר כלל-ישראל, צו ראטעווען נאך א משפחה פון א פיזישע און גייסטישע סכנה, זייענדיג אין א ווייטן לאנד פארבינדן מיט דעם מסוכנ'דיגער קולט.
נאך א רינגעלע ווערט צוגעלייגט אינעם הערליכן קייט פון "הצלת ילדי לב-טהור", מיט וועלכע כלל-ישראל טוט זיך שטאלצירן.
ליינט א שפאנענדע באריכט איבער די דאזיגע אקציע, ווי אזוי זי איז צושטאנד געקומען, באגלייט מיט פארשידענע דראמאטישע אקטיוויטעטן וואס האט זיך געטון אונטער די קוליסן.

א גוט מארגן כלל-ישראל...
גאר א שטורעמדיגער און קאלירפולער וואך איז אריבערגעגאנגען אויף כלל-ישראל. יעדער איינער האט געקענט אנטאפן מיט די הענט, אז עפעס גאר רעש'יג טוט זיך אצינד אפ, עס האט זיך געשפירט די פולווער אין די לופטן, אז אט אט גייט עס עקספלאדירן מיטן גאנצן שטארקקייט.

אין די הויפטקוואטירן פון "הצלת ילדי גואטאמאלא" איז די דראמא געווען אויף די העכסטע שטאפלען. העפטיגע אקטיוויטעטן און עסקנות זענען אפגעהאלטן געווארן רונדע דעם זייגער, און אויך... רונדע די וועלט. קיין שלאף, האבן די עסקנים נישט געזען אין די לעצטע וואך צייט.

אין אמת'ן גערעדט לאזט זיך זאגן, אז עס געדענקט זיך נישט אזא אנגעצויגענע און העפטיגע וואך, זינט די אנהויב פון די פרשת ילדי גואטאמאלא, ביז די פארגאנגענע וואך. אלעס איז געווען אויף די וואך, אלעס איז געווען אויף און זיך געגרייט מיט וואס עס גייט אט פארקומען.
אצינד קען מען דאס אלעס דערציילן אין פריידן.

די גאס איז געווען אויף רעדער, אלעמענ'ס אויגן און אויערן זענען געווען אנגעשפיצט אויף דאס קומענדיגע. מען האט געקענט פארשטיין און שפירן, אז עפעס גאר ערנסט קאכט זיך אצינד אויפן ארענע. ווייניג האבן אבער געוואוסט, אז דאס וואס עס שפילט זיך אצינד אפ אין די גאס, איז בלויז א כסות עינים און א פארבלענדעניש, אוועקצונעמען אומגעוואונטשענע אויגן פון די אמת'ע פאסירונג, וואס שפילט זיך אצינד אפ אונטער זייער נאז.

זייענדיג אין סאמע ברען פון א האקעלע מיסיע, האט מען געמוזט האנדלען מיט גרויס געניטקייט און חכמה, וואוסנדיג אין וואספארא רעזיקאלישע און האקעלע מצבים די עסקנים טרעטן אצינד אריין. עס האט אויסגעפעלט פיל מחשבה און חכמה, ועל כולם תפילות פון אידישע קינדער, אז אונזער אקציע זאל געקרוינט ווערן מיט סוקסעס. שטייענדיג אין די יעצטיגע מאמענטן, שניידנדיג די פירות פון די שווערע ארבעט פון לאנגע וואכן אין חדשים, קען מען שוין אפאטעמען, דאנקענדיג און לויבנדיג דעם אויבערשטן אויף אלע זיינע חסדים ביז אהער, די פולע סייעתא דשמיא און אפענע השגחה פרטית וואס די עסקנים האבן מיטגעלעבט מיט זייערע אייגענע אויגן. עס האט זיך געשפירט ווי א ווארעמע האנט פון הימל, וואס גלעט די עסקנים זאגנדיג, "לך אכול בשמחה את לחמך, כי רצה אלוקים את מעשיך".
ברוך-השם אז מען האלט שוין דא!

ילדי גואטאמאלא אין אמעריקע
כדאי צו פארשטיין געבן פארן ברייטן ציבור, וואס עס האט זיך דא אפגעשפילט במשך די לעצטע תקופה, מוזן מיר אויפפרישן דעם זכרון פון די ליינער און צוריקגיין מיט א וויילע.
אלעס האט זיך אנגעהויבן דעמאלטס אין גואטאמאלא, ווען הרה"ג חיד"ו ווייס - דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א, איז ארויסגעקומען שלא כדרכו והרגלו אין די עפנטליכקייט, מיט א קלארע דעת תורה, באטאנענדיג די סכנה פון די קינדער אין לב-טהור, דערציילנדיג פאר די גאס איבער די רציחות און רשעות במזיד פון דעם פלאץ. אין זיין דעקלעראציע פאדערט ער אויף פון כלל-ישראל, צו טון וואס אימער עס איז שייך, ארויסצונעמען דעם קינדער פון דעם דאזיגן פינסטערן ארט און זיי ברענגען צווישן היימישע ערליכע אידן.
עטליכע וואכן שפעטער, איז דער דיין ווידער ארויסגעקומען מיט אן עפנטליכער אינטערוויא אין דער באקאנטער מאמענט מאגאזין, וואו דער דיין האט ווידערהוילט זיין מיינונג, אז לב טהור איז געווען אן ארט וואו מען האט עובר געווען אויף איסורים חמורים מאוד, פון די ערגסטע סארט. דעריבער איז א מצוה רבה צו טון וואס עס איז נאר שייך, ארויסצונעמען די קינדערליך פון דארט און זיי איינגלידערן אין היימישע מוסדות התורה, וואו זיי וועלן האבן די מעגליכקייט אויפצואוואקסן אלס אמת'ע ערליכע אידן און געטרייע זעלנער פארן אויבערשטן.

אידן איבער די גאנצע וועלט האבן דערהערט דעם רוף פונעם דיין שליט"א, און עסקנים האבן זיך אריינגעווארפן בלב-ובנפש אין די פרשה, ביז מען האט געזען דערצו אז די קינדערליך קומען טאקע אן צווישן היימישע אידן, וואו זיי ווערן אצינד נתגדל לה' ולתורתו, אין היימישע ערליכע מוסדות התורה, על דרכי התורה והיראה, בעזרת השם יתברך.
ברוך-השם, עס לאזט זיך זאגן, אז איבער ניינציג פראצענט פון די קינדער זענען היינט צו טאגס העכסט מסודר אין מוסדות התורה, דארט לערנען זיי און בליען לשם ולתפארת בית ישראל.

עס איז ממש צום שטוינען ווי אזוי די קינדער האבן אזוי שנעל אנגעהויבן צו שיינען און לייכטן. זיי קוקן אויס ווי א פארמאכטע בלום וואס האט זיך אצינד געעפנט, ארויסווייזנדיג זייערע הערליכע קאלירן און שיינקייט. די סיפוק וואס די עסקנים האבן דערפון, זעענדיג די פירות פון זייערע ארבעט, ווי אזוי די קינדער שטייגן אין עבודת-השם, פילט אן זייער מוט און חיות. זיי דארפן שוין אפילו נישט באצאלט אויף זייער ארבעט. די פירות אליין, איז די תשלומין אויף זייער עבודת הקודש.

הושענא רבה תשפ"ו לפ"ק:
יעדער איינער געדענקט נאך דעם היסטארישן הושענא רבה אינדערפרי, ווען כלל-ישראל האט זיך אויפגעוועקט צו די שטורעמדיגע נייעס, אז זעקס משפחות יוצאי לב-טהור, זענען אנטלאפן פון אמעריקע, גרינדנדיג דעם קולט ווידעראמאל אין קלאמביע.

די סדר ווי אזוי די נסיעה איז צוגעגאנגען, איז געווען ווי פאלגענד:
פיר פון די משפחות זענען גראד געפארן קיין קלאמביע, בשעת אנדערע צוויי זענען צום ערשט געפארן קיין אקוואדאר, האפענדיג אויף א געלעגנהייט זיך צוריק צוזאמענשטעלן מיט די איבעריגע משפחות. איינע פון די משפחות האט מען געכאפט אויפן וועג קיין אקוואדאר, בשעת זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין פאנאמע. פון דארט האט מען זיי צוריקגעברענגט קיין אמעריקע, וואו זיי געפינען זיך שוין היינט איינגעגלידערט צווישן היימישע ערליכע אידן. די אנדערע משפחה – משפחת יואל וויינגארטן – איז געקומען צו פארן פון גואטאמאלא קיין אקוואדאר, פארלעצנדיג די אנווייזונגען פון די גואטאמאלא געריכט, אז די משפחה מוז פארן וואוינען קיין אמעריקע. דערווייל האבן זיך פיר משפחות אויפגעהאלטן אין קלאמביע, און איין משפחה איז געבליבן געשטראנדעט אין אקוואדאר.

טענות פון די משפחה
די אנטלויף אקציע פון די יוצאי לב-טהור, האט געברענגט א פלייץ פון טענות און תערומות מצד פאמיליע מיטגלידער פון די אנטלאפענע, וועלכע האבן זיך שווער באקלאגט אויף די עסקנים, באשולדיגנדיג דירעקט די עסקנים אויף די דאזיגע דורכפאל.

זיידעס פון קינדער, פעטערס און ברידער, אלע זענען באפאלן די עסקנים מיט שולד-צייגנדע פינגער, אז זיי זענען אחראי אויף וואס עס איז אצינד פארגעקומען. "הלמאי, דו האסט ארויסגעשלעפט די קינדער פון גואטאמאלא, וויבאלד די קינדער זענען דארט געווען אונטער סכנה פון דעם קולט, אבער וואו האלטן מיר אצינד? – די קינדער זענען אנטלאפן צו א פיל ערגערע פלאץ, א גוי'אישע מסוכנ'דיגע לאנד, וואו די מאפיא איז שולט און רציחות קומען פאר תחת כופת השמים אין אלע גאסן. די קינדער וואלגערן זיך דארט פון איין האטעל צום צווייטן, אן קיין שיץ איבער זייערע קעפ, ליידנדיג פון הונגער און קרענק. ווער רעדט נאך פון אביסל אידישקייט, תורה ומצוות?! – וואס ווען וואו... קיין מקוה, קיין חדר, קיין מנין, גארנישט. וואלט דען נישט געווען בעסער, ווען די קינדער בלייבן אין גואטאמאלא, אויף דעם אופן ווי אזוי זיי זענען געווען, אדער אפילו אפשר גאר אין שעלטער?!"

די דאזיגע טענות, האט שטארק דערמאנט די תערומות וואס אידישע קינדער האבן געהאט אויף משה-רבנו, ווען ער איז געקומען אויסלייזן די אידן, און אלס רעזולטאט דערפון האט פרעה פארשווערט די ארבעט אויף כלל-ישראל, והצל לא הצלת את עמך – דו האסט נאר שווערער געמאכט.

