מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

די העכסטע אדמיראל פון די אמעריקאנע נעווי האט ביי די מעלדונג אז די טראמפ קלאס בעטטלשיף וועט זיין נוקלער פאוערד, זיך אויסגעדרוקט אז די נעוויס באשלוס צו ארויסנעמען פון באנוץ נוקלער פאוערד מלחמה שיפן (סורפוס קאמבעטענס) נאכדעם וואס די קאלטע קריג האט זיך גענדיגט, איז געווען די גרעסטע טעות וואס די אמעריקאנע נעווי האט נאר אמאל געמאכט, ארויסברענגענדיג די שוועריגקייטן וואס די נעווי האט מיט ריפיולן שיפן אויפן וואסער.

די בילד איז פון 1964, ווי מ'זעט פון לינקס צו רעכטס, דריי נוקלעארע קריגס שיפן פון די אמעריקאנע נעווי, דער עירקרעפט קעריער "יו-עס-עס ענטערפרייז", די קרוזער שיף "יו-עס-עס לאנג ביטש", און די פריגיט שיף "יו-עס-עס בעינברידזש".
nuclear-ship-trio.jpg
nuclear-ship-trio.jpg (166.7 KiB) געזען געווארן 566 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מקולות מים רבים
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:39 am
x 52

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מקולות מים רבים »

שכוח @מיליטערמאן🙏🙏🙏
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א מאסיווע מיסטעריעזע אביעקט איז באמערקט געווארן אויפן דאך פון א טשייניזע SUV וואס האט אנטייל גענומען אין די טראמפ מאטארקאדע אין טשיינע דעם פארגאנגענעם דארנשטאג.
custon-high-top-suvs-stand-out-in-trump-motorcade-in-china.jpg
custon-high-top-suvs-stand-out-in-trump-motorcade-in-china.jpg (123.88 KiB) געזען געווארן 491 מאל
high-top-suv-trump-motorcade-china-2026.jpg
high-top-suv-trump-motorcade-china-2026.jpg (97.84 KiB) געזען געווארן 491 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

צום ערשטן מאל איז ארויסגערינען צו די פרעסע א בילד פון די AIM-260 לופט צו לופט מיסיל, וואס וועט ריפלעיסן די עלטערע AIM-120, די נייע מיסיל איז באמערקט געווארן אין פלארידא ביי א טעסט עיר באזע אויף א F/A-18F סופער הארנעט פייטער זשעט פון די טעסט סקוואדראן פון די נעווי.

די נייע AIM-120 האט דאפלט אזא לאנגע רעינדזש פון די AIM-120 און קען צילן ביז 186 מייל ווייט, ס'איז מער מאנווערעבל מיט מער פארגעשריטענע גיידענס, אבער טראץ די אלע מעלות איז עס גאר קאמפאקט און איז די זעלבע סייז און וואג ווי זיין פארגייער די AIM-120.
AIM260-Super-Hornet (1).jpg
AIM260-Super-Hornet (1).jpg (140.08 KiB) געזען געווארן 491 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

דער פענטאגאן האט געמאלדן פלענער איבערצוארבעטן דעם פארגעשלאגענעם בודזשעט פארן פיסקאל יאר 2027, כדי אריינצושטעלן פרישע פאנדינג פאר די "E-7 Wedgetail" עראפלאנען. די פליגערס, וואס דינען אלס א פארגעשריטענע "ערלי ווארנינג" און קאנטראל סיסטעם אין די לופטן, זענען געצילט איבערצונעמען די אלטע "E-3 Sentry" דזשעטס פונעם אמעריקאנער עירפארס וואס זענען שוין פארעלטערט געווארן.

