מדינת ישראל אין מלחמה

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21926

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@רעגענדיגע זונטאג @היסטאריקער

איך שטעל זיך פאר אז @ניקל באקומט פון גרופס פארשידענע ציטאטן וואס ער נוצט אין זיינע באריכטן, און ער זעט בכלל נישט פון וואו יעדע זאך קומט.

נישט וואס איך ווייס, איך שטעל זיך נאר אזוי פאר. ממילא איז נישט פאסיג צו גיין זוכן און כאפן ביים ווארט, און אייוועלט איז אויך פטור פון דאס טון ביי די זאכן פון מיר און אנדערע וואס קומען אן דארט פון דא...

און לאזט אונזער @ניקל אנגיין אן קיין ראוד בלאקס פליז. למעני, אם לא למענך...
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:30 pm
היסטאריקער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:15 pm
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:05 pm וואס איז געווען די פלאן פון חמאס?

די וועלט קוקט מיט ווינדער און שפאנונג אויפן עזה סטריפ און זייערע פירער חמאס בראש, זיי ווייסן אז מדינת ישראל איז סאך שטערקער פון זיי, זיי ווייסן אז מדינת ישראל וועט עס נישט פארשווייגן און וועט חרוב מאכן דארט זייער שטארק וואס האט זיי געמאכט גיין אויף אזא זעלבסמארד מיסיע?


די אנאלאזירער זאגן אז חאמאס האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו אריינגיין אזוי טיף און דורכפירן אזא מאסן מארד.

זייער פלאן איז געווען זייער איינפאך אין גרינג. שיק אריבער אפאר טויזנט זעלבסמערדער און ס'רוב פון זיי וועלן פארשטייט זיך אפגע'שחט'ן ווערן דורך די איזרעילי מיליטער, אינמיטן פון די כאאס וועלן זיי פארכאפן אפאר מיליטערלייט און פאר זיי אויסדרעשן דאס מערסטע וואס מען קען, אבער עס איז ווארשיינליך איבריג צו זאגן אז עס איז זיי ווייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט…

די טעראריסטן זענען אריבער דעם גרעניץ און אנגעהויבן פאראויס גיין און צו זייער שאק און ווינדער האט זיי קיינער אפגעשטעלט פאר שעות אריכות, די הויפטקווארטירן האבן פארלוירן קשר מיט די טעראריסטן און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, די טעראריסטן זענען געפארן און גע'רצח'עט נאכאנאד אן אויפהער ביז מען האט זיי אפגעשטעלט.

אזוי האט זיך חמאס געטראפן מיט אן איבער געקאכטע קאשע וואס זיי ווייסן נישט וואס צו מאכן דערפון, זייער פלאן איז געווען פאר א קליינע אפעראציע מיט אפאר פארכאפטע און זיי האבן זיך געטראפן מיט א סיטואציע וואס זיי האבן גענצליך נישט פלאנירט.

עס לאזן זיך נישט טראכטן אז זיי האבן פלאנירט פון אנהויב די מאסן שחיטה.

ווייל זיי האבן געוואוסט אז דאס וועט ברענגען א מאסיווע רעאקציע פון די מיליטער.

זיי האבן פארלוירן די וועלט שטיצע איבערנאכט.

חמאס טרעפט זיך אין א פאזיציע ווי זיי שטייען אויס פארניכטונג און זיי קענען דאס נישט עסן.


איראן וואס האט פלאנירט און אויסשטאפירט און טרענירט די טעראריסטן זיצן צעמישט און ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן.

אזא קארטל ווערט אוועקגעלייגט פאר ארגערע מצבים זייער צעמישטקייט שיינט ארויס פון זייער צעמישטע סטעיטמענטס און דאס אז זיי האבן נישט אקטיוויזירט חיזבאללה און זייערע צעלן אין די מערב ברעג.

איראן איז אין א שווערע ספאט פון איין זייט קענען זיי נישט לאזן זייער פראקסי חמאס פאלן פון די צווייטע זייט ווילן זיי נישט ניצן זייער חיזבאללה קארטל.


בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן
פארוואס נישט געבן קרעדיט פאר דער שרייבער און פון וואו איר האט עס גענומען?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p4628015
אנטשולדיגט
איך וואלט גערן געגעבן קרעדיט
איך האב פלעין נישט געוויסט עס קומט פון דארט
שוין נישט געפענט אייוועלט זייט סוכות (נישט ווייל איך האב עפעס קעגן דעם, פלעין ווייל איך האב נישט געהאט צייט, יו"ט האמיר געפראוועט מיט משפחה, און נאכדעם געווארן פארנומען מיט די יעצטיגע נייעס, און ארבעט. )
איך האב עס באקומען ערגעץ פלעין געפאלן וואס ער שרייבט (הגם איך בין נישט אזוי מסכים מיט דעם) האב איך עס געשיקט דא
סאוי אויב די ביסט דער שרייבער וויל איך דיר איבערבעטן
איך האב גארנישט געמיינט פלעין נישט געוויסט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די ווייסע הויז יעצט באלאכטן מיט די מדינת ישראל פאן
IMG_20231009_203924_912.jpg
IMG_20231009_203924_912.jpg (243.16 KiB) געזען געווארן 1212 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