מען דארף געדענקען, אז די משפחות האבן זיך נישט געפינען דארט אין פארעם פון א געהעריגע משפחה. געוויסע פון זיי האבן בלויז פארמאגט דער אב המשפחה, בשעת אנדערע האבן בלויז פארמאגט די מאמע. אזוי האבן זיי געוואוינט אין איין פלאץ, לויפנדיג און פארנדיג פון איין האטעל צום אנדערן, בחוסר צניעות וקדושה, אויף א שרעקליכן פארנעם. דאס האט נאכמער באאומרואיגט די פאמיליעס, פארלאנגנדיג פון די עסקנים, אז מען זאל זאפארט צוריקברענגען די דאזיגע משפחות קיין אמעריקע.

די משפחה מיטגלידער האבן געהאלטן די עסקנים פארווארנטליך דערויף, און זיי האבן שטארק געדרוקט אז מען זאל טון וואס מען קען, אז די משפחות זאלן תיכף ומיד צוריקקומען קיין אמעריקע, אז די קינדער זאלן קענען אויפגעצויגן ווערן אונטער א נארמאלע פרומע געזעלשעפט, לערנענדיג אין געהעריגע נארמאלע חדרים, אזוי ווי זייער גאנצע משפחה און אזוי ווי אלע ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט.

אנטווארט פון די משפחות

פאר וועמען עס האט זיי געפרעגט, האבן די אנטלאפענע געזאגט, אז זיי זענען נישט געפארן גרינדן דעם קולט. נאר וויבאלד אז זיי שפירן א געפערליכע דרוק פון די עסקנים, האבן זיי נישט פארמאגט קיין ברירה און אנטלאפן מאימת חמת העסקנים. אין קלאמביע האבן זיי געפינען אן ארט, דעריבער זענען זיי אהינגעגאנגען.
עס איז אבער געווען זייער אינטערעסאנט, אז אלע אנדערע משפחות – יוצאי לב-טהור, האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די דרוק פון די עסקנים און אלעס איז געווען פיין און וואויל, בלויז די דאזיגע משפחות, זיי האבן געהאט לחץ פון די עסקנים.

פארוואס האבן פונקט די דאזיגע משפחות געשפירט א דרוק, עד כדי כך, אז זיי האבן געמוזט אנטלויפן פון אמעריקע?
דער ענטפער איז זייער פשוט: די אנגענומענע מהלך פון די עסקנים איז שטענדיג געווען, צו האלטן אפן פאר די אויגן; וואס איז אונזער מיסיע און וואס איז אונזער ציל. מיר זענען נישט דא סתם צו שלעפן מענטשן פון איין ארט צום צווייטן און זיי פייניגן חלילה, מיר ווילן עפעס דערגרייכן דערמיט, און דעריבער מוז מען זיך האלטן צום ציל.

די העכסטע פרעאריטעט פון די עסקנים איז געווען – די קינדער! מען האט געצילט, אז די קינדער זאלן געראטעוועט ווערן פון א שלעכטע סביבה, און אז זיי זאלן זיך איינגלידערן אין געהעריגע מוסדות התורה והחינוך, וואו זיי האבן די געלעגנהייט צו באקומען א הייליגן חינוך און קענען שטייגן אין עבודת-השם, כשאיפת אבותיהם ורבותיהם מדורות קודמים.
דאס האבן די עסקנים געוואלט, דערצו האט מען געצילט און דערויף איז געווען די גאנצע מלחמה – די קינדער!

רוב יוצאי לב-טהור, ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע און געהערט די פארלאנגען פון די עסקנים בנוגע די קינדער, האבן זיי פארשטאנען אז עס איז נישט שייך זיך קעגנצושטעלן, וויבאלד דאס איז דער הארטער פארלאנג פון די עסקנים, און דערויף שטייען זיי מיט אן עקשנות, כפי הדרכת מרן דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן שליט"א, וועלכער האט שוין פון אנהויב קלארגעשטעלט, אז דער עיקר ציל אין די מערכה איז די קינדער, אז מען זאל זיי אוועקנעמען פון דארט און געבן א געהעריגע חינוך.
די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און די קינדערליך זענען אנגעקומען אין געהעריגע מוסדות התורה, וואו זיי געפינען זיך ביזן היינטיגן טאג, שטייגנדיג און בליענדיג פון טאג צו טאג.

ווער זענען געווען די משפחות, וואס האבן יא געשפירט גרויס דרוק פון די עסקנים, און האבן געשפירט פאר וויכטיג צו אנטלויפן פון אמעריקע דערוועגן?
יא, איר האט צוגעטראפן! – דאס זענען די דאזיגע פאמיליעס, וואס ווילן בשום-אופן אז די קינדער זאלן באקומען אן ערב-רב חינוך, זיי ווילן זיך נישט אויסמישן מיט היימישע אידן, נאר ענדערש בלייבן פארקלאפט אין לב-טהור און אין זייערע פאלשע מינות. דערפאר וועלן זיי טון וואס עס איז נאר מעגליך, נישט אריינצושיקן די קינדער אין היימישע מוסדות, און זיי וועלן זיך מוסר-נפש זיין דערויף, אזש ביזן אנטלויפן פון אמעריקע, אין מסוכנ'דיגע דזשונגלען אריין, צווישן ווילדע רויבער און מענטשן פרעסער, אבי נישט צווישן היימישע אידן.
אין אונזער שפראך מיינט דאס: זיי זענען געפארן צו גרינדן דעם קולט אין קלאמביע!

איר קענט זיכער זיין, אז אין קלאמביע האבן זיי נישט געהארעוועט אויף גמרא תוס', אדער טור ושו"ע. אויב מען האט עפעס געלערנט, איז דאס געווען זייערע כתבי פלסתר און אפשר געהערט דרשות פונעם ריש-מתיבתא דורכ'ן טעלפאן, אדער פונעם חכם גאר...
אין אנדערע ווערטער: מען איז געפארן איינצופעדעמען צוריק דעם קולט!

צוריק פון קלאמביע
דערווייל האט זיך געהאלטן אין איין פארמערן די דרוק פון די פאמיליע מיטגלידער, קרובים און באקאנטע פון די דאזיגע אנטלאפענע משפחות. זיי זענען נישט געווען גרייט צו שטיין און זיך צוקוקן ווי אזוי זייערע פאמיליעס גייען צוגרינד, און ווי אזוי די קינדער באקומען נישט קיין געהעריגע חינוך, אויפוואקסנדיג ווייט פון באשעפער און זיין תורה. זיי וואלטן געטון וואס עס איז נאר שייך, צו באקומען די קינדער פון די פאמיליעס, און זיי אליין קענען מגדל זיין אויף אן ערליכער אידישע שטייגער.

די תוצאות איז שוין באקאנט פאר יעדן איינעם. נאך א געפעכט פון עטליכע חדשים, האבן זיך די אינסטאנצן אין קלאמביע אראפגעלאזט אויף די אנטלאפענע משפחות, און זיי פארטריבן פון לאנד צוליב אימיגראציע אורזאכן. מען האט זיי ארויפגעזעצט אויף א פליגער, אפשיקנדיג זיי צו די פאראייניגטע שטאטן.

אנקומענדיג אהער, האבן די אינסטאנצן נישט געהאט קיין חשק אז די קינדער זאלן זיין פאראייניגט מיט די עלטערן. למען האמת, אויך די פאמיליעס זעלבסט, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די לעצטע עטליכע חדשים, האבן אויך פארשטאנען אז עס איז נישט די טובה פון די קינדער, אז זיי זאלן זיך געפינען אינאיינעם מיט די עלטערן, בשעת די עלטערן קענען ווידער אנטלויפן פון לאנד און אריינלייגן זייערע קינדער אין א סכנה.

דארט אין עירפארט, האבן די בעאמטע געזען ווער עס פארמאגט פאמיליע מיטגלידער, וועלכע זענען גרייט איבערצונעמען די קאסטעדי פון די קינדער, און פאר די דאזיגע משפחות האט מען איבערגעגעבן קאסטעדי. עס זענען דעריבער געווען עטליכע משפחות פון די אנטלאפענע, וואס מען האט צוטיילט זייערע קינדער, לויטן פארלאנג פון די פאמיליעס, וועלכע האבן געוואלט אז די קינדער זאלן אויפגעצויגן ווערן אונטער א כשר'ע אידישע אטמאספערע. ווידער אנדערע משפחות, האבן די פאמיליע מיטגלידער נישט געזען פאר וויכטיג אוועקצונעמען די קינדער פון דארט, און זיי האבן געלאזט די עלטערן אינאיינעם מיט די קינדער.

אין איין פאל, האבן די פאמיליע געלאזט די קינדער אינאיינעם מיט די עלטערן. עס האט נישט גענומען מער ווי א טאג צוויי, ווען מען האט געכאפט די משפחה אין עירפארט, מאכנדיג א פראבע ווידער צו אנטלויפן. דעמאלס האט מען שוין יא אוועקגענומען די קינדער פון זיי, און ביז היינט זענען זיי נאכנישט צוריקגעקערט געווארן צו די עלטערן, למורת רוחם.

טראצדעם וואס די משפחה קען גאר לייכט צוריקבאקומען זייערע קינדער, האלטן זיי נישט ביים זיך צושטעלן צו זייערע פאמיליעס, און געבן א געהעריגע הייליגע חינוך פאר די קינדער. די פאמיליעס פירן זיך דעריבער על פי דעת תורה, וועלכע האבן זיי אנגעזאגט אז מען טאר נישט איבערגעבן די קינדער צוריק צו די עלטערן אויף אזא אופן. האפנטליך אז די עלטערן וועלן זיך עפענען די אויגן, און זיי וועלן איינגיין דערויף מחנך צו זיין די קינדער על דרך ישראל סבא, וועלן זיי בעז"ה קענען צוריקהאבן די קינדער און שעפן פיל נחת פון זיי.

אין אן אנדערן פאל ביי איינע פון די אנטלאפענע משפחות, איז געווען א פארקערטע מעשה. די פאמיליע מיטגלידער האבן אוועקגענומען די קינדער פון די עלטערן און זיי אריינגעשטעלט ביי אנדערע משפחות. די עלטערן פון די משפחה, די אנטלאפענע זעלבסט, האבן זיך געמאכט דעם ריכטיגן חשבון-הנפש, זיי האבן זיך פערזענליך פארבינדן מיט די עסקנים און זיך פארשטענדיגט מיט זיי, וואס מען פארלאנגט פון זיי און ווי אזוי זיי קענען צוריקבאקומען זייערע קינדער. נאכן זיך דורכקומען מיט די עסקנים און גייענדיג איין אויף זייערע טערמינען, האט מען זיי געהאלפן און געזען דערצו, אז די משפחה באקומט צוריק אירע קינדער, און אז די קינדער גייען אריין אין היימישע מוסדות החינוך.