לכתחילה האט דער בודזשעט פארשלאג בכלל נישט צוגעטיילט קיין געלט פאר די E-7 פליגערס, א באשלוס וואס האט געקענט פירן צו א פרישע קריגעריי מיט קאנגרעס איבער די צוקונפט פונעם פראגראם. שוין פריער אין יאר האבן די קאנגרעסלייט בטל געמאכט א פריערדיגע פרואוו פון די פענטאגאן צו קענסלען דעם "Wedgetail" פראגראם. דער סעקרעטערי פיט העגסעט, וואס איז פריער געווען איינער פון די הויפט שטיצער פארן אפשטעלן דעם פראגראם, האט יעצט געזאגט אז די גאנצע "מיינדסעט" פון זיין דעפארטמענט איז אדורך א גרונטליכע טויש לטובת די פראגראם.

די לענדער וואס האבן עס שוין זענען אוסטראליע, דרום קארעא, און טערקיי, און ענגלאנד גייט אויך בקרוב קויפן א פלאטע דערפון, אמעריקע האט שוין באשטעלט 7 שטיק אבער ס'איז נישט קלאר וויפיל מאל די פראגראם גייט נאך געקענסלט ווערן ביז די עראפלאנען ווערן פארטיג...
e-7-wedgetail-pentagon-reversal.jpg
e-7-wedgetail-pentagon-reversal.jpg (211.42 KiB) געזען געווארן 489 מאל
e-7-render (1).jpg
e-7-render (1).jpg (135.28 KiB) געזען געווארן 489 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

אזוי ווי ס'איז שוין געווען באריכטעט אז אמעריקע האט א מאנגל אין קרוז מיסילס צוליב וואס זיי האבן גענוצט גאר אסאך טייערע קרוז מיסילס אין די יעצטיגע מלחמה מיט איראן, האט די פענטאגאן היינט געמאלדן א פלאן צו פראדוצירן צענדליגע טויזנטער ביליגע קרוז און הייפערסאניק מיסילס אין די נעקסטע 3 יאר.
מער דיטעילס וועט נאכפאלגן.
pentagon-plans-to-buy-thousands-of-new-cruise-missiles.jpg
pentagon-plans-to-buy-thousands-of-new-cruise-missiles.jpg (159.57 KiB) געזען געווארן 488 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן האט אנגעהויבן לייגן נעצן אנטקעגן דראונ’ס, ארום זייער פאוער פלענטס.
Screenshot_20260515_112010_Gallery.jpg
Screenshot_20260515_112010_Gallery.jpg (118.57 KiB) געזען געווארן 487 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

ארגענטינע האט געמאלדן די ריטייערמענט פון זייער לעצטע A-4 פייטער זשעטס און געמאלדן אז זיי וועלן עס ריפלעיסן מיט די F-16's, דאס קומט אין א צייט וואס ארגענטינע זוכט צו מאדערניזירן און פארשטערקערן זייער מיליטער.

די A-4 פייטער זשעט איז א צווייטע זשענערעישן פייטער און אטאקע זשעט וואס קען זיך הייבן פון עירקרעפט קעריערס, און איז געבויט געווארן דורך דאגלעס מעקדאנעל (באואינג) נאך אין די 50's, און האט געדינט און די וויעטנאם מלחמה די יום כיפור מלחמה און אין די ערשטע איראקע מלחמה, כאטש די זשעטס וואס זענען יעצט ארויס פון דינסט זענען געווען איבערגעמאכטע און אפגרעיטעד ווערסיעס, מיט דעם אלעם איז אבער די טויש צו די F-16 א ריזיגע שפרינג.
A-4AR-ARGENTINA.jpg
A-4AR-ARGENTINA.jpg (129.8 KiB) געזען געווארן 434 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

באריכט:

א פרישע באריכט ווייסט אנצוגעבן אז אוקראינע האט יעצט איבער 150 קאמפאניס וואס פראדוצירן צענדליגע סארטן דראון דעפענס סיסטעמס רוב דערפון אליינס קאמיקאזי דראונס וואס זענען דיזיינט צו אויפרייסן די שונא'ס קאמיקאזי דראונס אינמיטן די לופטן, אסאך דערפון זענען AI פאעורד און קענען פליען כמעט 200 מייל פער שעה, און אין די זעלבע צייט קאסטן אסאך דערפון אינטער טויזנט דאלאר א שטיקל, אין פארגלייך צו די פעיטריאט מיסיל סיסטעם וואס קאס 5 מיליאן דאלאר א מיסיל, לויט די אפיציעלע נאמבערס פון די אוקראינע דעפענס מיניסטעריום האבן זיי א 97% סוקסעס ראטע מיטן אראפשיסן די שאהיד דראונס.