דאס איז א עכטע פיקטשער פון א שטאט און עזה נאך וואס די איזריעלישע מיליטער האט אויסגעשאלטערט די לייט
Screenshot_20231009_203251_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_203251_WhatsApp.jpg (70.14 KiB) געזען געווארן 1195 מאל
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1429

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:48 pm דאס איז א עכטע פיקטשער פון א שטאט און עזה נאך וואס די איזריעלישע מיליטער האט אויסגעשאלטערט די לייט
Screenshot_20231009_203251_WhatsApp.jpg
איך מיין אז דאס איז די באקאנטע היסטארישע בילד פון מכת חושך אין מצרים..
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1429

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:47 pm די ווייסע הויז יעצט באלאכטן מיט די מדינת ישראל פאן
IMG_20231009_203924_912.jpg
איך זעה נישט די פאן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7037

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:39 pm @רעגענדיגע זונטאג @היסטאריקער

איך שטעל זיך פאר אז @ניקל באקומט פון גרופס פארשידענע ציטאטן וואס ער נוצט אין זיינע באריכטן, און ער זעט בכלל נישט פון וואו יעדע זאך קומט.

נישט וואס איך ווייס, איך שטעל זיך נאר אזוי פאר. ממילא איז נישט פאסיג צו גיין זוכן און כאפן ביים ווארט, און אייוועלט איז אויך פטור פון דאס טון ביי די זאכן פון מיר און אנדערע וואס קומען אן דארט פון דא...

און לאזט אונזער @ניקל אנגיין אן קיין ראוד בלאקס פליז. למעני, אם לא למענך...
@רעגענדיגע זונטאג @היסטאריקער אפשר נעמט עס גאר די אייוועלט שרייבער פון די זעלבע גרופע פון ווי @ניקל נעמעט עס?... (און געט נישט קיין קרעדיט פאר יענע גרופע...)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 944

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך מאטאווירט »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:30 pm
היסטאריקער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:15 pm
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:05 pm וואס איז געווען די פלאן פון חמאס?

די וועלט קוקט מיט ווינדער און שפאנונג אויפן עזה סטריפ און זייערע פירער חמאס בראש, זיי ווייסן אז מדינת ישראל איז סאך שטערקער פון זיי, זיי ווייסן אז מדינת ישראל וועט עס נישט פארשווייגן און וועט חרוב מאכן דארט זייער שטארק וואס האט זיי געמאכט גיין אויף אזא זעלבסמארד מיסיע?


די אנאלאזירער זאגן אז חאמאס האט בכלל נישט געהאט אין פלאן צו אריינגיין אזוי טיף און דורכפירן אזא מאסן מארד.

זייער פלאן איז געווען זייער איינפאך אין גרינג. שיק אריבער אפאר טויזנט זעלבסמערדער און ס'רוב פון זיי וועלן פארשטייט זיך אפגע'שחט'ן ווערן דורך די איזרעילי מיליטער, אינמיטן פון די כאאס וועלן זיי פארכאפן אפאר מיליטערלייט און פאר זיי אויסדרעשן דאס מערסטע וואס מען קען, אבער עס איז ווארשיינליך איבריג צו זאגן אז עס איז זיי ווייט נישט געגאנגען ווי געפלאנט…

די טעראריסטן זענען אריבער דעם גרעניץ און אנגעהויבן פאראויס גיין און צו זייער שאק און ווינדער האט זיי קיינער אפגעשטעלט פאר שעות אריכות, די הויפטקווארטירן האבן פארלוירן קשר מיט די טעראריסטן און זאכן זענען ארויס פון קאנטראל, די טעראריסטן זענען געפארן און גע'רצח'עט נאכאנאד אן אויפהער ביז מען האט זיי אפגעשטעלט.

אזוי האט זיך חמאס געטראפן מיט אן איבער געקאכטע קאשע וואס זיי ווייסן נישט וואס צו מאכן דערפון, זייער פלאן איז געווען פאר א קליינע אפעראציע מיט אפאר פארכאפטע און זיי האבן זיך געטראפן מיט א סיטואציע וואס זיי האבן גענצליך נישט פלאנירט.

עס לאזן זיך נישט טראכטן אז זיי האבן פלאנירט פון אנהויב די מאסן שחיטה.

ווייל זיי האבן געוואוסט אז דאס וועט ברענגען א מאסיווע רעאקציע פון די מיליטער.

זיי האבן פארלוירן די וועלט שטיצע איבערנאכט.

חמאס טרעפט זיך אין א פאזיציע ווי זיי שטייען אויס פארניכטונג און זיי קענען דאס נישט עסן.


איראן וואס האט פלאנירט און אויסשטאפירט און טרענירט די טעראריסטן זיצן צעמישט און ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן.