היינט צו טאגס איז די משפחה פאראייניגט צוזאמען, די קינדער לערנען אין היימישע מוסדות, מען האט צוגעשטעלט א געשמאקע פרנסה פארן אב המשפחה, אלע זייטן זענען גליקליך און צופרידן והכל על מקומו יבוא בשלום.

הצלת הילדים
צוריק צום עירפארט. אין די זעלבע צייט וואס די פאמיליעס האבן גענומען די קינדער אונטער זייער שיץ, וועלנדיג ראטעווען די פאמיליע און די אידישקייט פון די קינדער, זענען געווען עסקנים פון אן אנדערן שטערמונג, וועלכע האבן מסדר געווען די פאמיליעס, זיי געבנדיג אן אכסניא של כבוד, זיי צושטעלנדיג מטה שלחן כסא ומנורה, און אלע זייערע געברויכן וואס זיי האבן געדארפט.

ברוך-השם, עס לאזט זיך זאגן, אז די דאזיגע קינדער זענען היינט הערליך שיין מצליח. זיי געפינען זיך היינט איינגעגלידערט אין מוסדות התורה והחינוך, לערנענדיג אין די בעסטע חדרים און ישיבות. די קינדער זענען גאר שטארק צופרידן און זיי געניסן היינט פון א ווארעמע חרדי'שע סביבה און אטמאספערע, אונטער די שויס פון די ברייטע פאמיליע, וועלכע נעמען זיי אויף מיט ווארעמקייט און הארציגקייט. אלע זייערע מלמדים און מחנכים זענען מלא שבח ותהילה אויף זייער לערנען און זיך צושטעלן, און עס איז צום האפן, אז די קינדער וועלן זיין א שטאלץ פאר זייערע עלטערן און זייער משפחה, און וואקסן גדולי ישראל בעזרת-השם.

אין די זעלבע צייט האפן די ברייטע פאמיליע מיטגלידער, אז אויך די עלטערן פון די קינדער וועלן זיך צושטעלן, זיי וועלן איינשטימען אויף די חינוך פון זייערע קינדער און מסכים זיין צו די ריינע ערליכע חינוך, אויף וואס אונזערע עלטערן האבן זיך מוסר-נפש געווען דערויף. דאן וועלן זיי זיך קענען פאראייניגן מיט זייערע קינדער און קענען זען פיל נחת דקדושה פון זיי.
אמן, הלוואי...

פרשת אקוואדאר
די פרשת קלאמביע איז שוין לאנג געקומען צו אן ענדע. די קינדער זענען שוין דאהי, זיי לערנען אין היימישע מוסדות און זיי האבן שוין כמעט פארגעסן אז זיי האבן זיך אמאל געפינען אין קלאמביע.
אבער דערווייל איז א משפחה געבליבן שטעקן אין אקוואדאר. משפחת יואל וויינגארטן, מיט די זעקס קינדער, געפינען זיך אליין אין אקוואדאר. מען דארף געדענקען, אז זייער פאטער זיצט נעבעך אין טורמע, זייער מאמע – א טאכטער פון ר' משה יוסף ראזנער - וועלכער איז אויך ארעסטירט און אין אינדרויסן אויף בעיל - זי געפינט זיך אליין מיט די קינדער אין א פארווארפן פארשטויסן לאנד, אקוועדאר.

די עסקנים האבן דערווייל גארנישט געטון לטובת די וויינגארטן פאמיליע, וועלכע געפינט זיך אין אקוואדאר. פארמאגנדיג דערווייל די קלאמביע קינדער אין אמעריקע, האבן זיי געלייגט דעם געוויכט בראש וראשונה, צו מסדר זיין די ניי-געקומענע קינדער און זיי געבן די נויטיגע הילף. דער חשבון איז געווען, אז מיט די צייט, ווען די זמן וועט זיין מוכשר דערויף, וועט מען זיך נעמען זוכן די משפחת וויינגארטן און ברענגען קיין אמעריקע.

דערווייל האט מען געלייגט דעם גאנצן געוויכט אויפן עשה טוב, קוקנדיג אויף די קינדער וועלכע געפינען זיך שוין דאהי אין אמעריקע, זיך אריינווארפנדיג בלב ובנפש אויף זייער הצלחה. די פאמיליעס פון די קינדער האבן זיך געזארגט אויף גוטע שטיבער, מעדיצינישע און גייסטישע הילף פאר די קינדער, טעראפי און בכלליות, זיי צו פלאצירן אין מוסדות החינוך איבער גאנץ אמעריקע.

איין טאג באקומען די עסקנים א מעלדונג, אז א געוויסער איד וויל רעדן צו זיי. דער איד דערציילט זיי, איבער אן ארבעטער וועלכער קומט פון אקוואדאר. דער ארבעטער דערציילט אים, אז זיין ברודער פון אקוואדאר זאגט אים לעצטנס, אז אין זיין געגנט איז אנגעקומען עפעס אן אינטערעסאנטע מאדנע משפחה, א מאמע מיט קינדערליך. די משפחה האלט זיך אויף אין א שטאל אונטער א הויז, זיי האבן זיך איינגערישט אביסל און געמאכט א שטיקל דירה פונעם שטאל, און זיי באהאלטן זיך דארט, ציטערנדיג ארויסצושטעקן די נאז אויף די גאס.

לויט ווי אזוי דער גוי האט פארגעשטעלט דער מצב פון די פאמיליע, האט זיך עס גערעדט איבער א גאר רחמנות'דיגע לאגע, בשעת די געזונט מצב פון די קינדער איז שטארק מסוכן. די פאמיליע האט אנגעקלאפט און זיך געוואנדן צו שכנים, מיט פארשידענע באדערפענישן. צווישן אנדערע האבן זיי געבעטן מעדיצינישע הילף, וויבאלד זיי קענען נישט גיין צו קיין דאקטוירים צוליב רעלעגיעזע סיבות (ליין: אין לב-טהור האלט מען נישט פון גיין צו דאקטוירים), אויך האבן זיי מורא אז זיי וועלן געכאפט ווערן גייענדיג צו א דאקטער.
הערנדיג אזעלכע באריכטן, האבן די עסקנים אנגעהויבן נאכצוגיין די זאך פון די נאנט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מצב איז ממש מסוכן. עס רעדט זיך פון זעקס קינדער, וועלכע געפינען זיך אפגעשלאסן און איינזאם, זיי גייען כמעט נישט ארויס אויף די גאס, און זיי ליידן פון הונגער און קעלט כפשוטו. מען האט פשוט מורא געהאט פאר זייער עתיד.
אצינד האט מען פארשטאנען, אז לא עת לחשות – מען קען שוין נישט ווארטן. די משפחה געפינט זיך אין א שווערע צושטאנד און מען דארף זיי ראטעווען באצייטנס.

די רעגירונג קומט אריין אין בילד.
אן אקציע איז אונטערגענומען געווארן. די רעגירונג איז אלארימירט געווארן איבער דעם פאל, עס זענען אריינגעמישט געווארן דערין רעגירונגען פון דריי לענדער; אמעריקע – צוליב דעם וואס די קינדער זענען אמעריקאנער בירגער, און זיי טראגן אן אחריות אויפן וואוילזיין פון די קינדער, גואטאמאלא – צוליב דעם וואס די משפחה האט פארלעצט די אנווייזונגען פון די גואטאמאלא געריכט, נישט פארנדיג דארט וואו זיי האבן אפגעשטימט פון פריער, און אקוואדאר זעלבסט – צוליב אימעגראציע סיבות.

א גרונטליכע אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן, בשעת די רעגירונגען גייען נאך די אקטיוויטעטן פון די משפחה. עס איז געווארן באשטימט אן אקציע, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן מיטן ציל, ארויסצונעמען די דאזיגע משפחה פון זייער נויט און צער, און זיי ברענגען צו צעוויליזאציע, צווישן היימישע ערליכע אידן, בעזרת-השם-יתברך.
אינצווישן, זיך גרייטנדיג צו דעם אקציע, האבן מענטשן אנגעהויבן שפירן אז עפעס קאכט זיך אין די לופטן אין פרשת אקוואדאר. דאס זעקסטע חוש האט אויסגעזאגט אז די עסקנים זענען עוסק דערוועגן, און פון דא און דארט האט מען געהערט א קול דממה דקה רעדן דערוועגן, א זאך וואס די עסקנים האבן לגמרי נישט געוואלט. שישקערייען אין די נושא, וואלט געקענט שטערן די גאנצע אקציע. די וואס קענען און פארשטייען די געדאנקענגאנג פון לב-טהור, און זייער היסטאריע פון אמאל, פארשטייט אז אזא מידנסטע חשש מיינט, אז די משפחה הויבט זיך אויף און טראגט אפ פון פלאץ, א זאך וואס די עסקנים האבן געוואלט פארמיידן. מען האט געהאט איין זאך אין געדאנק – צו ראטעווען די צעבראכענע משפחה.

דאס האט צוגעברענגט די עסקנים צו טראכטן, אז מען מוז אויפקומען מיט עפעס אן איינפאל צו ראטעווען די מצב. מיט גרויס חכמה און פקחות, האבן די עסקנים באשלאסן צו טון פארשידענע פעולות צו פארמישן דעם שטן... מען האט גורם געווען דערצו, אז די ראשי לב-טהור זאלן ווערן פארנומען מיט זיך אליין און אז זיי זאלן נישט האבן קיין צייט צו קוקן אין אן אנדערן ריכטונג, צו קענען חס-ושלום שטערן די הייליגע אקציע. היינט קען מען זאגן, אז די פעולות פון די עסקנים האבן נושא פירות געווען, און די אקציע איז ברוך-השם נישט געשטערט געווארן. דערמיט האט מען זוכה געווען צו ראטעווען א גאנצע משפחה פון סכנה.

גלייכצייטיג האט מען אויך פארשטאנען, אז עס איז נישט די צייט פאר צעגערייען, מען מוז זיך נעמען ארבעטן העפטיג און שנעל, מען קען נישט לאזן שלעפן צייט, ווייל יעדע מינוט ברענט און מיט יעדע שעה וואס גייט אריבער, קענען פאסירן זאכן וואס וועלן שטערן די אקציע.

די מכה בפטיש איז געווען, ווען די רעגירונג האט באמערקט סימנים, וואס האבן אויפגעברענגט חששות, אז די משפחה וויל מאכן א שידוך מיט זייער קליינע קינד, א זאך וואס איז שטארק רעקאמאנדירט אין לב-טהור. די רעגירונגען זענען געווארן אלארעמירט דערויף און זיך תיכף גענומען ארבעטן צו ענדיגן די געשיכטע בכי-טוב.