טייל פון די דראון אינטערסעפטערס.
Brave1-Interceptor-list.jpg
Brave1-Interceptor-list.jpg (147.34 KiB) געזען געווארן 434 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנער עיר פארס האט געמאלדן פרישע רעקווייערמענטס פאר די נעקסט זשענערעישן דראון וואס וועט ריפלעיסן די MQ-9 ריפער דראון פלאטע. אנדערש ווי די ריפער, ערווארט מען אז דער נייער דראון זאל זיין סאך מער פלעקסיבל און זיך קענען צופאסן צו מערערע סארט מיסיעס. און אין די זעלבע צייט פלאנט די עיר פארס צו ניצן גאר פארגעשריטענע פראדוקציע טעכניקן ווי 3D פרינטערס וכדומה, כדי עס צו קענען פראדוצירן אין די מאסן און אז ס'זאל קאסטן סאך א ביליגערע פרייז ווי די MQ-9. דורך די סטראטעגיע וועט די מיליטער קענען איינקויפן פיל גרעסערע קוואנטומס און זיי שיקן אין מער מסוכנ'דיגע געגנטער וואס זענען אונטער פיינטליכע קאנטראל.

די הויפט רעקווייערמענטס און מעגליכקייטן פון די צוקונפטיגע דראון, וואס ווערן אויסגערעכנט אין די פרישע מעלדונג, נעמען אריין א מאקסימום רעינדזש פון 932 מייל און א מעגליכקייט צו פליען פאר כאטש 20 שעה אויפאמאל,למשל די סטענדערט MQ-9 קען פליען אן קיין וואפן פאר מער ווי 20 שעה, אדער מיט וואפן פאר איבער 12 שעה, און ביי די MQ-9B מאדעל זענען די פליגלען לענגער, וואס דאס העלפט אז עס זאל קענען פליען אויף איינמאל פאר איבער ווי 40 שעה, ווי אויך ווערט ארויסגעברענגט אין די נייע רעקווייערמענטס אז עס זאל קענען דורכפירן 100 מיסיעס פאר א "נידריגע ביז מיטלגארטיגע" פרייז וואס ווייזט אז די עירפארס זוכט א מער attritable פלאטפארמע (דאס מיינט גענוג ביליג אז די מיליטער זאל עס קענען אריינשיקן אין גאר מסוכנ'דיגע פלעצער און זיין גרייט עס צו פארלירן, אבער אין די זעלבע צייט זאל עס זיין גענוג פארגעשריטן צו האבן די מעגליכקייט אויסצופירן אזאלכע שווערע אפאראציעס).

צוריק אין יאר 2020 האט די עיר פארס געלאנטשט די פראגראם וואס ווערט גערופן MQ-Next, מיט'ן ציל צו טרעפן א ריפלעיסמענט פאר די MQ-9 דראון. דאס האט זיך בעיקר קאנצענטרירט אויף א מידיום אלטיטוד ISR דראון וואס זאל אויך קענען דורכפירן געצילטע אטאקעס, אבער דעמאלטס איז די עיקר פאוקעס געווען, אין רעדוצירן די קאסטן, פארבעסערן די מעגליכקייט עס זאל קענען בלייבן אין די לופטן פאר א לענגערע צייט, עס זאל זיין שווערער אראפצושיסן, און אז ס'זאל האבן א לענגערע רעינדזש.