אזא קארטל ווערט אוועקגעלייגט פאר ארגערע מצבים זייער צעמישטקייט שיינט ארויס פון זייער צעמישטע סטעיטמענטס און דאס אז זיי האבן נישט אקטיוויזירט חיזבאללה און זייערע צעלן אין די מערב ברעג.

איראן איז אין א שווערע ספאט פון איין זייט קענען זיי נישט לאזן זייער פראקסי חמאס פאלן פון די צווייטע זייט ווילן זיי נישט ניצן זייער חיזבאללה קארטל.


בלייבט איבער צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן
פארוואס נישט געבן קרעדיט פאר דער שרייבער און פון וואו איר האט עס גענומען?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p4628015
נישט די ערשטע מאל וואס איך זע דא מענטשן פאדערן מ'זאל געבן קרעדיט פאר אייוועלט אויף געוויסע תגובות.

כבין מסכים אז ס’פאסט, אבער נישט גענוג וויכטיג צו אריינהאקן מיט צווישנרופן, נאך וואס אייוועלט האט שוין עטליכע מאל געמעקט תגובות פאר’ן חטא פון קרעדיטירן אידטיש!

סא ביטע הערט אויף דרייען דעם קאפ. יישר כח.

אנטשולדיגט פאר’ן איבערהאקן.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:50 pm
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 8:47 pm די ווייסע הויז יעצט באלאכטן מיט די מדינת ישראל פאן
IMG_20231009_203924_912.jpg
איך זעה נישט די פאן.
די קאלערס בלוי און ווייס
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2243

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

שוש אשיש האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:54 pm :( רבותי די ציפערן איז ה’’י נומערן שאין הדעת והנייר סובלתן, די וואס ווייסען ווייסען.
הלוואי ואתבדה.
😭😢😢
נישט געקענט געבן קיין לייק...
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל קרעפטן מאבאליזירט היינט נעבן די גרעניץ מיט לבנון
Screenshot_20231009_211337_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_211337_WhatsApp.jpg (77.22 KiB) געזען געווארן 1109 מאל
Screenshot_20231009_211333_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_211333_WhatsApp.jpg (80.5 KiB) געזען געווארן 1109 מאל
Screenshot_20231009_211330_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_211330_WhatsApp.jpg (73.63 KiB) געזען געווארן 1109 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מעיאר עדעמס היינט ביי א ראלי פאר מדינת ישראל
Screenshot_20231009_211505_WhatsApp.jpg
Screenshot_20231009_211505_WhatsApp.jpg (336.96 KiB) געזען געווארן 1108 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

עס קומען פאר יעצט אקציעס צו עלימינירן די פארבליבענע (צו גאר פרישע) טעראריסטן דורך די מדינת ישראל קרעפטן און יהודה ושומרון,שכם, ביתא, תל, קלקיליה, א-רם, מחנה פליטים שועפאט, בית לחם.
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1429

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 7:22 pm
ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 6:25 pm אפענע ניסים האט פאסירט שבת אינדערפרי ווען די חאמאס טעראריסן האבן פראבירט צו שטורעמען עטליכע ישובים קיבוץ סער און קיבוץ אלומים, וועלכע זענען די איינציגסטע ישובים אין דער דרום אומגעגענט אין וועלכן די איינוואוינער היטן שבת, זיי האבן עס נישט געקענען דורכברעכן דערנאך וואס דער צוים איז געווען פארשלאסן פאר פארקער צוליב שבת אין אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן פונעם בלוט באד.
יענע צוים איז שטערקער ווי די גרעניץ?
די גרעניץ איז געווארן אויפגעבראכן דורך כלים וואס זענען שטערקער פון א מענטש.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7037

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך שמח »

Off Topic
פאראכטענע ווערסיע
תּוֹלְדוֹתָם נִשְׁפַּךְ דָּמָם עָלֶיךָ כַּמַּיִם


עזה פּאלאסטינער טעראר רעזשים דערלאנגט "סעפּטעמבער 11" שטייגער אטאקע פאר מדינת ישראל צום 50'סטן קאלענדער יארטאג פונעם שרעקליכן יום כיפּור קריג

ערגסטע בלוט פארגליוורענדע כאמאס טעראר

אינוואזיע אין מדינת ישראל מיט העכער

700 קרבנות רח"ל, 2,300 פארוואונדעטע,

און 130 פארכאפּטע משכונות;

מדינת ישראל דערקלערט קריג;