הצלה אקציע אין אקט

מיטוואך פארטאגס איז דאס געווען, ווען שווער באוואפנטע זעלנער האבן זיך אראפגעלאזט אויפן שטאל, אונטערן הויז, און מען האט אנגעהויבן צו זוכן די משפחה אין אקוואדאר. עס האט נישט גענומען לאנג, ביז מען האט ארויסגעפירט די משפחה אונטער א שווערן וואך און מען האט זיי געברענגט צו א געריכט אין אקוואדאר, וועלכער האט פארארדנט אז די משפחה מוז זאפארט פארלאזן דאס לאנד, קיין אמעריקע.

די אפיציעלע אורזאך וואס די רעגירונג האט אנגעגעגעבן איז געווען, אז די משפחה ווערט פארטריבן צוליב אימיגראציע פארלעצונגען. באמת איז געווען אנדערע פארשידענע מיסברויכן וואס די משפחה איז באגאנגען, און לעולם וואלט מען פארשיקט בלויז די קינדער פון לאנד, בשעת וואס די מאמע וואלט מען געקענט לאזן דארט. אבער דאס וואלט געמיינט, אז מען וואלט גענומען די מאמע מיט די קינדער אין תפיסה, אפטיילנדיג איינע פון די אנדערע אויף א לענגערע צייט. דאס וואלט געווען א פראצודור פון א יאר אדער צוויי יאר, וואס זי וואלט געווען אליין אין א טורמע אין אקוואדאר, און די קינדער וואלטן געווען אין א גוי'אישע קינדערהיים אין לאנד. מען דארף נישט ערקלערן וואס דאס וואלט חלילה געקענט מיינען. דעריבער האבן די עסקנים געזען דערצו, אז מען זאל זיי פשוט ארויסווארפן פון לאנד צוליב אימיגראציע אנגעלעגנהייטן.

גראד ווען דער פסק איז ארויסגעקומען, האבן עסקנים פארארדנט אז א פריוואטע פליגער זאל אראפקומען. די סיבה דערצו איז געווען, וויבאלד אין די פארגאנגענהייט פלעגט מען אנזאגן פאר די מענטשן פון לב-טהור, אז זיי זאלן שטעלן א ווידערשטאנד אין אזא פאל. און די געזעץ אין אקוואדאר איז, אז טאמער די משפחה פארלאזט נישט דאס לאנד ביז פיר-און-צוואנציג שעה, דאן ווערן זיי אריבערגעפירט אין טורמע, וואו עס הויבט זיך אן א שווער פארצויגענע מערכה אין געריכט, דאס קען נעמען לאנגע חדשים, צי אפילו יארן, בשעת די משפחה איז אין טורמע. כדאי דאס צו פארמיידן, האט מען גענומען א פריוואטן פליגער, אויף וואס די משפחה איז געקומען צו פארן.

אזוי ווי עס איז געווען ביי די פרשה פון קלאמביע, האט זיך ווידעראמאל איבערגע'חזר'ט אצינד. ביים לאנדן, האבן די בעאמטע געפרעגט ווער עס פארמאגט די לעגאלע קאסטעדי רעכטן אויף די קינדער. העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א האט ארויסגענומען די פאפירן און דאס איבערגעגעבן פאר די בעאמטע. נאך די געהעריגע פראצודור, האט מען גענומען די קינדער אינאיינעם מיט די מאמע, און מען איז אוועקגעפארן פון לופטפעלד.

אנקומענדיג קיין מאנסי, האט ר' יואל יהושע העשיל גערופן א טעקסי און געבעטן די מאמע אז זי זאל פארלאזן דעם קאר און אריינגיין אין דעם טעקסי, וואו זי וועט פון דארט צופארן צו אירע קרובים, וועלכע וואוינען דאהי. ר' יואל יהושע העשיל האט אנגעגעבן פארן דרייווער א פונקטליכע אדרעס, וואו די מאמע דארף אנקומען.
דאן האט מען געפירט די קינדער, יעדער איינער צו זיין שטוב וואו ער וועט וויילן. זייענדיג מיד און אויסגעמוטשעט פון די גאנצע געשיכטע, זענען די קינדער תיכף אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף.

אנקומענדיג צוריק אהיים, האט ר' יואל יהושע העשיל באמערקט א קאר געפארקט אינדרויסן פון זיין הויז, אריינקוקנדיג האט ער באמערקט צוויי אידן פון לב טהור, זיצן אין דעם קאר. תיכף האט ער גערופן פאליציי, און נאך א קורצע דין ודברים, האבן זיי פארארדנט אז די קאר דארף אוועקפארן פון דארט.
דערמיט האט זיך געענדיגט די נאכט.

איבער שבת, זענען די קינדער געווען אינאיינעם מיט זייערע פאמיליע. עס ווערט איבערגעגעבן גאר גינסטיגע גריסן איבער די מצב פון די קינדער. טראצדעם וואס זיי זענען קראנק און שוואך, זייענדיג אילוזירט פון סוסייעטי במשך פון אכט חדשים, זענען זיי אבער שטארק צופרידן מיט זייער נייער וואוינארט און זייערע קרובים. במשך דעם שבת האבן זיי פיין פארברענגט, ארומגעלאכט און דערציילט מעשיות, פאר זייערע קרובים און קאזינען.

עס איז צום האפן, אז מען וועט קענען שטעלן די משפחה אין פלאץ, מען וועט זיי איינגלידערן אין מוסדות התורה, וואו זיי וועלן שטייגן און בליען, לשמחת לב כל קהל ישראל.
דערמיט האט זיך געענדיגט נאך א רינגעלע אינעם לאנגן קייט פון הצלת ילדי לב-טהור, וואס כלל ישראל טראגט אויף זיך מיט שטאלץ. אצינד איז נאך א משפחה געראטעוועט געווארן פון א זיכערע סכנה, און זייערע קינדער זענען געראטעוועט געווארן פון שמד, וואו מען האט זיי ארויסגעצויגן פון דארט און מען וועט זיי בעז"ה אריינשטעלן אין געהעריגע מוסדות התורה. די קינדער וועלן וואקסן ערליך און הייליג, אזוי ווי אונזער הייליגע מסורה, וואס גייט צוריק ביז משה רבנו מפי הקב"ה במעמד הר סיני.

...
א קרישקעלע אין די זייט:
מען קען דאך נישט לאזן די געשיכטע אן עפעס א קרישקע און אן אינטערעסאנטע געשעעניש. אויך אצינד איז פארגעקומען עטליכע טשיקאווע געשעענישן, אין צוזאמענהאנג מיט די רעטונגס אקציע אויף די ילדי אקוואדאר.

קוים פיר שעה איז אריבערגעגאנגען, נאך וואס דער עסקן ר' יואל יהושע העשיל שליט"א איז אנגעקומען אהיים, און ער האט זוכה געווען צו א באזוך פון די פאליציי. וואס איז געשען? – די מאמע פון די קינדער האט אנגעגעבן א קלאגע, אז מען האט געקידנעפט אירע קינדער און זי בעט הילף פון די פאליציי, אז מען זאל זיך אריינלייגן דערין.
אויף די בקשה פון די מאמע, זענען די פאליציי אנגעקומען אין שטוב פון ר' יואל יהושע העשיל, בעטנדיג צו זען די קינדער. ר' יואל יהושע העשיל האט זיי גענומען און געוויזן די די קינדער, ווי אזוי זיי שלאפן רואיג און שיין, זיך אויסרוהענדיג פון די לעצטיגע פאסירונגען. די פאליציי האבן גענומען בילדער דערפון, און געפרעגט ר' יואל יהושע העשיל, צי ער פארמאגט די נויטיגע פאפירן, וואס צייגן אז ער פארמאגט די קאסטעדי אויף די קינדער.

צו זיין מזל, האט ר' יואל יהושע העשיל נישט פארמאגט די נויטיגע פאפירן אויף זיך, איבערלאזנדיג אלעס אין עירפארט. קיין ברירה איז נישט געווען און ר' יואל יהושע העשיל האט זיי געפירט צו זיין אפיס, וואו ער האט זיי איבערגעגעבן די פאפירן.

זייענדיג דארט אין אפיס, האבן די פאליציי געמאלדן פארן ר' י.י.ה. אז צווישן אנדערע האט זיך די פרוי באקלאגט, אז ער האט איר צוגענומען איר סעלפאן. די פאליציי האט קלארגעמאכט פאר ר' י.י.ה. אז דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מוז מסדר זיין אויפן מינוט, מען קען דאס אויך ערלעדיגן קומענדיגע וואך, אויב נויטיג. ר' י.י.ה. האט אבער געזאגט, אז פארוואס זאל מען עס איבערלאזן אויף שפעטער, אויב מען קען דאס מסדר זיין תיכף ומיד?! – לאמיר אריבערגיין אין פאליציי סטאנציע און דאס דארט מסדר זיין.
זייענדיג אין די פאליציי, בשעת דער דיטעקטיוו האט אים אנגעהויבן אויסצופרעגן זיין זייט פון די מעשה, האט ר' י.י.ה. געזאגט, אז ער וועט נישט רעדן אן קיין לויער. ער האט קלארגעשטעלט, אז באמת האט ער נישט קיין פראבלעם צו רעדן און צו זאגן וואס די מעשה איז געווען, נאר וויבאלד ער איז א ציל-ברעט און א טארגעט פון אנשי לב-טהור, וועלכע זוכן אים אונטערצוברענגען, וויל ער נאר רעדן מיט זיין לויער.

למעשה איז די לויער פון ר' י.י.ה. נישט געווען עוועלעבל, נאכן אריבערגיין אן אפעראציע דאנערשטאג. דעריבער האט דער דעטעקטיוו געזאגט, אז טאמער וויל ער נישט רעדן נאר מיט א לויער, און דער לויער איז נישט עוועלעבל אראפצוקומען, מוז מען זיך שטעלן פאר א שופט, וועלכער וועט מחליט זיין וואס צו טון.
קיין שום פראבלעם – זאל זיין אזוי!

אין קארט, האט דער שופט באפרייט ר' י.י.ה. אן קיין שום בעיל (כאטש וואס די אנדערע זייט האט געבעטן א סכום געלט פאר בעיל), און אן קיין שום אנדערע רעסטרוקציעס. מען האט אים בלויז געמאלדן אז אין קומענדיגן חודש וועט זיין א הירינג, וואו מען מען וועט מסדר זיין דעם ענין מיטן סעלפאן.

מאמע פון קינד ווערט אנגעקלאגט
אין די זעלבע צייט, האט מען פארמאל ארעסטירט די מאמע פון די קינדער, ברענגענדיג איר אין קאורט. די ארעסט איז פארגעקומען צוליב די אנקלאגע אז זי האט גע'גנב'עט א סעלפאן פונעם עסקן וואס האט איר געטראגן און זי האט דאס צובראכן.