אבער שוין אין יאר 2021 האט זיך דער פאוקעס געטוישט צו א סטראטעגיע וואס ווערט אנגערופן די "Next-Generation Multi-Role Unmanned Aerial System Family of Systems". דאסמאל האט מען געלייגט א גרעסערע דגוש אויף "סטעלט" טעכנאלאגיע, יענע יאר האט די מיליטער געמאלדן אז זיי זוכן אן ערזאץ פאר'ן MQ-9 וואס זאל אפשר קענען דורכפירן פארטיידיגונגס מיסיעס אין די לופטן צו באשיצן וויכטיגע עראפלאנען וואס ווערן געפירט דורך מענטשן, ווי למשל די גרויסע טאנקערס, און אפשר אפילו דינען אלס "אגרעסאר" פליגערס ביי טרענירונגען, די פאמיליע פון סיסטעמען האט אריינגענומען א רייע פון פארשידענע סארטן דראונס, א חלק זענען געבויט געווארן צו זיין שטארק און דויערהאפטיג פאר לאנגע יארן, און א חלק זענען ביליגערע דראונס וואס מען קען זיך ערלויבן צו פארלירן אויב עס פעלט אויס.

היינט צוטאגס זעט מען אבער קלאר אז די סארט מיסיעס פון Air to air combat און עסקארט וועלן טיילווייז ווערן איבערגענומען דורך די נייע CCA פראגראם וואס ווערט יעצט אנטוויקלט. צוליב דעם איז נישט מסתבר אז די צוקונפטדיגע דראון וואס וועט איבערנעמען דעם MQ-9 וועט דארפן נאכקומען אזעלכע די אלע רעקווייערמענטס, אזוי ווי מ'זעט טאקע אז די עירפארס פאוקעסט יעצט מער אויף א ביליגע אלטערנאטיוו וואס זאל זיין מער פלעקסיבל און זיך קענען צופאסן צו אלע סארטן מיסיעס, ווי איידער צו בויען טייערע דראונס וואס זאלן זיין ספעציעל דיזיינט פאר ספעציפישע מיסיעס.

א נארטראפ גראמאן רענדערינג פאר זייער MQ Next דראון.
MQ-Next-NG.jpeg
MQ-Next-NG.jpeg (177.54 KiB) געזען געווארן 432 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

קוואנטום ספעיס האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן בויען א מאסיווע פעקטארי אין טאלסע אוקלעהאומע וואס וועט פראדוצירן 1000 סעטעלייטס פער יאר!, אריינגערעכנט אזאלכע סעטעלייטס וואס וועלן זיין ווי גאז סטעישנס אין ספעיס און קענען ריפיולן אנדערע סעטעלייטס, אריינגערעכנט וואס זיי ארבעטן יעצט אויף א ערשטמאליגע סעטעלייט וואס וועט קענען טראגן ביז 8,800 פונט פון פיול צו ריפיולן אנדערע סעטעלייטס. קוואנטום ספעיס האט קאנטראקטס מיט דארפא, ספעיס פארס, און נאסא און וועט שפילן א הויפט ראלע און צושטעלן חלקים פון די גאלדן דאום סיסטעם.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט אז מ'רעדט שוין פון סעטעלייטס איז אינטערעסאנט צו וויסן אז אמעריקע האט 8,530 אקטיווע סעטעלייטס אין ספעיס און פארשטייט זיך אז נאמבער 2 קומט אריין טשיינע וואס זיי האבן א מאסיווע 906...

די קוואנטום ספעיס רענזשער סעטעלייט.
rangerprime.jpeg
rangerprime.jpeg (148.27 KiB) געזען געווארן 430 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די סענאט רוקט זיך פאראויס צו באשטעטיגן א ביל צו אויפלעזן און דורך דעם אוועקנעמען די 31 מיליאן דאלאר יערליכע שטיצע פון די גאווערמענט אגענטור וואס געבט זיך אפ מיט אינפארסירן מיליטערישע דרעפטס, די דעפארטמענט איז די לעצטע מאל געווען רעלעוואנט אין 1973...