יום תפילה, היינטיגן מאנטאג

בילד

י. ירושלמי

אטאקע פאנגט זיך אן מיט כאמאס דערפאלגרייך פארניכטן און "אומשעדליך" מאכן הונדערטער עלעקטראנישע סענסארס, און "אויגן" לענגאויס די עזה-מדינת ישראל גרעניץ - כאמאס רייסט אויף פינף הויפּט פּונקטן אינעם פּלויט, דורך וועלכן אריינצודרינגען קיין מדינת ישראל - הונדערטער שווער-באוואפענטע טעראריסטן אין א העכסט קאארדינירטע אקציע, דרינגען אריין, אויך מיט לופט גליידערס און דראונס, און דורכ'ן ים, קיין מדינת ישראל און באפאלן און פארכאפּן העכער 20 דערפער און ישובים, און קומען אויך אן קיין שדרות, און אזוי ווייט ווי אופקים און אשקלון - טעראריסטן שיסן כמעט אומגעשטערט און מאכן גרויזאמע שחיטות אין שטעט און דערפער ארום עזה - אטאקע אויף אויסערליכע פארוויילונגס צוזאמענקונפט פון יוגענטליכע אינעם דערפל באַרי מיט העכער 2,000 באטייליגטע און ערמארדן דארט קאלטבלוטיג מער פון 260! - מדינת ישראל לאקאלע עזה קאמאנדע באזע איינגענומען דורך טעראריסטן, וועלכע שחט'ן דארט אויס צענדליגער האלב-פארשלאפענע זעלנער און אפיצירן - גאנצע מדינת ישראל קאמאנדע געכאפּט אין אויבערראשונג און פּאראליז, עס דויערט שעות ביז זיי הויבן אן ערנסט רעאגירן - ערנסטע חשש אז צאל טויטע וועט דערגרייכן צו העכער טויזענט ה"י - קאאליציע געשפּרעכן צווישן נתני' און בעני גאנץ (המחנה הממלכתי), יאיר לאפּיד (יש עתיד) און מעגליך ליבערמאן (ישראל ביתנו) איבער א פאראייניגטע רעגירונג

מיר שיקן איצט נאכאמאל דעם בולעטין - מיט געוויסע אויסבעסערונגען און נאך אינפארמאציע - וואס מיר האבן ארויסגעשיקט מוצאי יו"ט אין איילעניש, ווייל עס איז נישט געהעריג אדער צייטליך אנגעקומען צו אלע וואס זענען אויף אונזער "אי-מעיל" ליסטע. מען האט געטוען די ארבעט "רימאוט", נישט פון אפיס, איז עס טאקע געגאנגען מיט קאמפליקאציעס.

דער ציל פון א בולעטין איז צו געבן א קורצן באריכט, מיט מער איינצעלהייטן און פרישערע באריכטן אין "די צייטונג" וואס וועט אי"ה ערשיינען מיטוואך צופרי.


בשעת די שורות ווערן געשריבן (זונטאג אווענט, אסרו חג אין ארה"ק), האט נאך מדינת ישראל נישט ערנסט רעאגירט צום שאקירענדן און אומבאגרייפבארן שוידערליכע אבער ליידער העכסט דערפאלגרייכע - פון א כאמאס שטאנדפּונקט - טעראר אינוואזיע, וואס כאמאס האט פּלוצלינג אונטערגענומען שב"ק שמיני עצרת, אנגעפאנגען פון אומגעפער 6:34 פארטאגס, קעגן מדינת ישראל, אין לויף פון וועלכן הונדערטער שווער באוואפענטע כאמאס טעראריסטן האבן - אונטער א שלייער פון א קאארדינירטע אויסטערליש מאסיווע מיסיל און ראקעטן אטאקע פון טויזנטער ראקעטן אריין קיין מדינת ישראל - אויפגעריסן די מדינת ישראל עזה פּלויט ביי פינף פּונקטן, און זיך דארט אריינגעריסן קיין מדינת ישראל מיט א מורא'דיגן קראפט, אויסשפּרייטענדיג זיך אין פיל ארומיגע אידישע ישובים, וואס זיי האבן טיילווייז אדער גענצליך באהערשט שעה'ן לאנג, און דערביי דארט ל"ע געמארדעט און פארוואונדעט טויזנטער אידן (און אויך להבדיל איינצעלנע בעדואינער און אויסלענדישע ארבייטער) רח"ל, און גענומען אומגעפער 130 אידישע משכונות, צווישן זיי אלטע לייט, ווייבער און קינדער, און אויך איינגענומען די מדינת ישראל עזה פארוואלטונג מיליטערישע קאמאנדע באזע (מפקדת אוגדת עזה), וועלכע איז בלויז באפרייט געווארן שפּעט מוצ"ש נאך בלוטיגע שלאכטן, מיט צענדליגער טויטע זעלנער און אפיצירן.