ר' י. ה. ה. זעלבסט איז נישט פארמאל ארעסטירט געווארן אויף די אויבדערמאנטע מעשה וויבאלד זיין געריכט וועט פארקומען א חודש ארום צוליב די אפוועזנהייט פונעם לויער.
שטייענדיג פארן שופט, האט איר די שופט געהייסן אז זי מוז צוריקצאלן אלע קאסטן פון דעם טעלפאן. ווי אויך איז פארארדנט געווארן אויף איר אן ארדער אף פראטעקשן, מוזנדיג זיך היטן, נישט צו שטיין נאנט נעבן דעם עסקן ר' י.י.ה.ב.

עס איז צום האפן אז אלע קלאגעס וועלן זיך אויסגראדן. די מאמע זאל איינזען דעם אמת, זי זאל וועלן זיך מקרב זיין צו די קדושה, און זען דערצו אז די קינדער זאלן פארמאגן אן ערליכן חינוך, און דאן וועט זי זיך קענען פאראייניגן מיט איר משפחה, און ברענגען א טריט נאנטער צו משיח צדקינו במהרה בימנו אמן.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מיט א ברען
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:16 pm
x 74

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מיט א ברען »

PDF
פיילס
רעטונגס אקציע.pdf
(173.32 KiB) דאונלאודעד 494 מאל
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 3082

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

אין כל חדש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 17, 2026 3:28 pm
אין כל חדש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 26, 2026 4:11 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 26, 2026 4:06 pm ב"ה גוטע נייעס פונעם בית משפט אין גוטאמאלא.
די שופט האט אראפ גיווארפן די עיקר הרבע קלאגעס וואס חיים צבי האט גיהאט און גיטוישט צו א קלענער טשארטש. דאס איז א גרויסע הצלחה פאר אונזער זייט, דאס מיינט אז מיטן אייבערשטערס הילף וועט חיים צבי ארויס קומען מיט בלויז א געלט שטראף

איך וויל אויסניצן די גילעגנהייט צו באדאנקן העסקן הרב אברהם גרינהוט און העסקן הרב יהושע העשיל בלום און יואל גרינביום פארן שטיין אויף חיים צבי'ס זייט און עהם ארויס העלפן סיי מיט די לויערס און סיי אויף נאך פארשידענע אופנים וואס בזכות זיי האט מען מצליח גיווען צו קענען אראפ ווארפן די עיקר הרבע קלאגעס וואס אויף דעם האבן מיר בעיקר גיארבעט
ליידער ליידער קומט אריין די שווערע נייעס אז די DA גייט דאס אפילען, און דארט איז זייער שווער אונטער צו שמירן די שופטים מיט געלט, ווי אויך דארף מען ווייטער מתפלל זיין ווייל די היינטיגע געריכט איז בס"ה געווען נאר אויף די קלאגעס פון איין קינד, און עס איז נאך דא מערערע קלאגעס.

און די זעלבע צייט ווילן מיר דא אויסקלארן אז הרב אברהם גרינהוט און הרב יואל גרינבוים האבען נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די הילף פאר די היינטיגע געריכט, נאר און אנהייב האבען זיי ג'ארבעט אויף די קלאגעס, אבער נאך וואס חיים צבי האט אפגעזאגט די הילף, האבען זיי שוין גארנישט געטון און די נושא, ווייל זיי האבען נישט געוואלט טון קיין השתדלות וואס קומט מיט שוחד.

א געוואלדיגע טובה וואס איז היינט ארויס געקומען פון די היינטיגע געריכט, אז חיים צבי'ס לויער האט היינט ביי די געריכט ארויף געווארפן די הארבע קלאגעס אויף די חכם נחמן העלבראנס, וואס איז ליידער אמת ויציב אז חיים צבי איז נאר געווען א וויקטעם פונעם חכם, (מיר וועלן ארויף לייגען די ארגימענטס פון די געריכט און די קומענדיגע טעג), וואס דאס האט די שופט גענוצט ביים געבן די פסק, איז די עסקנים וואס ארבעטן שוין לאנג אויף פרישע קלאגעס אויפן חכם, צוליב וואס ער איז עדיין עומד ברשעו, וועלן יעצט קענען ניצן די ארגימענטס און געריכט היינט פון חיים צבי'ס לויער פאר די US ATTORNY, וואס דאס וועט גאר שטארק קאסטן א פרייז פארן חכם, צוליב וואס די היינטיגע געריכט איז געווען באזירט אויף קלאגעס וואס זענען געטון געווארן אויף די פארלאנג פון די חכם, ווען די חכם איז שוין געווען און תפיסה און אמעריקא, וואס טון א קריים פון תפיסה איז אסאך אסאך הארבער.

נאך א נקודה וואס די שופט האט היינט באשטעטיגט ביי די געריכט, געבויעט אויף די ארגימענטס פון חיים צבי'ס לויער, אז בעצם איז געווען געצווינגענע אינגע חתונות, נאר ער איז נישט געווען שילדיג און דעם, דאס איז שטארק אנטקעגען די טענה וואס די לויערס ביי די געריכט פון משה יוסף ראזנער און אהרן ארי' טעללער טענה'ן, אז עס איז קיינמאל קיין אינגע חתונה'ס נישט געווען, די קינדער האבען דאס געטון על דעת עצמם, מען האט געלעבט להבדיל ווי די גוים אן קיין חופה וקידושין....עפ"ל.
ליידער איז פארגאנגענע פרייטאג ערש"ק משפטים אנגענומען געווארן און די אפיעלס קארט די טענות פון די MP און די PGN אויף דאס וואס די שופט האט ריין געוואשן די עיקר שווערע קלאגעס וואס חיים צבי האט געהאט אויף זיך.

ווען עס איז געקומען אריין צו געבן פאפירן צום אפיעלס געריכט האבען די לויערס פון די עסקנים וואס זיי פארטרעטן די וויקטעמס פארשטייט זיך גארנישט אריין געגעבען, אפי' חיים צבי האט אפגעזאגט די הילף פון די עסקנים בנוגע זיינע קלאגעס, זענען די עסקנים נאך אלץ שולדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר חיים צבי פארן זיך ארויס שטעלן מיט די גאנצע אמת פאר די טובה פון די עלטערן און קינדער, אן נעמען און באטראכט וואס דאס קען עם קאסטען, איז געווען א דבר פשוט אז די לויערס פון די עסקנים וועלן נישט פיילן צי אפיעלן די גינסטיגע פסק, נאר די פראסקיאטערס און די טשיילד פראטעקשן האבען ליידער געפיילט פאפירן.

און די איצטיגע טעג וואס זענען ספעציעל מסוגל להפקד בדבר ישועה ורחמים וועט כלל ישראל זיכער אינזינען האבען משה חיים צבי בן שרה העניא שיצא לחירות בקרוב ובניקל בתוך שאר אסורי ישראל.
על בשורה טובה אומר הטוב והמיטב!

אזוי ווי יעדער איינער האט מיטגעהאלטן א פאר חדשים צוריק, חיים צבי האט בס"ד מצליח געווען אין זיין משפט און דער שופט האט ארויס געווארפן די הארבע קלאגעס קעגן אים, באופן אז די קלענערע קלאגעס וואס האבן געבליבען קענען אי"ה ווערן אויסגעטוישט פאר בלויז א געלט שטראף. ווי שוין געמאלדן דא האט די MP גלייך פראבירט צו אפילען די קעיס, אבער די משפחה האט אריין געלייגט גרויסע כוחות און פאריגע וואך איז געקומען די גוטע נייעס אז די אפעיל קאורט האט ג'פסק'נט אז די שופט זאל ווייטער אנגיין מיט די קעיס אזוי ווי ער האט ג'פסק'נט, נאר זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל בעסער מסביר זיין זיינע אריגינעלע פסק.

בנוסף לזה, היות די MP האט אויך פראבירט צו מבטל זיין חיים צבי'ס בעיל און צוריק אריין לייגן אין תפיסה היל"ת, האט ער געהאט א משפט וועגן דעם פארגאנגענע עש"ק, אבער היות ס'געפעלט אן איבער טייטשער די שופט האט אגעשטופט די משפט ביז חודש אב.

בכל אופן עס איז זייער א לאנגע פראסעס און פראצעדור ביז ער ענדיקט זיין פרשה איינמאל פאר אלעמאל, און ווי ס'קוקט אויס יעצט וועט ער דארפן ווארטן נאך א פאר חדשים ביז זיין קעיס ווערט אין גאנצן פארמאכט און ער וועט זיין אין גאנצן פריי אי"ה.

מען ווילן דא ארויס ברענגען א ספעציעלע הכרת הטוב פאר העסקן החשוב ר' יואלי גרינבוים שיחי' פאר אלעס וואס ער טוט צו העלפן חיים צבי, ובפרט יעצט מיט אים העלפן געווינען די עם-פי'ס אפיעל. תהי משכרתו שלמה מעם ה'.

איך בעט אז יעדער איינער זאל ווייטער מתפלל זיין פאר משה חיים צבי בן שרה העניא אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז ער זאל אין גאנצן מצליח זיין מיט זיין קעיס און קענען שוין קומען קיין אמעריקה און זיך אוועק שטעלן על מי מנוחות, אמן כיה"ר.
מה שהיה הוא שיהיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 9:45 pm
Location: monroe
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מה שהיה הוא שיהיה »

מזל טוב !
ר' אהרן הלוי גאלדמאן פון מאנטריאל האט ב"ה געהאט א מיידל
מזל טוב!
תזכה לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

מה שהיה הוא שיהיה האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 3:23 am מזל טוב !
ר' אהרן הלוי גאלדמאן פון מאנטריאל האט ב"ה געהאט א מיידל
מזל טוב!
תזכה לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים
מזל טוב פאר די זיידעס שליט"א עמו"ש
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15784

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מה שהיה הוא שיהיה האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 3:23 am מזל טוב !
ר' אהרן הלוי גאלדמאן פון מאנטריאל האט ב"ה געהאט א מיידל
מזל טוב!
תזכה לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים
אן עקסטערע מזל טוב להעסקן הדגול עוסק במלאכת ה' למען יוצאי לב טהור ה"ה מו"ה אהרן הערש שרייבער הי"ו וואס גיבט זיך אוועק לייב און לעבן פאר די משפחה און אלע יוצאים אין קאנאדע, ישלם ה' פעלו ותהי משכרתו שלמה מעם ה' ויה"ר שירוו רב נחת מתוך יוצ"ח בני חיי ומזוני רוויחי בעושר ואושר.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מה שהיה הוא שיהיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 9:45 pm
Location: monroe
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מה שהיה הוא שיהיה »

מה שהיה הוא שיהיה האט געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 3:23 am מזל טוב !
ר' אהרן הלוי גאלדמאן פון מאנטריאל האט ב"ה געהאט א מיידל
מזל טוב!
תזכה לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים
בשם כל יוצאי לב טהור ובשם העסקנים-הנאמנים וכל כלל ישראל ווינטשן מיר אלע:
תזכה לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים!!!
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 703

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

איינער ווייסט אז ר' אברהם גרינהוט האט היינט אראפגעסווייפט צענדליגער טויזנטער דאלארן פאר קעמפ און דעי קעמפ פון צענדליגער יוצאי לב טהור? איך פרעג סתם, וויבאלד איך האב דאס געהערט פון א עד ראיה, לא יאומן וואס די עסקנים טון!
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 145
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 703

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

אינטערעסאנט וויאזוי YWN האט עס געקאווערט (עי איי טערענסלעישן)

עקסקלוסיוו: געהיימע אינטערנאציאנאלע ראטעווע־אקציע ראטעוועט 6 קינדער פון לב טהור׳ס שרעק־הויז אין עקוואדאר
ווי YWN ליינער ווייסן, האט YWN שוין כמעט 23 יאר געשטאנען אין שפיץ פון אויפדעקן דעם פארדארבענעם לב טהור קולט. אין די פריע יארן האבן פילע באשולדיגט YWN אז זיי אטאקירן וואס מען האט גערופן “ערליכע אידן.” אבער מיט דער צייט איז די שרעקליכע מציאות פונעם קולט געווארן אוממעגליך צו איגנארירן.

