ברוינפן אדער יין האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 12, 2026 6:45 am
בעזהשי"ת
לכבוד כל העסקנים החשובים שיחיו,
איך האב נישט ליב אריינצורעדן, און מיין מיינונג איז זיכער נישט קיין מיינונג קעגן די חשוב'ע עסקנים. אבער לענ"ד,
אויב ס'איז דא נאך א מהלך צו פראבירן, זעה איך נישט פארוואס מ'דארף גלייך ארויסקומען מיט די גאנצע "אמת" פאר יעדעם, אויב דאס קען מצער זיין אדער גורם זיין עגמת נפש פאר געוויסע אידן וואס געווענטליך וואלט עס פאר אונז אן עבירה זיי צו מצער זיין.
אוודאי, אויב רבנים וועלן הייסן אז מ'דארף ארויסברענגען זאכן לצורך הצלת נפשות וכדו' – בטלה דעתי. אבער היות – והיא העיקר,
מ'פארצייעלט דאך נישט פאר יעדעם, ווער די רבנים זענען, ווי ווייט זיי האלטן מיט, און ווי קלאר זיי ווייסען וואס איז פארגעגאנגען, און וואס גייט כהיום הזה פאר אין לב טהור, וואס פינקטליך זיי האלטן, און וואס פינקטליך זיי האבן טאקע געהייסן טוהן... ... ... ... ...
איך שטיי – בשיטה צוזאמען מיט די עסקנים פון די ערשטע מינוט, איך פראביר נאר ארויסצוברענגען וואס לענ"ד איז די עיקר פראבלעם דא, כל זמן דער ציבור הרחב וועט נישט הערן אדער זעהן קלאר מיט די אויגן אדער אויערן אז די חשוב'ע עסקנים טוען אלעס בהסכמת ובהדרכת הרבנים הגאונים שליט"א, אפילו אויב די עסקנים וועלן ארויסברענגען און אויסקלארען די גאנצע אמת פון לב טהור אז יעדער איינער זאל וויסן, וועט נאך אלס זיין א גרויסע מקום פאר קול יוצאי לב טהור, זיך ארויפצוכאפן אויף דעם און פארדרייען דעם עולם א קאפ.
קול יוצאי לב טהור, מיט זייערע שקרים וכזבים – זיי זענען דאך מלומד אין דעם, זיי קענען דאך דעם פאך בעסער ווי די עסקנים...
זיי וועלן זיך מיט דעם אויך אן עצה גיבן, און אפשר וועט דאס זיי אפילו צוגיבן מער שטאף מיט וואס צו בארעדן די עסקנים און פארדרייען די תמימי לב,
קוק וואס נאך די עסקנים טוהען דא, פארשעמען מענטשן, צובראכענע אידן, מיטגעמאכטע אידן וכו' וכו'.. אלעס אהן קיין רבנים... די עסקנים פארדרייען און פארקריכן פונעם נושא וכו' וכו', די אלע מעשיות וואס זיי פארצייעלן גיבט נאך אלס נישט קיין רעכט צו טוהן די אלע זאכן וואס די עסקנים טוען אהן א קלארע פסק פון בית דין וכו' וכו', פאר א סיבה איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען די קול קורא פון די אסיפה ביים מונקאטש'ער רבי שליט"א... הגה"צ רבי חיד"ו שליט"א איז שוין לאנג נישט ארויסגעקומען מיט זיין מיינונג, וכו' וכו' וכו', ווי זענען די רבנים, מושב בית דין וכו' וכו'. אדרבה זיי וועלן זיך נאך אויף דעם אליין ארויפכאפן אז מיט דעם אלעם און ווי מ'שטייט יעצט,
קענען די רבנים נאך אלס נישט ארויסקומען בגלוי. וד"ל.
בדרך אגב, איך האלט סיי ווי (אפילו ביז יעצט) אז זיך צוטוהן מאכן פון קול יוצאי לב טהור ברענגט נישט קיין גרויסע תועלת, ס'גיבט זיי נאר כח צו אנגיין ווייטער און שטערקער, און ס'קען מאכן מענטשן טראכטן אז ס'דא עפעס אמת דארטן. איי די תמימי לב... זאלן די עסקנים כסדר אינפארמירן דעם עולם מיט די אמת'ע פאקטען און נייעס, באריכטן און פארשריט, אהן זיך באציען צו וואס קול יוצאי לב טהור האט יעצט איינגערעדט פארן עולם...