#נעגל וואסער אלערט.
Screenshot_20260518_003254_Chrome.jpg
Screenshot_20260518_003254_Chrome.jpg (200.96 KiB) געזען געווארן 429 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די יו. עס. קאוסט גארד האט זיך איינגעהאנדלט א נייע נעקסט זשענערעישן וואפן, גערופן Jet skis...
Screenshot_20260518_004831_Chrome.jpg
Screenshot_20260518_004831_Chrome.jpg (79.29 KiB) געזען געווארן 427 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3693
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12484

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך פופציגער »

מיליטערמאן האט געשריבן: זונטאג מאי 17, 2026 10:59 am נייעס:

א מאסיווע מיסטעריעזע אביעקט איז באמערקט געווארן אויפן דאך פון א טשייניזע SUV וואס האט אנטייל גענומען אין די טראמפ מאטארקאדע אין טשיינע דעם פארגאנגענעם דארנשטאג.
custon-high-top-suvs-stand-out-in-trump-motorcade-in-china.jpghigh-top-suv-trump-motorcade-china-2026.jpg
וואס הייסט מיסטריעז? אלע אביעקטן אויף דעכער פון קארס אין פרעזידענטליכע מאטארקאדעס, ווייסט יעדער וואס ס'איז?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די נעווי האט געמאלדן אז די צייט ווען זי דארפן באקומען די USS Doris Miller וואס איז די פערטע פארד קלאס עירקרעפט קעריער, איז געווארן אפגעשטופט פון 2032 צו 2034, נאכדעם וואס אישוס מיט די קאנסטרוקשן פון די USS Enterprise וואס איז די דריטע פארד קלאס עירקרעפט קעריער האבן אפגעשטופט די דערליווערי פון יולי 2023 צו מארטש 2031, און אזוי ווי די שיפיארד ווי מ'בויעט די שיפן האט נאר איין פלאץ פאר די פיינעל אסעמבלי וואס איז אויסגעשטאט מיט ספעציעלע העווי לופט קרעינס פאר די פיינעל צוזאמשטעל פון די שיף, וועט עס אויך אויפהאלטן די USS Doris Miller פון גיין צום פיינעל אסעמבלי ווילאנג די USS Enterprise איז נישט פארטיג.
Screenshot_20260518_111938_Chrome.jpg
Screenshot_20260518_111938_Chrome.jpg (180.99 KiB) געזען געווארן 356 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

א שיין בילד פון א F-16 וואס ווערט ריפיולט העכער די פערסישע גאלף, ווערט געזען אין די אינטערגרונד די מענטשליך געבויעטע אינזלען פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.
CENTCOM-F-16.jpg
CENTCOM-F-16.jpg (245.81 KiB) געזען געווארן 305 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

אוקראינע האט ארויסגעשטעלט בילדער פון זייער ערשטע אייגן פאבריצירטע גלייד באמבע.
Ukraine-glide-bomb.png
Ukraine-glide-bomb.png (57.66 KiB) געזען געווארן 280 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

אין פרישע בילדער ערשינען זעט מען א 2 זיצן ווערסיע פון די רוסישע SU-57 פייטער זשעט, וואס איז די מערסט פארגעשריטענע און מאדערניזירטע פייטער זשעט וואס זיי פארמאגן, לויט באריכטן איז די נייע ווערסיע דיזיינט צו זיין א פייטער/באמבדירער, און די בילדער קומען אין א צייט וואס ס'איז לעצטנס אויך ערשינען בילדער פון א 2 זיצן ווערסיע פון די טשייניזע J-20 כאטש וואס יענע ווייסט מען נאכנישט פונקטליך וואס די חילוק אין די תפקיד פון די פליגער איז.
TWO-SEAT-SU-57-FELON (1).jpg
TWO-SEAT-SU-57-FELON (1).jpg (84.34 KiB) געזען געווארן 279 מאל
Screenshot_20260518_221736_Gallery.jpg
Screenshot_20260518_221736_Gallery.jpg (36.96 KiB) געזען געווארן 279 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די אמעריקאנע ארמיי האט אנגעהויבן צו לייגן דרוק אויף דעפענס קאנטראקטערס אז זיי זאלן ארויסגעקומען מיט א פראפאזעל פאר א ביליגערע פארטיידיגונג מיסיל וואס זאל קענען ארויסגעשאסן ווערן פון די פעיטריאט מיסיל פארטיידיגונג סיסטעמס אבער זאל קאסטן אונטער א מיליאן דאלאר פער מיסיל, דאס איז 5 מאל ביליגער פון די יעצטיגע 5 מיליאן דאלאר פרייז טעג פאר יעדע פעיטריאט פעק 3 מיסל, און וועט העלפן די מיליטער עס צו קענען פראדוצירן אין די מאסן, און צו זיין מער קאסט אפעקטיוו אנטקעגן ביליגע דראונ'ס און קרוז מיסילס.
low-cost-patriot-interceptor-less-than-1-million.jpg
low-cost-patriot-interceptor-less-than-1-million.jpg (137.95 KiB) געזען געווארן 279 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די פענטאגאן האט ארויסגעלייגט א פלאן צו איינקויפן איבער 10,000 ביליגע קרוז מיסילס במשך די נעקסטע 3 יאר ביז 2029, און צוגאב צו נאך 10,000 ביליגע הייפערסאניק מיסילס, און 5000 פון די טייערערע קרוז און הייפערסאניק מיסילס, אזא ראטע קען געבן איבער גענוג סופליי פאר די מיליטער אפי' פאר א לאנג פארצויגענע קאנפליקט אין די מיטל מזרח אדער אין די אינדא-פאסיפיק ראיאן.