געצווינגענע חתונות מיט מיידלעך אזוי יונג ווי 12 יאר אלט. ברייט פארשפרייטע פיזישע און עמאָציאָנעלע מיסברויכן. באשולדיגונגען פון סיסטעמאטישע --- ---דורכגעפירט דורך דעם גרינדער פונעם קולט, שלמה העלבראנץ, וועלכער איז שפעטער געשטארבן אונטער מיסטעריעזע אומשטענדן אין מעקסיקע — אפיציעל באצייכנט אלס דערטרונקען געווארן, כאטש ספיקולאציעס האבן זיך אנגעהאלטן במשך פון יארן.

נאך זיין טויט האט זיין זון, נחמן העלבראנץ, איבערגענומען די פירערשאפט און לויט באריכטן נאך טיפער אריינגעפירט דעם קולט אין עקסטרעמיזם און געוואלדטאטן, בעת ער האט געשלעפט הונדערטער אומשולדיקע קינדער אריבער איבער פארשידענע לענדער כדי אויסצומיידן די אויטאריטעטן.

דורכאויס די יארן האט YWN פערזענליך געהערט צענדליגער ערשטהאנטיגע עדות’ן וואס באשרייבן אומפארשטעלבארע מיסברויכן קעגן קינדער פארכאפט אינעם קולט. צום גליק זענען עטליכע עלטערע קולט־פירער עווענטועל ארעסטירט געווארן און אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע, וואו זיי זיצן יעצט לאנגע תפיסה־שטראפן.

אבער טראץ די ארעסטן און אינטערנאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, זענען שטילע ראטעווע־אקציעס ווייטער אנגעגאנגען הינטער די קוליסן. אין די לעצטע פאר יאר האבן עטליכע צדיקים און עסקנים פון ניו יארק שטילערהייט געפארן קיין גוואטעמאלע און אנדערע לענדער, ארבעטנדיג האנט־אין־האנט מיט אמעריקאנער אויטאריטעטן און לאקאלע רעגירונגען צו ראטעווען קינדער פון לב טהור.

די עסקנים האבן לויט באריכטן געהאלפן ראטעווען כמעט 300 נשמות פון דעם קולט אין די לעצטע יארן. פילע פון די געראטעוועטע האבן זיך שפעטער באזעצט אין נארמאלע געזעלשאפט, באקומען טעראפי, און אנגעהויבן אויפבויען זייערע צעבראכענע לעבנס מיט דער הילף פון ווארעמע פאמיליעס און שטיצע־סיסטעמען צוגעשטעלט דורך וואלונטירן.
די פארגאנגענע וואך האט זיך אנטוויקלט נאך א דראמאטישע ראטעווע־אקציע — דאס מאל ארייננעמענדיג זעקס קינדער פארבארגן אין עקוואדאר.

לויט אינפארמאציע באשטעטיגט צו YWN דורך שמועסן מיט פילע מענטשן פארמישט אין דער אפעראציע, צוזאמען מיט אפיצירן פון ביידע אמעריקאנער און עקוואדארישע רעגירונגען, האבן די קינדער געלעבט אונטער שרעקליכע אומשטענדן נאכדעם וואס זייער מוטער איז אנטלאפן פון גוואטעמאלע בערך זיבן חדשים צוריק.

דער פרוי׳ס מאן — א לב טהור מיטגליד וועלכער זיצט יעצט א לאנגע תפיסה־שטראף מיט בערך צען יאר איבעריג — האט לכאורה ווייטער געהאט פולע קאנטראל איבער דער פאמיליע פון תפיסה.

לויט קוועלער באקאנט מיט דעם פאל, האבן אמעריקאנער אויטאריטעטן צונויפגעזאמלט אסאך באווייזן און עדות’ן און באקומען לעגאלע ערלויבעניש ארויסצונעמען זעקס פון די פרוי׳ס קינדער, צווישן די עלטערן פון 4 ביז 12 יאר, פון איר השגחה. אבער איידער די אויטאריטעטן האבן געקענט האנדלען, איז די פאמיליע פארשוואונדן געווארן.

במשך כמעט זיבן חדשים האבן אפיצירן לכאורה נישט געהאט קיין אנונג וואו זיי באהאלטן זיך. עווענטועל, נאך וואס קוועלער האבן באשריבן אלס אויסערגעווענליכע אויספארש־ארבעט, איז די פאמיליע געפונען געווארן אין א אפגעזונדערטן הויז אין א קליינעם דארף אין עקוואדאר.

לויט אפיצירן האט די מוטער אריינגעקומען אין עקוואדאר מיט אמעריקאנער פאספארטן און געבעטן פליטים־סטאטוס, וואס האט איר ערלויבט צייטווייליגע אריינטריט אין לאנד.
ווען איר ארט איז באשטעטיגט געווארן, האבן עסקנים קאארדינירט מיט אויטאריטעטן אין ביידע אמעריקע און עקוואדאר צו ארגאניזירן א געמיינזאמע אפעראציע.

עקוואדארישע אפיצירן האבן לכאורה געוואלט דעפארטירן די פרוי פאר איבערבלייבן איר וויזע, בעת אמעריקאנער אויטאריטעטן האבן געזוכט צו פלאצירן די קינדער אין זיכערקייט.
די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דאנערשטאג אינדערפרי. א דאנק א ברייטהארציקן נדבן האט Hatzalah Air געשיקט אן עראפלאן פאר וואס טיילנעמער האבן באשריבן אלס א ממש׳דיגע פיקוח־נפש מיסיע.

די אויטאריטעטן האבן מצליח געווען צו נעמען די קינדער אין השגחה טראץ וואס די מוטער האט געשריגן און שטארק פראטעסטירט דורכאויס דער אפעראציע.
קוועלער וועלכע האבן געזען די קינדער האבן באשריבן שוידערליכע מדריגות פון אונטערנערונג און פארנאכלעסיגונג.

לויט עטליכע מענטשן פארמישט אין דער אפעראציע, זענען די זעקס קינדער לכאורה געווען איינגעשפארט חדשים לאנג אין א קליינעם צימער און אפגעהאלטן געווארן פון געהעריגע עסן, לעבנדיג כמעט אינגאנצן אויף פרוכט און גרינצייג מיט ווייניג אדער גאר קיין פראטעין נישט.

איין מקור האט געזאגט פאר YWN אז דאס 12־יעריג קינד האט געוואויגן בערך ווי א דורכשניטליכע 6־יעריגע קינד.

די קינדער זענען באגלייט געווארן צום עראפלאן דורך עקוואדארישע אגענטן צוזאמען מיט אפיצירן פארבונדן מיט דער אמעריקאנער אמבאסאדע.

צוויי עקוואדארישע אפיצירן זענען לכאורה געבליבן אויפן פליגער צו פארזיכערן אז דער דעפארטאציע־פראצעס ווערט פארענדיגט אן אינצידענטן און אז די מוטער זאל נישט צוריקקומען.
ביים לאנדן אין ניו יארק האבן אויטאריטעטן באגלייט די פאמיליע פון לופטפעלד בעת די קינדער זענען איבערגעגעבן געווארן אין די הענט פון א ווארעמע און ליבע פאמיליע.
אויסגעברייטע טעראפי און רעהאביליטאציע־באמיאונגען האבן שוין אנגעהויבן.

YWN האט אויך פערזענליך גערעדט במשך די יארן מיט געוועזענע לב טהור קינדער וועלכע האבן באשריבן שרעקליכע מיסברויכן אינעם קולט.
איין געוועזענער קינד־קרבן האט געזאגט פאר YWN אז א מוטער האט אמאל אריינגעלייגט קינדער אין אן אויוון “צו זיי דערשרעקן.”

און טראץ אלעם טיילן נאך אלץ געוויסע מענטשן וויראלע ווידעאס וועלכע שטעלן פאר לב טהור עלטערן אלס קרבנות וועמענס קינדער זענען “געכאפט” געווארן.
עטליכע מענטשן געבן טאקע געלט פאר די קולטיסטן זיי צו שטיצן.

YWN בעט יעדן וועלכער טראכט צו געבן זיי געלט, נישט צו געבן זיי אפילו איין פעני הילף.

דורכאויס די יארן האט YWN גערעדט מיט צענדליגער קרבנות פונעם לב טהור קולט וועלכע האבן מצליח געווען אנטלויפן. צו זאגן אז זיי זענען שרעקליך ---- מיסברויכט געווארן, געליטן כסדרדיקע געוואלדטאטע שלאגן, געצווינגענע הונגער און אנדערע שרעקליכע מיסברויכן — וואלט געווען אן אונטערטרייבונג.

מוטערס זענען אפילו געווארן אנגעזאגט צו שחט׳ן זייערע קינדער אויב די אויטאריטעטן וועלן זיי אוועקנעמען.

לב טהור איז געגרינדעט געווארן און געפירט געווארן דורך שלמה העלבראנץ פון די 1980ער יארן ביז זיין טויט דורך דערטרונקען ווערן אין מעקסיקע אין 2017.
די פירערשאפט איז שפעטער אריבער אין די הענט פון זיין זון נחמן העלבראנץ, צוזאמען מיט מאיר ראזנער און יענקל און יואל וויינגארטן — וועלכע זענען געווען נאך מער ראדיקאל און אגרעסיוו ווי דער שפעטערער גרינדער.

)אן אינטערעסאנטער באמערקונג: העלבראנץ׳ טאכטער איז נפטר געווארן צוויי וואכן נאך זיין דערטרונקען ווערן פון אן אלערגישן רעאקציע.