דערפאר לענ"ד וואלט געווען א גרויסע תועלת אז
די אדמו"רים ורבנים שליט"א זאלן קלאר ארויסקומען בגלוי און מודיע זיין פאר יעדעם אז "זיי" ווייסן די גאנצע אמת, און אז זיי שטייען כסדר בקשר מיט די עסקנים און גייען אדורך אלע פרטי פרטים פון די מערכה – ווי עס איז שוין מערערע מאל אויסגעשמועסט געווארן דא דורך די חשוב'ע עסקנים.
מען זאל אויסארבעטן מיט די רבנים א קלארע וועג ווי אזוי ארויסצוקומען צום ציבור – צי דורך בריוון מיט די נעמען פון די רבנים ווי זיי שרייבן אונטער, אדער רעקארדירונגען ווי זיי זאגן בפירוש אז
אלעס וואס די עסקנים טוען ווערט געטון אונטער זייער
הדרכה און
אחריות.
לגבי דעת הקהל האלט איך נישט אז כעת קען די האטליין מזיק זיין, מען האט שוין גענוג מסביר געווען, געברענגט גענוג עדות, און איך האלט נישט אז איינער גייט נאך קויפן די לאקשן.
דאס אז די האטליין האט נישט געברענגט קיין שום תועלת אפילו פאר לב טהור דאס איז דאך פשוט, קיין איין קינד איז נישט צוריק צו די מאמע צוליב די האטליין און קיין איין רב האט זיך נישט געשטעלט אויף די זייט פון לב טהור צוליב די האטליין (פונקט פארקערט, א אנגעזעענע רב, וואס האט מיך באמת שאקירט אז ער האלט בכלל מיט, האט מיר גערופן זאגן אז די האטליין איז איין שטיק אפיקורסות און מען דארף דאס פארמאכן פאר יעדן פרייז).
וואס האט דאס יא געברענגט? וועל איך ברענגן דא בלויז צוויי דוגמאות וואס איך האב ביידע מיטגעהאלטן פערזענליך.
א) א לעכטיג בחור'ל איז ארויס פון לב טהור, און אריין אין א מוסד, אנגעהויבן שטייגן בתורה ובמידות ב''ה, און געשטיגן מעלה מעלה. אפאר חדשים שפעטער האט זיך די האטליין געעפענט, דער בחור האט דאס אנגעהויבן צו הערן, פארשטענדליך האט דאס אים צורידערט, און זייט דעמאלטס האט ער אויפגעהערט צו לערנען, אנגעהויבן פאלן מטה מטה,און מען מוטשעט זיך נאך אלץ דערמיט.
ב) די צווייטע מעשה איז נאך אסאך מער שרעקליך, די לב טהור האטליין האט ארויפגעברענגט א יונגערמאן וואס איז שוין אין אמעריקע אבער נאך אלץ לב טהור (זיין ווייב איז שוין ב''ה ארויס פון די קליפה), ער האט מתחילה נישט געוואלט רעדן, אבער זיי האבן גוט מינופעלירט אז ער מוז זיך אננעמען פאר די הייליגע חבורה, זיי האבן טאקע ארויפגעלייגט א רעקארדינג פון אים. ווי פארשטענדליך איז זיין חשוב'ע ווייב נעבעך מבוזה געווארן. יענע נאכט איז זיין ב''ב אנטלאפן פון אים מיט די קינדער! די מעשה איז שוין א שיינע פאר וואכן אלט, און זי פלאנט נישט צוריק צו גיין צו אים.
די משפחה האט זיך געבעטן ביי די האטליין אנפירער אראפצונעמען כאטש דעם שמועס, אבער פארשטייט זיך אז זיי האבן זיך אויסגעלאכט.
און דאס זענען די סיבות פארוואס די האטליין דארף ווערן פארמאכט.