די פענטאגאן האט געשלאסן אגרימענטס מיט Anduril, CoAspire, Leidos, און Zone 5, פאר די LCCM פראגראם ( לאו קאסט קרוז מיסילס), און מיט Castelion פאר די בלעקבירד הייפערסאניק מיסילס,

Castillion-missile (1).jpg
Castillion-missile (1).jpg (96.85 KiB) געזען געווארן 275 מאל
Anduril האט שוין געמאלדן א קאנטראקט פאר זייער Barracuda-500M מיסיל וואס קען פליען ביז 500 מייל ווייט, און זיי וועלן פראדוצירן 1000 שטיק א יאר.
בילד
Leidos האט געמאלדן זייער AGM-190A אויך גערופן די בלעק ערא וואס האט אויך בערך די זעלבע רעינדזש, און זיי וועלן צושטעלן 3,000 שטיק אינטער די יעצטיגע אגרימענט.
בילד
CoAspire און Zone 5 האבן נאכנישט ארויסגעשטעלט קיין סטעיטמענטס איבער א ספעציפישע אגרימענט אבער שוין ברייט באריכטעט דא איבער CoAspire's ביליגע RAACM מיסיל, און Zone 5 פארמאגט א ענליכע מיסיל גערופן די AGM-188 Rusty Dagger.
RAACM-ER-copy (1).jpg
RAACM-ER-copy (1).jpg (125.1 KiB) געזען געווארן 275 מאל
the-u-s-air-force-just-successfully-tested-the-new-agm-188a-v0-MndqMGF5d3dzM3dnMTh2dVwZoAmF4Ug49XBYkQ-Dzj7bNwwhy7Ott7kvbSAk (1).jpeg
the-u-s-air-force-just-successfully-tested-the-new-agm-188a-v0-MndqMGF5d3dzM3dnMTh2dVwZoAmF4Ug49XBYkQ-Dzj7bNwwhy7Ott7kvbSAk (1).jpeg (77.16 KiB) געזען געווארן 275 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די פארד קעריער סטרייק גרופע איז דעם פארגאנגענעם שבת באלוינט געווארן מיט די "פרעזידענטשעל יוניט סייטעישאן", וואס דאס איז די העכסטע מיליטערישע מעדאל וואס אן אפטיילונג אין די מיליטער קען באקומען. די מעדאל איז געגעבן געווארן אלס אנערקענונג פאר זייער העלדישקייט דורכאויס די מלחמה מיט איראן, די ספעציעלע מעדאל איז איבערגעגעבן געווארן אין די טאג וואס די סטרייק גרופע איז צוריק אהיימגעקומען צו זיין באזע אין נארפאלק ווירדזשיניע.