אפילו אין צווייטן טאג נאך די אטאקע, איז די גאנצע געגענט אין דרום, ארום עזה, נאך ווייט פון "ריין" פון די כאמאס טעראריסטן. מען איז נאך באזארגט אז צענדליגער פון די טעראריסטן זענען נאך געבליבן אין געגענט, און האבן זיך דערווייל אויסבאהאלטן פון די מדינת ישראל קרעפטן, ווארטענדיג אויף א געלעגנהייט צו קענען ארויסקומען פון באהעלטעניש און פארזעצן זייער בלוטיגן מארד קאמפּיין, ה"י, אדער נייע טעראריסטן וואס האבן זיך גאר פריש אריינגעכאפּט קיין מדינת ישראל, דורך די העכער 15 אויפבראכן וואס זיי האבן אינצווישן אויפגעריסן, אינעם עזה מדינת ישראל פּלויט, וועלכע זענען מאמענטאל נאכנישט פארראכטן און פארשלאסן געווארן הערמעטיש. טאקע יעדע פּאר שעה הערט מען פון א פרישן אינצידענט פון טעראריסטן וואס האבן זיך באוויזן אויף די גאסן פון די אדער יענעם ישוב אדער שטאט, און שיסן אדער פּרובירן פארכאפּן משכונות, וואס צווינגט די גאנצע שטאט זיך צו פארשליסן אין די הייזער פאר שעות נאכאנאנד ביז די טעראריסטן ווערן פארניכטעט, אדער דער משכונות אינצידענט ווערט געלעזט.

בילד
קארס ברענען אין אשקלון


דערווייל איז דאס גאנצע לאנד פארנומען מיט די שוידערליכע ציפערן וואס האלטן אין איין ארויסקומען און שטייגן, איבער די צאל טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, וואס האלט שוין ביי איבער 700 טויטע ה"י (97 פּראצענט דערפון אידן), און לויט געוויסע אינערליכע שאצונגען איז דאס נאך ווייט פונעם ענדע צאל, וועלכע גרייכט רח"ל צו העכער טויזענט אומגעקומענע (וואס איז די צאל פון אלע אומגעקומענע אינאיינעם, אינעם צווייטן צוויי-יאריגן אינטיפאדא, מיט די הונדערטער זעלבסטמארד און באס אטאקעס, ה"י), און העכער 2,300 פארוואונדעטע, איבער 300 פון זיי קריטיש אדער גאר ערנסט צו'מזיק'ט, וואס זענען האספּיטאליזירט אין די צענטראלע איבערגעפולטע דרום ראיאן שפּיטעלער, "סאראקא" אין באר שבע, "קאפּלאן" אין רחובות, "ברזיליי" אין אשקלון, און "שמיר" מעדיקעל צענטער (געוועזענע אסף הרופא) אין באר יעקב. מען איז באזארגט איבער די אומגעפער 130 פארכאפּטע משכונות, רוב פון זיי ציווילע מענער, ווייבער און קינדער, און אפילו עלטערע פרויען פון העכער 80 יאר, אריינגערעכענט א צאל אמעריקאנער, פון צווישן וועלכן כאמאס האט באשטעטיגט אז אומגעפער הונדערט פון זיי זענען פארכאפּט ביי זיי אין געפענגעניש, און ארום דרייסיג ביי דער איסלאמיק דזשיהאד טעראר באנדע.

כאמאס האט שוין געסטראשעט רח"ל אנצוהויבן הרג'נען משכונות יעדעס מאל ווען מדינת ישראל וועט פאראורזאכן ציווילע פארלוסטן אין אירע עזה באמבארדירונגען, און פובליצירן בילדער פון די משכונות הריגות, אזוי ווי "אייסיס" פלעגט טוען.

אלס טייל פון די טעראר אינוואזיע, (און ווי מען דערוואוסט זיך איצט, איז דאס גאר געווען איינע פון די געפּלאנטע צילן פון דער אטאקע, נאכדעם וואס כאמאס האט פון פריער געוואוסט איבער'ן געפּלאנטן שוואוילטאג פארזאמלונג בחיק הטבע דורכאויס די נאכט פון שמיני עצרת, אין וועלכן טויזנטער צעלאזטע יוגענטליכע וועלן הוליען, שיכור'ן און רייכערן פארטייבענדע דראגס, בעיצומו של חג) זענען די שווער אויפגעריסטעטע טעראריסטן באפאלן דעם גרויסן הולטיי פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען אינעם דערפל באַרי, ממש הארט קעגנאיבער די צוים מיט עזה (אזוי אז די טעראריסטן האבן פון זייערע פּאזיציעס אין עזה די גאנצע צייט געקענט מיטהאלטן מיט'ן פארשריט פונעם שוואוילטאג פארזאמלונג) מיט העכער 2,000 באטייליגטע, און האבן דארטן ברוטאל און קאלטבלוטיג געשאסן מאסן מענטשן. (א גרויסער טייל פון די באטייליגטע זענען זיך נישט צייטליך צולאפען טראץ די מאסיווע ראקעטן און מיסיל אטאקע, און דער שרעקליכער קלאנג פון מאסיווע שיסערייען, וואס זענען געקומען פון די אריינדרינגענדע כאמאס טעראריסטן, אבער זיי האבן גארנישט געהערט אדער געכאפּט, צוליב זייער שיכרות און בגילופונ'דיגן צושטאנד, ביז די טעראריסטן זענען שוין געשטאנען הארט נעבן זיי, און אן רחמנות געהאגעלט מיט טויזנטער קוילן, רח"ל). די קרבנות ביי די אטאקע אליין האלט שוין ביי העכער 260! און צו דעם נאך צענדליגער און מעגליך הונדערטער פארוואונדעטע, און נאך צענדליגער פארכאפּטע, וואס זענען אוועקגעפירט געווארן קיין עזה.