א פעדעראלער ריכטער האט פאראורטיילט לב טהור פירער נחמן העלבראנץ (א זון פון שלמה) און מאיר ראזנער צו 144 חדשים (12 יאר) אין תפיסה, נאכגעפאלגט מיט 5 יאר אונטער אויפזיכט, פאר דער 2018 שבת־קידנעפינג פון צוויי קינדער וועלכע זענען אנטלאפן פונעם קולט.

צוריק אין נאוועמבער 2021 זענען העלבראנץ און ראזנער געפונען געווארן שולדיג אין אלע זעקס קלאגעס קעגן זיי, אריינגערעכנט קאנספיראציע צו רייזן מיט אומלעגאלע צוועקן און קאנספיראציע צו דורכפירן אינטערנאציאנאלע עלטערן־קידנעפינג.

אמעריקאנער דיסטריקט ריכטער נעלסאן ראמאן האט אויך געגעבן שטראפן פון 14 יאר פאר שמיאל און יעקב וויינגארטן, און 12 יאר פאר יואל וויינגארטן — נאך דריי קולט־פירער וועלכע האבן איבערגענומען די פירערשאפט נאך דעם וואס דער עלטערער העלבראנץ איז דערטרונקען געווארן.

אין 2014 האט YWN ארויסגעגעבן אן ארטיקל מיטן טיטל: “קולטן און די מלחמה פון די אידישע מאגאזינען” — אלס רעאקציע צו דעם וואס Mishpacha און Ami מאגאזינען האבן ארויסגעגעבן ארטיקלען וועגן לב טהור.

Mishpacha Magazine האט ארויסגעגעבן א פופצן־זייטיגע אויפדעקונג איבער דער גרופע, באשרייבנדיג לב טהור אלס א קולט מיט ערנסטע פראבלעמען, אריינגערעכנט מעדיקירן קינדער און אויפפירונגען וועלכע דערמאנען קינדער־מיסברויך.

יצחק פרענקפורטער פון Ami Magazine האט אבער באהויפטעט פונקט פארקערט און געשריבן אונטער זייער קעפל:
“די אומגערעכטע פארפאלגונג פון א גרופע פרומע אידן, און די באזארגנדע שטילקייט פון דער אידישער געמיינדע.”
(YWN וועלט־הויפטקווארטיר — ניו יארק סיטי)
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 656

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

באקומען פון א חבר און כ'מיין אז ס'איז פאסיג ארויפצושיקן
מיינע טייערע ברודער, איך זיץ און טראכט און איך פרוביר באמת צו פארשטיין.

ווען קינדער האבן געוויינט אין בבל ווייל מען האט זיי צוגעטיילט פון א טאטע אדער מאמע, האט מען מסביר געווען אז דאס איז א טובה פארן קינד, עס איז בלויז "חינוך" און הייסט פשוט "איינשטיין",
ווען מען האט צוטיילט א מאן פון זיין פרוי איז עס בלויז געווען א "תיקון" און שמירה פאר קדושה

ווער עס האט געוויינט אויף די זאכן איז א סימן אז ער האט נישט קיין ביטול, א בעל תאוה, א מגושם, א פארגרעבטע מענטש נעבעך, טאמער האט ער זיך חלילה אפגערעדט צו איינעם אינדרויסן, איז ער געווארן א רודף, א מוסר, אדער גאר א עמלק.

פלוצלינג היינט, ווען אנדערע מענטשן טוען די זעלבע זאך, הערט מען שוין יא ווי טייער א קינד איז, ווי א קינד דארף א מאמע, א פרוי דארף א מאן, ווי טרערן פון קינדער זענען נישט הפקר, און ווי אכזריות איז נישט קיין דרך התורה.

אדרבה! ברוך פוקח עורים!

אפשר איז נישט די מסקנא אז "אונז" האבן געמעגט און "זיי" טארן נישט, אפשר קען מען קומען צו די מסקנא אז דער גאנצער מהלך פון נוצן קינדער פאר מלחמות, שיטות, פחדים, תיקונים, נקמות, און העכערע זאכן, איז פשוט מנוגד צום דרך התורה???

מען קען נישט שרייען היינט "לא תגנוב" אויף קינדער, ווען נעכטן האט מען איינגעפירט "איינשטיין" אלס א מהלך החינוך.
מען קען נישט היינט שרייבן מגילות אויף רחמנות, ווען יארן האט מען מסביר געווען פאר צובראכענע קינדער אז זייער וויינען איז א תיקון הנפש.

און יא, לאמיר רעדן אפן:
א מענטש וואס כמעט יעדע הוראה זיינע ענדיגט זיך מיט אנטלויפן פון מדינה למדינה, קינדער אין שעלטערס, טאטעס אין תפיסה, מאמעס אין בית משפט, בחורים בלי תורה ובלי חינוך, און משפחות צעשטערט — איז אדער נישט קיין רבי/מנהיג, אדער נישט קיין "חכם", אדער גאר ביידע נישט?.

די תורה הקדושה האט א דרך, עס איז דא מסורה, עס איז דא הלכות, עס איז דא גבולות פון מסירות נפש.

מען טאר נישט מפקיר זיין די לעכטיגע קינדער פאר חומרא'לעך און דמיונות פון העכערקייט.

און די גרעסטע היפאקריטיע?
אז די זעלבע מענטשן וואס שרייען היינט אויף קינדער ווייטאג האבן אמאל געלערנט פאר אנדערע מענטשן און קינדער אז וויינען אויף א מאמע איז א סימן אז מען איז מגושם און נישט עהרליך

די קינדער פון היינט זענען נישט קיין ווייניגער קינדער ווי די קינדער פון נעכטן
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור: אודיאו האטליין
605-313-9090
דערנאך 6
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 783
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1620

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווירקליך »

ביטע נישט שרייבן קיין פאוסטס וועלכע בארעכטיגן אדער באשולדיגן צדדים

דער טעמע איז מער נישט קיין מלחמה זאנע, זינט דער מאמענטאלע געפאר איז פארביי. מיר וועלן נישט אפראוון אזעלכע פאוסטס.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
מה שהיה הוא שיהיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 9:45 pm
Location: monroe
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מה שהיה הוא שיהיה »

מזל טוב!! חיים יענקל בן מאיר יששכר ראזנער האט געהאט א יונגל.
בשם כל יוצאי לב טהור ובשם העסקנים-הנאמנים וכל כלל ישראל ווינטשן מיר אלע:
תזכה לגדלו לתורה ולחופה ולמעשים טובים!!!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15784

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מאמר 'גונב נפשות' בסוגיא דלב טהור לרגל חג השבועות הבעל''ט, נ. פ. ש. ה.
פיילס
גונב נפשות.pdf
(76.05 KiB) דאונלאודעד 723 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 436

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

ברכת מזל טוב לידידינו ר' אהרן גאלדמאן לרגל די קריאת השם פון זיין חשובע טאכטער רבקה תחי'
די קריאת השם איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר מאנטריאל ווי ר' אהרן איז פון די חשובע מתפללים.
זאל די באשעפער העלפן ער זאל זעהן אסאך אידיש נחת געזונטערהייט
כ'זעה כ'הער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 21, 2026 10:25 am
x 43

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כ'זעה כ'הער »

שלום עליכם יעדער דא.

עס קען אפשר אויסקוקן ווי א שירעם נאך א רעגן די פאקט אז איך בין יעצט אנגעקומען דא,
אבער א דאנק א קאל אראונד פון קול (יוצאי) לב טהור וואס כ'האב צום ערשטן מאל באקומען-און אויסגעהערט פאר בערך צוויי וואכן צוריק, וואס האט מיר זייער פארוואונדערט פארוואס מען טוט אזעלכע זאכן, האב איך אנגעהויבן זוכן מער פרטים איבער די גאנצע מעשה, און כ'האב אנטדעקט "אידטיש".

שוין לאנגע שעות על גבי שעות וואס כ'האב פארברענגט דורכצוליינען די הונדערטער בלעטער דא, מיט אסאך 'אומאויסגעמעקטע' פיילס וואס כ'האב נאך געקענט דאונלאודן. און לינקס ווי מען קומט אן צו 'הערן' און 'זעהן'... (א שאד אויף די אלע סחורה וואס מען האט שוין פארמעקט).

איך בין יעצט הארט פאר שבועות אנגעקומען צו די אינטערוויו מיט הר"ר שלום יעקב וואזנער שליט"א, און 'זעענדיג' ווי די אומבאהערשנדע טרערן שפראצן אים ארויס ווען ער פארציילט פון דאס קינד וואס האט אים געוויזן זיינע פארנייטע פיסלעך נעבעך... און פארציילנדיג ווי מען האט אים געשמיסן הענגענדיג אויף די הענט הונדערט און פופציג מלקות ביז זיינע פיסלעך זענען נעבעך צופליקט געווארן ווי א פאפירענער זעקל נעבעך, שומו שמים!! האט לב טהור אנדערש ווי זייערע געווענליכע פרינציפן יא גענומען צו א דאקטער זאל אים פארנייען די צופליקטע פיסעלעך. און דעמאלטס דריי יאר שפעטער בשעת דאס קינד האט דאס איבערדערציילט פאר רבי שלום יעקב, האט דאס קינד געוויינט בכיות נוראות פאר די אומדערהערטע יסורים נוראים וואס אידישע קינדער האבן אים אנגעמאכט.

אוי, עס שוידערט מיר איבער יעדעס מאל נאכאמאל איך דערמאן זיך דערפון.

א סקרוך גייט מיר דורך אלע ביינער יעדעס מאל פונדאסניי.

איך וואונדער זיך ווי דאס קינד געפונט זיך יעצט.

איך וואלט אים געוואלט טרעפן און מיטוויינען מיט אים פאר שעות ארוכות.

א אידיש הארץ קען אזא זאך נישט פארטראגן.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ומחה ה' אלוקים דמעה מעל כל פנים... ונאמר אמן.

אין א סייד נאוט וויל איך בעטן, מיינט נישט אז מען קען שוין מעקן דא, עס זענען נאך דא מענטשן וואס ווייסן נישט אלעס און עס איז וויכטיג אז מען זאל נישט קענען פארדרייען קיין קאפ פאר מענטשן.
שכוח.
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

מה שהיה הוא שיהיה האט געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2026 11:09 pm מזל טוב!! חיים יענקל בן מאיר יששכר ראזנער האט געהאט א יונגל.
בשם כל יוצאי לב טהור ובשם העסקנים-הנאמנים וכל כלל ישראל ווינטשן מיר אלע:
תזכה לגדלו לתורה ולחופה ולמעשים טובים!!!
אמן, א יידיש קינד געבוירן א שמחה פאר כלל ישראל!!
לכו נרננה לה'
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 9:34 am
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לכו נרננה לה' »

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3742
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4654

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

לכו נרננה לה' האט געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2026 11:38 am
השומרים קען פייערן זיג
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
לכו נרננה לה'
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 9:34 am
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לכו נרננה לה' »

מעסידסעס פון לב טהור גרופע

א גוט ערב יום טוב אלע בני חבורתינו הק'
בנוגע די תקנה פון די חכם נר"ו.
בעצם האט דאס די חכם געזאגט כמעט א וואך צוריק אבער מען האט געטראכט צו רעדן מיט די חכם פאר מען איז עס מודיע פארן עולם, למעשה איז נישט געווען א מעגליכקייט צו רעדן מיט די חכם ביז יעצט, למעשה האבן די זקנים געזאגט אז מען זאל שוין מודיע זיין פאר די עולם און מען קען שפעטער רעדן מיט די חכם אויף שאלות וואס מען האט.....