מיט דעם האט זיך געענדיגט א היסטארישע 11 חדשים'דיגע מיסיע אויפ'ן ים, וואס איז די לענגסטע מיסיע פאר א קריגס-שיף זייט די צייטן פון די וויעטנאם קריג, די היסטארישע מיסיע האט גענומען 326 טעג, דורכאויס וואס די מאנשאפט האבן דורכגעפירט 23 ריפלענישמענט מיסיעס, 5,760 פלי שעות מיט זייערע פליגערס, 12,200 פליגער לאנטשעס, און זענען געפארן 57,713 נארטיקאל מייל וואס קומט אויס 66,415 מייל, דאס איז ווי ארומפארן איבער צוויי אין אהאלב מאל די גאנצע וועלט!
Screenshot_20260518_234554_Chrome.jpg
Screenshot_20260518_234554_Chrome.jpg (151.29 KiB) געזען געווארן 269 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

די שוועדישע מיליטער האט געמאלדן אז זיי קלויבן אויס די פראנצויזישע FDI פריגיט פאר זייער נעקס זשענערעישן מלחמה שיף, דאס קומט נאך א לאנג פארצויגענע ביד צווישן קאמפאניס פון ענגלאנד און שפאניע, די פריגיט האט א דיספלעיסמענט פון 4,390 טאן ,ס'איז 400 פיס לאנג, און וועט קענען טראגן ביז 32 ערד צו לופט מיסילס און 8 אנטי שיף מיסיל, די שיף וועט קענען זיין אויפן וואסער פאר ביז 45 טעג אין א צי, און וועט אנהייבן ווערן דערליווערט צו די שוועדישע נעווי ביז 2030.
FDI-FRIGATE-FRENCH-NAVY.jpg
FDI-FRIGATE-FRENCH-NAVY.jpg (162.31 KiB) געזען געווארן 201 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

רוסלאנד האט פריער ארויסגעשטעלט בילדער פון די ערשטע פלייט טעסט פון זייער SU-57D וואס איז א צוויי זיצן ווערסיע פון די ארגינעלע SU-57, די נייעס איז זייער אינטערעסאנט נאכדעם וואס די ערשטע שמועות פון די עקזיסטענץ פון די פליגער איז הערשט ארויסגעקומען 2 טעג צוריק.

אין די אונטערשטע בילד קען מען זען די חילוק פון די צוויי ווערסיעס פון די SU-57.
Su57D.jpg
Su57D.jpg (108.03 KiB) געזען געווארן 198 מאל
photo_2026-05-19_21-56-22.jpg
photo_2026-05-19_21-56-22.jpg (69.42 KiB) געזען געווארן 198 מאל
photo_2026-05-19_21-55-32.jpg
photo_2026-05-19_21-55-32.jpg (103.18 KiB) געזען געווארן 198 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

נייעס:

א הויפט אפיציר פון די נעווי האט היינט ביי א קאנגרעס פארהער געלייקנט אז די פארד קעריער זאל האבן פלאמבינג פראבלעמען, נאכדעם וואס ס'איז געווען באריכטעט פראבלעמען מיט די בתי כבוד אויפן שיף בשעת די מלחמה, די טשיף נעוול אפאראציעס אדמיראל Daryl Caudle האט גע'טענה'ט אז די בעקאפ איז געקומען צוליב misuse וד"ל...

(בקיצור די עיקר נקודה וואס ער האט ארויסגעברענגט איז, אז אויב מען וואלט עס גענוצט לויט די רעקאמענדאציעס פון די פראדוצירער, וואלט עס נישט פאסירט.)
mens-rest-room-on-us-navy-aircraft-carrier-uss-lexington-now-a-floating-AX41N5.jpg
mens-rest-room-on-us-navy-aircraft-carrier-uss-lexington-now-a-floating-AX41N5.jpg (236.15 KiB) געזען געווארן 162 מאל
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 2228

Re: מיליטערישע נייעס קאנאל - מיט מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

לכבוד די 10'טע בלאט, די 300'סטע תגובה, און בעיקר די 2000'סטע לייק קומט א שיינעם ארטיקל.
מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
שרייב פאוסט