בילד
אזוי האט אויסגעזען ווען מ'איז אנטלאפן אין פאניק פונעם פעסטיוואל - די וואס האבן באוויזן צו אנטלויפן...


אגב, ווערט אנגעצייכענט דורך געוויסע באאבאכטער, וועלכע ווייזן אן ווי מען זעט די השגחה פּרטית און יד השם, אין דעם שרעקליכן "הסתר פּנים" פון די טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע רח"ל, אז די איינציגע צוויי ישובים און דערפלעך אינעם אומגעגענט ארום עזה, אין וועלכן די טעראריסטן האבען נישט אריינגעדרינגען, און די דארטיגע איינוואוינער זענען געשיצט געווארן פון בלוטיגן איבערפאל, זענען, קיבוץ סער און קיבוץ אלומים, וועלכע זענען די איינציגסטע ישובים אין דער געגענט אין וועלכן די איינוואוינער היטן שבת! וואס מיינט אז די שוידערלכע אטאקע וועלכע איז פארגעקומען אום שב"ק, האט איבערגעהיפּט אויף דעם ישוב וואו דער שבת ווערט געהיטן מיט שטאלץ.

אגב, דער עלטערער אומרעליגיעזער קיבוץ אדער ישוב, ניר עוז (פון די עלטערע קיבוצים אין מדינת ישראל, געגרינדעט מיט קנאפּע 70 יאר צוריק), איז גענצליך פארניכטעט און צעשטערט געווארן אין די אטאקע, אין וועלכן די טעראריסטן האבען אומגעברענגט צענדליגער, און פארוואונדעט נאך צענדליגער פון די קיבוץ איינוואוינער, און פארברענט א טייל פון די הייזער און קארס פון די דארטיגע איינוואוינער, און אויך פארכאפּט א טייל פון זיי. פון די העכער 400 איינוואוינער פון דארף זענען איצט בלויז געבליבן 160 פּליטים, וועלכע האבן נישט וואו צוריק צו גיין, און זענען דערווייל עוואקואירט געווארן קיין אילת.

דער גרעסטער שאק און אויפטרייסלונג איבער די מאסשטאבליכע טעראר אינוואזיע, איז אן קיין צווייפעל דער פאקט אז - אויסער די אומפארשטענדליכע בלינדקייט און פארזעעניש פון די "שטארקסטע מיליטערישע קראפט" אינעם מיטל מזרח, מיט די בעסטע שפּיאנאזש און זיכערהייט דינסטן, וועלכע האט גארנישט געוואוסט אדער געשפּירט אז עפּעס ענליכעס גייט קומען, טראץ די אומצאליגע ווארענונגען און פאראויסזאגונגען פון אומצאליגע אנאליסטן און עקספּערטן - איז די מדינת ישראל רעגירונג און מיליטער געכאפט געווארן אין טאטאלע שאק און איבערראשונג פון די אטאקעס, און האט נישט קאארדינירט קיין קאנטער-אטאקע, און קאנטער-אקציעס, צו באזיגן די טעראריסטן, און זיי באהערשן, כאטש טיילווייז, ביז שעות דערנאך, נאכדעם וואס די עזה באטאליאן קאמאנדע באזע איז שוין געווען עטליכע שטונדן פארכאפּט דורך טעראריסטן, און די טעראריסטן האבען שוין אנגעיאגט צו ערמארדן הונדערטער, און א שרעקליכער פארקער פון טעראריסטן וואס קומען אריין קיין מדינת ישראל, און פון די וואס פארן ארויס מיט שלל פון פארכאפּטע משכונות צוריק קיין עזה, דורך די הפקר'דיגע אויפגעבראכענע גרעניץ טיילן.

מען איז אויך באזארגט געווען איבער די ראקעטן באמבארדירונגען וואס האבן דערגרייכט טיף אריין אין לאנד, ביז תל אביב און אפילו ירושלים, כאטש עס האט בחסדי ה' נישט פאראורזאכט ערנסטע חורבנות.