און קורצן וואס די חכם האט געזאגט. פרויען מעגן האבן טעלעפאן נאר צו רעדן אן קיין טעקסט מעסידסעס. מענער א פשוט'ע טעלעפאן אבער יא מיט טעקסט מעסידסעס. חוץ יחודים מענער אדער פרויען וואס דארפן האבן וויכטיג אינטערנעט וואטצאפ אימעיל וכדו' דארף דאס זיין מיט א קאמפיוטער (אדער טאבלעט) און מיט א פינקטלעכע רשות בכתב פון די זקנים, און אלעס דארף זיין פאר מארגן חצות.
אבער היות אז פון די עולם האט באקומען די מעסידס ביז חצות מארגן איז דא סך הכל 24 שעה און עס איז ממש אוממעגליך זיך צו צושטעלן צו די צייט, און אויך די זקנים דארפן דן זיין לגבי גענוג מענטשן וואס דארפן יא האבן קאמפיוטער וכדו' און ס'איז בכלליות זאכן וואס מען קען נישט לאזן ווארטן ביז זאכן גייען קלאר ווערן, במילא האבן די זקנים צוגעלייגט צייט ביז יג' סיון דאס מיינט קומענדיגע פרייטאג בע'ה.
די קבלה טובה קען זיכער זיין פאר חצות היום בע'ה.
לכו נרננה לה'
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 18, 2026 9:34 am
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לכו נרננה לה' »

המשך.....

מודעה לכל בני חבורתינו הק' בכל מקומות מושבותיהם בריחוק המקום ובקירוב הלב.
הגם מען האט שוין נישט געוואלט נוצן די גרופע נאך די תקנה פון די חכם. אבער דערווייל האט מען נישט קיין אנדערע וועג צו מודיע זיין וועגן די תקנות לאזט מען יא וויסן דא. מען בעהט אז מ'זאל לאזן וויסן פאר אַנדערע וואס האבן שוין נישט ברוך ה' קיין וואטצאפ.
*פרויען*
די תקנה פון די חכם איז נישט צו האבן אפילו טעקסט מעסידסעס. אזויווי מען האט שוין א TAG פילטער אויף די כאט טעלעפאן דארף מען נישט קויפן א נייע טעלעפאן, מען קען בע'ה בלאקירן ביי די פילטער קאמפאני די וואטסאפ און טעקסט מעסעגעס און בילדער וכדו', עס זאל בלייבן נאר פאר פשוט'ע רופן,
עס האט א מעלה אז מען וועט בע'ה קענען צולייגן צו די טעלעפאן א אמעריקאנע נאמער אן מעסידסעס וואס וועט אסאך העלפן בע'ה צו קענען מיטהאלטן שיעורים אויף קאנפערענץ און האבן קשר מיט חברים און אמעריקע.
מען דארף נישט ברענגן די טעלעפאנס פאר דעם מען וועט עס קענען מסדר זיין פון דערווייטענס בע'ה מיט די פילטער וואס מען האט שוין.
אויב עס איז דא פרויען וואס האבן א ספעציעלע סיבה צו האבן עפעס מער פון דעם זאלן זיך ביטע ווענדן.
*מענער*
אזוי ווי די חכם האט אינגאנצן גע'אסר'ט די סמארטפאן. (מען קען דאס הערן ביי די רעקארדירונג פון די חכם) איז אויב איינער האט א ספעציעלע סיבה אז ער דארף יא האבן אינטערנעט דאס מיינט סיי א טאבלעט אדער קאמפיוטער קען ער שיקן א מעסידס מיט די סיבה און די זקנים וועלן בע'ה דן זיין אויף יעדעם עקסטער אזוי ווי די חכם האט געזאגט.
*אהבת חברים ליין*
מען האפט אין דעי טעג צו עפענען א ליין וואס בע'ה וועט מען דארט קענען לאזן מודעות און הערן רעקארדינגס פון שיעורים חיזוק וכדו'. מען האפט עס זאל זיין גאנץ פראקטיש און גרינג אנשטאט די גרופע, מען וועט בע'ה לאזן וויסן ווען עס איז מסודר בע'ה. אגב פאר דעם וועט אויך זיין גרינגער מיט אמעריקאנע נאמער בע'ה.
אגב מען האט געפרעגט די חכם ערב יום טוב אז היות אז א גרויסע חלק פון די עולם איז אין אנדערע לענדער איז אפשר זאל מען יא מתיר זיין נאר וואטצאפ האט די חכם געענטפערט אז עס קען נישט זיין אז דורך אינטערנעט וואס איז שורש הרע זאל זיין די קשר הרוחני, און מען גייט זיכער טרעפן אנדערע עצות ווי אַזוי צו מחזק זיין די חברים צווישן זיך. און בע'ה וועט מען טאקע נישט אויפהערן וועגן דעם נאר אנגיין ווייטער מיט די שיעורים פון די זקנים מדי יום ביומו און די התחזקות צווישן די חברים ביתר שאת וביתר עז בע'ה.
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 222

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

שוין יארן וואס די שמועות מבהילות וואס קומט ארויס פון לב טהור שוידערן אויף יעדן מיט א הארץ, און מען וויל באמת וויסן, וואס ענטפערט מען אויף דעם?

וואס ענטפערט לב טהור אויף נעמען א איד ווי ר׳ יושע לעווי און אים לאזן אויסגיין פארנט פון זיינע קינדער, נישט לאזן גיין אין שפיטאל?

וואס ענטפערט לב טהור פון אריינצווינגען עסן אין א פרוי וואס איז געווען עלערגיש צו געוויסע עסן, און איר לאזן אויסגיין אין פראנט פון די גאנצע משפחה, סתם צו פרובירן איר באגלייבטקייט?

וואס קען מען בכלל ענטפערן.

היינט איז ענדליך אנגעקומען די ענטפער וואס כלל ישראל ווארט שוין יארן.

דאס איז די רעקארדירונג פון קול יוצאי לב טהור ״היינט״!!!!

(דיסקלעימער: אזויווי דער רעדנער דידן רעדט בנינים על גבי בנינים, כדרכם של לב טהור מאז ומקדם, האב איך געמוזט פשוט ארויסשניידן די אלע אומוויכטיגע תורות ופשעטליך, און נאר געלאזט וואס איז נוגע לעניננו).

ישמע הקהל וישפוט!!!!

1) ר׳ יושע האט געליטן אויף די הארץ וויייל ער האט נישט אויסגעהאלטן די רדיפות.
2) מ׳האט אים יא געלאזט גיין אין שפיטאל, לב טהור האט זיך געבעטן ביי אים צו גיין, נאר ער האט נישט געוואלט.
3) ער האט נישט געהאט קיין אינשורענס, און ממילא האט ער געטראכט פאר יעדעס מאל גיין אין שפיטאל.
4) עס איז א פשוט׳ע טעות פארזען דורך די קהילה. ס׳מאכט זיך אייביג קאר עקסידענטן.

בנוגע דעם אומגעברענגטען פרוי:
1) פשוט׳ע טעות. אנטשולדיגט. מ׳האט נישט געוואוסט זי גייט שטארבן ווען מ׳צווינגט איר אריין עסן.

בנוגע נישט לערנען גמרא:
1) שקר וכזב, מ׳קען פרעגן יעדעם וואס איז דארט געווען. מ׳לערנט געהעריג גמרא.
2) מ׳לערנט נישט ממש גמרא, נאר מ׳פארלייגט זיך מער אויף תנ״ך, אזויווי די תלמידי תורות אין קרית יואל און אין מאנסי וואס הייבן אן מיט נ״ך.
3) אדרבה, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל ער לאזן א מעסעדזש פאר׳ן מערכת...
פיילס
LT.mp3
(18.69 MiB) דאונלאודעד 551 מאל
בערל פ
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 13, 2026 10:32 am
Location: MONSEY
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל פ »

א גוטן אלע חשובע חברים
די פארגאנגענע ערב יו"ט שבועות האב איך באגעגענט א אינגערמאן מיוצאי לב טהור אין איך שרייב דא איבער זיינע ווערטער נאך וואס איך האב אים דערקענט פון די ערשטע בילדער פון די מערכה אין זיך אינטערסירענדיג צו איך קען אים עפעס העלפן האט ער מיך דאס גענפערט :
איך האב נישט לאנג צוריק אויסגעפונען אז כלל ישראל איז א פאלק פון רחמנים בני רחמנים, לעבענדיג אין לב טהור האב איך געמיינט אז א מושג פון א רבי איז א רוצח אין אכזר ח"ו איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס משה רבינו איז געווען די רבי פון כלל ישראל אין די תורה לייגט אים אראפ אזא איש קדוש אין פארוואס איז (להבדיל בין קדשי קדשים לטמא ומטמא) אין אונזער (א.ג.) דור איז די רבי א אכזר אין רוצח???
כלל ישראל אין בפרט די עסקנים האבן אונז געראטעוועט פון די ערגסטע פלאץ אויפן וועלט!
א אינגערמאן אויך א יוצאי לב טהור (גראדע שוין ארויס פאר די יעצטיגע מערכה) האט מיר דערציילט אז ערב פסח די יאר איז ער געווען אין א געשעפט אין מאנסי אין צו אנקויפן פאר פסח אין צילוב א טעות האט ער זיך געטראפן אן קיין געלט ביים רעדזיסטער אין א איד איז דורך אין אים נישט בלויז אויסגעצאלט נאר מיך געהייסן צוקויפן מתנות פאר מיין ווייב אין קינדער אין דערנאך ווען ער ארויסדערווישט פון מיר אז מצות האב איך נאכנישט האט ער מיר געשיקט צענדליגע באקסעס מצות ביז צו מיין טיר!

איך דאנק גאנץ כלל ישראל ובפרט הרב בלום אין הרב גרינהוט פארן אונז ארויסראטעוען פון גהינום!
ע"כ די ווערטער פון די אינגערמאן
איך מיין אז מער פעלט נישט אויס צוצולייגן
כל טוב
שרייב פאוסט