זונטאג מיטאג האט דער מדינת ישראל קאבינעט דערקלערט קריג אויף כאמאס, און האט געמאלדן אז נאכדעם ווען דער דרום וועט גענצליך אויסגערייניגט ווערן פון די טעראריסטן, וועט מען פארזעצן מיט באשטראפן און פארניכטן דעם כאמאס רעזשים אין עזה, טראצדעם וואס שוין פון לאנג פריער האט מדינת ישראל אנגעפאנגען מיט א סיסטעמאטישן באמבארדירונג און פארניכטונג קאמפּיין, וואס האלט שוין אן העכער א טאג צייט, און ווערט שטארקער און מער אויסגעברייטערט יעדע שעה. מדינת ישראל פלאנירט א פולע לאנד אינוואזיע אריין קיין עזה, מיט טויזנטער סאלדאטן און הונדערטער טאנקען און כלי זיין. פיר רעזערוויסטן דעוויזיעס זענען שוין געשיקט געוואָרן צו די גרעניץ, אין צוגאב צו צענדליגער פון פריער אנוועזענדע באטאליאנען, און מדינת ישראל האט דערווייל אפּגעשפּארט די עלעקטריצטעט קראפט קיין עזה. די מדינת ישראל עיר פארס האט באמבארדירט דורכאויס די לעצטע 36 שטונדען פילע מיליטערישע כאמאס צילן, הויפּטקווארטירן, פריוואטע טעראר קאמאנדירן רעזידענצן און פיר אפּאפּרטמענט הייזער אין כאמאס באנוץ.


בילד
דער סטעיטמענט פון פרעזיענט ביידען איבער די אומגעקומענע אמעריקאנער בירגער


גלייכצייטיג האט דער מדינת ישראל פּרעמיער נתני' - וועלכער איז אונטער א שרעקליכן דרוק פון אלע זייטן פאר דעם וויסטן מיליטערישן און שפּיאנאזש דורכפאל - געזאגט אין א סטעיטמענט אז אלע בירגער דארפן זיך גרייטן פאר א פארצויגענעם קריגס צושטאנד. דערווייל זענען ווי ערווענט שוין פאראן באשטעטיגטע העכער 700 אומגעקומענע מדינת ישראל בירגער! און איבער צוויי טויזנט דריי הונדערט פארוואונדעטע, צווישן זיי העכער 300 וואס זענען ערנעסט אדער קריטיש פארוואונדעט. און צווישן פאלעסטינער זענען דא מער ווי 500 אומגעקומענע.

*

אמעריקע און א צאל אנדערע לענדער האבן געמאלדן פולע שטיצע פאר מדינת ישראל און האבן פארדאמט די טעראר מאסן מארדן.
מען האט גלייכצייטיג פארשטארקט די פאליציי וואך ביי אידישע שוהלן און מוסדות, איבערהויפט אין ניו יארקער שטעט, כאטש מען ב"ה האט נישט געהערט פון קיין שום ספעציפישע געפארן.

*

עראפלאנען פארקער געשטערט צוליב די מלחמה

צוליב דעם מלחמה צושטאנד, האבן אמעריקאנער און אנדערע אויסלענדישע עירליינס סוספענדירט זייערע פלי רייזעס צו און פון מדינת ישראל. מענטשן און משפחות וואס "מוזן" אהיימפארן פון זייערע יו"ט באזוכן אין אר"י, אדער וואס ווילן פארלאזן דאס לאנד צוליב דעם מלחמה מצב, זענען אנגעוויזן אין די איינע איזראעלישע עירליין וואס פליעט יא, און זיי האבן ארויפגעשרויפט גאר הויך די פרייזן אויף העכער 3,000 דאלאר א טיקעט, אויף איין וועג!

*

געשאסן אויף מדינת ישראל, געצילט אויף סאודי אראביע

פון די ערשטע אנאליזן איז ארויסגעברענגט געווארן דער וויכטיגער פונקט, אז כאמאס האט זיך טאקע געוואלט אפרעכענען מיט מדינת ישראל, אבער עס איז געגאנגען מיט א טיפערן ציל ווי בלויז צעשמעטערן דעם ציוניסטישן שטאלץ אז זיי זענען אומבאזיגבאר. דא איז אויך געווען א וויכטיגער דיפּלאמאטישער חשבון, אונטערצוגראבן די באמיאונגען פון פּרעזידענט ביידען צו דערגרייכן עפּעס אן אפּמאך צווישן סאודי אראביע און מדינת ישראל, דערלאנגען פאר מדינת ישראל נישט בלויז א מיאוס'ן מיליטערישן זעץ, נאר אויך א ריזיגן דיפּלאמאטישן אנזעץ.

סאודי אראביע קען ארויסבאקומען פון אמעריקע געוואלדיגע הנחות און פארדינסטן אויב זי וועט דאס נאכגעבען פאר ביידען, אנצוקניפן אפיציעלע באציאונגען מיט מדינת ישראל, אבער דער סאודיער קרוין פּרינץ ווייסט אז ער קען נישט אינגאנצן פארראטן די פּאלעסטינער, אויב ער וויל נישט ריזיקירן מיט זיין אייגענעם קעניגרייך, אדער גאר מיט זיין לעבן. דאס איז דערווייל געווען דער גרעסטער אפּהאלט צו א שליכטונג מיט מדינת ישראל, ווייל נתני' קען נישט געבן קיין הנחות וואס זאל פירן צו א פּאלעסטינער מדינה, ווילאנג ער איז אנגעוויזן אין זיין איצטיגע עקסטרעמיסטישע קאאליציע.

איצט אז כאמאס האט אריינגעשלעפּט מדינת ישראל אין א פרישע מלחמה, קען סאודי אראביע פארגעסן פון א ווייטערדיגע דערנענטערונג מיט מדינת ישראל, אויף א שיין ביסל צייט.

בילד
די אמעריקאנער "פארד" עראפלאן-שיף מיט אירע באגלייטונג קריגס שיפן שטראמען אין מיטלענדישן ים נאענטער צו מדינת ישראל צו שטיין צו הילף אויב נויטיג

(מער אויספירליכע באריכטן און פרישע איינצעלהייטן אין "די צייטונג", מיטוואך צופרי אי"ה)
*
יום תפילה, היינט מאנטאג
דער ביד"ץ העדה החרדית האט דערקלערט א יום תפילה אויף דעם מאנטאג, מיט אמירת תהילים, אבינו מלכינו און די פאסענדע סליחות, לעורר זיין רחמי שמים
בילד


קרעדיט: ''די צייטונג''

אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די אראבישע חבר הכנסת עבאס האט זיך געוואנדן צו די פאלעסטינער צו באפרייען די געפאנגענע
ער זאגט אז די ווירדן פון איסלאם ערלויבן נישט צו פאנגן קינדער פרויען און אלטע, און וועגן דעם פארלאנגט ער די באלדיגע באפרייאונג
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

Screenshot_20231009_213219_Chrome.jpg
Screenshot_20231009_213219_Chrome.jpg (127.63 KiB) געזען געווארן 1087 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

עזה
Screenshot_20231009_213459_Chrome.jpg
Screenshot_20231009_213459_Chrome.jpg (312.14 KiB) געזען געווארן 1085 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 9:15 pm מעיאר עדעמס היינט ביי א ראלי פאר מדינת ישראל
Screenshot_20231009_211505_WhatsApp.jpg
איך שטיי מיט מדינת ישראל, יא איך שטיי מיט אידן בכלל, אבער מער וויכטיג "איך שטיי פאר מענטשטהייט"!!

די טערעריסטישע אטאקע וואס אונז האבן מיטגעהאלטן קען נישט פארענפערט ווערן אויף די גאנצע ערד-קוגל, מ'טאר איז עס נישט מאכן אדער מסביר זיין,
ווי כאילו ס'האט עפעס א פארשטאנד, ס'מאכט נישט קיין סענס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

אפענע אנטיסעמיטיזם פארנט פון די וועלט'ס באקאנסטע אפראע הויז אין סידני אויסטראליע.

די מאסן פאלעסטינע סימפאטיקער שרייען "פאר'גאז די אידן..."
רחמנא ליצלן
Screenshot_20231009_213831_Plus.jpg
Screenshot_20231009_213831_Plus.jpg (121.22 KiB) געזען געווארן 1078 מאל
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך Yankel »

אמעריקא האט געווארענט איראן זיך נישט ארייצומישען אין די קאנפליקט

The US’s top general has warned Iran not to get involved in the Israel-Hamas war, saying he did not want the conflict to “broaden” any further.

General Charles Q Brown, the chairman of the Joint Chiefs of Staff, when asked what his message for Iran was, said: “Not to get involved.”

He added that the US deployment of an aircraft carrier near Israel was intended as a “strong message of support” for the country. “But it’s also to send a strong message of deterrence to contain broadening this particular conflict,” he told reporters.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די מדינת ישראל מיליטער האט יעצט אנגעפאנגען א פרישע אפעראציע און שכם ביי די מערב ברעג.
אוועיטער
ר' ישעי'
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:01 pm
Location: שבתי בבית ה' כל ימי חיי
x 19

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ר' ישעי' »

אינטערוויו: "עיני ראו ולא זר", באריכט פונעם היינטיגן טאג אינעם "בארי" דערפל ווי זק"א איז צוגעלאזט געווארן ברענגען די אומגעקומענע געפאנגענע צו קבר ישראל, "די זקני זק"א געדענדקן נישט אזעלכע סצענעס"
ב' בראשית פ״ד
הרב בנציון אויערינג, זק"א
https://www.yiddish24.com/interviews/12/92613
ס'דא ר' יושע און ס'דא ר' יושע'לע,
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל מיליטער אויפן וועג בשעת איינע פון די אפעראציעס קעגן כאמאס קעמפער
IMG_20231009_221247_093.jpg
IMG_20231009_221247_093.jpg (33.22 KiB) געזען געווארן 1014 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13050
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31829

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל מיליטער ביי זייערע אקציעס און שכם
Screenshot_20231009_221519_Plus.jpg
Screenshot_20231009_221519_Plus.jpg (439.88 KiB) געזען געווארן 997 מאל
Screenshot_20231009_221557_Plus.jpg
Screenshot_20231009_221557_Plus.jpg (416.73 KiB) געזען געווארן 997 מאל
Screenshot_20231009_221609_Plus.jpg
Screenshot_20231009_221609_Plus.jpg (434.43 KiB) געזען געווארן 997 מאל
שרייב פאוסט